6טער יוני, 7טער אָקטאָבער… ווידער 6טער יוני
פּונקט מיט אַ יאָר צוריק, דעם 6טן יוני 2023, איז אַ דענקמאָל לכּבֿוד שלום־עליכמען אויפֿגעשטעלט געוואָרן אויפֿן שטח פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. ווי באַקאַנט, איז אונדזער געניעלער קלאַסיקער געווען באַזונדערס מסוגל איבערצוגעבן דעם אוניקאַלן טעם פֿון דער ייִדישער – מיינענדיק דאָ, ייִדיש־שפּראַכיקער – קולטור, מיט זײַן סטיל, הומאָר און לעבעדיקע באַשרײַבונגען פֿון שטעטל־ייִדן.
דער געדאַנק צו שאַפֿן דעם מאָנומענט קומט פֿון ד״ר מאַרק זילבערקוויט. מע האָט עס פֿאַרווירקלעכט מיט דער הילף פֿון צוויי פֿונדאַציעס, וואָס ד״ר זילבערקוויט האָט געשאַפֿן: The Heritage Projects Foundation (פֿש״אַ) and Yiddish Culture Preservation Foundation (ארץ־ישׂראל). די עפֿענונג פֿונעם דענקמאָל האָט דעמאָלט אויך געהאַט אַ באַזונדערע סימבאָלישע ווערט: מע האָט אין דער זעלבער צײַט געעפֿנט דעם פּראָיעקט "שלום־עליכמס יאָר אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט". אין יענע טעג האָט מען באַטראַכט גרויסע פּלענער, בפֿרט די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ און אַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדיש־קולטור, באַשטימט אויפֿן אָקטאָבער 2024. מע האָט אויך פּלאַנירט סיסטעמאַטיש דורכצופֿאָרשן פֿאַרשיידענע אַרכיוו־מאַטעריאַלן אויף ייִדיש, וואָס ד״ר זילבערקוויט האָט אַנטדעקט אין עטלעכע לענדער.
דעם 7טן אָקטאָבער 2023 האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה צווישן ישׂראל און "כאַמאַס", וועלכע האָט צעשטערט דאָס געוויינטלעכע לעבן אין ארץ־ישׂראל. צום באַדויערן, האָט די סיטואַציע אויך געווירקט אויף אונדזער פּראָיעקט. אויפֿן איצטיקן מאָמענט זענען די ייִדיש־קאָנפֿערענץ און דער ייִדיש־פֿעסטיוואַל אָפּגעלייגט געוואָרן אויף שפּעטער. פֿונדעסטוועגן, די סטודענטישע פֿאָרש־אַרבעט גייט אָן ווײַטער, ווי פּלאַנירט, בראָש מיר פּראָפֿ׳ יאיר ליפּשיץ און ד״ר רותי אַבעליאָוויטש. נישט געקוקט אויף די שרעקלעכע שווערקייטן פֿון די מלחמה־צײַטן, פֿירט דער אוניווערסיטעט דורך זײַן שעפֿערישע און אַקאַדעמישע טעטיקייט, אַרײַנגערעכנט אַזאַ גאָר וויכטיקן ענין, ווי דאָס שטודירן ייִדיש און די גרויסער קולטור, פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער שפּראַך.