ייִדישלאַנד: נומער 25

דער זשורנאַל אַנטהאַלט עטלעכע עסייען פֿון באַקאַנטע ייִדיש־מומחים, וווּ עס ווערן אַנאַליזירט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון פֿעלזענבאַומס פּראָזע, פּאָעזיע און דראַמאַטורגיע. עס ווערן אויך פֿאָרגעשטעלט זײַנע נײַע ווערק. צווישן פֿאַרשיידן־אַרטיקע ליטעראַרישע, פֿילאָלאָגישע און היסטאָרישע מאַטעריאַלן זענען אינעם קוואַרטאַלניק פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ ריי לידער פֿון יעל מערליני – אַ יונגע דיכטערין, געבוירן אין איטאַליע, וואָס וווינט אין בערלין און שרײַבט לידער אויף ייִדיש.