Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

מאַנגערס "בוך פֿון גן־עגן" אין אַ נײַעם פּעטערבורגער טעאַטער

מאַנגערס "בוך פֿון גן־עגן" אין אַ נײַעם פּעטערבורגער טעאַטער

מאַנגערס "בוך פֿון גן־עגן" אין אַ נײַעם פּעטערבורגער טעאַטער

דאָס פּעטערבורגער קולטורעלע לעבן איז געוואָרן רײַכער צוליב אַ נײַעם קולטור־רוים: דעם 9טן פֿעבואַר, 2025, האָט זיך אין דער שטאָט געעפֿנט דער ייִדישער "ראַזנאָטשינאַיאַ־טעאַטער" בראָש מיטן רעזשיסער לעאָניד קאָלטאָן, געשאַפֿן אַ דאַנק דעם חסד־צענטער "חסד אַבֿרהם" אויפֿן שטח פֿונעם ייִדישן קולטורעלן צענטער "יסוד". אַזוי ווי אַ סך אַנדערע טעאַטערס אין רוסלאַנד, טראָגט ער דעם נאָמען פֿון דער גאַס, וווּ ער געפֿינט זיך. דעם 25סטן פֿעברואַר איז דאָרט פֿאָרגעקומען אַ ספּעקטאַקל־קאָנצערט פֿונעם "פּאָסט־טראַוומאַטישן טעאַטער" נאָך איציק מאַנגערס ראָמאַן "די וווּנדערלעכע לעבנס־באַשרײַבונג פֿון שמואל־אַבא אַבערוואַ" אָדער "דאָס בוך פֿון גן־עדן". צום ערשטן מאָל איז ער אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף רוסיש מיט איבער אַ יאָר צוריק.

סאָניאַ דימשיץ

די דראַמאַטורגין און רעזשיסערין סאָניאַ דימשיץ, וואָס פֿירט אָן מיטן "פּאָסט־טראַוומאַטישן טעאַטער", האָט אונדז צוגעשיקט בילדער פֿונעם ספּעקטאַקל און איבערגעגעבן, אַז איר קאָלעקטיוו שפּילט אינעם "ראַזנאָטשינאַיאַ־טעאַטער" אַלס "תּושבֿים", נאָר טרעט אויך אַרויס אין אַנדערע מקומות. "מיר זענען נע־ונדניקעס, וואָס וואַנדערן פֿון אָרט צו אָרט". דעם 19טן מאַרץ וועט איר טרופּע ווידער פֿאָרשטעלן "דאָס בוך פֿון גן־עדן" אויף דער זעלבער בינע.

מאַנגערס בוך, אָנגעשריבן אין 1939, איז אַ גרויסער שעדעווער פֿון ייִדישער ליטעראַטור – אַ מין אַפּאָקריף, וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף דער פֿילאָסאָפֿישער סאַטירע פֿונעם 18טן יאָרהונדערט און אויף די טראַדיציעס פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער פּוילישער קאַבאַרע. אין 2008 האָט דער טאַטע פֿון דער רעזשיסערין, דער באַקאַנטער ייִדיש־פֿאָרשער ד״ר וואַלערי דימשיץ, אַרויסגעגעבן אין פּעטערבורג זײַן פּרעכטיקע רוסישע איבערזעצונג פֿונעם דאָזיקן ווערק.

איצט (סוף פֿעברואַר) אַנטהאַלט דער רעפּערטואַר פֿונעם "ראַזנאָטשינאַיאַ־טעאַטער" 11 גאַנץ פֿאַרשיידנאַרטיקע ספּעקטאַקלען. אַזוי ווי דער מאָסקווער "שלום" אָריענטירט ער זיך אויף אַן אַלגעמיינעם ברייטן עולם און איז ניט באַגרינדעט בלויז מיט ייִדישער טעמאַטיק.

