באָריס סאַנדלער: מוזיק
וועגן אונדז
וועגן אונדז
דער צוועק פֿון אונדזער פּראָיעקט איז אָפּצוהיטן די ייִדיש־קולטור און צו פֿאַרזיכערן איר ווײַטערדיק גליקלעך לעבן. דער פּראָיעקט אַנטוויקלט זיך אין עטלעכע לענדער אונטערן דאַך פֿון צוויי פֿונדאַציעס: Heritage Projects Foundation (די פֿאַראייניקטע שטאַטן) און Yiddish Heritage Preservation Foundation (ישׂראל).
ייִדיש איז די טראַדיציאָנעלע שפּראַך פֿון אַשכּנזישע ייִדן, וואָס האָבן במשך פֿון דורות באַזעצט אַ ריזיקן שטח אין עטלעכע אייראָפּעיִשע לענדער. דאָס דאָזיקע "לאַנד פֿון ייִדיש", צעשטערט בעת דעם נאַצי־חורבן, רופֿט מען הײַנט אָן ייִדישלאַנד. איינער פֿון אונדזערע צוועקן איז צו פֿאַרברייטערן די גרענעצן פֿונעם הײַנטיקן, אין אַ גרויסער מאָס ווירטועלן ייִדישלאַנד: די אינטערנאַציאָנאַלע נעץ פֿון שפּראַך־ליבהאָבער און אַקטיוויסטן, צו שאַפֿן אַ נײַע פּלאַטפֿאָרמע פֿאַר ייִדיש־שטודיעס און שעפֿערישקייט אויפֿן דאָזיקן לשון.
דער אויטאָר פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט און דער גרינדער פֿון ביידע פֿונדאַציעס איז ד״ר מאַרק זילבערקוויט – אַ כּלל־טוער, מחבר און אַרויסגעבער פֿון ביכער אויף קונסט־טעמעס. לויט זײַן רעיון, באַשטייט דער פּראָיעקט פֿון דרײַ אַספּעקטן: פֿאָרשונג, בילדונג און דערציִונג אָדער באַגײַסטערונג.
דער ערשטער אַספּעקט נעמט אַרײַן די פֿאָרשונג און אָפּהיטונג פֿון אַרכיוו־דאָקומענטן, ליטעראַרישע און מוזיקאַלישע ווערק, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדיש־קולטור, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע ניט לאַנג צוריק אַנטדעקטע אוצרות, וואָס ביז לעצטנס האָט מען געמיינט, אַז זיי זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. צו מאַכן זיי צוטריטלעך פֿאַר שטודיעס, אַרײַנצוהויכן אין זיי אַ נײַ לעבן, איז אַן עיקרדיקע אויפֿגאַבע פֿונעם פּראָיעקט.
דער צווייטער אַספּעקט האָט צו טאָן מיטן אָרגאַניזירן בילדונג־פּראָגראַמען, שרײַבן אַנטאָלאָגיעס און הילף־מאַטעריאַלן, פּאַפּירענע צי עלעקטראָנישע, וואָס זאָלן שאַפֿן אַ בילדונג־יסוד פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער ייִדיש־קולטור און אירע וויכטיקסטע אויסדרוקן. צו פֿאַרעפֿנטלעכן געזאַמלטע ווערק פֿון ייִדישע מחברים, וויסנשאַפֿטלעכע און ליטעראַרישע אויסגאַבעס, צו שטיצן שעפֿערישע טעטיקייט אויף ייִדיש, צו אָרגאַניזירן מוזיק־פֿעסטיוואַלן, קונסט־אויסשטעלונגען און קאָנפֿערענצן איז אויך אונדזער גרויסע אויפֿגאַבע.
דער דריטער אַספּעקט איז דערציִונג און אינספּיראַציע. מע מוז אַרויסרופֿן בײַם יונגן דור אַן אינטערעס צו דער ייִדיש־קולטור, ער זאָל זיך פֿאַראינטערעסירן אין איר אָפּהיטונג און ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג. דאָס הייסט: לערנען ייִדיש ווי אַ שפּראַך, אַרבעטן מיט אַרכיוו־דאָקומענטן, דורכפֿירן מוזיקאַלישע אונטערנעמונגען אאַז״וו. דאָס איז אונדזער סאַמע וויכטיקסטע אויפֿגאַבע.
איין פֿאָרלויפֿיקער רעזולטאַט פֿון דער טעטיקייט, וואָס די דערמאָנטע פֿונדאַציעס פֿירן דורך, איז אָט דער וועב־פּאָרטאַל, וואָס שטרעבט צונויפֿצוזאַמלען כּלערליי אינפֿאָרמאַציע וועגן אַלץ, וואָס ס׳טוט זיך הײַנט אין דער וועלט אין שײַכות מיט דער ייִדיש־קולטור און ייִדיש־בילדונג. די דאָזיקע וועבזײַט איז ניט אַ צוועק פֿאַר זיך, נאָר אַ מיטל פֿאַרן פֿאַרווירקלעכן אַ ריי אַנדערע פּראָיעקטן פֿון אונדזערע צוויי חסד־פֿונדאַציעס. זייער ציל איז אָפּצוהיטן און שטודירן די ייִדיש־קולטור סײַ אויף דער אינטערנעץ, סײַ אין פֿיזישע ערטער.
אונדזער איצטיקע אָנגייענדיקע פּלענער נעמען אַרום דאָס פֿאָלגנדיקע:
• בילדונג: צו שטיצן די שטודיעס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און איר קולטור. דאָס נעמט אַרײַן די אָרגאַניזאַציע און שאַפֿונג פֿון בילדונג־רעסורסן, אַדרעסירט צו פֿאַרשיידענע עלטער־גרופּעס און אַקאַדעמישע מדרגות.
• אָרגאַניזאַציע און דורכפֿירונג פֿון וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענצן און פֿעסטיוואַלן.
• מיטאַרבעט מיטן תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט אויפֿן סמך פֿונעם שוין אונטערגעשריבענעם אָפּמאַך אין אַ ברייטן קרײַז געביטן, קודם־כּל וואָס שייך סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן, וואָס זענען גרייט צו שטודירן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדיש־קולטור, ווי אויך וואָס שייך נײַע צווישן־דיסציפּלינערע פֿאַרבינדונגען אינעם בילדונג־פּראָצעס.
• פֿאָרשערישע אַרבעט אין פּריוואַטע און עפֿנטלעכע אַרכיוון: צו זוכן און פֿאָרשן די דאָקומענטן, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט די מוזיקאַלישע און קינסטלערישע אַספּעקטן פֿון דער ייִדיש־קולטור. אין אַ סך פֿאַלן קאָן דאָס זיי אָפּראַטעווען פֿון פֿאַרגעסעניש.
• צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון אַמאָליקע גרויסע פּערזענלעכקייטן, פֿון זייער לעבן און טעטיקייט. ווי אַן אָנהייב־פּראָיעקט האָבן מיר אויסגעקליבן די פֿיגור פֿון שלום־עליכמען. אונדזער פּלאַן לגבי אים נעמט אַרום דאָס פֿאָלגנדיקע:
• אויפֿצושטעלן אַ דענקמאָל לכּבֿוד דעם דאָזיקן גרויסן שרײַבער אויפֿן שטח פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. די אַרבעט איבערן דענקמאָל אַליין איז שוין פֿאַרענדיקט;
• אײַנצואָרדענען – צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע – אַ ליטעראַרישע פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכם פֿאַר יונגע מחברים, וואָס שרײַבן אויף ייִדיש, און אַ שטיצע־פּרעמיע פֿאַר סטודענטן, וואָס שטודירן זײַנע ווערק;
• אָנצוהייבן די אַרבעט איבער דער פֿולער דיגיטאַליזאַציע פֿון שלום־עליכמס אַרכיוון, וואָס געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע לענדער, אַרײַנגערעכנט די גרעסטע זאַמלונג אין ישׂראל.
• צו עפֿענען אַ נײַעם ייִדיש־צענטער אין ירושלים. אַזאַ אַנשטאַלט קאָן ווערן אַן אָרט פֿאַר רעגלמעסיקע קולטורעלע אונטערנעמונגען. ער קען אויך פֿונקציאָנירן ווי אַ בילדונג־ און לעקציע־צענטער מיט אַ ביבליאָטעק און, אפֿשר, אַ קליינעם מוזיי, געווידמעט דער געשיכטע פֿון דער שפּראַך און איר קולטור זינט דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה ביזן הײַנטיקן טאָג.
די אַרבעט איבער אונדזער וועבזײַט האָט זיך נאָר וואָס אָנגעהויבן. מיר האָפֿן, אַז די געזאַמלטע אינפֿאָרמאַציע און רעסורסן וועלן צו נוץ קומען פֿאַר יעדן, וואָס אינטערעסירט זיך מיט דער ייִדישער געשיכטע און קולטור. מיר שטרעבן צוצוגרייטן די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע אויף פֿיר שפּראַכן: ענגליש, ייִדיש, העברעיִש און רוסיש.
באָריס סאַנדלער: איבערזעצונגען
באָריס סאַנדלער: איבערזעצונגען
יוליאַן טובֿימס לידער, איבערגעזעצט פֿון פּויליש אויף ייִדיש דורך באָריס סאַנדלער
צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט דאָ, אויף אונדזער וועבזײַט, דעם 29סטן אָקטאָבער 2022
ציגײַנערשע ביבל
פֿאַר ציגײַנער, וואָס מיינט זי, ציגײַנערשע ביבל?
אויף די דלאָניעס געשריבן, געשעפּטשעט
זאָלן ווײַבער זיך פֿרייען געבענטשטע,
זילבער שײַן פֿון לבֿנהדיק שוויבלען.
ריחות אַלע עס טראָגט ספֿר־גאָרטן:
ביימער רויש און טרעפֿערקעס מורמל,
קבֿר־שאָטן, און צוויי און פֿופֿציק קאָרטן,
שטייט דער טויט אין תּכריכים מאַרמל.
ווער אַנטדעקט האָט דעם ספֿר? חכמים!
זיך געגריבלט אין עבֿר דעם ווײַטן,
סודות בייזע אין וואַנדער אויסמײַדן,
און צום זינען פֿון לעבן אָנקומען.
און די מעשׂה די סטעזשקע דרייט זיך,
אין דער פֿינצטער פֿון קענטעניש פֿירט זי:
ניט מיט לעבן און טויט, נאָר אין צווישן —
אַ געמיש אַ פֿאַרמישטער געדיכטער.
פֿאַלן טרערן אויפֿן ספֿר וואַקסענע,
ווי אַ דונער אָן בליצן אום־ווינטער.
פֿון די טרערן טרוימען צעוואַקסן זיך,
און זיי שורשען אויף זײַטלעך — אַ וווּנדער.
פֿינקלען, שוויבלען און שווינדלען די ווערטער…
ניט צו כאַפּן, וואָס ליגט דאָרט אַזוינס…
אפֿשר פּײַן פֿון פֿאַרשוווּנדענע נעכטער…
…ניט באַשערט, דו הערסט, פּאָעט…
דער ספֿר נעלם איז — אויס.
באָריס סאַנדלער: פּאָעזיע
באָריס סאַנדלער: פּאָעזיע
גאונות
קיין לאַנגע יאָרן איז דעם גאון נישט באַשערט
פֿאַר דעם געבענטשטן צוריר צאָלט מען טײַער,
ווען בײַ דער וואָג דער בורא שטייט און קלערט,
צי ווען דער שׂטן וואַרפֿט שוין האָלץ אין פֿײַער.
ער שטייט, דער בורא, בײַ דער וואָג און וויגט די שאָלן,
ווי אין אַ וויגל, דעם גאונות וויגט,
און אין טאַר־טאַר, דעם וויסטן, שדים שאַלן,
מיט זינדיקע נשמות זיך דערקוויקט.
וואָס האָט אַרײַנגעשעפּטשעט גאָט בײַם האַלטן ווינטשן,
און וווּ דער טײַוול האָט געמאַכט דעם בראָך,
ווען זײַן „עליזע‟ האָט געמאָלט ד׳אַווינטשי,
און זײַן גיהנום האָט געשילדערט באָסך?
צי איז גאונות לכתּחילה גאָטס פּאַטענט?
(קיין גרויסער געבער, ווייסט מען, איז ער נישט);
צי האָט דער שׂטן דאָ צעלאָזט די הענט
און זיך אין דעם געשעפֿט אַרײַנגעמישט?
ווער ווייסט, צי גאָט דעם מלאך האָט געשיקט אין שליחות —
וואָס האָט דאָס „טעלערל‟ דעם מענטש געבראַכט.
