שלום סעקונדעס יוביליי אין ניו־יאָרק
דעם 14טן סעפּטעמבער 2024 איז אינעם ניו־יאָרקער זאַל "מערקין־האָל" פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט לכּבֿוד דעם 130־יאָריקן געבורטסטאָג־יוביליי פֿון שלום סעקונדע – דעם קאָמפּאָזיטאָר פֿון מעלאָדיעס צו אַזעלכע גאָר פּאָפּולערע ייִדישע לידער, ווי "בײַ מיר ביסטו שיין". אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע, דעמאָלט רוסלאַנד, האָט ער אינעם יאָר 1907 עמיגרירט קיין אַמעריקע, נאָר זײַנע געזאַנגען בלײַבן ביז הײַנט גוט באַקאַנט אין די געוועזענע סאָוועטישע לענדער. אין אַמעריקע האַלט מען אים פֿאַר אַ שליסל־פֿיגור אין דער געשיכטע פֿונעם אַמאָליקן ניו־יאָרקער "ייִדישן בראָדוויי".
אינעם קאָנצערט האָבן אָנטיילגענומען די שוועדישע זינגערין אידון קאַרלינג, דער באַוווּסטער סאָוועטישער און רוסלענדישער לידער־שאַפֿער און זינגער אַלכּסנדר גאָראָדניצקי, דער דזשעז־סאַקסאָפֿאָניסט יעקבֿ מיימאַן און אַנדערע אויסגעצייכנטע מוזיקער.