Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

פֿרילינג־קורסן פֿאַר ייִדיש־רעדער

פֿרילינג־קורסן פֿאַר ייִדיש־רעדער

פֿרילינג־קורסן פֿאַר ייִדיש־רעדער

די ניו־יאָרקער צווײַג פֿונעם "אַרבעטער־רינג" האָט אַנאָנסירט די רעגיסטראַציע אויף די פֿרילינגדיקע ווידעאָ־לעקציעס פֿאַר ייִדיש־רעדער און פֿאָרגעשריטענע סטודענטן. די אָנלײַן־לימודים וועלן געפֿירט ווערן אויף ייִדיש, אָנהייבנדיק פֿון סוף־פֿעברואַר ביז יוני. די פּראָגראַם וועט אַרומנעמען אַזעלכע פֿאַרשיידנאַרטיקע ענינים, ווי די גראַמאַטיק פֿון דער ליטעראַרישער שפּראַך, די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און טעאַטער, ווי אויך פּראַקטישע עצות פֿאַר ייִדיש־שרײַבער. די אײַנגעלאַנדענע לעקטאָרן זענען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, פֿראַנקרײַך און אַרגענטינע. די פֿאַראינטערעסירטע קאָנען זיך פֿאַרשרײַבן אויף דער וועבזײַט פֿון דער אָרגאַניזאַציע.

איבערזעצונגען פֿון ייִדיש: 2022

איבערזעצונגען פֿון ייִדיש: 2022

איבערזעצונגען פֿון ייִדיש: 2022

דער צוויי־שפּראַכיקער ענגליש־ייִדישער אינטערנעץ־זשורנאַל פֿאַר ייִדיש־שטודיעס "אין געוועב" פֿירט במשך פֿון אַ ריי יאָרן דורכפֿירן אַ יערלעכן באַריכט פֿון איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אין אַנדערע שפּראַכן. דאָ ניט לאַנג צוריק איז דאָרט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אָרדנטלעכע איבערזעצונגען־רשימה פֿאַרן יאָר 2022, צונויפֿגעשטעלט דורך דליה וואָלפֿסאָן. זי אַנטהאַלט ביבליאָגראַפֿישע אָנגאַבן פֿון 53 ביכער, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אין פֿאַרלויף פֿונעם פֿאָריקן יאָר. בתוכם זײַנען 18 ביכער אויף ענגליש, 8 ביכער אויף פּויליש, צו 5 ביכער – אויף העברעיִש און אויף ליטוויש, צו 4 ביכער – אויף פֿראַנצויזיש און אויף רוסיש, צו 2 ביכער – אויף דײַטש, אויף כינעזיש און שפּאַניש, צו 1 בוך – אין איבערזעצונג אויף גריכיש, ווײַסרוסיש און טשעכיש.

אַחוץ גאַנצע ביכער, זײַנען במשך פֿונעם יאָר 2022 דערשינען צענדליקער איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן אין פּעריאָדישע אויסגאַבעס און אַנטאָלאָגיעס. אַזעלכע איבערזעצונגען האָבן זיך באַוויזן פֿאַראַיאָרן, אויסער די אויבן־דערמאָנטע שפּראַכן, אויך אויף האָלענדיש און אויף אוקראַיִניש. אין דער ליסטע זענען אַרײַן איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, פֿאַרעפֿנטלעכטע סײַ אויף פּאַפּיר, סײַ אין אַ דיגיטאַלער פֿאָרם.