צי האָט דער שׂטן אים אַרויסגעגעבן סמיחה
מיט בלוט, ווי ס׳פֿירט זיך, אונטערן קאָנטראַקט.
און אפֿשר אַ געמישטער ענין איז דאָס אַלץ —
אַ שותּפֿות צווישן שׂטן און דעם גאָט:
גאונות שײַנט מיט הימל־ריינעם גלאַנץ,
און פֿינקלט קאַלט, ווי אַ בריליאַנט פֿון בלאָטע.
אויגוסט 2009
דער סדום־מישפּט
(פֿונעם ציקל „אַפּאָקריפֿן‟)
ווער האָט געזאָגט, אַז סדום איז פֿאַרשוווּנדן?
סײַ סדום, סײַ עמורה בליִען מיט פֿרייד.
פֿלאַקערט די פֿאָן, ווי אַ ריין־רעגנבויגן,
שווענקט די קאָלירן אין הימלישער בלאָ.
בלאָזן טרומייטן, די טאַצן דזשים־דזשימדזשען,
רייצט די ידיעה פֿון פּויקן צעפּויקט:
„הײַנט אויפֿן מאַרקפּלאַץ געפֿירט ווערט דער מישפּט,
עמך פֿון סדום טראָגט אַרויס הײַנט דעם פּסק!‟
אָט שלעפּט מען זיי ביידע צום פּלעצל, מלאכים —
די פֿליגלען צעפֿליקט, שוין פֿאַרלוירן דעם גלאַנץ…
שרײַט דער המון, אויפֿגערייצט פֿון דער משקה:
„ווער דאַרף דעם מישפּט — צום תּלין… אַ סוף!‟
„ניין! — שרײַט אַ צווייטער, — ס‘איז פֿאָרט דעמאָקראַטיע,
אויף הפֿקר זיך פֿירן מיט געסט איז ניט שיין!‟
„אין בעטל זיי לייגן, די ביינער אָנברעכן!‟ —
טראָגן זיך קולות פֿון דאָ און פֿון דאָרט.
און צווישן המון, פֿאַררוקט אין אַ ווינקל,
די אויגן באַהאַלטן — דער צדיק אַבֿרהם;
פֿאַרשלאָפֿן די טרעפֿונג — די זונה איז שולדיק,
געטראָפֿן דער רוח, פֿאַרזוכן האַשיש…
און דאָרט, העט־העט אויבן, אין זיבעטן הימל,
דער אייבערשטער זיצט און צעלייגט אַ פּאַסיאַנס.
אַרום די מלאכימלעך זינגען מלאכימדיק:
„לא־תיגנובֿ, לא־תינאף, לא־תירצח — אָמן!‟
יולי 2013
יפֿתּחס טאָכטער
(פֿונעם ציקל „אַפּאָקריפֿן‟)
צומאָל, געשטעלט זיך קעגן גיכן גאַנג פֿון צײַט,
שוין וויסנדיק דעם סוף פֿון דער געשיכטע,
באַצייכן איך אין רוים אַ קרײַז מיט קרײַד
און מיטן מוח־שאַרף איך שנײַד די תּקופֿות שיכטן.
איך טרעף מיט מײַן געזיכט אין לאַנד אַ ווײַטס, אַ ווילדס,
און דאָרט אויף שמאָלער סטעזשקע צו אַ הייל
אַנטקעגן גייט אַ מיידל — שיין ווי פֿון אַ בילד
וואָלט זי אַראָפּ, געמאָלט פֿון גרויסן ראַפֿאַעל.
"ווער ביסטו, מיידל שיינס? פֿון וואָסער שבֿט שטאַמסט?"
און כ'האָב דערהערט, ווי ס'וואָלט אַ טויב אין צויבער לופֿט
געוואָרקט צו מיר, מיט נײַגער אָפּגעסמט:
"כ'בין יפֿתּחס טאָכטער, די ערשטע קום איך אויף זײַן רוף!"
דערהערט די ווערטער אירע, האָט זיך מײַן האַרץ צעוויינט.
וואָס קאָן דען אָבער אויפֿטאָן אַ פּאָעט —
אַליין אַ קלאַנג אַ שיינער פֿון דער כּישוף־פֿלייט,
וואָס הערט זיך קוים־עט אינעם געטלעכן סוזשעט?
האָב איך געשפּילט איר אויף מײַן פֿלייט די גאַנצע נאַכט,
ווי יענער יונג פֿאַרליבטער אויף זײַן האַרף,
און גאָט געבעטן בלויז: "פֿאַרהאַלט אין וועג יפֿתּח,
פֿאַרשפּאַר אים אין אַ קרעטשמע, אין קדחת וואַרף!…"
אָ, גאָט, מײַן גאָט! דו ביסט דער גרעסטער דראַמאַטורג
און דײַן טעאַטער איז די גאַנצע וועלט.
איך וואָלט אַוואַדע דאָרט גענעכטעקט און געטאָגט,
אַ שאָד, אַ גוטער רעזשיסאָר די פּיעסעס דײַנע פֿעלט.
נאָוועמבער, 2009
ליבע־שמות
(פֿונעם ציקל „אַפּאָקריפֿן‟)
דײַן וווּנק כ'האָב אויפֿגעכאַפּט…
ווי אויף אַ שטריקל, קעמל,
צו גניזה דײַנער האָסטו מיך געבראַכט.
פֿון שמות אַלטע האָבן סודות מיר געשעפּט,
געשעפּטשעט אומבאַקאַנטע ווערטער,
און דאָך, ז'פֿאַרשטענדלעך יעדער קלאַנג געווען.
געשוועבט האָט די מוזיק פֿון אונדזער תּענוג,
געאָטעמט האָט צום טאַקט פֿון הענט און פֿיס —
די תּנועות אונדז אַנטפּלעקט פֿון אָדם־חווהן…
דער שאָרך פֿון שמות —
שוין אויסגעלייענטע שורות —
געשויבערט האָט אַ ווינטל אין דער נאַכט.
נאָר מיר, עקשנותדיק, פֿאַרשיכּורט,
געלאָשן ווײַטער האָבן אונדזער דאָרשט.
יולי, 2012, ניו־יאָרק
באָריס סאַנדלער: פּראָזע
באָריס סאַנדלער: פּראָזע
דער קינסטלער און דער שוחט
1
ס'פֿענצטערל האָט פֿון דער ווײַטנס דערמאָנט דאָס באַרימטע בילד פֿונעם מאָלער קאַזימיר מאַלעוויטש „שוואַרצער קוואַדראַט". די שוואַרצקייט האָט עס געמאַכט טיף און סודותדיק, ווי אַ פֿינצטערניש קאָן מאַכן. עס האָט גענאַרט צו זיך אין אַ זוניקן טאָג, עלעהיי אַ ליכטיק פֿײַערל ציט צו זיך צו אַ פֿאַרלוירענעם אין אַ פֿינצטערער נאַכט.
דאָס קוואַדראַטע פֿענצטערל איז געווען דורכגעשניטן אין אַ הילצערנער בודע, אָפּגעקאַלכט פֿון אונטן ביזן דאַך. פּינקטלעכער גערעדט, איז עס געווען נישט סתּם אַ בודע, נאָר אַ שעכטהויז, וואָס איז געשטאַנען אַרײַנגערוקט אין אַ הויף צווישן עטלעכע ליימענע חורבֿות.
פֿון דער רעכטער זײַט, אויף אַ צוואָק איז געהאָנגען אַ קאַרטאָן־שילדל, אויף וועלכן עס זײַנען מיט גרויסע רוסישע קרום־קײַלעכדיקע בוכשטאַבן, געווען אָנגעוויזן די פּרײַזן פֿאַר דער אַרבעט:
קורקאַ [1] — 10 קאָפּיקעס
קאַטשקאַ [2] — 15 קאָפּיקעס
גוסקאַ [3] — 20 קאָפּיקעס
אינדוק [4] — 25 קאָפּיקעס
במשך פֿונעם טאָג פֿלעגן צום שעכטהויז קומען ייִדענעס, גלײַך פֿונעם מאַרק, מיט שווערע קיישלעך אין ביידע הענט. אַרויסגעשלעפּט פֿון אַ קיישל דאָס עוף, מיט געבונדענע פֿיס, האָבן זיי עס צוגעטראָגן צום פֿענצטערל. דעמאָלט פֿלעגן זיך פֿון דער שוואַרצער טיפֿקייט, ווי פֿון אַ נאָרע, אַרויסרוקן צוויי ברייטע דלאָניעס מיט צעשפּרייטע דינע פֿינגער, ענלעך צו אַן אָפֿענעם פּיסק פֿון אַ ווילדער חיה; אַרומגעכאַפּט דאָס באַשעפֿעניש, וואָס האָט געפּרוּווט זיך קעגנצושטעלן מיט אַ פֿויגלשן גוואַלד, איז עס אין איין אויגנבליק אַרײַנגעשלעפּט געוואָרן אין די געדערעם פֿון דער בודע.
דער שוחט שמואל האָט גוט געקענט זײַן מלאָכה: קודם־כּל, פֿאַרבראָכן דעם קרבן די פֿליגלען און, האַלטנדיק אים מיט די פֿיסלעך אַרויף, האָט ער מיט דער צווייטער האַנט עס אָנגעכאַפּט פֿאַרן קעפּל, וואָס האָט זיך נאָך געריסן אַרויף, אומבאַהאָלפֿן געקוואָטשקעט, זיך געבעטן רחמים אויף דער עופֿישער שפּראַך, און אין דעם כאָרכלען פֿאַרכלינעט געוואָרן. שמואל האָט עס דערווײַל פֿלינק אָנגעכאַפּט פֿאַרן שנאָבל מיט צוויי פֿינגער און צוגעטראָגן צו דער האַנט מיט די פֿליגלען. דאָס העלדזל פֿונעם עוף האָט זיך ווייך אויסגעבויגן, נאָכגעבנדיק די פֿעסטע באַוועגונגען פֿונעם שוחט. אָפּגעצופּט פֿונעם האַלדז עטלעכע פֿעדערן, אַקוראַט דאָרט, וווּ ער דאַרף טיף אײַנשנײַדן איין מאָל מיט דער שאַרף, לויט אַלע דינים פֿון שחיטה, האָט דער שוחט זיך אַ צי געטאָן צום חלף, וואָס האָט ביז אַהער גערוט אויפֿן טישל לעבן דער בלעכענער מולטער, איבער וועלכער דאָס קוילען איז פֿאָרגעקומען.
אָפּגעטאָן זײַן אַרבעט און אָפּגעווישט דאָס פֿאַרבלוטיקטע קלינגל אין די פֿעדערן, לייגט שמואל אַוועק דעם חלף אויפֿן פֿריִערדיקן אָרט און הענגט אויף דאָס געקוילעטע עוף פֿאַר די געבונדענע פֿיס אויף אַ האָק איבער דער מולטער, דאָס בלוט זאָל אָפּרינען…
אַ ליכטיקער שטראַל פֿון צײַט, אַ פֿאַרבלאָנדזשעטער שליח פֿון אַן אַנדער תּקופֿה, קוקט אַרײַן דורכן פֿענצטערל אינעם שעכטהויז. אינעם ווינקל טאַפּט ער אָן אַ בלאַסע צורה. אַ ייִנגל פֿון אַן עלף־צוועלף יאָר האָט זיך דאָרט פֿאַרטײַעט. אויף אַ זײַטל פּאַפּיר, אָנגעשפּאַרט די העפֿט אין זײַן ביינערדיקער קני, צייכנט ער מיט אַ בלײַער די אַראָפּהענגענדיקע הון. ברוך־שלמה סוטינס זון, חיימל, האַלט מען אין סמילאָוויטשי פֿאַר אַ מאָדנעם פּאַרשוין. שעהען לאַנג קען מען דאָס בחורל זען זיך אַרומדרייען אינעם מאַרק מיט זײַן העפֿט אונטערן אָרעם. זײַנע אויגן נישטערן, כאַפּן אַרויס פֿון דער האַרבסטיקער פֿילפֿאַרביקייט בערגלעך בולבעס און קרויט, גאָלדענע ציבעלעס, פֿרישע שוועמלעך, אויסגעלייגט אויף די טישלעך קופּקעסווײַז, אָדער שוין אויסגעטריקנט און אָנגעסיליעט אויף לאַנגע דינע שטריק; געלע קאַבאַקלעך און רויטע פּאָמידאָרן, ווי אָנגעפּאָמפּעט מיט בלוטיקן זאַפֿט. דעם סאָרט רופֿט מען טאַקע דאָ אַזוי, „אָקסן־האַרץ". די בעל־מלאָכות ווערן נישט מיד צו לויבן זייער סחורה — פֿעסער און פֿעסעלעך, אויסגעשטעלט ווי סאָלדאַטן אויף אַ פּאַראַד; דאָס ליימענע געפֿעס, די טעפּ און טעפּלעך, רייצן דאָס אויג מיט זייערע בייגעוודיקע ליניעס און רויט־ברענענדיקער נאַקעטקייט. אויך די פּנימער פֿון די פּויערטעס און ייִדישע הענדלערקעס וואַרפֿן זיך אין די אויגן מיט זייער אַנדערשקייט; דאָ און דאָרט שמוגלען דורך די שמאָל־אויגיקע טאָטערישע צורות פֿון דער טאָטערישער מאַהאָלע.
