4טער ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין ביראָבידזשאַן
אין ביראָבידזשאַן איז פֿאָרגעקומען דער 4טער יערלעכער ייִדיש־פֿעסטיוואַל. צענדליקער אונטערנעמונגען, אַרײַנגערעכנט קאָנצערטן, אויסשטעלונגען, וואַרשטאַטן האָבן אַרומגענומען די גאַנצע ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט פֿונעם 22סטן ביזן 24סטן אָקטאָבער 2024.
אין דער וועכנטלעכער פּראָגראַם "ייִדישקייט" פֿונעם טעלע־קאַנאַל "ביראַ", געווידמעט דעם ייִדיש־פֿעסטיוואַל, האָט מען אויך געוויזן אַן אַנדער וויכטיקן אויפֿטו: אַ קינדער־אַנימאַציע אויף ייִדיש, געשאַפֿן ניט לאַנג צוריק אין ביראָבידזשאַן אויפֿן סמך פֿון חיים ביידערס אַ ליד. אינעם אַנימאַציע־פֿילם הערט זיך די אָריגינעלע שטים פֿונעם דיכטער, אַנטדעקט אין היסטאָרישע ראַדיאָ־אַרכיוון פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה.
חיים ביידער (1920-2003) איז געווען אַ סאָוועטישער ייִדישער פּאָעט, זשורנאַליסט און אַ פֿאָרשער פֿון ליטעראַטור־געשיכטע. אָנהייבנדיק פֿון 1996 האָט ער געוווינט אין ניו־יאָרק און אָפּגעשפּילט דאָרט אויך אַ וויכטיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור אויף ייִדיש.