דרײַ דורות פֿון ייִדיש
דער "בית־לייוויק" אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַרבעט אויף דער ליטעראַרישער אָנלײַן־פּראָגראַם, וואָס וועט דורכגעפֿירט ווערן דעם 31טן מאַרץ, 2024, לכּבֿוד די הײַנטצײַטיקע ייִדיש־מחברים פֿון דרײַ פֿאַרשיידענע דורות, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן ראָמאַניסט באָריס סאַנדלער, די יונגע שרײַבערין שירי שאַפּיראַ און עטלעכע דיכטער, וואָס וווינען אין פֿאַרשיידענע לענדער. די באַטייליקטע מוזן זיך פֿון פֿריִער פֿאַררעגיסטרירן אויף דער אינטערנעץ.