חיימס בליק איז גיריק און הונגעריק. ער שלינגט מיט די אויגן די פּנימער און די סלינע אין מויל; אין בויך בורטשעט, ער איז הײַנט אָפּגעקומען דעם אינדערפֿרי מיט אַ סקאָרינקע ברויט. אפֿשר איז נאָך געבליבן אין קעשענע אַ זשמענקעלע קרישקעס. דער טאַטע, אַ געניטער טאַנדעטניק, האָט אים איבערגענייט די הויזן פֿונעם עלטערן ברודער, אָבער די קעשענעס געלאָזט די אַלטע. ער האָט זיך נאָך געוויצלט, ווי זײַן שנײַדערישער שטייגער איז: „אין גרויסע קעשענעס ווערן פֿאַרלוירן די לעכער‟.
אַ יונגע פּויערטע, דערזעענדיק דאָס ייִדישע ייִנגל, איז איר קורנאָס פּנימל געוואָרן נאָך קײַלעכדיקער פֿאַר פֿרייד. חיים קען זי שוין, זי האַנדל מיט געזײַערטס. זי האָט נישט לאַנג צוריק חתונה געהאַט, און איר מאַן איז אַוועקגעפֿאָרן קיין ווילנע צו פֿאַרדינען אויף אַ נײַער כאַטע. חיים האָט זי שוין צוויי מאָל געמאָלט, אָפּצושיקן דאָס בילד צום מאַן. איצט בעט זי ער זאָל איר מאַכן אַ „מאַליונאַק‟, אַ בילד, הייסט עס, מיטן בויך, דער מאַן זאָל זען, אַז זי איז טראָגעדיק.
— אַ זינדעלע אים צו העלפֿן, — האָט זי זיך אָנגערופֿן, גלעטנדיק זיך דעם סטאַרטשענדיקן בויך, — אָדער אַ מיידעלע מיר אַרויסצוהעלפֿן.
חיים האָט אויפֿגעבלעטערט זײַן העפֿט, אַרויסגעשלעפּט פֿונעם בוזעם אַ בלײַער (אויף דעם טאַטנס קעשענעס פֿאַרלאָזט ער זיך נישט), און גיך אָנגעהויבן צייכענען אויפֿן ווײַסן בייגעלע פּאַפּיר. ס'האָט נישט גענומען לאַנג, האָט ער אַרויסגעריסן פֿון דער העפֿט זײַן צייכענונג און עס דערלאַנגט דער קוואַסניצערין. אַ קוק געטאָן אַ ווײַלע מיטן פֿאַרנייגטן קאָפּ אויף איר „מאַליונאַק‟, האָט זי אים דערלאַנגט אַ געזײַערטע אוגערקע און צוגעגעבן אַ צופֿרידענע:
— דער בויך האָט זיך באַקומען שיין…
חיים האָט ליב צו צייכענען פּנימער. אים איז נישט וויכטיק, צי איז עס אַ ייִדיש פּנים, צי אַ גוייִש. זיי זײַנען לעבעדיק און בײַטן זיך יעדע רגע, אַפֿילו פֿון אַ קליין ווינטל. ווען ער צייכנט זיי, גיך מיטן שוואַרצן שפּיץ פֿון זײַן בלײַער, און זיי פֿאַרבלײַבן אויפֿן בייגעלע פּאַפּיר, צומאָל פֿינף, זעקס אויף איין זײַטל, דאַכט זיך אים, אַז ער האָט געכאַפּט דאָס ווינטל פֿאַר די פֿליגלען. איין אונטערשייד, די ייִדן זײַנען בייז אויף אים; קערעווען פֿון אים דאָס פּנים, טרײַבן: „שייגעץ איינער, דײַן טאַטע האָט דיך נישט געלערנט, אַז מע טאָר קיין מענטשלעכן פּרצוף נישט מאָלן!‟ ער האָט שוין עטלעכע מאָל געקראָגן פּעטש פֿון זײַן טאַטן. בדרך־כּלל, איז ברוך־שלמה נישט קעגן, אַז זײַן זון זאָל צייכענען, כאָטש קיין פּרנסה ברענגט עס נישט. צוריק גערעדט, אויסצולערנען אים אויף אַ שנײַדער, וועט ער קיין גרויסע פֿאַרדינסטן דערפֿון אויך נישט האָבן. שׂרה, חיימס מוטער, האָט געגעבן דעם מאַן אַן עצה, אַז, אויב זייער שלימזלניק איז אַזוי פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון דעם „ריסעווען‟, וואָלט געווען אפֿשר אַ טאָלק אים צו שיקן קיין מינסק זיך לערנען אויף אַ פֿאָטאָגראַפֿטשיק. פֿאָרט נישט קיין שלעכטע פּרנסה.
חיים האָט זיך צוגעאײַלט. זײַן ציל איז געווען די יאַטקע אינעם אַנדערן עק פֿונעם מאַרק־פּלאַץ. כראָמטשענדיק די זויערע אוגערקע, איז ער צוגעקומען צו בערל דעם קצבֿס יאַטקע. דער ריח פֿון פֿריש פֿלייש האָט אַ שלאָג געטאָן אין דער נאָז. חיים האָט אים טיף אַרײַנגעאָטעמט, ווי נאָר פֿונעם ריח אַליין וואָלט ער געקאָנט ווערן זאַט.
בערל דער קצבֿ, אַ מגושמדיקער ייִד מיט קורצע פֿליישיקע הענט און וווּרשטלעך־פֿינגער האָט צעהאַקט אַ טול פֿון אַ קאַלב אויפֿן ברייטן האַקקלאָץ. אויף אַ ברעט, צוגעקלאַפּט צו דער הינטערשטער וואַנט, זײַנען געהאָנגען אויף האָקן שוין אָנגעהאַקטע גרעסערע און קלענערע שטיקער פּרייד און זאָדיק. פֿאָרנט אויפֿן טיש זײַנען אויסגעלייגט געוואָרן גלײַך אויף דער הילצערנער גלאַט־אָפּגעהובלעוועטער אויבערפֿלאַך אָנגעשניטענע פּאַסן פֿלייש, מילץ און לעבער, אַ לעקער [5], באַדעקט מיט אַ קאַלעמוטנעם שוים, און אַ שיסל מיט פּאָטרעכעס. ס'האָט נאָך געצויגן פֿון זיי אַ וואַרעמע פּאַרע.
בערל האָט אויסגעדרייט זײַן שווערן קײַלעכדיקן קאָפּ, ווי אַרײַנגעשטעקט צווישן די אַקסלען. זײַן געלע שיטערע באָרד האָט אַרומגעצוימט נאָר די באַקן. קיין וואָנצעס האָט ער נישט געהאַט, וואָס האָט אים געמאַכט ענלעך צו די אָרטיקע טאָטערן. אָנשטאָט וואָנצעס האָט אויף זײַן הויכער אייבערשטער ליפּ זיך באַזעצט אַ פֿעטע טונקל־ברוינע בראָדיווקע. אָט האָט זי זיך אַ ריר געטאָן און ס'האָט זיך דערהערט אַ הייזעריקער בורטש, אַרויס גלײַך פֿונעם קצבֿס אָנגעבלאָזענעם בויך:
— דאָרט הענגט עס… אין שטאַל…
דורכגעשמוגלט דורך דער הינטערשטער טיר, דערנאָך דורך אַ שמאָל פֿאַרשמוציקט הייפֿל, האָט חיים אַ שטופּ געטאָן די טיר פֿון דער שטאַל. דער סקריפּ פֿון די פֿאַרזשאַווערטע זאַוויסעס, צוזאַמען מיטן בילד, וואָס ער האָט דערזען, האָבן זיך צונויפֿגעשמאָלצן אין זײַן מוח און אַרויסגערופֿן אַ געמיש פֿון שוידער און התפּעלות אין איין צײַט.
מיט עטלעכע טעג צוריק האָט בערל דער קצבֿ געבעטן חיימען אָפּפֿרישן די אַלטע וויוועסקע איבער זײַן יאַטקע. ווען ס'איז געקומען צום לוין, האָט חיים שעמעוודיק געבעטן בערלען, אַז יענער זאָל אים לאָזן אַ קוק טאָן אויף אַן ערשט געקוילעטן קאַלב.
דער קצבֿ האָט אויפֿן ייִנגל אָנגעשטעלט צוויי אויסגעגלאָצטע אויגן.
— און שוין?.. — האָט ער אַ בורטשע געטאָן אויף זײַן אופֿן, און קאַרג צוגעגעבן: — קום זונטיק.
דאָס געקוילעטע קעלבל, צוגעבונדן מיט אַ גראָבן שטריק פֿאַר ביידע הינטערשטע פֿיס צו אַ דריקל אונטערן סאַמע דאַך, האָט דערמאָנט אַן איבערגעקערטן צעכראַסטעטן פּעלץ. די אייבערשטע פֿיס, ברייט צעשטעלט, האָבן ווי געוואָלט אַרומכאַפּן דעם רוים אין זייער לעצטער באַמיִונג זיך צו ראַטעווען. שוין אויסגעטרייבט — חיים האָט פֿריִער געזען די קישקעס ליגן אויפֿן טיש אין דער יאַטקע, — איז דאָס בלוט, ווי רויטע שמאָלע יאַשטשערקעס, אַרויסגעקראָכן פֿונעם איבערגעשניטענעם גאָרגל, זיך צעפּויזעט איבער די באַקן און, אָפּרײַסנדיק זיך פֿון דער בלאַסער אייבערשטער ליפּ, אַרײַנגעפֿאַלן מיט געדיכטע טראָפּנס אין דער אונטערגעשטעלטער שיסל. אַ כאָפּטע פֿליגן האָט זיך חוצפּהדיק געקלעפּט צום פֿאַרבלוטיקטן טול, אָן מורא פֿאַרטריבן צו ווערן.
חיים האָט דערפֿילט, אַז זײַן אייגן בלוט האָט אים אַ שלאָג געטאָן אין די שלייפֿן. ער האָט זיך לײַכט אַ וואַקל געטאָן. נישט אָפּפֿירנדיק די אויגן פֿונעם קעלבל, איז ער ווידער אַרײַן מיט דער האַנט אינעם בוזעם. דאָרט איז געלעגן באַהאַלטן נאָך איין בלײַער — אַ רויטער, וואָס ער האָט אים געהיט פֿאַר אַ ספּעציעלן פֿאַל. הײַנט איז עס, סוף־כּל־סוף, געשען…
ער געדענקט, ווי דער רבי אין חדר האָט איין מאָל געזאָגט: „כי הדם הוא הנפֿש" — און עס פֿאַרטײַטשט: דאָס בלוט איז די נשמה. כּל־זמן עס טריפֿט דאָס בלוט, האָט די לעבעדיקע נשמה נאָך נישט פֿאַרלאָזט דעם גוף. ער האָט זיי געדאַרפֿט זען, די לעצטע רגעס פֿון דער נשמה, וואָס צאַפּלט נאָך אינעם בלוט… אײַ, ווען ער וואָלט איצט געהאַט אמתע איילפֿאַרבן, וואָלט ער אפֿשר געקאָנט אַריבערטראָגן די גוססדיקע נשמה פֿונעם קעלבל אויף אַ לײַוונט, און דערמיט זי פֿאַראייביקן…
מיט יאָרן שפּעטער, אינעם ווײַטן פּאַריז האָט דער מאָלער חיים סוטין, מיט דער זעלבער ייִנגלשער אײַנגעשפּאַרטקייט, געמאָלט פֿאַרבלוטיקטע טולן און טיילן פֿון בהמות און עופֿות. מעגלעך, אַז זײַן האַרץ האָט זיך נאָך אַלץ געשלאָגן מיט דער נאַיִווער דעה, אַז כּל־זמן עס טריפֿט דאָס בלוט, קען מען נאָך ראַטעווען די נשמה. „נאַטורמאָרט", מיינט דאָך, שטיל־לעבן.
