משה ווײַנבערגס ייִדישע לידער אין ניזשני נאָווגאָראָד

אַנאַסטאַסיִאַ דזשילאַס (רעכטס) און סאָפֿיאַ זשורקינאַ (לינקס)
פֿאָטאָ: אַנאַסטאַסיִאַ קאָנאָוואַלאָוואַ
משה (מעטשיסלאַוו) ווײַנבערג (1919 – 1999) איז געווען איינער פֿון די גרעסטע סאָוועטישע קאָמפּאָזיטאָרן, וועלכער האָט געשאַפֿן 26 סימפֿאָניעס, 7 אָפּערעס און אַ סך אַנדערע מוזיקאַלישע ווערק. פֿונדעסטוועגן, ווענדט ער זיך בפֿירוש צו זײַן מאַמע־לשון, ייִדיש, נאָר אין אָט די צוויי ציקלען "ייִדישע לידער" פֿון 1943 און 1944. זײַן אָפּוס 13 איז באַגרינדעט אויף יצחק־לייבוש פּרצעס לידער, אָנגעשריבן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער אָפּוס 17, פֿול מיטן טראַגישן און העלדישן טאָן פֿון דער צווייטער וועלט־מלמחה, איז געשאַפֿן געוואָרן אויף די ווערטער פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן דיכטער שמואל האַלקין (1897 – 1960). די פֿאָרשער באַמערקן, אַז ביידע ציקלען זענען טיף פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן.
אַנאַסטאַסיִאַ דזשילאַס, אַ גראַדואַנטקע פֿון דער מאָסקווער מלוכישער קאָנסערוואַטאָריע, זינט 2022 אַ סאָליסטקע פֿונעם אָפּערע־ און באַלעט־טעאַטער אין ניזשני נאָווגאָראָד, האָט וווּנדערלעך אויסגעזונגען ווײַנבערגס ציקל פֿון זעקס לידער אויף האַלקינס ווערטער, באַגלייט מיטן פּיאַנע־אַקאָמפּאַנימענט פֿון סאָפֿיאַ זשורקינאַ. איר אויפֿטריט איז געווען אויך באַגלייט מיט אַ רוסישער פּאָעטישער איבערזעצונג אין אונטערקעפּלעך, וואָס דער פּעטערבורגער דיכטער יואל מאַטוועיעוו האָט צוגעגרייט ספּעציעל פֿאַרן דאָזיקן מעמאָריאַלן קאָנצערט אויפֿן סמך פֿון אַ שוואַרץ־ווערסיע פֿונעם מוזיקאָלאָג ד״ר יעווגעני כאַזדאַן, וועלכער וווינט אויך אין פּעטערבורג. סערגיי פּיסאַרעוו האָט אויסגעזונגען ווײַנבערגס אָפּוס 13 מיטן דער פּיאַניסטקע ליודמילאַ גאָראָכאָוואַ.
אינעם אָפּערע־ און באַלעט־טעאַטער פֿון ניזשני נאָווגאָראָד האָט זיך שוין געשאַפֿן אַ טראַדיציע צו זינגען לידער אויף ייִדיש. אין נאָוועמבער 2023 איז דאָרט פֿאָרגעקומען דער קאָנצערט "מנורה־מוזיק", וווּ אַנאַסטאַסיִאַ דזשילאַס האָט אויסגעזונגען אויף ביס דאָס ליד "מאַך צו די אייגעלעך", געשאַפֿן דורך צוויי טראַגיש אומגעקומענע: דעם דיכטער ישעיה שפּיגעל און דעם קאָמפּאָזיטאָר דוד בייגעלמאַן. דאָס דאָזיקע זינגליד האָבן זיי אָנגעשריבן אינעם לאָדזער געטאָ, ווען די קינדער־אַסירים האָט מען פֿון דאָרט דעפּאָרטירט אין אַ טויט־לאַגער.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער זענען אויך אומגעקומען ביידע עלטערן פֿון משה ווײַנבערגן: דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון אַ ייִדישן טעאַטער שמואל ווײַנבערג און די אַקטריסע סאָניע (שׂרה־דבֿורה) ווײַנבערג, וועלכע האָט געשפּילט אויף ייִדיש. די "ייִדישע לידער" אויף שמואל האַלקינס ווערטער שטעלן מיט זיך פֿאָר דעם קאָמפּאָזיטאָרס פּערזענלעכן רעקוויעם, ווי אויך אַ הימען דעם קומענדיקן נצחון.
פֿאָטאָ: אַנאַסטאַסיִאַ קאָנאָוואַלאָוואַ