19טער נומער "ייִדישלאַנד"

דער זשורנאַל "ייִדישלאַנד" האָט שוין ניט איין מאָל אָנשוילעך דעמאָנסטרירט, אַז אין דער ייִדישער פּאָעזיע נאָך אַלץ באַווײַזן זיך נײַע נעמען. אין דעם דאָזיקן נומער טרעט אַרויס מיט אירע ערשטע לידער די יונגע דיכטערין קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ (בערלין). די הײַנטצײַטיקע ייִדישע דיכטונג איז אויך פֿאָרגעשטעלט מיט לידער פֿון יואל מאַטווייעוו (פּעטערבורג), באָריס קאַרלאָוו (ירושלים – בלומינגטאָן), פֿעליקס חיימאָוויטש (מינסק) און וועלוול טשערנין (כּפֿר־אלדד). אין יואל מאַטווייעווס איבערזעצונג פֿון ענגליש איז פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אָפּקלײַב לידער פֿון וויליאַם באַטלער יעיטס.
ס'איז פֿאַראַן אין דעם נומער אויך איבערגעזעצטע פּראָזע. דאָס איז יצחק באַבעלס דערציילונג "ווי מע פֿלעגט עס טאָן אין אָדעס" אין וועלוול טשערנינס איבערזעצונג פֿון רוסיש. וואָס איז שייך צו דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּראָזע, טאָ וועלן די לייענער געפֿינען אַ קאַפּיטל פֿון אַ נײַעם ראָמאַן פֿון מײַקל זשוטקאָ (מיכאל פֿעלזענבאַום, ראַמלע) און אַלי שאַרפֿשטיינס (קיבוץ מעגן־מיכאל) אַ דערציילונג. עס ווערט פֿאָרגעזעצט די אָנגעהויבענע אינעם פֿריִערדיקן נומער פֿון "ייִדישלאַנד" פּובליקאַציע פֿון תּפֿיסה־זכרונות פֿונעם ייִדישן סאָוועטישן שרײַבער נוח לוריא.
אינעם נײַעם נומער איז פֿאַרעפֿנטלעכט אויך אַ צוגעגרייטער דורך אוקראַיִנישע פֿאָרשערינס סוויטלאַנאַ דיאַטשוק און טעטיאַנאַ נעפּיפּענקאָ איבערזיכט פֿון אַרכיוון פֿון ייִדישע שריפֿטשטעלער אין פֿאָנדן פֿונעם פֿאָרשונגס־צענטער פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, וואָס פֿונקציאָנירט בײַ דער קיִעוואָ־מאָהיליאַנסקאַ אַקאַדעמיע אין קיִעוו. עס ווערן פֿאָרגעזעצט די טראַדיציאָנעלע רובריקעס פֿונעם זשורנאַל – "נײַע ביכער" און "מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21טן יאָרהונדערט".