יוסף אָסטראָווסקיס אויסשטעלונג אין מעלה־אַדומים
אין דער ישׂראלדיקער שטאָט מעלה־אַדומים האָט זיך אין אָנהייב־דעצעמבער געעפֿנט אַ גרויסע אויסשטעלונג פֿון יוסף אָסטראָווסקיס (1935 — 1993) ווערק, געווידמעט דעם 80־יאָריקן יוביליי פֿונעם קינסטלערס געבוירן־טאָג. די עקספּאָזיציע ווערט דורכגעפֿירט אינעם קונסט־מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון משה קאַסטעל און הייסט "דער ייִדישער קלאַנג און נשמה: פֿון אָדעס ביז מעלה־אַדומים".
יוסף אָסטראָווסקי איז געבוירן געוואָרן אינעם קליינעם אוקראַיִנישן שטעטל שעפּעטיווקע, אָבער פֿאַרבראַכט ס׳רובֿ פֿון זײַן לעבן אין אָדעס. די קריטיקער פֿאַרגלײַכן זײַנע יצירות מיט די פֿײַנסטע ווערק פֿון דער "פּאַריזער שול". אין 1984 האָט די רעדאַקציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" דורכגעפֿירט אין מאָסקווע אַן אויסשטעלונג פֿון זײַנע ווערק, באַגלייט מיט אַ פּובליקאַציע אינעם זשורנאַל גופֿא. אין 1989 איז דער קינסטלער אַוועקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל; דאָרט האָט ער פֿאַרבראַכט ס׳רובֿ צײַט אין מעלה־אַדומים.