24סטער נומער "ייִדישלאַנד"
אין ארץ־ישׂראל און אין שוועדן איז אין צוויי פּאַראַלעלע טיראַזשן אַרויס דער אָרדנטלעכער 24סטער נומער פֿונעם קוואַרטאַל־זשורנאַל "ייִדישלאַנד", וואָס באַשטייט אינגאַנצן, וויכטיק צו באַמערקן, פֿון מאַטעריאַלן רק אויף ייִדיש. עס זענען דערשינען נײַע קאַפּיטלען פֿון קלאַראַ־בעלס און מיכאל פֿעלזענבאַומס ראָמאַנען, אַ דערציילונג פֿון וועלוול טשערנין, אַ ריי פֿילאָלאָגישע און היסטאָרישע פֿאָרש־אַרטיקלען. דער נומער איז רײַך אויף פּאָעטישע ווערק, אַרײַנגערעכנט לידער פֿון פֿעליקס חיימאָוויטש, דוד־עומר כּהן, הלל קאַזאָווסקי, אָשר גל, קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ, באָריס קאַרלאָוו און דזשייק שנײַדער.