לידער פֿון ייִדישע פּאָעטעסעס אין בערלין
די ייִדישיסטישע גרופּע Yiddish.Berlin האָט אָפּגעמערקט דעם 8טן מאַרץ 2024, אינטערנאַציאָנאַלן פֿרויען־טאָג, מיט אַן אונטערנעמונג לכּבֿוד דער שעפֿערישער טעטיקייט פֿון פֿרויען אויף ייִדיש. די פּראָגראַם האָט מען אָנגעהויבן מיטן פֿאָרלייענען דיכטונג אויף דער דאָזיקער שפּראַך פֿון פֿאַרשיידענע פּאָעטעסעס, אָנהייבנדיק מיטן 11־יאָריקן מיידל מיטן נאָמען געלע, וואָס שטאַמט פֿונעם פֿריִיִקן 18טן יאָרהונדערט. די דיכטערינס קאַטערינע קוזנעצאָוואַ (איינע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן) און יעל מערליני זענען אויפֿגעטראָטן מיט זייערע אייגענע פּאָעטישע ווערק. מע האָט אויסגעזונגען אַ ריי לידער פֿון דער באַרימטער ייִדישער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן (1920 – 2013). אירינע זראָבעק האָט פֿאָרגעלייענט ציליע דראָפּקינס דיכטונג אין אוקראַיִנישער איבערזעצונג. מיט אַלע טעקסטן, וואָס זענען דורכגעקלונגען אויף דער אונטערנעמונג, קאָן מען זיך באַקענען אויף דער וועבזײַט פֿון Yiddish.Berlin.
פֿאָטאָ: דזשייק שנײַדער