18טער נומער "ייִדישלאַנד"
דער זשורנאַל עפֿנט זיך מיט די זכרונות פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן שרײַבער נח לוריע (1885 – 1960), וועלכער שילדערט די שוידערלעכע חדשים פֿון זײַן זיצן אין סטאַלינס טורמע. דער דאָזיקער אוניקאַלער מאַטעריאַל איז פּובליקירט געוואָרן צום ערשטן מאָל. די מאָדערנע פּאָעזיע ווערט רעפּרעזענטירט מיט די ווערק פֿון וועלוול טשערנין, פֿעליקס חיימאָוויטש און באָריס קאַרלאָוו.
איין מחבר, יעד בירן, איז אַ פּנים־חדשות אין דער ייִדישער פּראָזע. ער איז באַקאַנט, דער עיקר, ווי אַ קינאָ־רעזשיסאָר און אַ ליטעראַטור־איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף העברעיִש. אַ גרויסן חלק אינעם זשורנאַל פֿאַרנעמען וויסנשאַפֿטלעכע מאַטעריאַלן, וואָס זענען פּרעזענטירט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט אויפֿן 25סטן סימפּאָזיום פֿון ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד. יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַס עסיי וועגן דעם ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין ביראָבידזשאַן – אַ וויכטיקע גרויסע אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אָקטאָבער 2022 – ווערט אילוסטרירט מיט קאָליריקע פֿאָטאָגראַפֿיעס.