Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

3טער ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין ביראָבידזשאַן

פֿונעם 4טן ביזן 7טן דעצעמבער איז אין ביראָבידזשאַן דורכגעפֿירט געוואָרן דער דריטער יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿון דער ייִדישער שפּראַך. מער ווי 80 אונטערנעמונגען – קאָנצערטן, פּראַקטישע לימודים, שמועסן מיט שפּראַך־מומחים אאַז"וו – זענען פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט און אַ ריי אַנדערע ערטער אין דער געגנט. די פּראָגראַם האָט זיך געשלאָסן מיטן אָנצינדן די ערשטע חנוכּה־ליכט און אַ יום־טובֿדיקן קאָנצערט. ווי אַ באַערטער גאַסט האָט אינעם פֿעסטיוואַל אָנטיילגענומען דער פּעטערבורגער ייִדישער שרײַבער יואל מאַטוועיעוו, וועלכער איז אַרויסגעטראָטן מיט לעקציעס וועגן דער גײַסטיקער און היסטאָרישער ווערט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. פֿון מאָסקווע איז אָנגעקומען דער דירעקטאָר פֿונעם פֿאַרלאַג "קניזשניקי" ברוך גאָרין; ער האָט דערציילט די ביראָבידזשאַנער וועגן דער ראָלע פֿון ייִדיש אין זײַן לעבן און משפּחה.

יעלענע סאַראַשעווסקאַיאַ, די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", אינטערוויויִרט יואל מאַטוועיעוון בעת דעם ייִדיש־פֿעסטיוואַל אינעם בנין פֿונעם פֿאַרלאַג "ביראָבידזשאַן".