פֿאָטאָ: פּאָסט־טראַוומאַטישער טעאַטער

בערל קאָטלערמאַנס נײַ לידער־בוך אויף ייִדיש

בערל קאָטלערמאַנס נײַ לידער־בוך אויף ייִדיש

בערל קאָטלערמאַנס נײַ לידער־בוך אויף ייִדיש

דעם 19טן פֿעברואַר, 2025, האָט ציקאָ אין ניו־יאָרק אָפּגעמערקט די פּובליקאַציע פֿון בערל קאָטלערמאַנס לידער־זאַמלונג אויף ייִדיש. דער דיכטער האָט אונדז דערציילט די פּרטים וועגן דעם דאָזיקן וויכטיקן געשעעניש. בעת דעם פֿײַערלעכן אָוונט האָט שבֿע צוקער, אַ באַוווּסטע וועטעראַן־אַקטיוויסטקע פֿון ייִדיש, דורכגעפֿירט אַ שמועס מיטן מחבר, און די מוזיקער דבֿורה שטרויס מיט דזשעף וואַרשאַוער זענען אויפֿגעטראָטן מיט אַ קאָנצערט.

בערל קאָטלערמאַן

ד״ר קאָטלערמאַן, אַ פּראָפֿעסאָר און דער ראָש פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון רענאַ קאָסטאַ בײַם בר־אילן־אוניווערסיטעט אין ארץ־ישׂראל, איז באַקאַנט אַלס מחבר און מיט־מחבר פֿון אַ ריי ביכער אויף פֿאַרשיידנאַרטיקע טעמעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש און ייִדיש־קולטור: למשל, וועגן ייִדישע שטודיעס אויפֿן ווײַטן מיזרח, דער באַהאַלטענער השפּעה פֿון שלום־עליכמען אויף פֿריִיִקע ייִדישע פֿילמען און דער "באַוהאַוס"־אַרכיטעקטור אין ביראָבידזשאַן. קאָטלערמאַן האָט אויך אַרויסגעגעבן פֿיר ביכער פּראָזע אויף ייִדיש. דאָס נײַע לידער־זאַמלונג, וואָס הייסט "תּקיעת־כּף: דיפּטיכלעך" איז אָנגעשריבן אין אַן אומגעוויינטלעכן סטיל: אַלע לידער זענען גרופּירט פּאָרנווײַז; יעדע פּאָר שילדערט צוויי אַספּעקטן פֿונעם זעלבן מאָטיוו.

די "צענטראַלע ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציע" (ציקאָ) איז געגרינדעט געוואָרן אין 1938 דורך אַ ריי אָנגעזעענע אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער און שפּראַך־אַקטיוויסטן. אין איר בלי־תּקופֿה האָט זי זיך צעצווײַגט איבער אַ סך שטאַטן און אין אַרגענטינע. צווישן די ווערק, וואָס זי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, זענען געווען אַזעלכע באַרימטע מחברים, ווי דער נאָבעל־לאַורעאַט יצחק באַשעוויס.

פֿאָטאָ: בערל קאָטלערמאַן

בערלין: אַן אָװנט פֿון ליבע־פּאָעזיע אױף ייִדיש

בערלין: אַן אָװנט פֿון ליבע־פּאָעזיע אױף ייִדיש

בערלין: אַן אָװנט פֿון ליבע־פּאָעזיע אױף ייִדיש

דעם 13טן פֿעברואַר, 2025, האָט Yiddish.Berlin, אַן אומפֿאָרמעלע גרופּע פֿון בערלינער ייִדישיסטן, געפּראַװעט דעם וואַלענטין־טאָג מיט אַ פּאָעזיע־אָװנט אונטערן נאָמען "ליבעבריװ". איז דאָס אַ ייִדישע זאַך – צו פּראַװען אַזאַ חגא? אָשן עװאַנז שאַרמאַ, אַ ייִדיש־לערער פֿון ענגלאַנד, און מישעל בערנשטײן, אַן אָרטיקע ייִדיש־פֿאָרשערין, װעלכע האָבן צוגעטראַכט די אידעע פֿון דער אונטערנעמונג, זענען איבערגעצײַגט, אַז דווקא יאָ.

מע האָט פֿאָרגעלײענט אַ סך לידער אױף ייִדיש – בעיקר גאַנץ פֿרישע, ווי אױך פֿון באַקאַנטע מאָדערניסטישע ייִדישע דיכטערינס. פּאָעטישע און מוזיקאַלישע אונטערנעמונגען זענען אַ געװײנטלעכער זשאַנער פֿון דער גרופּע; שוין איבער פֿינף יאָר אָרגאַניזירט זי אַ סך ענלעכע אָװנטן.