2
שמואל דער שוחט האָט זיך באַוויזן אין בעלץ אין די אָנהייב פֿופֿציקער. זײַן פּנים דורכן בודע־פֿענצטערל האָט אויסגעזען פֿאַרוואַקסן מיט אַ געדיכט־שוואַרצער באָרד, אַקוראַט אונטערגעשוירן. אויפֿן קאָפּ האָט ער געטראָגן אַ טונקל־בלוי היטל, זייער פֿאַרשפּרייט אין יענע יאָרן, ענלעך צו די היטלען, וואָס די סאָוועטישע מלוכה־גדלים האָבן געטראָגן. די עטוואָס צוגעפּלעטשטע נאָז האָט אין אים נישט אויסגעגעבן קיין ייִד, שוין גיכער געמאַכט ענלעך צו די קאַצאַפּן, די רוסישע פּויערים, וואָס האָבן געוווינט אין אַ דערפֿל הינטער דער שטאָט. די נײַגעריקע ווײַבער, וואָס פֿלעגן נישט אויסמײַדן אַרײַנצושטופּן זייער נאָז אינעם פֿענצטערל, האָבן געקאָנט זען, אַז דער שוחט טראָגט אָנגעטאָן אַ טונקעלן פֿאַרטעך, און אויף די הענט, ביז די עלנבויגן — שוואַרצע סאַטינענע אַרבלשיצער, זיך נישט צו פֿאַרשפּריצן דאָס העמד מיט בלוט. מעגלעך, צוליב דער פּאָר אַרבלשיצער האָט שמואל דער שוחט באַקומען אַ שם צווישן די ווײַבער ווי אַ „גרויסער בריהק".
די באָרד האָט דעם שוחט אַוודאי געעלטערט, אָבער די גרויסע בלויע אויגן האָבן אַנטפּלעקט דעם אמת, אַז ער איז בײַ זײַנע דרײַסיקער. מ'האָט ווייניק געוווּסט וועגן זײַן פּריוואַט לעבן, ווײַל געוווינט האָט ער נישט אין דער שטאָט גופֿא, נאָר ווײַט פֿונעם צענטער, וואָס האָט שוין געמיינט עק וועלט. צי האָט ער געהאַט אַ משפּחה, צי נישט איז מען נישט געווען זיכער; מ'האָט אַפֿילו געטענהט, אַז ער וווינט מיט אַ גויה. אַז מע ווייסט נישט אויף זיכער, הייבט מען אָן אויסצוטראַכטן. וואָס ס'איז יאָ געווען קלאָר און זיכער, אַז שמואל איז נישט פֿון די „היגע", נאָר פֿון די „געקומענע". נאָך מער: ער איז נישט פּשוט אַ ייִד, נאָר אַ ליטוואַק. זײַן „סאַבעסדיקער" ייִדיש איז ממש פֿון אים אַרויסגעשפּרונגען.
אין שיל פֿלעגט מען שמואל דעם שוחט זען זעלטן, סײַדן אין די שבתים. מ'האָט עס פֿאַרענטפֿערט דערמיט, אַז ער וווינט צו ווײַט. אין שעכטהויז פֿלעגט ער זיך באַווײַזן דרײַ מאָל אין דער וואָך: זונטיק, דינסטיק און דאָנערשטיק. אין די איבעריקע טעג איז דאָס פֿענצטערל געווען פֿאַרמאַכט פֿון אינעווייניק. אַוודאי, פֿאַר די יום־טובֿים פֿלעגט אינעם הייפֿל, וווּ די בודע איז געשטאַנען, יעדן טאָג זײַן לעבעדיק. באַזונדערס, פֿאַר ראָש־השנה און ערבֿ יום־כּיפּור, נאָכן שלאָגן כּפּרות.
די ווײַבער און די עופֿות האָבן זיך פֿאַרמאָסטן, ווער ס'וועט העכער שרײַען. דאָס טויטע הייפֿל, האָט זיך געדאַכט, איז ווידער אויפֿגעלעבט געוואָרן. פֿאַר דער מלחמה האָבן אין די איצטיקע חורבֿות געוווינט עטלעכע ייִדישע משפּחות. אייניקע פֿון די באַלעבאָסטעס, וואָס האָבן זיך דערווײַל, ביז זייער ריי וועט צוקומען, געפֿונען אַ סידעלע אויף די ליימענע ציגל, זיך דערמאָנט אין די אײַנוווינער, נעבעך, אין זייער שוידערלעכן סוף גלײַך אין די ערשטע מלחמה־טעג. „יענע טעג, נישט דאָ געדאַכט", ווי עס פֿלעגט זיך אָנהייבן יעדע מעשׂה, האָבן זיך נישט געלאָזט פֿאַרגעסן, בפֿרט אין די „פֿאָרכטיקע טעג", צווישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור. יעדע ייִדענע האָט זיך געהאַט איר אייגענע געשיכטע פֿון בלײַבן לעבן. אינעם הייפֿל, וווּ ס'איז שיִער נישט יעדע צוויי־דרײַ מינוט געקוילעט געוואָרן אַ כּפּרה, האָבן זייערע ווערטער געזונקען אין בלוט.
פּלוצעם, האָט אַ האַרצרײַסנדיקער געשריי זיך דורכגעשלאָגן דורך דעם רעש און האַוועניש: „מערדער!…" דאָס שרעקלעכע וואָרט האָט זיך געהערט פֿונעם פֿענצטערל, ווי ס'וואָלט אַן עוף, מע זאָל עס נישט וויסן, אָנגעהויבן רעדן מיט אַ ווײַבעריש קול…
ס'האָט גענומען נישט מער ווי אַ ווײַלע, אַז די אָנגעשראָקענע באַלעבאָסטעס זאָלן זיך וואַרפֿן אַ קוק טאָן, וואָס ס'קומט דאָרט פֿאָר. עס האָבן זיך געטראָגן איבערן הייפֿל שטיקער רייד, ווערטער: „געפֿאַלן חלשות… וואַסער… רופֿט אַרויס די ׳גיכע הילף׳…" אויף צו חידושן זיך, איז טאַקע גאָר אין גיכן אָנגעקומען די „גיכע הילף" און מ'האָט די געחלשטע פֿרוי, נעבעך, אַוועקגעפֿירט אין שפּיטאָל. ערשט איצט האָט זיך אינעם הייפֿל אָנגעהויבן אַן אמתער געפּילדער. אין דער סומאַטאָכע האָבן זיך אויסגעטיילט צוויי פֿרויען, די עדי־ראיה פֿון דעם, וואָס ס'איז ערשט געשען בײַם פֿענצטערל.
— ס’האָט זיך איר פֿאַרדרייט דער קאָפּ, — האָט קוויטשיק זיך געטיילט מיטן געזעענעם אַ דיקלעכע פֿרוי. זי האָט נאָך אַלץ געהאַלטן פֿאַרקוועטשט אונטערן אָרעם איר אָנגעשראָקענעם האָן, — מיט ווײַבער טרעפֿט זיך עס, בפֿרט אין איר מצבֿ… זי האָט שוין אַ היפּש בײַכל…
— אמת, — האָט זי איבערגעשלאָגן אַ צווייטע, איבערציִענדיק די קאָלדרע אויף זיך, — זי איז דאָך שיִער נישט אַרײַנגעקראָכן מיטן קאָפּ אינעם פֿענצטערל…
— כ’פֿאַרשטיי נישט, — האָט זיך ווידער אָנגערופֿן די ערשטע פֿרוי, — אַז מע האָט אַ שוואַך האַרץ, צו וואָס דאַרף מען עס טאָן?!
— אַ רחמנות אויף איר, — האָבן זיך שוין געהערט זײַטיקע זיפֿצן און קרעכצן…
— עמעצער קען דאָס ווײַבעלע? כ'זע זי דאָ צום ערשטן מאָל…
— כ’קען דאָס פּאָרפֿאָלק… זי מיטן מאַן דינגען אַ צימער בײַ מײַן שכנה. נישט לאַנג צוריק געקומען ערגעץ פֿון ווײַסרוסלאַנד…
— אָבער וואָס פּלוצעם, 'מערדער׳?
— יאָ, זי האָט עס בפֿירוש אויסגעשריִען, איידער געפֿאַלן חלשות, — האָט באַשטעטיקט די קוויטשיקע פֿרוי מיטן האָן אונטערן אָרעם. — אפֿשר האָט זי געמיינט אונדזער שוחט, ר' שמואלן?
אין הייפֿל האָט אויסגעפּלאַצט אַ געלעכטער. די באַלעבאָסטעס האָבן זיך דערמאָנט, אַז געקומען אַהער זײַנען זיי צוליב גאָר אַן אַנדער זאַך — צו שעכטן די כּפּרות. מ'האָט זיך שוין ווידער אויסגעשטעלט אין אַ ריי, און דווקא אין דעם מאָמענט האָט מען זיך געכאַפּט, אַז דאָס פֿענצטערל איז פֿאַרמאַכט און אויף דער טיר פֿון דער בודע הענגט אַ שלאָס. מער האָט מען שמואל שוחט נישט געזען, נישט אינעם שעכטהויז, נישט אין שיל און נישט אין שטאָט. פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.
אין עטלעכע חדשים אַרום האָט די שטאָט אויפֿגעריסן די ידיעה, אַז שמואל דער שוחט איז אין דער אמתן נישט דער מענטש, וואָס אַלע אין דער קהילה האָבן אים געקענט. די שרעקלעכע געשיכטע פֿון זײַן לעבן איז גענוי באַשריבן געוואָרן אין עטלעכע נומערן פֿון דער טעגלעכער רעפּובליקאַנער צײַטונג „סאָוויעטסקאַיאַ מאָלדאַוויאַ", אונטערן קעפּל: „קיין פֿאַרברעכן בלײַבט ניט אָן אַ מישפּט".
אויף די ייִדן אין מאָלדאַוויע איז אָנגעפֿאַלן אַ פּחד. אויב די הויפּט־צײַטונג אין דער רעפּובליק שרײַבט אַזעלכע זאַכן וועגן אַ ייִד, אַז די האָר שטעלן זיך קאַפּויער, איז עס געוויס נישט אומזיסט. מ'האָט נאָך נישט פֿאַרגעסן דעם גאַנצן טאַראַראַם אַרום די „מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן", גרייט זיך שוין, אַפּנים, עפּעס אַ נײַער „ענין", אַ נײַע גזירה. ווער קען דען גלייבן, אַז אַ טאַטנס אַ קינד, זאָל זײַן פֿאַרמישט אין אַזאַ שרעקלעכער פֿאַרברעכן?! עס האָט זיך נישט געלייגט אויפֿן שׂכל, אַפֿילו, נישט געקוקט דערויף, וואָס דער זשורנאַליסט, וועלכער האָט די גאַנצע געשיכטע באַשריבן, איז געווען איינער אַ מ. קאָגאַן. פֿאַרקערט: מ'האָט שוין גוט געוווּסט „די פֿוילע שטיק" פֿון דער מלוכה: ס'זאָלן כּלומרשט נישט אַרויסשטעקן די אַנטיסעמיטישע אויערן, פֿלעגט מען זיי פֿאַרשטעלן מיט אַ ייִדישן נאָמען; און אַזעלכע פּאַסקודניאַקעס האָבן נישט אויסגעפֿעלט.
צוריק גערעדט, זײַנען דאָך אין דעם לאַנגן אַרטיקל געווען אָנגעוויזן גענויע פֿאַקטן און קאָנקרעטע נעמען פֿון מענטשן, וואָס זײַנען געווען עדות צו די פֿאַרברעכערישע מעשׂים — קרבנות, לעבן־געבליבענע על־פּי־נס. צווישן זיי אויך די טראָגעדיקע פֿרוי, וואָס איז געפֿאַלן חלשות בײַם שעכטהויז נאָך דעם, ווען זי האָט דערקענט אינעם שוחט דאָס ייִנגל, וואָס האָט אַרויסגעהאָלפֿן די פּאָליציאַנטן בעת די שחיטות אויף ייִדן אינעם שטעטל סמילאָוויטשי. פֿון איר האָט זיך טאַקע אָנגעהויבן די אויספֿאָרשונג, וואָס האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ מישפּט איבער אים.
