ניטאָ מער לאה שלאַנגער
דעם 8טן מאַרץ, 2023, איז אַוועק בײַ 91 יאָר די באַוווּסטע ישׂראלדיקע אַקטריסע, דיקטאָרין, זינגערין און זשורנאַליסטקע לאה שלאַנגער. אירע ראַדיאָ־אויפֿטריטן אויף ייִדיש זענען במשך פֿון צענדליקער יאָר אַרויס אויפֿן ניו־יאָרקער ראַדיאָ און אויף דער ישראלדיקער סטאַנציע "קול ישׂראל". אין די לעצטע יאָר פֿון איר לעבן האָט לאה שלאַנגער געשריבן עסייען אינעם אַמעריקאַנער אינטערנעץ־זשורנאַל "ייִדיש בראַנזשע".
שלאַנגער איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1932, אין דער פּוילישער שטאָט קאַליש. באַלד נאָך דער עוואַקואַציע אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד בעת דער מלחמה האָט זי זיך אומגעקערט קיין פּוילן, און זינט 1957 געוווינט אין ארץ־ישׂראל. במשך פֿון איר לעבן האָט די אַקטריסע אָפּגעשפּילט אין איבער 50 פּיעסעס אויף ייִדיש און העברעיִש, ווי אויך אין עטלעכע קינאָ־פֿילמען.
מענדי כּהנא, דער דירעקטאָר פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער אָרגאַניזאַציע "יונג ייִדיש", האָט דעם 9טן מאַרץ פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿייסבוק אַ ווידעאָ־פֿראַגמענט פֿון אַ באַגעגעניש מיט דער אַקטריסע, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ יאָר פֿאַר איר פּטירה. דער פֿראַגמענט, וואָס איז אויך דערשינען אינעם פֿאָרווערטס, האָט פֿילמירט דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר גערט וואַן קעסטערען, וועלכער האָט מיטגעטיילט, אַז אין דער נאָענטער צוקונפֿט קלײַבט ער זיך צו שאַפֿן אַ גאַנצן דאָקומענטאַר וועגן לאה שלאַנגער.