אַ פּאָר ווערטער וועגן די מחברים:

דזשײק שנײַדער – זייער אַ בערלינער דיכטער. זײַן פּאָעזיע איז אָנגעפֿילט מיט פֿאַנטאַסטישע מאָטיװן און שפּילן מיט פֿאָרמעלע שפּראַך־פּיטשעווקעס.

יעל מערליני – אַן איטאַליענישע דיכטערין, װאָס האָט אָנגעהױבן שרײַבן אױף ייִדיש מיט צװײ יאָר צוריק. זי שרײַבט מיסטיש־עראָטישע לידער פֿול מיט שאָטנדיקע און סענסועלע אימאַזשן.

דזשאָרדאַן לי שנײ – װי מערליני, שױן באַקאַנט אַלס דיכטער אױף אַן אַנדער שפּראַך – ענגליש. אַחוץ אייגענע לידער, האָט ער פֿאָרגעלײענט צװײ לידער פֿון דבֿורה פֿאָגעל. ער זעצט זי איבער אױף ענגליש און איז געװען דער רעדאַקטאָר פֿון אירע זאַמלונגען אין שפּאַנישער און פּאָרטוגעזישער איבערזעצונג.

עס זענען אויך אויפֿגעטראָטן צוויי דעביוטאַנטקעס. לויִזע פֿאַקלער, אַ מוזיקערין און היסטאָריקערין, האָט צום ערשטן מאָל פֿאָרגעלייענט איר אײגן ייִדיש ליד. דאַריאַ מאַ, אַ דיכטערין, װאָס שרײַבט לידער אויף רוסיש און עקספּערימענטירט אױך מיט מיש־שפּראַכיקער פּאָעזיע, האָט אויך פּרעזענטירט אַ ליד, וואָס זי האָט אָנגעשריבן אינגאַנצן אױף ייִדיש ספּעציעל פֿאַרן אָװנט.

וואָס שייך מיר – קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ – וועל איך דאָ װעגן מײַנע אײגענע לידער נישט רעדן. איר קענט זײ איבערלײענען אויף אָט דעם לינק צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע טעקסטן פֿון דעם וואַלענטין־אָוונט.

צװישן די טעקסטן האָט זיך אויפֿן אָוונט אויך געהערט מוזיק. דער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקער זשעניאַ אָקס האָט אויסגעשפּילט זײַנע קאָמפּאָזיציעס אױף די װערק פֿון ציליע דראָפּקין, איציק מאַנגער און אַלכּסנדר בײדערמאַן.

דער אָװנט איז פֿאָרגעקומען אין דער קאַפֿע "שאַגאַל". ס׳איז געװען אַ מין עפֿענונג פֿון אַ נײַעם סעזאָן ייִדיש־אונטערנעמונגען. אין מערץ הײבט אָן די גרופּע דעם נײַעם פּראָעקט "נו? ייִדיש אין אַלע קונסט־פֿאָרעמס", קורירט פֿון דזשײק שנײַדער. עס װעט אויך פֿאָרקומען אַ סעריע "אָפֿענע מיקראָפֿאָנען" פֿאַר יעדן, װאָס שאַפֿט קונסט־ווערק אױף ייִדיש אין בערלין.

פֿון קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ (בערלין)

פֿון דער וועבזײַט־רעדאַקציע:

מיר האָבן שוין עטלעכע מאָל געשריבן וועגן דער טעטיקייט פֿון Yiddish.Berlin און אין 2023 פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דער בערלינער דיכטערין און ייִדיש־אַקטיוויסטקע קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ, באַגלייט מיט אַ צאָל אירע לידער, וואָס דער דיכטער יואל מאַטוועיעוו האָט אויך איבערגעזעצט אויף רוסיש. ווינטשן מיר איר און אַלע אַנדערע בערלינער ייִדישיסטן אַ סך מזל און הצלחה!

