דערעפֿענונג פֿון אַ ייִדיש־קלוב אין אשקלון
במשך פֿון עטלעכע יאָרן ווערט אין אשקלון לויט איניציאַטיוו פֿון אָרטיקע ייִדישיסטן און בײַ דער שטיצע מצד דעם מוניציפּאַליטעט דורכגעפֿירט אַ יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדיש זינגליד, וועלכער איז באַוווּסט געוואָרן אין גאַנץ ישׂראל. דעם 8טן פֿאַברואַר איז אין דער דאָזיקער ברעג־שטאָט פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכע דערעפֿענונג פֿון אַן אָרטיקן קלוב פֿון ייִדיש־ליבהאָבער. זײַנע אָרגאַניזאַטאָרן האָבן אַ כּוונה מאַכן דאָס קולטור־לעבן פֿון אשקלון אויף מאַמע־לשון אינטערסיווער און פֿאַרשידנאַרטיקער.