געשיכטע פֿונעם ווילנער ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער
דעם 8טן סעפּטעמבער, 2023, איז אין ווילנע, אינעם בנין פֿון דער ייִדישער געמיינדע פֿון ליטע פֿאָרגעקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון בצלאל פֿראַנקס בוך "דער ווילנער ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער. בלעטער פֿון געשיכטע". די ייִדישע קינסטלערישע זעלבסטעטיקייט איז אויפֿגעשטאַנען אין ווילנע תּחית־המתים אין 1956, גלײַך נאָכן אָפּשאַפֿן דעם אײַנגעפֿירטן אינעם סוף פֿון די 40ער יאָרן אַנטיסעמיטישן פֿאַרבאָט פֿון באַליביקע אַנטפּלעקונגען פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד. אין 1971 איז געגרינדעט געוואָרן דער ווילנער ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער, וועלכער האָט געאַרבעט ביז 1999, ווען ער האָט אויפֿגעהערט זײַן עקזיסטענץ צוליב דער עליה פֿון דער איבערוועגנדיקער מערהייט ייִדן פֿון ליטע קיין ישׂראל.
בצלאל (צאַליק) פֿראַנק, אַ געוועזענער שוישפּילער פֿונעם ווילנער ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער, וועלכער וווינט איצט אין ישׂראל, האָט אַ סך יאָרן צונויפֿגעקליבן מאַטעריאַלן, וואָס האָבן אַ שייכות צו דער אַרבעט פֿון דעם דאָזיקן שעפֿערישן קאָלעקטיוו, וועלכער האָט אין משך פֿון כּמעט דרײַ יאָרצענדליקער געהיט ניט בלויז די ייִדישע טעאַטראַלע קונסט, נאָר אויך עצם די ייִדישע שפּראַך אין ליטע. אַ פּועל־יוצא פֿון זײַן האָרעוואַניע איז געוואָרן דאָס דאָזיקע רײַך אילוסטרירטע בוך זכרונות, וואָס איז דערשינען אויף רוסיש.