Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִוואָ פּראַוועט דעם 100־יאָריקן יוביליי

דעם 24סטן מאַרץ, 2025, האָט ייִוואָ אָפּגעמערקט דעם 100־יאָריקן יוביליי זינט דעם טאָג, ווען דער דאָזיקער חשובֿער וויסנשאַפֿטלעכער אַנשטאַלט איז געגרינגט געוואָרן אין ווילנע. ווי באַקאַנט, האָט ער אָפּגעשפּילט אויך אַ שליסל־ראָלע אינעם שאַפֿן דעם ליטעראַרישן סטאַנדאַרט פֿון ייִדיש.

מאַקס ווײַנרײַך

אין שײַכות מיטן ווערן אַ בן־מאה פֿירט הײַיאָר דער אינסטיטוט דורך פֿאַרשיידענע אָפֿענע אונטערנעמונגען – אַקאַדעמישע, מוזיקאַלישע, היסטאָרישע אאַז״וו. דער פֿאָרווערטס האָט אויך אַרײַנגעטראָגן אַ בײַשטײַער אינעם יובֿל: פּובליקירט די אוידיאָ־רעקאָרדירונג פֿון מאַקס ווײַנרײַכס רעדע אויף דער מאָלצײַט לכּבֿוד דעם 40סטן יוביליי פֿון ייִוואָ, וועלכער איז פֿאָרגעקומען דעם 24סטן מאַרץ אין 1965.

ד״ר מאַקס ווײַנרײַך (1894 – 1969) איז געווען אַן אָנגעזעענער לינגוויסט, אַ מומחה אין סאָציאָ־לינגוויסטיק און ייִדיש – די שפּראַך פֿון ס׳רובֿ זײַנע פֿילצאָליקע פֿאָרשונגען, אַרײַנגערעכנט די מאָנומענטאַלע 4־בענדיקע "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך".