לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ארץ־ישראל: באַנד 2
אין תּל־אָבֿיבֿ איז אין דער סעריע "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור" דערשינען דער צווייטער באַנד פֿונעם "לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ארץ־ישׂראל". ער אַנטהאַלט ביאָביבליאָגראַפֿישע אינפֿאָרמאַציעס וועגן יענע ייִדישע שריפֿשטעלער, וועלכע האָבן געלעבט אין ארץ־ישׂראל אין דער תּקופֿה פֿונעם בריטישן מאַנדאַט און אין דער אומאָפּהענגיקער מדינת־ישׂראל. דער ערטשער באַנד פֿונעם לעקסיקאָן איז דערשינען אין 2021. רעדאַקטאָרן צונויפֿשטעלער פֿון דער דאָזיקער אוניקאַלער אויסגאַבע זײַנען וועלוול טשערנין, מיכאל פֿעלזענבאַום און דובֿ־בער קערלער.