"ייִדישער שערלאָק האָלמס" אויף ענגליש
אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז דאָ אַן אייגענער באַרימטער דעטעקטיוו: מאַקס שפּיצקאָפּף, "דער ייִדישער שערלאָק האָלמס". די מעשׂיות וועגן אים, וואָס דער שרײַבער יונה קרעפּעל (1874–1940) זענען צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף ענגליש. דער איבערזעצער, מיכל יאַשינסקי, איז באַקאַנט קודם־כּל ווי אַן אַקטיאָר און טעאַטער־פֿאָרשער. ניט לאַנג צוריק האָט ער אַרויסגעגעבן אַן אַנדער וויכטיק בוך – אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַס זכרונות. זי איז באַקאַנט ווי "די מאַמע פֿונעם ייִדישן טעאַטער".
לויט יונה קרעפּעלס סוזשעט, האָט מאַקס שפּיצקאָפּף געוווינט אין ווין, עסטרײַך־אונגערן, וווּ די אָריגינעלע סעריע ביכער וועגן אים איז דערשינען אויף ייִדיש און איז געווען גאָר פּאָפּולער בײַ אָרטיקע ייִדן, בפֿרט אין גאַליציע. אין 1938, ווען די פֿאַשיסטן האָבן אָקופּירט עסטרײַך, איז דער שרײַבער פֿאַרשיקט געוואָרן אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער קיין בוכענוואַלד, וווּ ער איז געשטאָרבן אין 1940.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַ ריי פֿון אַרטור קאָנאַן־דוילס וועלט־באַרימטע מעשׂיות וועגן שערלאָק האָלמס פֿון אַן אַנדער שרײַבער, דוד הערמאַלין, איבערגעזעצט אויף ייִדיש און אַרויסגעגעבן אין 1928. אַ סך ייִדיש־לייענער זענען אין יענער תּקופֿה געווען באַקאַנט מיט די ביידע אויסגעטראַכטע דעטעקטיוון: דעם לאָנדאָנער שערלאָק האָלמס און דעם ווינער ייִד מאַקס שפּיצקאָפּף.