ס'רובֿ מחברים פֿון די איבערגעזעצטע ייִדישע ווערק זײַנען שריפֿשטעלער פֿון די פֿריִערדיקע דורות: מענדעלע מוכר־ספֿרים, יצחק־לייבוש פּרץ, שלום־עליכם, חיים גראַדע, אַנע מאַרגאָלין, יצחק באַשעוויס־זינגער, יעקבֿ גלאַטשטיין, אבֿרהם סוצקעווער, מלך ראַוויטש, אָשר שוואַרצמאַן, יוסף אָפּאַטאָשו, ישׂראל עמיאָט, ציליע דראַפּקין, שירה גאָרשמאַן, אבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, בינעם העלער, משה־לייב האַלפּערן, איציק מאַנגער, שמערקע קאָטשערגינסקי, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אַלטער קאַציזנע, דבֿורה פֿאָגעל, לייב קוויטקאָ, אסתּר קרייטמאַן, ישׂראל ראַבאָן, דוד בערגעלסאָן, פּרץ הירשביין, פּרץ מאַרקיש, מאַני לייב, אבֿרהם רייזען, ישׂראל־יהושע זינגער, משה קולבאַק, יצחק קאַצענעלסאָן, יוסף קערלער א״אַ.

ס'איז דערבײַ אָנגענעם צו באַצייכענען, אַז אין דער נײַער איבערזעצוגען־רשימה פֿון "אין געוועב" זײַנען פֿאַראַן אויך ווערק פֿון הײַנטצײַטיקע ייִדישע שריפֿטשטעלער: רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, באָריס סאַנדלער, וועלוול טשערנין, משה לעמסטער, בער קאָטלערמאַן, הירשע־דוד קאַץ, קטלא־קניא, שלום בערגער, ברוריה וויגאַנד, יעווגעני קיסין, שירי שאַפּיראַ, עמיל קאַלין און אלי שאַרפֿשטיין.

צו דעם דאַרף מען צוגעבן, אַז אַ ריי איבערזעצער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וועלכע ווערן דערמאָנט אין דער נײַער רשימה פֿון "אין געוועב", שאַפן אויך זייערע אייגענע אָריגינעלע ווערק אויף ייִדיש. דאָס זײַנען ירמיהו־אהרן טאַוב, וואָס זעצט איבער אויף ענגליש, מאַרעק טושעוויצקי – אויף פּויליש, ישׂראל נעקראַסאָוו און יואל מאַטוועיעוו – אויף רוסיש, און דוד־עומר כּהן, וואָס זעצט איבער פֿון ייִדיש אויף האָלענדיש.

מאָטי וואָלקענברוכס מעשׂה אויף רוסיש

מאָטי וואָלקענברוכס מעשׂה אויף רוסיש

מאָטי וואָלקענברוכס מעשׂה אויף רוסיש

דער מאָסקווער פֿאַרלאַג "קניזשניקי" האָט אַרויסגעגעבן טאָמאַס מײַערס ראָמאַן "וואָלקענברוכס וווּנדערלעכע נסיעה אין די הענט פֿון אַ שיקסע", איבערזעזעצט פֿון דײַטשיש אויף רוסיש דורך אַלכּסנדרה יעליסעיעוואַ.

דאָס בוך איז פֿול מיט ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן אויפֿן הײַנטיקן גערעדטן ייִדיש. טאָמאַס מײַער וווינט אין שווייץ – אַ לאַנד, וווּ אַ סך ייִדן, דער עיקר חרדים, באַנוצן זיך טאָג־טעגלעך מיט דער דאָזיקער שפּראַך. דער ראָמאַן איז וועגן אַ משפּחה־קאָנפֿליקט און די סתּירות צווישן דעם אַלטן ייִדישן וועג און דעם פֿרײַען לעבן פֿונעם הויפּט־העלד.

אינעם יאָר 2018 האָט מען אויפֿן סמך פֿונעם דאָזיקן ראָמאַן געשאַפֿן אַ פֿילם. ניט געקוקט אויף דעם "אומסעריעזן" טיטל, ווײַזט דאָס בוך ווידעראַמאָל עפּעס גאָר וויכטיקס: אַז ייִדיש לעבט אין די פֿרומע סבֿיבֿות און ציט צו דעם אויפֿמערק פֿון הײַנטצײַטיקע שרײַבער.