בילדער: אַרנדט בעק

ייִדיש־קולטור שטודירט אינעם באַרד־קאָלעדזש

ייִדיש־קולטור שטודירט אינעם באַרד־קאָלעדזש

ייִדיש־קולטור שטודירט אינעם באַרד־קאָלעדזש

פּראָפֿ׳ צירל־אסתּר קוזניץ

פּראָפֿ׳ צירל־אסתּר קוזניץ, וואָס פֿירט אָן מיט ייִדישע שטודיעס אינעם באַרד־קאָלעדזש, האָט באַהאַנדלט איר טעטיקייט מיט די פֿאַרוואַלטער פֿון אונדזער פּראָיעקט, געוווּנטשן אונדז אַל־דאָס בעסטע און דערציילט וועגן איר רעגולערן אוניווערסיטעט־קורס, וואָס הייסט "ייִדיש־קולטור". דער עצם־נאָמען און דער תּוכן שטימען מיט אונדזער אייגענער מיסיע. דער קורס נעמט אַרום די געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, די היסטאָרישע סטאַטוס־אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש, זײַן ראָלע אינעם ייִדישן לעבן זינט דער מיטל־עלטער ביזן הײַנטיקן טאָג. די פּראָפֿעסאָרין פֿירט ייִדיש־לימודים אויף אַלע מדרגות – פֿון אָנהייבער ביז די סאַמע פֿאָרגעשריטענע.

דער באַרד־קאָלעדזש איז אַ פּריוואַטער הומאַניטאַרער אוניווערסיטעט אין אַנענדייל־אויף־האָדסאָן (שטאַט ניו־יאָרק). די אינסטיטוציע לייגט פֿאָר באַקאַלאַווראַט־ און גראַדויִר־פּראָגראַמען. "באַרד" איז פֿאַרבונדן מיט ייוואָ, לכתּחילה גערינדעט אינעם יאָר 1925 אין ווילנע ווי דער ערשטער וויסנשאַפֿטלעכער אַנשטאַלט, וואָס פֿאָרשט ייִדיש און דאָס אַשכּנזישע ייִדנטום. ווי באַקאַנט, בלײַבט ער, איצט מיטן צענטער אין ניו־יאָרק, איינער פֿון די חשובֿסטע פֿאָרש־צענטערס פֿאַר ייִדיש אין דער וועלט.

קוקט פּראָפֿ׳ קוזניצעס שמועס אויף ענגליש מיטן ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, וווּ זי דערציילט וועגן אירע מיזרח־אייראָפּעיִשע וואָרצלען, דעם דאָקטאָראַט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִוואָ, איר פּערזענלעכער דעה מכּוח דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש, און נאָך.

בערנשטיינס און פּיזאַרס "קדיש" אין קאַרנעגי־האָל

בערנשטיינס און פּיזאַרס "קדיש" אין קאַרנעגי־האָל

בערנשטיינס און פּיזאַרס "קדיש" אין קאַרנעגי־האָל

בערנשטיינס סימפֿאָניע "קדיש", 29טער יאַנואַר 2025 ,פֿאָטאָ־קרעדיט: פֿאַדי כייר


דעם 29טן יאַנואר 2025, לזכּרון דעם 80סטן יאָרטאָג פֿון אוישוויץ־באַפֿרײַונג, האָט דער ניו־יאָרקער קאַרנעגי־האָל פּרעזענטירט לעאָנאַרד בערנשטיינס כאָראַלע סימפֿאָניע "קדיש" מיט שמואל פּיזאַרס ליברעטאָ "אַ דין־תּורה מיטן רבונו־של־עולם". ווי באַקאַנט, זענען אין אוישוויץ פֿאַרטיליקט געוואָרן הונדערטער טויזנטער ייִדיש־רעדער, ממילא איז די באַפֿרײַונג פֿונעם דאָזיקן שוידערלעכן טויט־לאַגער גאָר אַ וויכטיקע דאַטע פֿאַר אונדזער פֿאָלק און קולטור.

שמואל פּיזאַר (1929 – 2015) איז געווען אַ פּויליש־אַמעריקאַנער אַדוואָקאַט און שרײַבער, אַ ייִד פֿון שארית־הפּליטה, וועלכער האָט על־פּי־נס איבערגעלעבט אַזש זעקס טויט־לאַגערן: מײַדאַנעק, בליזשין, אוישוויץ, זאַקזענהאַוזען, אָראַניענבורג און דאַכאַו. לויט זײַנע ווערטער, האָט בערנשטיין (בערנסטין) אים אַליין פֿאָרגעלייגט אָנצושרײַבן די ליברעטאָ, ווײַל פּיזאַר, אַ ניצול־געוואָרענער פֿונעם חורבן, וואָלט געקאָנט אַרײַנברענגען אין דער סימפֿאָניע אַ מער אויטענטישע שטים.

