Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

דער אומבאַקאַנטער שלום־עליכם

דעם 30סטן יאַנואַר זענען אינעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער פֿאָרגעקומען צוויי אונטערנעמונגען מיטאַמאָל: די עפֿענונג פֿון אַנאַטאָלי (תּנחום) קאַפּלאַנס אויסשטעלונג פֿון זײַנע גראַפֿישע ווערק, געווידמעט דעם 120־יאָריקן יוביליי זינט זײַן געבוירן־טאָג, און די פּרעזענטאַציע פֿון אַלכּסנדר פֿרענקעלס בוך אויף רוסיש "דער אומבאַקאַנטער שלום־עליכם". קאַפּלאַנס אַרויסגעשטעלטע ווערק שטעלן מיט זיך פֿאָר אילוסטראַציעס צו די טעקסטן פֿונעם גרויסן ייִדישן קלאַסיקער. אַן אַנדער אויסשטעלונג פֿונעם זעלבן קינסטלער, תּנחום קאַפּלאַן, געווידמעט דעם סוף פֿון דער נאַצי־בלאָקאַדע אין לענינגראַד, האָט זיך געעפֿנט דעם 26סטן יאַנואַר אינעם פּעטערבורגער מלוכישן היסטאָרישן מוזיי.

אַלכּסנדר פֿרענקעל איז דער דירעקטאָר פֿונעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער, אַ ליטעראַטור־קריטיקער, היסטאָריקער און איבערזעצער. אַחוץ אַ ריי אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען, זענען אין זײַן בוך אַרײַן עטלעכע ווערק פֿון שלום־עליכמען, וואָס דער מחבר פֿונעם נײַעם בוך האָט צום ערשטן מאָל איבערגעזעצט אויף רוסיש. אין זײַן רעדע בעת דער פּרעזענטאַציע, האָט פֿרענקעל באַטאָנט, אַז טראָץ דער וועלט־פּאָפּולאַריטעט פֿון שלום־עליכמען, בלײַבן אַ סך זײַנע שאַפֿונגען ווייניק באַקאַנט און אומגעפֿאָרשט.