"ייִדישלאַנד" – נומער 17
ניט לאַנג צוריק איז אין ישׂראל און מיט אַ פּאַראַלעלן טיראַזש אין שוועדן דערשינען דער נײַער 17טער נומער פֿונעם ליטעראַרישן קוואַרטאַל־אַלמאַנאַך "ייִדישלאַנד".
דער זשורנאַל האָט זיך באַקומען אַ באַזונדערס פֿאַרשיידנאַרטיקער. אינעם פּראָזאַיִשן טייל זענען אַרײַן אַ טשיקאַווע עראָטישע דערציילונג פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום, יעלענע מאַרונדיקס זכרונות וועגן דער נאַטור פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, קלאַראַ־בעלס פֿאַנטאַזיע וועגן רויבער און מענטשנפֿרעסער און שלום בערגערס מיניאַטורן. די ערשטע צוויי מחברים שטאַמען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די אַנדערע צוויי וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אינעם נומער איז אַרײַן אויך איבערגעזעצטע פּראָזע: די דערציילונג "דער רבינס זון" פֿונעם רוסישן קלאַסיקער יצחק באַבעל און גאָר אַן אינטערעסאַנטע פֿאָלקלאָרישע מעשׂה, וואָס די פּעטערבורגער ייִדיש־לערערקע ליזאַ דאָמניקאָוואַ האָט דירעקט איבערגעזעצט פֿון דער דרום־אַמעריקאַנער שפּראַך קעטשואַ.
דער פּאָעטישער חלק ווערט פֿאָרגעשטעלט מיט לידער פֿון וועלוול טשערנין, יואל מאַטוועיעוו, אלי שאַרפֿשטיין, דוד־עומר כּהן, באָריס קאַרלאָוו, פֿעליקס חיימאָוויטש און אַנאַ וויזהוי – אַ דיכטערין אַ דעביוטאַנטקע פֿון עסטרײַך.
ווי געוויינלעך, זײַנען אינעם נומער אַרײַן וויסנשאַפֿטלעכע מאַטעריאלן: הלל קאַזאָווסקיס אַרטיקל וועגן דעם מאָלער תּנחום קאַפּלאַן, באַקאַנט ווי אַן אילוסטראַטאָר פֿון ייִדישע ביכער, און וועלוול טשערנינס פֿאָרשונג וועגן זאבֿ זשאַבאָטינסקיס באַציִונג צו ייִדיש.