שמואל פּיזאַר

אַחוץ דעם אָרקעסטער, כאָר און פֿירנדיקן סאָפּראַנאָ־סאָלאָ איז אין דער סימפֿאָניע־פּאַרטיטור פֿאַראַן אַ ספּעציעלער פֿאָרלייענונג־טייל; לויט פּיזאַרס צוואָה, מעגן נאָך זײַן פּטירה זי אויספֿירן רק זײַנע קרובֿים. דעם אָוונט האָט געעפֿנט דער געוועזענער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר ענטאָני בלינקען. ער האָט אַרויסגעפֿירט אויף דער סצענע זײַן מאַמע יהודית (דזשודיט) מיט זײַן שוועסטער לאה, און דערציילט וועגן דעם גורל פֿון זײַן שטיף־טאַטן – שמואל פּיזאַר, וועמענס משפּחה איז אומגעקומען בעת דעם ייִדן־חורבן. בלינקען האָט דערמאָנט דעם עולם, ווי וויכטיק עס איז אָפּצוהיטן די טראַדיציע און צו באַקעמפֿן פֿאַשיזם מיט אַנטיסעמיטיזם.

לעאָנאַרד בערנשטיין


אויפֿן הזכּרה־קאָנצערט האָט דער דיריגענט דזשיימס קאָנלאָן אָנגעפֿירט מיטן אָרקעסטער פֿון סיינט ליוקס קלויסטער, צו וועלכן עס האָבן זיך צוגעשלאָסן דער פֿעסטיוואַל־כאָר פֿונעם באַרד־קאָלעדזש, דער ברוקלינער יוגנט־כאָר און די סאָפּראַנאָ־זינגערין דיאַנאַ ניומאַן. יהודית און לאה פּיזאַר האָבן געלייענט דעם טעקסט.

דער גרעסטער ניו־יאָרקער קאָנצערט־זאַל איז געווען אינגאַנצן געפּאַקט; דעם עולם האָט אָפּגעשאַצט די הזכרה־אונטערנעמונג מיט לאַנגע אָוואַציעס. עס זענען בײַגעווען אָנגעזעענע דיפּלאָמאַטן, רעליגיעזע פֿיגורן און כּלל־טוער.

בערנשטיינס סימפֿאָניע "קדיש", 29טער יאַנואַר 2025 ,פֿאָטאָ־קרעדיט: פֿאַדי כייר

"ווינטער־שול פֿון איבערזעצונג" 2025

"ווינטער־שול פֿון איבערזעצונג" 2025

"ווינטער־שול פֿון איבערזעצונג" 2025

אין דער יערלעכער פּראָגראַם פֿון דער "ווינטער־שול פֿון איבערזעצונג" בײַם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט, וועלכע איז דורכגעפֿירט געוואָרן דעם 24סטן און 25סטן יאַנואַר 2025, איז אַרײַן אַ דרײַ־שעהיִקע ייִדיש־סעקציע. די דאָזיקע אינטערנאַציאָנאַלע אָנלײַן־פּראָגראַם איז געגרינדעט געוואָרן אין 2020.

די לעקציעס פֿונעם דיכטער יואל מאַטוועיעוו און דער פֿילאָלאָגין אָלגאַ מאַטוויִענקאָ זענען געווען געווידמעט פֿאַרשיידענע קינסטלערישע און לינגוויסטישע אַספּעקטן פֿון איבערזעצן ייִדישע דיכטונג. איינער פֿון די עיקר־טעמעס, וואָס ביידע לעקטאָרן האָבן באַהאַנדלט, איז געווען אַ זאַמלונג פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיע מיט פּאַראַלעלע רוסישע איבערזעצונגען, וואָס ווערט איצט געגרייט צום דרוק בראָש מיטן מאָסקווער פֿאַרלעגער באָריס זײַטשיק.

