Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

אַ שטעטל אויף דער פֿאָנטאַנקע

דעם 17טן יולי, 2025, האָט זיך אין דער פּעטערבורגער KGallery געעפֿנט די אויסשטעלונג "אַ שטעטל אויף דער פֿאָנטאַנקע, פֿון שאַגאַל ביז הײַנט", געווידמעט די ייִדישע קינסטלער, וועמענס לעבן און אַרבעט איז טיף פֿאַרבונדן מיט פּעטערבורג. די פֿאָנטאַנקע איז איינער פֿון די שטאָטישע טײַכן. דער קוראַטאָר פֿון דער עקספּאָזיציע איז ד״ר וואַלערי דימשיץ, אַ פֿאָלקלאָריסט און פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור. דעם קאָנצעפּטועלן דיזײַן פֿון דער אויסשטעלונג האָט געשאַפֿן דער טעאַטראַלער קינסטלער וואַלערי פּאָלונאָווסקי.

די גרויסע אויסשטעלונג, וואָס פֿאַרנעמט דרײַ שטאָקן, באַשטייט פֿון זיבן טעמאַטישע סעקציעס און איז אָנגעזאַפּט מיט דער געשיכטע און קולטור פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. אַ ממשותדיקער טייל פֿון די עקספּאָנאַטן זענען גראָד צי אומדירעקט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך. צום ערשטן מאָל זענען פֿאָרגעשטעלט געוואָרן צוזאַמען די ווערק פֿון פֿיר דורות ייִדישע מאָלער, גראַפֿיקער און סקולפּטאָרן, וועלכע האָבן במשך פֿון די לעצטע 150 יאָר געאַרבעט אין פּעטערבורג (פֿריִער באַקאַנט אויך ווי פּעטראָגראַד און לענינגראַד). בסך־הכּל, ווערן פּרעזענטירט 24 קינסטלער, פֿון יצחק אַסקנאַזי ביז מאַרק שאַגאַל, נתן אַלטמאַן, שלמה יודאָווין, תּנחום (אַנאַטאָלי) קאַפּלאַן און אַ סך אַנדערע וועלט־באַרימטע מײַסטערס.

די באַזוכער פֿון דער אויסשטעלונג קומען אַרײַן אין אַן אויסגעטראַכט שטעטל, ווי די קינסטלער אַליין האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט זייער היימשטאָט, לענינגראַד; מע באַקענט זיך מיטן טראַדיציאָנעלן ייִדישן רוחניות, טעאַטער, פֿאָלקלאָר, מאָדערנע אינטערפּרעטאַציעס פֿונעם ייִדישן פֿאָלקס־קונסט. די פּרעזענטירטע יצירות דערמעגלעכן צו זען די פּעטערבורגער ייִדישע קונסט ווי איין המשכדיקן אינטעגראַלן קולטורעלן פֿענאָמען.

די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 14טן סעפּטעמבער. דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון אונדזער וועבזײַט, דער שרײַבער און זשורנאַליסט יואל מאַטוועיעוו, האָט זיך באַטייליקט אין דער ספּעציעלער פּרעמיערע פֿאַר דער פּרעסע מיט דער פֿאָטאָ־זשורנאַליסטקע סוועטלאַנאַ סמאַזנאָוואַ.

פֿאָטאָ: יואל מאַטוועיעוו און סוועטלאַנאַ סמאַזנאָוואַ