ייִדיש אין מאָסקווער פֿילהאַרמאָניע
דעם 15טן אַפּריל, 2023, האָט דער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער בראָש מיטן וועלט־באַרימטן דיריגענט וולאַדימיר ספּיוואַקאָוו דורכגעפֿירט אַ קאָנצערט מיט לידער אויף ייִדיש אינעם ראַכמאַנינאָוו־זאַל פֿון דער מאָסקווער מלוכישער אַקאַדעמישער פֿילהאַרמאָניע. די פּראָגראַם איז באַשטאַנען פֿון דמיטרי שאָסטאַקאָוויטשעס קאַמער־סימפֿאָניע "לזכּרון די קרבנות פֿון פֿאַשיזם און מלחמה", יצחק שוואַרצעס קאָנצערט פֿאַר אַן אָרקעסטער "געלע שטערן" און איוואַן פֿישערס דײַטשיש־ייִדישער קאַנטאַטע פֿאַר אַ סאָפּראַנאָ, טרומייט און אָרקעסטער, וואָס שליסט אײַן אַ וויגליד און אַן אַריע אויף ייִדיש.
איוואַן פֿישער (געב. 1951) איז אַ באַוווּסטער אונגערישער דיריגענט, דער גרינדער און מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿונעם בודאַפּעשטער פֿעסטיוואַל־אָרקעסטער, ווי אויך אַן אויסגעצייכנטער קאָמפּאָזיטאָר. זײַן דײַטשיש־ייִדישע קאַנטאַטע איז פֿאַרבונדן מיט אַן אינטערעסאַנטן פֿאַקט פֿון דער משפּחה־ביאָגראַפֿיע: אויף דער מצבֿה פֿון זײַן פֿעטער אויפֿן בודאַפּעשטער ייִדישן בית־עולם איז אויסגעקריצט אַ ליד פֿון געטע.
אַן אַנדער קוואַל פֿון פֿישערס אינספּיראַציע איז דער טראַגישער גורל פֿון ייִדן. דער קאָמפּאָזיטאָר גיט איבער, אַז אַמאָל האָט ער איבערגעלייענט זייער אַ רירנדיק ליד פֿון אַבֿרהם סוצקעווער (1913-2010), געווידמעט זײַן מאַמע, וועלכע איז דערהרגעט געוואָרן צוזאַמען מיט אַנדערע קרובֿים פֿונעם פּאָעט. ווען די רוצחים זענען אַוועקגעגאַנגען, האָט ער אָנגעטאָן די מאַמעס קליידער – צו דערפֿילן צום לעצטן מאָל איר וואַרעמקייט…
טראָץ דער שוידערלעכער סתּירה צווישן דער ייִדישער און דײַטשישער קולטור בעת דעם חורבן, האָבן די דײַטשן און אַשכּנזים אַ סך געמיינזאַמקייטן, אַרײַנגערעכנט די ענלעכע שפּראַכן, דעריבער גייען אַ ייִדיש פֿאָלקס־ליד און סוצקעווערס טראַגיש געדיכט אין פֿישערס מוזיקאַלישער "קאָלאַזש" בײַנאַנד מיט די ווערק פֿון געטע און רילקע.