די לינגוויסטין ליובאָוו לאַווראָוואַ האָט דערציילט וועגן איר פּראַקטישער דערפֿאַרונג בעתן צונויפֿשטעלן נײַעס און אַנאָנסן אויף ייִדיש אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", ווי אויך וועגן איר אַרבעט איבער אַן אַרטיקל אינעם צוויי־שפּראַכיקן ייִדיש־רוסישן אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן", וואָס איז אַרויס גלײַך אויף ביידע שפּראַכן. בײַם צוגרייטן די טעקסטן זעצט לאַרוואָוואַ איבער פֿאַרשיידענע היסטאָרישע און קולטורעלע מאַטעריאַלן פֿון עטלעכע לשונות אויף ייִדיש.

דער זשעני פֿון אַ שטעטל

דער זשעני פֿון אַ שטעטל

דער זשעני פֿון אַ שטעטל

גריגאָרי אילוגדינס דאָקומענטאַר "דער זשעני פֿון אַ שטעטל" וועגן דעם באַרימטן סקולפּטאָר מאַרק (מרדכי) אַנטאָקאָלסקי קאָן מען פֿון איצט אָן זען אָפֿן אויף דער אינטערנעץ מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. אַ וויכטיקער טייל פֿונעם פֿילם באַשטייט פֿון דרײַ־דימענסיאָנעלע אַנימאַציעס אויפֿן ליטווישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש. דער רעזשיסאָר דריקט אויס זײַן גרויסע הכּרת־הטובֿ די פֿונדאַציעס Heritage Projects Foundation (פֿש״אַ) און Yiddish Heritage Preservation Foundation (ישׂראל) פֿאַרן אונטערשטיצן דעם קינאָ־פּראָיעקט.

אילוגדין ווינטשט אַל־דאָס בעסטע אונדזער וועבזײַט און אַנדערע פּראָיעקטן, וואָס ווערן אויך געשטיצט דורך די זעלבע צוויי פֿונדאַציעס. דער דאָקומענטאַר איז מיט דערפֿאָלג געוויזן געוואָרן אויף דער טעלעוויזיע. באַלד נאָך דער פּרעמיערע האָט דער ביראָבידזשאַנער קאַנאַל "ביראַ", וואָס לאָזט כּסדר אַרויס פּראָגראַמען אויף ייִדיש און וועגן ייִדיש, דורכגעפֿירט אַ שמועס מיטן שעף־רעדאַקטאָר פֿון אונדזער וועבזײַט, דעם דיכטער און שרײַבער יואל מאַטוועיעוו, וועלכער האָט איבערגעזעצט די דיאַלאָגן אינעם דאָקומענטאַר דווקא אויפֿן ליטווישן דיאַלעקט – דאָס מאַמע־לשון פֿונעם ווילנער ייִד מרדכי אַנטאָקאָלסקי – און אָרגאַניזירט די אוידיאָ־רעקאָרדירונג מיט זײַנע פּעטערבורגער קאָלעגן.

אינגיכן פּלאַנירן מיר צו עפֿענען אַ נײַע סעקציע אויף אונדזער וועב־פּאָרטאַל, געווידמעט פֿאַרשיידענע פֿילמען אויף ייִדיש אָדער פֿאַרבונדענע מיט דער ייִדישער שפּראַך. פֿאָלגט אונדזערע נײַעס!

דער זשעני פֿון אַ שטעטל

אַ דאָקומענטאַר וועגן דעם גרויסן רוסיש־ייִדישן סקולפּטאָר מאַרק אַנטאָקאָלסקי (1843 – 1902)

פּראָדוסער: מאַרק זילבערקוויט
רעזשיסאָר: גריגאָרי אילוגדין

© Grigfilm Production 2024

געשטיצט דורך Heritage Projects Foundation (פֿש״אַ) און Yiddish Heritage Preservation Foundation (ישׂראל)

באָריס סאַנדלער און דניאל גלאַי געווינען דעם "רובינליכט־פּריז"

באָריס סאַנדלער און דניאל גלאַי געווינען דעם "רובינליכט־פּריז"

באָריס סאַנדלער און דניאל גלאַי געווינען דעם "רובינליכט־פּריז"

צוויי באַוווּסטע ייִדיש־טוער, באָריס סאַנדלער און דניאל גלאַי, האָבן געוווּנען דעם יערלעכן פּריז פֿון דער פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון אַנאַ און לייב רובינליכט פֿאַר זייער אויסגעצייכנטן צושטײַער אין דער ייִדישער ליטעראַטור. די באַלוינונג־צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען דעם 16סטן דעצעמבער, 2024, אינעם תּל־אָבֿיבֿער ייִדיש־צענטער "לייוויק־הויז" און איז געוויזן געוואָרן לעבעדיק אויף דער אינטערנעץ.