3
שמואליקן, וואָס אים איז אין יענעם זומער געוואָרן צוועלף יאָר, האָבן די דײַטשן פֿאַרכאַפּט אויפֿן וועג, צווישן די הונדערטער אַנדערע פּליטים. זיי, די דײַטשן, האָבן באַפֿוילן, אַז די ייִדן זאָלן אַרויסגיין פֿון דער קאָלאָנע און זיך צונויפֿנעמען אין אַ זײַט מיט זייערע בעבעכעס. שמואליק איז גראָד מיט אַ וואָך פֿריִער געהאַט געקומען צו זײַנע זיידע־באָבע אין שטעטל דוקאָר, צו פֿאַרברענגען בײַ זיי ביז סוף זומער. איז ער געשטאַנען איצט צוגעטוליעט צום זיידן, פֿילנדיק בײַ זיך אויפֿן קעפּל, קורץ אָפּגעשוירן, דעם זיידנס הייסן אָטעם. דער זיידע האָט געשעפּטשעט ווערטער, וואָס שמואליק האָט זיי נישט פֿאַרשטאַנען. ער האָט אַ סך זאַכן נישט פֿאַרשטאַנען פֿון דעם, וואָס דער זיידע פֿלעגט אים דערציילן, אָבער ער האָט דעם זיידנס מעשׂיות געשלונגען, ווי דער באָבעס געשמאַקע בולבע־לאַטקעס מיט סמעטענע. דער זיידע איז געווען אַ בוכהאַלטער אין מיל, אָבער פֿאַר דער רעוואָלוציע — אַ שוחט אין דער אָרטיקער קהילה. שמואליק האָט נישט איין מאָל געזען, ווי אין די פֿאַרנאַכטן נאָך דער אַרבעט, גייט דער זיידע אַרײַן צו די שכנים — אָט צו איינעם, אָט צו אַן אַנדערן. ווען ער האָט וועגן דעם געפֿרעגט די באָבע, איז זי אָפּגעקומען מיט אַ מאָדנעם זאָג, וואָס האָט אים נאָך מער פֿאַרפּלאָנטערט: „ער טוט אַ מיצווה" — האָט זי געזאָגט, און שווער אָפּגעזיפֿצט. איין מאָל אין אַ פֿאַרנאַכט, ווען דער זיידע האָט זיך אומגעקערט פֿון טאָן זײַנע "מיצוות", האָט שמואליק באַמערקט, ווי דער זיידע האָט אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן רעקל, פֿון דער אינערלעכער קעשענע, אַ שמאָל שאַכטל און עס באַהאַלטן טיף אינעם שופֿלאָד פֿונעם קיכבופֿעט. ווען אויפֿן אַנדערן טאָג, בלײַבנדיק אַליין אין שטוב, האָט שמואליק אַרויסגערוקט דעם שופֿלאָד און זיך דאָרט אַ גריבל געטאָן, האָט ער דאָס שאַכטל אָנגעטאַפּט מיט די פֿינגער און עס אַרויסגעשלעפּט. ווי גרויס איז געווען זײַן חידוש, ווען אויפֿעפֿנדיק עס, האָט ער דערזען אַ מאָדנע מעסער מיט אַ פֿירקאַנטיקן קלינג און אַ הילצערנעם הענטל. ס'איז אים קאַלט געוואָרן אין בויך: שוין זשע מיינט "צו טאָן אַ מיצווה", עמעצן קוילען?…
באַגלייט פֿון דרײַ פּאַליציאַנטן מיט ביקסן, האָט מען דאָס הײַפֿל ייִדן, אַ דרײַסיק־פֿערציק מענטשן, אָפּגעפֿירט אין אַ וועלדל און זיי דאָרט אַלע דערשאָסן. מ'האָט עס געטאָן לעבן אַ האַלב אײַנגעפֿאַלענער טראַנשעע, געבליבן נאָך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. די טויטע קערפּערס, האָבן די מערדער בלויז פֿאַרדעקט מיט אָנגעהאַקטע צווײַגן, און זיך געלאָזט אין סמילאָוויטשי, אָפּצוגעבן דער נאַטשאַלסטווע אַ באַריכט פֿון דער דורכגעמאַכטער אַרבעט.
שמואליק איז געבליבן לעבן. ער האָט גאָרנישט ניט געדענקט, נישט ווי ער איז אַרויס פֿון אונטער די שווערע גופֿים, וואָס האָבן זיך אויף אים אַרויפֿגעוואַלגערט, נישט ווי ער איז געקומען צו דער כאַטע, לעבן וועלכער ער איז געפֿאַלן ליגן. עס איז געבליבן נאָר אַ מסוכּנער קלינג, אַ דינער און אַ שאַרפֿער, וואָס האָט פּלוצעם אָנגעהויבן דרילן אין קאָפּ און געצוווּנגען אים צו פֿאַרקוועטשן די אויערן מיט די דלאָניעס, ביז דער קלינג איז אויסגעגאַנגען, ווי דערשטיקט געוואָרן אין דעם פֿאַרשלאָסענעם שאַרבן. ער האָט זיך דערפֿילט אַ לעבעדיקער נאָר דעמאָלט, ווען עמעצער האָט אים אויפֿגעהויבן און אַרײַנגעשלעפּט אין דער כאַטע. דאָרט איז ער שוין אָפּגעלעגן ביז אין דער פֿרי אויף דער קאַלטער ערד־פּאָדלאָגע. אויפֿגעעפֿנט די אויגן, האָט ער דערזען שטיין לעבן זיך אַ מאַנספּאַרשוין. יענער האָט נאָך אַ ווײַלע געקוקט אויף שמואליקן און הייזעריק געפֿרעגט:
— ביסט פֿון יענער קופּע זשידעס?.. — ער האָט נישט געוואַרט קיין ענטפֿער פֿונעם אָנגעשראָקענעם ייִנגל; געקוקט אויף אים, ווי יענער האָט זיך אַ וואָרף געטאָן, און זיך צונויפֿגעראָלט ווי אַ פּוילע־רוילע, געבליבן אָנעם שטיבעלע. דאַכט זיך, באַלד וועט דער גוי אויפֿהייבן זײַן פֿוס און דעם קליינעם "זשידאָק" צעטרעטן מיטן שטיוול.
אויף שמואליקס שלימזל איז דער מאַנספּאַרשוין געווען איינער פֿון די דרײַ פּאָליציאַנטן. אַ ווײַלע נאָך געקוקט אויפֿן לעבן־געבליבענעם, איז ער צוגעגאַנגען צום עמער, וואָס איז געשטאַנען אויף אַ טאַבורעט, און אָנגעשעפּט פֿון דאָרט אַ קוואָרט וואַסער.
— נאַ, טרינק…
שמואליק האָט אַרומגעכאַפּט די קוואָרט מיט ביידע הענט און זשעדנע אָנגעהויבן טרינקען. ווען ער האָט אומגעקערט די ליידיקע קוואָרט דעם מאַנספּאַרשוין, האָט יענער אים אָנגעכאַפּט פֿאַר דער רעכטער האַנט און זיך ממש אײַנגעגעסן מיטן בליק אין שמואליקס פֿינגער.
— זעקספֿינגערדיקער?! — האָט ער זיך פֿאַרחידושט, און איבערגעצלמט.
שמואליק האָט אַרויסגעריסן זײַן האַנט מיט כּוח און באַהאַלטן די דלאָניע אונטער דער פּאַכווע. מיט אָט דעם חסרון איז ער געבוירן געוואָרן; אַ זעקסטער פֿינגער, אַ קליינטשיקער, אָבער מיט אַ נאָגל, ווי אַלע אַנדערע פֿינף פֿינגער אויף זײַן רעכטער האַנט, האָט אַרויסגעשטעקט אין אַ זײַט אין מיטן פֿונעם גראָבן פֿינגער. שמואליקן אַליין האָט עס נישט געשטערט, סײַדן פֿון קליינערהייט אָן האָט מען אים גערייצט, "שמילקע מיטן פֿינגער".
דער פּאָליציאַנט איז געוואָרן לעבעדיקער. ס'האָט אַפֿילו אויף זײַן פֿאַרשנאָשקעטער צורה זיך צעשווענקט אַ וואַסערדיקער שמייכל. ער האָט זיך צוגעזעצט צום טיש, אָבער נאָך אַלץ ניט אָפּגעפֿירט קיין אויג פֿונעם אָנגעשראָקענעם זשידאָק מיט זעקס פֿינגער אויף איין האַנט.
— נאָך קיין מאָל אַזוינס נישט געזען… — האָט ער זיך נישט געקאָנט באַרויִקן, — מײַן מאַטקאַ, האָט דערציילט, אַז בײַ זיי אין דאָרף איז איין מאָל געבוירן געוואָרן אַ קעלבל מיט צוויי קעפּ. ס'האָט געלעבט בלויז דרײַ טעג און געפּגרט. כ'געדענק, זי האָט נאָך דעמאָלט געזאָגט, אַז ס'איז אַ צייכן פֿון גאָט, ווײַל אין יענעם יאָר איז געווען אַ גערעטעניש, וואָס מ'האָט נאָך אַזוינס נישט געזען… — ער האָט זיך ווידער איבערגעצלמט צו דער איקאָנע אין ווינקל, און שטיל אַרויסגעשעפּטשעט, אַ באַגײַסטערטער: — ביסטו אפֿשר אויך אַן אָפּגעצייכנטער פֿון גאָט, ווי אַזוי אַנדערש ביסטו געבליבן לעבן, אַז איך אַליין האָב אין דיר אויסגעשאָסן…
קאַזימיר, אָדער קאַזיק, ווי ס'האָבן אים גערופֿן צווישן זיך די חבֿרה פּאָליציאַנטן, האָט געלאָזט שמואליקן בײַ זיך. פֿאַר דער מלחמה איז קאַזיק געווען אַ וואַלדוועכטער אין די אָרטיקע וועלדער. דערזען דעם פֿאַרשמוציקטן, נעבעכדיקן "זשידאָק", האָט דאָס ייִנגל אין אים דערוועקט אַ געפֿיל, ווי ס'וואָלט געווען אַ חיהלע, וואָס די יעגערס האָבן דערשאָסן זײַן מוטער. ס'האָט אים אין האַרצן עפּעס אַ קלעם געטאָן. ווען ער האָט געפֿרעגט בײַם ייִנגל ווי ער הייסט, האָט שמואליק אָנגערופֿן זײַן רוסישן נאָמען, סיאָמקאַ — אַזוי האָט מען אים גערופֿן אין שול. דער חבֿרה פּאָליציאַנטן האָט קאַזיק דערקלערט, אַז סיאָמקאַ איז זײַן פּלימעניק. די שוועסטער, האָט ער דערציילט אַ מעשׂה, האָט נאָך דרײַ קלענערע קינדער, איז איר שווער זיי אויסצוהאָדעווען. סיאָמקאַ אַליין מיט זײַנע בלויע אויגן און צוגעפּלעטשט נעזל איז ווייניק ענלעך געווען צו אַ ייִדיש קינד, סײַדן מע וואָלט אים געהייסן אַראָפּצושלעפּן די הייזלעך. צוריק גערעדט, האָט די פּאָליציאַנטן, כּמעט שטענדיק פֿאַרטשאַדעט פֿון סאַמאָהאָן, ווייניק געאַרט, צי דאָס ייִנגל, וואָס מע זעט אים צומאָל זיך דרייען אַרום קאַזיקן און רופֿט אים, דזיאַדקאַ [6] קאַזיק, — איז טאַקע זײַן פּלימעניק, צי נישט; בלויז איינער — זייער נאַטשאַלניק, אַנדרעי אַרטימאָוויטש, האָט זיך געקאָסעט אויפֿן ייִנגל, ווען ער פֿלעגט אים זען. עפּעס אויסגעשמעקט, אויסגעניוכעט מיט זײַן בולבעוואַטער נאָז, וואָס האָט אַפֿילו אין אַ הונט פֿאַרדעכטיקט אַ פּאַרטיזאַנער, אָדער אַ זשיד. קאַזיק האָט געהייסן סיאָמקען זיך נישט וואַרפֿן אין די אויגן, בעת זײַן נאַטשאַלניק באַווײַזט זיך צווישן זיי.
דאָס ייִנגל האָט גיך זיך צוגעפּאַסט צום נײַעם אַרום. קאַזיק האָט אים געבראַכט אַ פּאָר כּמעט נײַע שטיוועלעך, וואָס נאָר אין שטאָט טראָגט מען אַזעלכע. עטלעכע העמדער און אַ פּאָר הויזן, אויך נישט קיין נײַע, נאָר אָן לאַטעס. אין אַ טאָג האָט קאַזיק אַרויסגעשלעפּט פֿונעם זעקל, וואָס ער פֿלעגט עס שטענדיק מיטשלעפּן מיט זיך פֿון דער היים, אַ היטל, פּונקט אַזאַ ווי אַלע פּאָליציאַנטן טראָגן, און אַ ברייטן לעדערנעם רימען.
