Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

אַ וויכטיקער בײַטראָג אין ייִדישער עטנאָגראַפֿיע

דער ייִדישער עטנאָגראַף יהושע פּולנער איז געבוירן געוואָרן אין 1900 אינעם שטעטל סנאָווסק אויף אוקראַיִנע. ער האָט זיך געלערנט אינעם פּעטראָגראַדער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער געשיכטע און ליטעראַטור און דערנאָך – אינעם לענינגראַדער מלוכה־אוניווערסיטעט. אין 1924 האָט ער גענומען אַן אָנטייל אין אַן עטנאָגראַפֿישער עקספּידיציע איבער ייִדישע שטעטלעך פֿונעם געוועזעעם תּחום־המושבֿ אונטער דער אָפֿירונג פֿון פֿאָרגעשריטענע ייִדישע געלערנטע – לייב שטערנבערג און וולאַדימיר באָגאָראַז־טאַן, וועלכע האָבן צווישן אַנדערס געמאַכט אַ באַדײַטנדיקן בײַטראָג אין פֿאָרשונג פֿון אַבאָריגענישע פֿעלקערשאַפֿטן פֿונעם רוסלענדישן ווײַטן מיזרח. אין 1931 איז לויט יהושע פּולנערס איניציאַטיוו פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערעץ פֿון פֿאָרשטייער פֿון ייִדישע וויסנשאַפֿטלעכע ביבליאָטעקן פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד. אויף איר איז צווישן אַנדערס אויפֿגענומען געוואָרן אַ באַשלוס העלפֿן דעם ביראָבידזשאַנער ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן אינעם שאַפֿן די מלוכה־ביבליאָטעק פֿון דער קומענדיקער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. אין 1938 איז יהושע פּולנער געוואָרן דער פֿאַרוואַלטער מיט דער ייִדישער סעקציע פֿונעם מוזיי פֿאַר עטנאָגראַפֿיע פֿון די פֿעלקער פֿון פֿססר אין לענינגראַד. אויף דעם דאָזיקן פּאָסטן האָט ער בפֿרט אָרגאַיזירט אין 1939 אַן אויסשטעלונג "ייִדן אין צאַרישן רוסלאַנד און אין פֿססר". אין איר עקספּאָזיציע איז פֿאָרגעשטעלט געווען אויך די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט.

אין 1940 האָט יהושע פּולנער אָנגעהויבן אַרבעטן איבער אַ דאָקטאָראַט־טעזע אויף דער טעמע "חתונה־מנהגים בײַ ייִדן". ער האָט צונויפֿגעזאַמלט מאַטעריאַלן פֿאַר טעזע און אָנגעשריבן איר טעקסט, אָבער ניט באַוויזן אפֿילו אָפּרעדאַגירן דעם דאָזיקן טעקסט, ווי געהעריק איז. עס האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה. יהושע פּולנער איז געבליבן אין באַלאַגערטן לענינגראַד, זענענדיק ממשיך אַרבעטן אינעם מוזיי. אין 1942 איז ער געשטאָרבן פֿון הונגער.
איצט, 80 יאָר נאָכן טויט פֿונעם פֿאָרשער, איז זײַן דאָקטאָראַט־טעזע סוף־כּל־סוף אַרויסגעגעבן געוואָרן דורכן מאָסקווער ייִדישן מוזיי און טאָלעראַנץ־צענטער בשותּפֿות מיטן באָסטאָנער וויסנשאַפֿטלעכן פֿאַרלאַג "ביבליאָראָסיקאַ". כּדי אָט דאָס בוך זאָל דערשײַנען, האָט מען געמוזט דורכצופֿירן אַ גרויסע טעכנישע און רעדאַקטאָרישע אַרבעט. אין איר האָבן גענומען אַן אָנטייל ליודמילע אוריצקאַיאַ, סוועטלאַנאַ אַמאָסאָוואַ, יעווגעניע כאַזדאַן, אַריה אָלמאַן, יעליזאַוועטאַ דאָמניקאָוואַ, דבֿורה יאַלען, אַלעקסאַנדרע גלעבאָווסקאַיאַ, אלע סאָקאָלאָווע, טאַטיאַנאַ ראַזומאָוואַ, וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ, אַלכּסנדר לוואָוו, יעלענאַ סידאָראָוואַ. אַלס רעדאַקטאָר-צונויפֿשטעלער פֿון דעם דאָזיקן סאָלידן (608 זײַטן) באַנד, וועלכער שליסט אין זיך אײַן, חוץ עצם דעם טעקסט פֿון יהושע פּולנערס דאָקטאָראַט־טעזע און טעקסטן פֿון פֿאַרשריבענע דורך אים ייִדישע חתונה־לידער – אין אָריגינאַל און אין רוסישער איבערזעצונג, אויך אויספֿירלעכע וויסנשאַפֿטלעכע קאָמענטאַרן, איז אַרויסגעטראָטן דער פּראָפֿעסאָר פֿונעם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין פּעטערבורג וואַלערי דימשיץ.

פֿון וו. פּיריאַטינסקי