פֿאַרבינדונגען־2023

פֿאַרבינדונגען־2023

פֿאַרבינדונגען־2023

דער צענטער פֿון ייִדישע שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון אַנאַ טאַנענבוים בײַם טאָראָנטאָ־אוניווערסיטעט אַנאָנסירט די רעגיסטראַציע אויף אַ צוויי־טאָגיקער פּראָגראַם פֿון אינטערנעץ־אונטערנעמונגען מיטן פֿאָקוס אויף דער צוקונפֿטיקער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש און וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען פֿון דער דאָזיקער שפּראַך. די פּראָגראַם וועט דורכגעפֿירט ווערן דעם 19טן און 20סטן פֿעברואַר. לויט די אָרגאַניזאַטאָרן, איז די עיקרדיקע ציל־אוידיטאָריע סטודענטן, אַספּיראַנטן און יונגע פּראָפֿעסיאָנאַלן, וואָס וועלן האָבן אַ מעגלעכקייט צו באַטראַכטן דעם עתיד פֿון ייִדיש און ייִדיש־שטודיעס, אָנטיילנעמען אין אינטעראַקטיווע וואַרשטאַטן און מאָדערירטע פֿאָרשלאָגן.

"פֿאַרבינדונגען" איז געגרינדעם געוואָרן אין 2022. איר ערשטע ווינטער־קאָנפֿערענץ האָט זיך פֿאָקוסירט אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער מיטאַרבעט פֿון פֿאָרשער און מומחים, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש. דער לוח פֿון דער קומענדיקער פּראָגראַם איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף דער וועבזײַט פֿון דער אָרגאַניזאַציע.

אַ נײַער ספּעקטאַקל פֿון "ייִדישפּיל"

אַ נײַער ספּעקטאַקל פֿון "ייִדישפּיל"

אַ נײַער ספּעקטאַקל פֿון "ייִדישפּיל"

דעם 8טן יאַנואַר איז אינעם תּל־אָבֿיבֿער טעאַטער "ייִדישפּיל" פֿאָרגעקומען די פּרערמיערע פֿון אַ נײַעם ספּעקטאַל מיטן נאָמען "זכרונות פֿון מאָטל פּייסי דעם חזנס". דער ישׂראלדיקער דראַמאַטורג רמי רוזן (1944 – 2019) האָט אָגעשריבן די פּיעסע לויט מאָטיוון פֿון שלום־עליכמס באַרימטן בוך, און געשטעלט זי האָט דער רעזשסער יונתן אסתּרקין. אין "זכרונות פֿון מאָטל פּייסי דעם חזנס" זײַנען פֿאַרנומען צוויי אַקטיאָרן – יעקבֿ באָדאָ און יונתן רוזן. דער ספּעקטאַקל איז פֿולקום אויף ייִדיש מיט לויפֿנדיקע אויפֿשריפֿטן אויף העברעיִש און אויף רוסיש. ער וועט גיין ביזן 19טן פֿעברואַר.

דער אומבאַקאַנטער שלום־עליכם

דער אומבאַקאַנטער שלום־עליכם

דער אומבאַקאַנטער שלום־עליכם

דעם 30סטן יאַנואַר זענען אינעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער פֿאָרגעקומען צוויי אונטערנעמונגען מיטאַמאָל: די עפֿענונג פֿון אַנאַטאָלי (תּנחום) קאַפּלאַנס אויסשטעלונג פֿון זײַנע גראַפֿישע ווערק, געווידמעט דעם 120־יאָריקן יוביליי זינט זײַן געבוירן־טאָג, און די פּרעזענטאַציע פֿון אַלכּסנדר פֿרענקעלס בוך אויף רוסיש "דער אומבאַקאַנטער שלום־עליכם". קאַפּלאַנס אַרויסגעשטעלטע ווערק שטעלן מיט זיך פֿאָר אילוסטראַציעס צו די טעקסטן פֿונעם גרויסן ייִדישן קלאַסיקער. אַן אַנדער אויסשטעלונג פֿונעם זעלבן קינסטלער, תּנחום קאַפּלאַן, געווידמעט דעם סוף פֿון דער נאַצי־בלאָקאַדע אין לענינגראַד, האָט זיך געעפֿנט דעם 26סטן יאַנואַר אינעם פּעטערבורגער מלוכישן היסטאָרישן מוזיי.