— אויסגעבעטן בײַם נאַטשאַלניק, — האָט קאַזיק דערקלערט אַ צופֿרידענער, — אַ קאַרגע נשמה איז ער!
אין אַ טאָג, ווען קאַזיק איז געווען פֿרײַ פֿון זײַן דינסט, האָט סיאָמקאַ אים געבעטן ער זאָל אים ווײַזן די ביקס. דער פּאָליציאַנט האָט זיך געמאַכט ניט־הערנדיק, אָבער אין עטלעכע מינוט אַרום, צוגעגאַנגען צו דער ביקס, וואָס איז געשטאַנען אינעם ווינקל לעבן זײַן בעטל, און זיך אָנגערופֿן צו סיאָמקען:
— אַ ביקס איז דעם סאָלדאַטס ווײַב, און אַ ווײַב טיילט מען נישט מיט קיינעם ניט… — ער האָט אַ קנייטש געטאָן זײַן פּנים און צוגעגעבן: "ס'איז נאָך פֿרי דיר צו האָבן אַ ווײַב." — און זיך צעלאַכט.
קאַזיק איז צוגעגאַנגען צו זײַן זעקל. צעבונדן אויבן דעם קנופּ פֿונעם שטריקל, איז ער אַרײַנגעקראָכן אַהין מיט דער האַנט און אַרויסגעשלעפּט אַ זאַך, אײַנגעוויקלט אין אַ טיכל. אַוועקגעלייגט עס אויפֿן טיש, האָט דער פּאָליציאַנט צעוויקלט דאָס טיכל. ס'האָט אַ גלאַנץ געטאָן דאָס קלינגל מיט אַ ביינערנעם הענטל. אַזאַ אוצר האָט סיאָמקאַ אין זײַן לעבן נישט געזען; און מיטאַמאָל איז דער וווּנדערלעכער מעסער פֿאַרשטעלט געוואָרן מיט אַן אַנדער זאַך — דעם זיידנס חלף, געפֿונען אינעם קיכבופֿעט. פּונקט ווי דעמאָלט האָט סיאָמקאַ איצט דערפֿילט אין בויך אַ קעלט און פּחד, איבערגעמישט מיט אַ ייִנגלשער אַנציקטקייט און אַזאַרט.
— אַן עכטער יעגערישער מעסער, — האָט קאַזיק זיך באַרימט, — נעכטן געפֿונען בײַ איינעם אַ זשיד אין געטאָ… מער וועט ער קיין מעסער נישט דאַרפֿן…
ער האָט זיך בייז צעשמייכלט און זיך אָנגערופֿן צו סיאָמקען:
— נעם, ער איז איצט דײַנער, דער מעסער…
סיאָמקאַ האָט זייער שטאָלצירט מיט דער מתּנה. ער האָט דעם מעסער אַרײַנגערוקט אינעם רימען פֿון דער לינקער זײַט, אַז אַלע זאָלן זען — ער איז אויך באַוואָפֿנט, ווי די פּאָליציאַנטן. קאַזיק האָט אים צוגעזאָגט, אַז ווען ער, סיאָמקאַ, וועט נאָך אַ ביסל אונטערוואַקסן, וועט ער פֿאַר אים אויסגעפֿונען אַ פּיסטויל מיט אַ קאָבורע.
— ווי דען אַנדערש, — האָט ער געטראַכט אויף אַ קול, — עס שמוגלען דאָ אַרום די באַנדיטן־פּאַרטיזאַנער… ערשט די טעג האָט מען דערשאָסן צוויי פֿון מײַנע חבֿרים… כ'וועל דיך אויסלערנען ווי צו שיסן…
סיאָמקאַ האָט זיך צוגעבונדן צו דעם מענטש, כאָטש יענער פֿלעגט אים אָפֿט זידלען און שעלטן מיט שמוציקע קללות, בפֿרט נאָך אַן "אַקציע", ווי ער האָט עס גערופֿן, ווען קאַזיק פֿלעגט קומען אַהיים שיכּור, זיך קוים געהאַלטן אויף די פֿיס. סיאָמקאַ האָט שוין פֿון אים אַראָפּגעשלעפּט די פֿאַרבלאָטיקטע שטיוול און צוגעדעקט מיט דער קאָלדרע. זינט סיאָמקאַ וווינט בײַ קאַזיקן, שלאָפֿט דער פּאָליציאַנט אויף דעם אײַזערנעם בעטל, און סיאָמקאַ — אויפֿן אויוון.
סיאָמקאַ איז נישט קיין נאַר. ער ווייסט טאַקע נישט פּינקטלעך, וואָס דאָס וואָרט "אַקציע" מיינט; ער האָט שוין אָבער געהערט נישט איין מאָל, באַזונדערס אין די טעג, ווען קאַזיק קומט אַהיים טויט־שיכּור, ווי פֿון יענער זײַט סמילאָוויטשי, וווּ עס געפֿינט זיך דער אַלטער זאַמד־קאַריער און דער ייִדישער בית־עולם, האָט זיך געטראָגן אַ מוראדיקע שיסערײַ.
איין מאָל, סיאָמקאַ איז שוין געהאַט געלעגן אויפֿן אויוון און געדרעמלט, האָט ער דערהערט, ווי קאַזיק רעדט שטיל צו עמעצן: "מאָרגן וועט זײַן אַ שווערער טאָג…". דאָס ייִנגל האָט אויפֿגעמאַכט די אויגן און דערזען דעם באַלעבאָס שטיין אַנטקעגן דער איקאָנע. ער האָט גערעדט צו דעם שיין באַרעמלטן בילד, וואָס סיאָמקאַ האָט טאַקע נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, צי דאָס איז אַ מאַן, צי אַ פֿרוי. קאַזיק האָט זיך געצלמט, ווי זײַן שטייגער איז, און געזאָגט:
— מאָרגן וועט צו זיי אַלע קומען אַ סוף…
זײַן קול האָט נישט געקלונגען בייז, שוין גיכער טרויעריק, ווי מע רעדט וועגן אַ גוסס, וואָס האָט זיך אָפּגעמוטשעט, נעבעך, אַ לענגערע צײַט, און אָט, סוף־כּל־סוף, הויכט ער אויס די נשמה.
און אַזוי איז עס טאַקע געווען. אויפֿן צווייטן טאָג, וואָס איז גראָד אויסגעפֿאַלן אויף ראָש־השנה, האָבן די אָרטיקע פּאָליציאַנטן אַרומגערינגלט די עטלעכע גאַסן אין צענטער פֿון סמילאָוויטשי. דאָרט האָט זיך געפֿונען די געטאָ. אַרויסצוהעלפֿן זיי אין דער אַקציע איז ספּעציעל געקומען אַ מחנה ליטווישע פּאָליציאַנטן פֿון רודענסק. דורכשמוגלען דורך דער לעבעדיקער קייט פֿון מערדער איז געווען אוממעגלעך. די קוילן האָבן אָנגעיאָגט יעדן, ווער ס'האָט געפּרוּווט זיך ראַטעווען אויף די בוידעמס און אין די קעלערס. אַרויסגעטריבן די ייִדן פֿון די הײַזער, האָט מען זיי געבראַכט צו פֿירן צום זאַמד־קאַריער און אַלעמען דערהרגעט. צווישן זיי איז אויך געווען שׂרה, חיים סוטינס מוטער, מיט אַלע אירע צען קינדער און אייניקלעך. ברוך־שלמה סוטין איז אומגעקומען גלײַך אין די ערשטע טעג, ווען די דײַטשן, נאָכן פֿאַרכאַפּן סמילאָוויטשי, האָבן אַרויסגעפֿירט פֿופֿציק ייִדן פֿון דער שטאָט, כּלומרשט אויף אַרבעט, און זיי אַלע דערשאָסן לעבן דעם דאָרף גודאָוויטשי…
און דאָך, האָט דער נאַטשאַלניק, אַנדרעי אַרטימאָוויטש, איין מאָל אָנגעטראָפֿן אויף סיאָמקען. דאָס ייִנגל האָט געוואַרט אויף קאַזיקן אַנטקעגן דעם פּאָליציי־צירקל. פֿאַר דער מלחמה איז דאָ געווען די פֿײַערלעשער־סטאַנציע. דער אַלטער הויכער פֿײַערלעשער־טורעם איז נאָך געשטאַנען, אָבער פֿאַרלאָזט, ווי אַ דערמאָנונג פֿון די אַמאָליקע שרעקלעכע שׂריפֿות אינעם שטעטל. סיאָמקאַ האָט עפּעס אויסגעשניצט אויפֿן שטעקן מיט זײַן יעגערישן מעסער, ווען ער האָט פּלוצעם דערהערט:
— כ’זע, דײַן דזיאַדקאַ האָט דיך שוין באַוואָרנט מיט אַ מעסער…
סיאָמקאַ האָט אויפֿגעציטערט. ער האָט אַראָפּגעכאַפּט דאָס היטל פֿונעם קאָפּ, ווי קאַזיק האָט אים געלערנט, און זיך פֿאַר אים אויסגעצויגן. אַרטימאָוויטש איז צוגעגאַנגען נענטער צום ייִנגל. אויסגעשטרעקט די האַנט, האָט ער געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז סיאָמקאַ זאָל אים דערלאַנגען דעם מעסער. ער האָט דעם מעסער באַטראַכט פֿון אַלע זײַטן, אַ פֿיר געטאָן מיטן אָנווײַזפֿינגער איבער דער שאַרף און זיך ווידער אָנגערופֿן:
— דאָברי נאָזשעך [7], מע דאַרף אים אויספּרוּוון בײַ דער אַרבעט…
אין זײַנע אויגן האָט אַ בליץ געטאָן אַ בייזער שׂטן. ער האָט אויסגעקערעוועט דעם קאָפּ צום פֿאָליציי־צירקל און אויסגעשריִען צום פּאָליציאַנט, וואָס איז געשטאַנען בײַ דער טיר אויף דער וואַך:
— פֿיר אַרויס דעם געכאַפּטן זשידאָק אַהער…
דער פּאָליציאַנט איז אַנטרונען געוואָרן אין דער טיר. אין אַ מינוט אַרום איז פֿון דאָרט אַרויסגעקומען קאַזיק. דערזען שטיין זײַן נאַטשאַלניק מיט סיאָמקען און מיטן מעסער אין דער האַנט, איז ער גיך צו זיי צוגעגאַנגען. ער האָט, אַפּנים, געוואָלט עפּעס זאָגן, אָבער אַרטימאָוויטש האָט אים איבערגעשלאָגן:
— ס’איז דאָ אַ שטיקל אַרבעט פֿאַר דײַן פּלימעניק, שוין אַ גרויסער כלאָפּיעץ [8].
אין דער צײַט האָט דער וואַכמאַן זיך באַוויזן, שטופּנדיק פֿאַר זיך אַ ייִנגל מיט דער ביקס.
— גיי, כאָליעראַ זשידאָווסקי…
דאָס ייִנגל איז געווען עלטער פֿון סיאָמקען מיט עטלעכע יאָר. פֿאַרוואַקסן, מיט אַ צעהאַקטער ליפּ און אָנגעשוואָלענער נאָז, איז ער געשטאַנען אַן אײַנגעבויגענער און שטיל געכליפּעט.
— פֿיר אים צום אָרט, — האָט ער זיך געוואָנדן צו קאַזיקן, און אָפּגעשיקט דעם וואַכמאַן צוריק.
דער וועג איז נישט געווען קיין לאַנגער, און כאָטש דער נאַטשאַלניק האָט נישט אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿונעם "אָרט", האָט יעדער פֿון די פֿיר פֿאַרשטאַנען וואָס דאָס מיינט. סיאָמקאַ האָט זיך באַגאָסן מיט שווייס. ס'איז אים מיטאַמאָל אויפֿגעקומען דאָס בילד, ווי ער שטייט, צוגעטוליעט צום זיידן; ער האָט אַפֿילו איצט דערפֿילט דעם זיידנס לעבעדיקן אָטעם אויפֿן שפּיץ־קאָפּ… איצט פֿירט ער דעם ייִדישן בחור צום טויט, ווי מ'האָט נאָך נישט לאַנג צוריק געפֿירט אים, שמואליקן, דעם זיידן מיט דער באָבען און די איבעריקע ייִדן… צום ערשטן מאָל האָט ער אויף זײַן ייִנגלשן אופֿן פֿאַרשטאַנען, אַז צווישן דעם ייִדישן נאָמען שמואליק און זײַן רוסישן נאָמען סיאָמקאַ ליגט אַ טיפֿע גרוב.