אַחוץ זייערע אייגענע ווערק אויף ייִדיש, זענען ביידע לאַורעאַטן במשך פֿון אַ סך יאָר באַשעפֿטיקט אינעם רעדאַגירן און אַרויסגעבן ביכער אויף דער ייִדישער שפּראַך, ווי אויך מיט דער שײַכותדיקער בילדונג־ און אויפֿקלערונג־טעטיקייט. גלאַי, דער פֿאָרזיצער פֿונעם "לייוויק־הויז", איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1945 אין אַרגענטינע. ער איז אויך וועלט־באַקאַנט אַלס קאָמפּאָזיטאָר. סאַנדלער, דער געוועזענער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער צײַטונג "פֿאָרווערטס", איז געבוירן געוואָרן אין 1950 אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. איצט פֿירט ער אָן מיטן חודשלעכן אינטערנעץ־זשורנאַל "ייִדיש־בראַנזשע". 

ייִדישלאַנד: נומער 25

ייִדישלאַנד: נומער 25

ייִדישלאַנד: נומער 25

דער נײַער 25סטער נומער פֿונעם קוואַרטאַל־זשורנאַל "ייִדישלאַנד", וואָס גייט אַרויס מיט פּאַראַלעלע טיראַזשן אין ישׂראל און שוועדן, איז געווידמעט איינעם פֿון זײַנע רעדאַקטאָרן, מיכאל פֿעלזענבאַום, וועלכער האָט ניט לאַנג צוריק באַקומען אַ פּרעמיע "פֿאַר לעבנס־דערגרייכונגען" אַלס ליטעראַט פֿון דער ישׂראלדיקער "נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש־קולטור".

דער זשורנאַל אַנטהאַלט עטלעכע עסייען פֿון באַקאַנטע ייִדיש־מומחים, וווּ עס ווערן אַנאַליזירט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון פֿעלזענבאַומס פּראָזע, פּאָעזיע און דראַמאַטורגיע. עס ווערן אויך פֿאָרגעשטעלט זײַנע נײַע ווערק. צווישן פֿאַרשיידן־אַרטיקע ליטעראַרישע, פֿילאָלאָגישע און היסטאָרישע מאַטעריאַלן זענען אינעם קוואַרטאַלניק פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ ריי לידער פֿון יעל מערליני – אַ יונגע דיכטערין, געבוירן אין איטאַליע, וואָס וווינט אין בערלין און שרײַבט לידער אויף ייִדיש.

דער ניו־יאָרקער ייִדיש־פֿעסטיוואַל – 2024

דער ניו־יאָרקער ייִדיש־פֿעסטיוואַל – 2024

דער ניו־יאָרקער ייִדיש־פֿעסטיוואַל – 2024

דער ניו־יאָרקער "העברעיִשער פֿאַראיין־קאָלעדזש" ("היברו יוניאָן קאָלעדזש") גרייט זיך צום יערלעכן ייִדיש־פֿעסטיוואַל, וואָס וועט דורכגעפֿירט ווערן פֿונעם 21סטן ביזן 26סטן דעצעמבער 2024. אין דער פּראָגראַם וועלן אַרײַן צענדליקער אונטערנעמונגען: קאָנצערטן מיט וועלט־באַרימטע מוזיקער און זינגער פֿון ייִדישע לידער, לעקציעס פֿון גרויסע געלערנטע וועגן דער ייִדישער שפּראַך, איר געשיכטע און איר ליטעראַטור, מוזיק־לימודים, וואַרשטאַטן פֿאַר זינגערײַ און פֿאָלק־טענץ, פֿילמען אויף ייִדיש, אאַז״וו. די פּראָגראַמען וועלן אויך פֿאָרגעשטעלט ווערן אָנלײַן.

לויט די אָרגאַניזאַטאָרן, איז Yiddish New York דער גרעסטער פֿעסטיוואַל פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ייִדיש־קולטור און ייִדיש־מוזיק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אויף זייער וועבזײַט קאָן מען אויסגעפֿינען די פּרטים און קויפֿן די בילעטן.