דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש אויף ייִדיש
אונדזער אינטערנעץ־פּאָרטאַל גיט אײַך איבער מיט פֿרייד, אַז מיר האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי אוניקאַלע מאַטעריאַלן, געווידמעט דעם וואָקאַל־ציקל "פֿון ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע" פֿון דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש. ניט זײַענדיק אַליין אַ ייִד, האָט דער דאָזיקער גרויסער קאָמפּאָזיטאָר געהאַלטן, אַז די ייִדישע פֿאָלק־מוזיק איז אַן אוניקאַלער אוצר, טיף זי געפֿילט און באַטאָנט, אַז איר ווידערקול הערט זיך אין די ווערק פֿון אַ סך וועלט־באַרימטע קאָמפּאָזיטאָרן. אין 1948, בעת די ערגסטע סטאַלינישע רדיפֿות קעגן דער סאָוועטישער ייִדישער אינטעליגענץ, האָט שאָסטאַקאָוויטש געשאַפֿן אַ סעריע פֿון 11 מוזיקאַלישע ווערק אויפֿן די ווערטער פֿון פֿאָלקס־לידער, וואָס זענען לכתּחילה געווען פֿאַרשריבן אויף ייִדיש.
אויף אונדזער וועבזײַט קענט איר זיך באַקענען מיטן בוך "ייִדישע פֿאָלקס־ביכער פֿון יחזקאל דאָברושין און אַבֿרהם יודיצקי, וואָס איז געוואָרן דער יסוד פֿון שאָסטאַקאָוויטשס געניעלע לידער, מיט די פֿולע נאָטן־פּאַרטיטורן, ווי אויך מיטן בוך פֿונעם ישׂראלדיקן פּראָפֿעסאָר־מוזיקאָלאָג יאָאַכים בראַון, וועלכער האָט באַאַרבעט דעם טעקסט בסכּהם מיט די מעלאָדיעס (שאָסטאַקאָוויטש האָט זיך באַנוצט מיט אַ רוסישער איבערזעצונג, וואָס קלינגט אַ ביסל אַנדערש, ווי דער אָריגינאַל). דאָס וויכטיקסטע – קענט איר אויף דער וועבזײַט אויסהערן די לידער אויף זייער קוואַל־שפּראַך: ייִדיש. די רעקאָרדירונג האָט מען געשאַפֿן אינעם יאָר 2000 אין מאָסקווע. עס זינגען: יעוואַ בן־צבֿי, יעלענאַ גובינאַ, ניקאָלײַ קורפּע. אונדזער נײַע ווידעאָ פֿון דער רעקאָרדירונג ווערט באַגלייט מיט קונסט־ווערק פֿון באַרימטע ייִדישע מאָלער.