ייִדיש אויף אַן אויסשטעלונג אינעם יעיל־אוניווערסיטעט
אין דער ביבליאָטעק פֿון זעלטענע ביכער און האַנטשריפֿטן אויפֿן נאָמען פֿון בײַנעקע בײַם יעיל־אוניווערסיטעט האָט זיך דעם 26טן סעפּטעמבער 2024 געעפֿנט די אויסשטעלונג "פֿון דער ערשטער פּערזאָן", געווידמעט דעם 45־יאָריקן יוביליי פֿונעם ווידעאָ־אַרכיוו אויפֿן נאָמען פֿון פֿאָרטונאָף. צווישן די עקספּאָנאַטן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן – ביכער, פּאַמפֿלעטן, כּתבֿ־ידן, אַפֿישן, פּלאַקאַטן, פֿאַרשיידענע דאָקומענטן – פֿאַרנעמט ייִדיש אַ דאָמינירנדיקע ראָלע. מסתּמא, איז דאָס די גרעסטע אויסשטעלונג אין דער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן פּרעסטיזשפֿולן אַקאַדעמישן אַנשטאַלט, וווּ די ייִדישע שפּראַך און קולטורן ווערן פּרעזענטירט אויף אַזאַ גרויסן פֿאַרנעם.
אין דער עפֿענונג־פּראָגראַם זענען אויפֿגעטראָטן צוויי פּראָמינענטע מוזיקער און פֿאָרשער פֿון ייִדישער מוזיק – זיסל סלעפּאָוויטש און סאַשע לוריע, וועלכע האָבן געזאַמלט צום ווייניקסטן דרײַ לידער־ציקלען פֿון די מאַטעריאַלן, וואָס זיי האָבן אַנטדעקט אינעם פֿאָרטונאָף־אַרכיוו. געגרינדעט אין 1979, אַנטהאַלט ער איצט מער ווי 4,400 ווידעאָ־רעקאָרדירונגען, אָפֿט אויף ייִדיש, פֿון ניצול־געוואָרענע און עדות־זאָגער פֿונעם חורבן. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אינעם יעיל־אוניווערסיטעט ווערן אויך געפֿירט ייִדיש־קורסן.