אַלכּסנדר פֿרענקעל איז דער דירעקטאָר פֿונעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער, אַ ליטעראַטור־קריטיקער, היסטאָריקער און איבערזעצער. אַחוץ אַ ריי אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען, זענען אין זײַן בוך אַרײַן עטלעכע ווערק פֿון שלום־עליכמען, וואָס דער מחבר פֿונעם נײַעם בוך האָט צום ערשטן מאָל איבערגעזעצט אויף רוסיש. אין זײַן רעדע בעת דער פּרעזענטאַציע, האָט פֿרענקעל באַטאָנט, אַז טראָץ דער וועלט־פּאָפּולאַריטעט פֿון שלום־עליכמען, בלײַבן אַ סך זײַנע שאַפֿונגען ווייניק באַקאַנט און אומגעפֿאָרשט.

"דער בלוטיקער שפּאַס" אָנלײַן

"דער בלוטיקער שפּאַס" אָנלײַן

"דער בלוטיקער שפּאַס" אָנלײַן

דער אַמעריקאַנער ייִדישיסט רפֿאל פֿינקל האָט פּובליקירט אין דער אינטערנעץ דעם אָריגינעלן טעקסט פֿון שלום־עליכמס ראָמאַן "דער בלוטיקער שפּאַס", אָנגעקלאַפּט לויט דער הײַנטצײַטיקער ליטעראַרישער ייִוואָ־אָרטאָגראַפֿיע, באַגלייט מיט דערקלערונגען פֿון רוסישע, ענגלישע און לאַטײַנישע ווערטער, וואָס טרעפֿן זיך אינעם דאָזיקן ווערק.

פֿינקל, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קאָמפּיוטערײַ בײַם קענטאָקי־אוניווערסיטעט, איז באַקאַנט ווי אַ קאָמפּיוטעריזאַציע־פּיאָניר פֿון ייִדישער ליטעראַטור, דער מחבר פֿון דער ערשטער אויטאָמאַטישער קאָרעקטור־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש און דער שאַפֿער פֿון אַ גרויסן אינטערנעץ־רעסורס וועגן דער דאָזיקער שפּראַך. פֿון 1997 ביז 2006 האָט ער בשותּפֿות מיטן דיכטער שלום בערגער אָנגעפֿירט מיטן אינטערנעץ־זשורנאַל "דער באַוועבטער ייִד".

ייִדיש אין ווינטער־שול פֿון איבערזעצונג

ייִדיש אין ווינטער־שול פֿון איבערזעצונג

ייִדיש אין ווינטער־שול פֿון איבערזעצונג

דעם 26סטן יאַנואַר, אין דער פּראָגראַם פֿון דער ווינטער־שול פֿאַר איבערזעצונג בײַם פּעטערבורגער מלוכישן אוניווערסיטעט, איז פֿאָרגעקומען אַ סעריע ווידעאָ־־לעקציעס וועגן ייִדיש, וווּ עס זיי אויפֿגעטראָטן דרײַ באַקאַנטע איבערזעצער: אַלעקסאַנדראַ גלעבאָווסקאַיאַ, יואל מאַטוועיעוו און ליובאָוו לאַווראָוואַ.

גלעבאָווסקאַיאַ האָט דערקלערט אַ ריי ספּעציפֿישע שוועריקייטן בײַם איבערזעצן ליטעראַרישע טעקסטן פֿון ייִדיש אויף רוסיש. מאַטוועיעוו האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע און מעטאָדיק פֿונעם אויסאַרבעטן נײַע וויסנשאַפֿטלעכע און טעכנישע טערמינען אויף ייִדיש. לאַווראָוואַ האָט באַרירט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿונעם איבערזעצן היסטאָרישע מאַטעריאַלן וועגן דעם חורבן אויף ענגליש.

