Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש אין בערלין

די פֿערטע זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש און ייִדיש־ליטעראַטור גייט דורך פֿונעם 12טן ביזן 30סטן אויגוסט 2024 אינעם בערלינער "פֿרײַען אוניווערסיטעט". די לערער, בראָש מיט פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי, לייגן פֿאָר אינטענסיווע שפּראַך־קורסן, לעקציעס, קינאָ־סעאַנסן און פֿאַרשיידנאַרטיקע וואַרשטאַטן.

אין דער זעלבער צײַט פּראַוועט די אומפֿאָרמעלע גרופּע Yiddish.Berlin איר פֿינף־יאָריקן יוביליי. אין שײַכות מיט דער דאָזיקער דאַטע פֿירט זי דורך פֿונעם 15טן ביזן 28סטן אויגוסט אַן אינטערעסאַנטע אונטערנעמונג – די אויסשטעלונג "נאַטאָ אין ייִדישלאַנד" פֿונעם קינסטלער יעווגעני פֿיקס. דער צוועק פֿון דער עקספּאָזיציע איז צו קריטיקירן דעם סכּנותדיקן פּאַטאָס פֿון עקסטרעמען נאַציאָנאַליזם און מיליטאַריזם. די אָרגאַניזאַטאָרן גלייבן, אַז פֿאַרן ווירטועלן און גלאָבאַלן לאַנד פֿון ייִדיש איז אַזאַ פּאַטאָס טיף און פּרינציפּיעל פֿרעמד.

Yiddish.Berlin