געקומען צום "אָרט" האָט אַרטימאָוויטש, אָן אַן איבעריק וואָרט, גענומען בײַ קאַזיקן די ביקס און אויסגעשאָסן אינעם ייִנגל. יענער איז געפֿאַלן אויפֿן זאַמדיקן באָדן. ס'איז קלאָר געווען, אַז אַרטימאָוויטש האָט אים בכּיוון נישט דערהרגעט, ווײַל דאָס ייִנגל האָט זיך איבערגעקערט אויפֿן בויך און זיך געלאָזט פּויזען.
— נו אָט, — האָט מיטן זעלבן ברען אין די אויגן געזאָגט אַרטימאָוויטש, — איצט וועלן מיר אויספּרוּוון דײַן מעסער…
ער האָט זיך אָנגעבויגן צום רעכטן שטיוול, פֿון וועלכן ס'האָט אַרויסגעשטעקט דאָס ביינערנע הענטל פֿונעם יעגערישן מעסער. אַרויסגעשלעפּט אים, האָט ער אַ פֿיר געטאָן אין דער לופֿטן לעבן זײַן האַלדז און געזאָגט צו סיאָמקען:
— גיי, מאַך אים דעם לעצטן כיק… ס'איז דאָך דײַן מעסער…
קאַזיק האָט אָנגעהויבן עפּעס צו שטאַמלען, אויסגעשטרעקט די האַנט, צו נעמען דעם מעסער בײַ זײַן נאַטשאַלניק, נאָר יענער האָט נישט נאָכגעגעבן. נאָך מער, ער האָט אַ רעווע געטאָן מיט רציחה:
— דו מיינסט, כ'בין אַ דוראַן [9], כ'ווייס גאָרנישט… אויב דײַן פּלימעניטשיק וועט עס באַלד נישט טאָן, וועל איך איבערשנײַדן זײַן גאָרגל…
סיאָמקאַ האָט אַרויסגעריסן דעם מעסער פֿון אַרטימאָוויטשס האַנט און איז צוגעלאָפֿן צום פֿאַרוווּנדעטן ייִנגל…
4
דער טורעם, אויפֿגעבויט ווי אַ טייל פֿון דער פֿײַערלעשער־סטאַנציע, וווּ ס'האָבן באַלעבאַטעוועט די פֿינף פֿײַערלעשער, מיט זייער לעש־מאַשינעריע, פֿערד און וואָגן, און מיטן גרויסן וואַסערפֿאַס, — האָבן צוגעצויגן מיט זייער גלאַנץ און טראַסק כּמעט אַלע ייִנגעלעך פֿונעם שטעטל. חיים סוטין איז געווען נישט קיין אויסנאַם. אָפּגעקאַלכט ביז אַרויף, האָט דער פֿײַערלעשער־טורעם זיך שטאָלץ אָנגעשפּאַרט אין הימל אַרײַן. נישט יעדעס ייִנגל פֿון סמילאָוויטשי האָט זיך געקאָנט באַרימען, אַז ער איז געשטאַנען אויבן, אין דער סאַמע הייך, און דאָס שטעטל האָט זיך צעשפּרייט אונטן פֿון איין עק ביזן אַנדערן. איז ווידער: חיימען האָט צוגעשפּילט זײַן שוואַרצער בלײַער מיט אַ בייגעלע ווײַס פּאַפּיר. דער נאַטשאַלניק פֿון דער פֿײַערלעשער־קאָמאַנדע איז געבליבן זייער צופֿרידן פֿון דער צייכענונג, וואָס ס'האָט אים געמאַכט דער יונגער "זשידאָווסקי מאַסטאַק" [10]. ער שטייט דאָרט אָנגעריסעוועט אין זײַן אוניפֿאָרם, מיטן בלישטשענדיקן העלם אויפֿן קאָפּ. זײַן פֿרוי האָט אים באַלד דערקענט. דערצו האָט עס אים קיין גראָשן נישט געקאָסט; ער האָט פּשוט געלאָזט דעם ייִנגל אַרויפֿצוקריכן אויפֿן פֿײַערלעשער־טורעם און פֿון דאָרטן צייכענען דאָס שטעטל.
די ייִדן האָבן שוין אָפּגעדאַוונט מינחה. די זון, אָנגעזעטיקט מיט רויט־אָראַנזש פֿאַרב, האָט זיך פּאַמעלעך גענייגט צום וואָלמאַ־טײַך. די כאַטעס האָבן דערמאָנט גרויע בולבעס, צעשאָטן איבער דער ערד; בולט האָבן זיך אָנגעזען די צוויי פּראַוואָסלאַוונע קלויסטערס — איינער פֿון רויטן ציגל און דער צווייטער אַ הילצערנער; אַ ביסל ווײַטער פֿון זיי, ווי אַן אַנדער טייל פֿונעם קריסטלעכן גלויבן אין סמילאָוויטשי, האָט זיך געהויכט דער קאַטוילישער קאָסטיאָל. גאָר אָפּגעזונדערט און, ווי אָפּגערוקט פֿון זיי צו דער טאָטערישער מאַהאָלע, האָט געשטעקט דער שמאָלער שפּיץ פֿונעם מוסולמענישן מעטשעט, באַקרוינט מיט אַ האַלב־לבֿנה. אויך די ייִדן האָבן געהאַט וווּ צו זאָגן זייער גאָט תּפֿילות אין די פֿינעף קלײַזלעך — דרײַ מתנגדישע און צוויי חסידישע.
אָפּגעזונדערט און אַרומגעצוימט מיט אַ הויכער וואַנט און טורעם־טויערן האָט זיך געפֿירט זײַן פּריצישע באַלעבאַטישקייט דער פּרעכטיקער מאָניושקאָ־וואַנקאָוויטשס פּאַלאַץ, וואָס ציט זײַן ייִחוס נאָך פֿון 17טן יאָרהונדערט. די אַלע איצטיקע אײַנוווינער פֿון סמילאָוויטשי, יעדער מיט זייער גאָט, ערדישער פֿרייד און לייד, האָבן אויך נישט נעכטן זיך דאָ באַוויזן, עלעהיי שוועמלעך נאָך אַ רעגן; וועגן זייערע אײַנגעוואָרצלטע הונדערטער יאָרן אין די מקומות האָבן עדות געזאָגט די צוויי קריסטלעכע צווינטערס, דער טאָטערישער מיזאַר [11] און דער ייִדישער בית־עולם נישט ווײַט פֿונעם זאַמד־קאַריער.
חיים איז געשטאַנען אַ געפּלעפֿטער פֿון דעם בילד, וואָס האָט זיך פֿאַר אים אַנטפּלעקט. ער האָט שוין, דאַכט זיך, פֿאַרגעסן צוליב וואָס האָט ער זיך אַהער אַרויפֿגעהויבן. פֿון דאַנען, פֿון דעם פֿײַערלעשער־טורעם, פֿאַרגאָסן מיט געדיכטער רויט־אָראַנזש־פֿאַרב, האָט דאָס שטעטל אויסגעזען רויִק און שטיל, ווי די שכינה אַליין וואָלט זיך איצט דאָ געשפּרייט. מיינט עס, אַז גאָט — גאָר, גאָר הויך אין הימל — איז נישט מסוגל צו זען און הערן, וואָס עס קומט פֿאָר אונטן אין זייער שטעטל, און מאַכן צו די סכּנות אַ סוף? ערשט מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט אַ גוי פֿונעם שכנישן דערפֿל פּיאַטראָוויטשי געבראַכט אויף אַ פֿור די טויטע גופֿים פֿון אַ ייִדישער משפּחה — מאַן און ווײַב, און דרײַ זייערע קינדער, דערהרגעט פֿון אַ צעווילדעוועטער מחנה שיכּורע פּויערים. אַ ייִד אין אַ דאָרף, האָט ער אין פּיאַטראָוויטשי געהאַלטן אַ שענק. האָט מען זיך בײַ נאַכט אַרײַנגעריסן צו אים אין שטוב, אויסגעהרגעט אַלעמען און דערנאָך פֿאַרברענט די שטוב מיטן שענק. אַזוי האָט דערציילט דער סמילאָוויטשער קרובֿ פֿונעם דערהרגעטן. די גאַנצע קהילה האָט געוואָרפֿן ווי אין קדחת: מ'האָט זיך געשושקעט, אַז דער קייסער האָט אַרויסגעלאָזט עפּעס אַ מאַניפֿעסט [12], וואָס דערלויבט די קריסטן צו הרגענען ייִדן. עס קומען אָן ביטערע בשׂורות, אַז פּאָגראַמען האָבן שוין אויסגעבראָכן אין עטלעכע שטעטלעך אַרום מינסק, און אַז הײַנט מאָרגן קאָן עס געשען אויך אין סמילאָוויטשי.
חיים, אײַנקוקנדיק זיך אין דעם זון־אונטערגאַנג, האָט זיך באַמיט צו פֿאַרגעדענקען יעדן שטריך און יעדן שמיר מיטן פּענדזל, וואָס דער אייבערשטער האָט געהאַלטן אין דער האַנט. אָט דאָס געמישטע געפֿיל פֿון דרויסנדיקער רויִקייט און זײַן אינערלעכן אומרו, האָט זיך באַזעצט אין זײַן האַרץ אויפֿן גאַנצן לעבן. מעגלעך דערפֿאַר זעט אויס די שטילע ווירקלעכקייט אויף זײַנע באַרימטע פּייסאַזש־בילדער אַזוי ווירבלדיק פֿאַרדרייט און אָנגעשטרענגט, קוים אײַנהאַלטנדיק אין די געדערעם פֿון דער ערד אַן אַפּאָקאַליפּסישן וויי־געשריי.
די הימלישע רויט־אָראָנזש־רויִקייט קומט אין סתּירות מיטן ערדישן אומרו; די רויטע פֿאַרב ווערט געדיכטער, ווי פֿאַרקאָכט בלוט. פֿון די קלויסטערס שלאָגט אַרויס אַ געפֿאַר, וואָס דראָט אַרומצוכאַפּן די נעבעכדיקע ייִדישע קלײַזלעך מיט פֿלאַמיקע פֿײַער־צונגען. אין חיימס האַרץ באַזעצט זיך אַ פּחד; מע קאָן אים זען אויף די פּנימער פֿון זײַנע געמאָלטע געשטאַלטן — אויסגעקרימט, פֿאַרצערט, מיט אײַנגעבראָכענע שפּיציקע אַקסלען. ער האָט די געשטאַלטן געזען בעת דער לוויה פֿון דער געקוילעטער אינעם דערפֿל ייִדישער משפּחה. דעם קליינשטעטלדיקן פּחד האָט דער יונגער חיים סוטין אַוועקגעפֿירט מיט זיך אין דער גרויסער וועלט אַרײַן און אים געטראָגן אין זײַן נשמה ביזן לעצטן אָטעם…
5
דער אַלטער פֿײַערלעשער־טורעם איז זיך רויִק געשטאַנען אויך אין דער צײַט, ווען אין סמילאָוויטשי האָבן באַלעבאַטעוועט די אַרום פֿערציק פּאָליציאַנטן. צווישן די אײַנוווינער האָט מען זיי גערופֿן "באָביקעס" — אַ פֿאַרשפּרייטער נאָמען צווישן הינט. זײַן פֿריִערדיקע ראָלע האָט דער טורעם שוין נישט געשפּילט; פּונקט ווי ס'איז אָפּגעפֿאַלן די נויטווענדיקייט אין פֿײַער־לעשערס. עס מיינט אוודאי נישט, אַז אין סמילאָוויטשי פֿלעגן שוין מער נישט אויסברעכן קיין שׂריפֿות, ס'האָט שוין אָבער געברענט און געפֿלאַקערט גאַנץ אייראָפּע. איז בײַ וועמען וועט ליגן אין קאָפּ צו לעשן די נעבעכדיקע שׂריפֿה אין עפּעס אַ פֿאַרוואָרפֿן ווײַסרוסיש שטעטל?!