די אַנדערע סעקציעס פֿון דער דרײַ־טאָגיקער קאָנפֿערענץ זענען געווען געווידמעט אַ גאַנצער ריי אַנדערע לשונות, אַרײַנגערעכנט העברעיִש. די ווינטער־שול פֿון איבערזעצונג בײַם פּעטערבורגער מלוכישן אוניווערסיטעט איז געגרינדעט געוואָרן אין 2020, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די פּאַנדעמיע, און גייט שוין דורך צום פֿערטן מאָל אויף דער אינטערנעץ.

אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס "בר־כּוכבֿא" אויף העברעיִש

אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס "בר־כּוכבֿא" אויף העברעיִש

אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס "בר־כּוכבֿא" אויף העברעיִש

דעם 25טן יאַנואַר איז אין אינעם תּל־אָבֿיבֿער טעאַטער "מאַלענקי" פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון אבֿרהם גאָלדפֿאַדענס מוזיקאַלער פּיעסע "בר־כּוכבא" אין העברעיִשער איבערזעצונג. צום ערשטן מאָל איז "בר־כּוכבֿא" מיט אַ גרויסן דערפֿאָלג אויפֿגעפֿירט געוואָרן דורכן "פֿאָטער" פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער, אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, אין 1883 אין אָדעס (פֿאַרשטייט זיך, ווי באַקאַנט, אויף ייִדיש).

אַזוי אַרום איז די איצטיקע העברעיִשע פּרעמיערע געוואָרן איינצײַטיק אַ מין פֿײַערונג פֿונעם 140טן יוביליי זינט דאָס דאָזיקע ביז גאָר וויכטיקע מײַסטער־ווערק פֿון דער ייִדישער טעאַטראַלישער קונסט איז דערשינען אויף דער בינע.

די געגראַמטע העברעיִשע איבערזעצונג פֿון דער פּיעסע האָט געמאַכט וויקי שיפֿריס. די רעזשיסערין פֿון דער נײַער אויפֿפֿירונג איז די אַקטריסע אסתּי ניסים, וואָס שפּילט איבערהויפּט אויף ייִדיש.

 

תּנחום קאַפּלאַנס אויסשטעלונג אין ירושלים

תּנחום קאַפּלאַנס אויסשטעלונג אין ירושלים

תּנחום קאַפּלאַנס אויסשטעלונג אין ירושלים

דעם 19טן יאַנואַר האָט זיך אינעם ירושלימער קולטור־צענטער "בית אַבֿי חי" געעפֿנט די רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג פֿונעם גרויסן סאָוועטישן ייִדישן קינסטלער אַנאַטאָלי (תּנחום) קאַפּלאַן, וואָס הייסט "אַ פֿאַרכּישופֿטער קינסטלער", וווּ עס ווערן פֿאָרגעשטעלט מער ווי אַ הונדערט ווערק, געשאַפֿן מיט פֿאַרשיידענע מעטאָדן: גראַוויורן, קעראַמיק, גואַש־ און אייל־בילדער, ווי אויך ביכער מיט זײַנע אילוסטראַציעס.

ניט צופֿעליק איז דער נאָמען פֿון דער אונטערנעמונג מרמז אויף שלום־עליכמס באַרימטער דערציילונג “דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער”. צווישן אַנדערן, איז תּנחום קאַפּלאַן – געבוירן אין 1902 אינעם ווײַסרוסישן שטעטל ראָגאַטשאָוו – געווען אַן אילוסטראַטאָר פֿון דער דאָזיקער דערציילונג און אַ ריי אַנדערע שלום־עליכמס שאַפֿונגען. ס׳איז כּדאַי באַזונדערס צו דערמאָנען זײַנע ליטאָגראַפֿישע סעריעס “טבֿיה דער מילכיקער” און “סטעמפּעניו” לויט די מאָטיוון פֿונעם קלאַסיקערס ווערק. ס׳רובֿ זײַנע יאָרן האָט קאַפּלאַן אָפּגעלעבט אין לענינגראַד; דאָרט איז ער ניפֿטר און באַערדיקט געוואָרן אין 1980. זײַן מצבֿה איז באַצירט מיט אַן אויפֿשריפֿט אויף ייִדיש.