דער סאָוועטישער צדיק
דער מאָסקווער פֿאַרלאַג "קוטשקאָוואָ פּאָליע" האָט אַרויסגעגעבן אַ נײַ בוך באַטיטלט "דער סאָוועטישער צדיק. מעשׂיות וועגן דעם ריבניצער רבין: פֿונעם דניעסטער ביזן האָדסאָן", אונטער דער רעדאַקציע פֿון ד״ר וואַלערי דימשיץ, ד״ר מאַריאַ קאַספּינאַ און ד״ר אַלכּסנדרה פּאָליאַן. דער עיקר, איז די מאָנאָגראַפֿיע געווידמעט ניט דער רעאַלער ביאָגראַפֿיע פֿונעם באַרימטן חסידישן רבין, נאָר דעם רײַכן פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַל אַרום דער דאָזיקער פֿיגור, געזאַמלט על־פּי־רובֿ פֿון הײַנטצײַטיקע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש. דאָס איז די ערשטע גרויסע אַקאַדעמישע פֿאָרשונג אויף דער דאָזיקער טעמע.
חיים־זאַנוול אַבראַמאָוויטש (1902 ? – 1995), דער ריבניצער רבי, איז מפֿורסם ווי איינער פֿון די גרעסטע חסידישע צדיקים אינעם 20סטן יאָרהונדערט. פֿירנדיק גאָר אַן אַסקעטישן שטייגער לעבן, האָט ער קונה־שם געווען אַלס גרויסער בעל־מופֿת, וועלכן ס׳האָט זיך אײַנגעגעבן צו בלײַבן אינגאַנצן פֿרום אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. באַלד נאָכן אַוועקפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל אין 1970, און מיט עטלעכע יאָר שפּעטער קיין פֿש״אַ, איז ער געוואָרן אַ לעבעדיקע לעגענדע צווישן די ייִדיש־רעדנדיקע אַמעריקאַנער חסידים. די ירושה פֿונעם ריבניצער רבין בלײַבט אַן גרויסער אוצר פֿון הײַנטצײַטיקן ייִדיש־פֿאָלקלאָר.