פּעטערבורגער זומער־שול פֿון איבערזעצונג: 2024
צווישן די לימודים פֿון דער הײַיאָריקער (2024) זומער־שול פֿון איבערזעצונג אינעם פּעטערבורגער מלוכישן אוניווערסיטעט איז געווען אַ ייִדיש־סעקציע, געווידמעט די איבערזעצונגען פֿון ליטעראַרישע טעקסטן און דאָקומענטן פֿון ייִדיש אויף רוסיש.
דער פּעטערבורגער שרײַבער און דיכטער יואל מאַטוועיעוו האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון פֿרויען־פּאָעזיע אויף ייִדיש און די שוועריקייטן בײַם איבערזעצן זי אַדעקוואַט אויף אַנדערע שפּראַכן. ער האָט אויך אין קורצן אויסגעלייגט די פֿריִיִקע היסטאָריע פֿון ייִדיש־דיכטונג, וואָס הייבט זיך אָן פֿון אַן אַנאָנימען קורץ לידל פֿונעם 13טן יאָרהונדערט. די מאָסקווער לינגוויסטקע ליובאָוו לאַווראָוואַ האָט געוויזן פֿאַרשיידענע מוסטערן פֿון האַנטגעשריבענער קאָרעספּאָדענץ, געשאַפֿן אויף ייִדיש בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. זי האָט דערקלערט, אַז פֿאַרן איבערזעצער איז זי שווער צוליב דעם אומקלאָרן כּתבֿ, פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן און אומגעוויינטלעכע באָרג־ווערטער.