דעם פֿײַערלעשער־טורעם פֿלעג איצט די חבֿרה פּאָליציאַנטן נוצן בעתן דורכפֿירן זייער מינהג איבער דעם פּאָליציאַנט, ערשט פֿאַרשריבן זיך אין זייער מחנה. איידער מע פֿלעגט זיך זעצן צום טיש שיכּורן, האָט מען געשיקט דעם "גרינעם" ער זאָל אַרויפֿקריכן אויפֿן פֿײַערלעשער־טורעם און זיך גוט אײַנקוקן, צי מע זעט ערגעץ נישט זיך באַהאַלטן אַ לעבעדיקן זשיד. אַ צעמישטער פֿלעגט דער נײַ־צוגעקומענער אָרדענונג־היטער זיך אַרומקוקן אין אַלע זײַטן און אַראָפּשרײַען: "זשידאָוו נימאַ!". דעמאָלט פֿלעגט אונטן אויסזעצן אַ הירזשענדיקער געלעכטער. נאָך דעם האָט מען זיך שוין געקאָנט זעצן זשליאָקען דעם סאַמאָהאָן.
סיאָמקאַ האָט אויך נישט אויסגעמיטן דעם דאָזיקן פּאָליציייִשן ריטואַל. נאָך יענעם פֿאַל מיטן ניט־דערשאָסענעם ייִדישן בחור, איז שוין אַוועק אַ היפּש ביסל צײַט. דעם נאַטשאַלניק, אַנדרעי אַרטימאָוויטש, האָט מען אין אַ טאָג געפֿונען הענגען אויף אַ בוים בײַם ראַנד פֿונעם וואַלד. ס'איז קלאָר געווען, אַז געטאָן האָבן עס די פּאַרטיזאַנער, אָבער די אָרטיקע אײַנוווינער האָט מען דאָס מאָל נישט באַשטראָפֿט. די פּאָליציאַנטן אַליין האָבן פֿאַר זייער נאַטשאַלניק מורא געהאַט, אפֿשר נישט ווייניקער, ווי פֿאַר די פּאַרטיזאַנער. זיי פֿלעגן זיך שושקען, אַז צווישן אַלע בייזע הינט אין סמילאָוויטשי, איז ער דער בייזסטער.
דער נײַער פּאָליצײ־נאַטשאַלניק האָט אין קאַזיקס פּלימעניק קיין באַזונדערע חסרונות נישט געזען; וואָס שייך די איבעריקע פּאָליציאַנטן האָבן זיי אים גערופֿן "סיאָמקאַ דער זעקספֿינגערדיקער", ווײַל ס'איז געווען נאָך איין פּאָליציאַנט מיטן זעלבן נאָמען, סיאָמקאַ. קאַזיק האָט זיי דערציילט די מעשׂה וועגן דעם צווייקעפּיקן קעלבל, און אַז אַזאַ אויסשליסלעכער גאָטסצייכן טרײַבט אָפּ דעם טײַוול פֿון די מענטשן, וואָס רינגלען דעם אָפּגעצייכנטן פּאַרשוין אַרום. די פּאַליציאַנטן האָבן זיך אויף דעם געקויפֿט.
קאַזיק האָט געהאַלטן דאָס וואָרט און געשענקט סיאַמקען אַ פּיסטויל מיט אַ קאָבורע, ווען מ'האָט סיאָמקען אָנגענומען אין דער מחנה פּאָליציאַנטן; אמת, נישט ווי אַ גאַנצן פּאָליציאַנט, נאָר אַ מין וויכאָוואַניק. ער פֿלעגט באַקומען דעם פֿולן ראַציאָן, וואָס אַלע, שטיין בײַ טאָג אויף דער וואַך, איבערקלײַבן און איבערשרײַבן פֿאַרשידענע פּאַפּירן, און סתּם זײַן אַ שיק־ייִנגל, בפֿרט, ווען בעת די שיכּורע קערמישלעך פֿלעגט זיך פֿאַרענדיקן דער סאַמאָהאָן. אָבער צו די "אַקציעס" אויף די פּאַרטיזאַנער, וואָס האָבן אַלץ מער דערקוטשעט דער נײַער מאַכט, האָט מען סיאָמקאַ דעם זעקספֿינגערדיקן נישט גענומען.
בעת אַזאַ שליחות, צו ברענגען אַ נײַע פֿלאַש סאַמאָהאָן, איז סיאָמקאַ אַרײַן אינעם הויף, וווּ ס'האָט געוווינט אַ פֿרוי, וואָס אַלע אין סמילאָוויטשי האָבן זי געהאַלטן נישט מיט אַלעמען. צומאָל פֿלעגט סיאָמקאַ זי זען שטיין אַנטקעגן דעם געקעפּטן סטאַלינס דענקמאָל. די סטאַטוע איז געלעגן אויף דער ערד איבערגעקערט, ווי אַן אַראָפּגעזעצטער ריזיקער געץ. בײַם אָנהייב האָט די פֿרוי זיך דרײַ מאָל איבערגעצלמט, און דערנאָך, נאָך אַ ווײַלע שטיין, ווי פֿאַרגליווערט, אָנגעהויבן שפּײַען און שרײַען: "אַ קאַב טי זדאָך, קאַב טי!" [13]. מ'האָט דערציילט, אַז אַקוראַט פֿאַר דער מלחמה האָט מען אין מינסק אַרעסטירט איר איינציקן זון, און שפּעטער אים צעשאָסן. זינט דעמאָלט האָט זי אָנגעהויבן אַרויסצוּווײַזן מאָדנע שטיק.
פֿון טרײַבן סאַמאָהאָן און פֿאַרקויפֿן אים, האָט די אומגליקלעכע פֿרוי געצויגן די חיונה. ווי נאָר סיאָמקאַ האָט אויפֿגעעפֿנט דאָס הויפֿטירל, האָט זיך פּלוצעם אַ לאָז געטאָן צו אים אַ הונט מיט אַ בייז בילערײַ; נישט קיין גרויסער, נאָר אַ פֿאַרוואַקסענער, אַרומגעקלעפּט מיט שטיקלעך בלאָטע. סיאָמקעס האַנט, ווי עמעצער וואָלט מיט איר געפֿירט, האָט אַרויסגעכאַפּט פֿון דער קאָבורע זײַן פּיסטויל און עטלעכע מאָל אויסגעשאָסן אינעם הונט. ס'איז געשען אַזוי גיך, אַז סיאָמקאַ אַליין, האָט, דאַכט זיך, נישט פֿאַרשטאַנען, וואָס ער האָט איצט אָפּגעטאָן.
אין דעם מאָמענט איז פֿון דער כאַטע אַרויסגעלאָפֿן אַ מיידעלע, אײַנגעקוטעט אין אַ גראָבער שאַל, און זיך אַ וואַרף געטאָן צום פֿאַרבלוטיקטן הונט. זי האָט נישט געוויינט, געשטאַנען אויף די קני און סקאַוווּטשעט, ווי ס'וואָלט אַליין געווען אַ הינטל, אַ הונגעריקס און פֿאַרפֿרוירנס. סיאָמקאַ, אַ דערשיטערטער, נאָך אַלץ האַלטנדיק דעם פּיסטויל אין דער האַנט, איז ווי צוגעפֿרוירן געוואָרן צו דער ערד מיט זײַנע שטיוול. מיטאַמאָל, האָט דאָס מיידעלע זיך אויסגעדרייט צו אים און אויסגעקוויטשעט: "מערדער… מערדער!"…
דער זשורנאַליסט פֿון דער רעפּובליקאַנער צײַטונג "סאָוועטסקאַיאַ מאָלדאַוויאַ", מ. קאָגאַן, האָט זייער בילדעריש באַשריבן דעם עפּיזאָד. פֿון זײַן שילדערונג האָט מען זיך דערוווּסט, אַז דאָס מיידעלע, וואָס איז דעמאָלט אַלט געווען זעקס־זיבן יאָר, איז טאַקע געווען די טראָגעדיקע פֿרוי, וואָס האָט מיט יאָרן שפּעטער, קומענדיק שעכטן די כּפּרה־הון, דערקענט אין שמואל דעם שוחט יענעם יונגן פּאָליציאַנט, וואָס האָט דערהרגעט איר הונט. זײַנע בלויע אויגן, ווי צוויי שטיקלעך אײַז האָבן זיך אײַנגעפֿרוירן אין איר האַרץ — נישט צו פֿאַרגעסן. זײַנע פֿינגער האָבן אַרומגעכאַפּט דעם פּיסטויל, און זי האָט קלאָר דערזען, אַז דער גראָבער פֿינגער האָט זיך ווי צעשפּאָלטן, און פֿון אים האָט אַרויסגעשטעקט אַ קליין דין פֿינגערל מיט אַ שאַרפֿן נאָגל. צו דער אָרטיקער פֿרוי, וווּ דאָס מיידעלע האָט געוווינט, האָט עס געבראַכט איר מאַמע ערבֿ דעם טאָג, ווען ס'איז ליקווידירט געוואָרן אין סמילאָוויטשי די געטאָ. דער משפּחה־נאָמען פֿון דעם מיידעלע איז געווען סוטין. מער האָט זי איר מאַמע נישט געזען…
סוף יוני 1944 האָט מען שוין געקאָנט הערן אין סמילאָוויטשי, ווי עס שיסן די רוסישע האַרמאַטן. אויך די פּאַרטיזאַנער האָבן נישט איין מאָל געמאַכט פּרוּוון צו פֿאַרכאַפּן דאָס שטעטל. די פּאָליציאַנטן און אַ מחנה דײַטשישע סאָלדאַטן, צוגעשיקט זיי צו הילף, האָבן קוים אָפּגעשלאָגן די אָנפֿאַלן פֿון די פּאַרטיזאַנער.
אין יענער נאַכט האָט מען פֿאַרוווּנדעט קאַזיקן אין אַ פֿוס. ער איז געלעגן אויף זײַן בעטל און סיאָמקאַ האָט אַרומגעוואַשן די וווּנד מיט אַ האַנטעך. קאַזיק האָט געקרעכצט, זיך באַגאָסן מיט שווייס, קוים זיך אײַנגעהאַלטן נישט צו שרײַען פֿאַר ווייטיק. אין אַ מאָמענט האָט ער זיך אָנגערופֿן:
— סיאָמקאַ… דאָס איז אַ סוף… — ער האָט שווער געאָטעמט, קוים גערעדט, נאָר ער האָט פֿאָרגעזעצט: — דו דאַרפֿסט שטעלן פֿיס… הײַנט, מאָרגן וועלן דאָ זײַן די רויטע… זיי וועלן דיך נישט שאַנעווען… אַנטלויף…
— איך וועל דיך דאָ נישט לאָזן אַליין… — האָט סיאָמקאַ געשלונגען די טרערן.
קאַזיק האָט אים איבערגעשלאָגן. אַרויפֿגעלייגט זײַן האַנט דעם ייִנגל אויפֿן אַקסל, האָט ער אים צו זיך צוגעדריקט.
— אַנטלויף, סיאָמקאַ… ווער צוריק אַ זשיד… — האָט ער אים אַרײַנגעשעפּטשעט אין אויער, — אַ ייִד וועלן זיי נישט טשעפּען…
און סיאָמקאַ איז ווידער געוואָרן שמואליק. ער האָט זיך אַרײַנגעגאָסן אינעם שטראָם פֿון דער פּליטים־קאָלאָנע, וואָס האָט זיך געשלעפּט איבערן גרונטוועג, אונטער דער ברענענדיקער זומער־זון. אין יענעם ווײַטן זומער 1941 זײַנען קאָלאָנעס מענטשן אַנטלאָפֿן פֿון די דײַטשן; איצט, אין יולי 1944, זײַנען די מענטשן נאָכגעגאַנגען דער רויטער אַרמיי. זיי האָבן זיך אומגעקערט צוריק אַהיים.
צומאָל, פֿאַרטשאַדעט פֿון דער היץ, האָט שמואליקן זיך געדאַכט, אַז ער איז ערשט אַרויסגעקראָכן אַ לעבעדיקער פֿון דער אַלטער טראַנשעע, פֿאַרדעקט מיט דערשאָסענע ייִדן און פֿאַרוואָרפֿן מיט צווײַגן. ווי עס וואָלטן אין גאַנצן נישט געווען די דרײַ יאָר פֿון גאָר אַן אַנדער לעבן. זעט אויס, אַז קאַזיק איז געווען גערעכט: דער זעקסטער פֿינגער אויף דער רעכטער האַנט בײַ שמואליקן איז באמת אַ געטלעכער סימן; ער ראַטעוועט אים שוין דאָס צווייטע מאָל פֿון טויט.
אָנגעקומען אין שטאָט מאָהילעוו, האָט שמואליק געפֿונען עטלעכע אָרטיקע ייִדן. זיי האָבן זיך ערשט אומגעקערט פֿון דער עוואַקואַציע און געזוכט אַן אָרט, וווּ אַוועקצולייגן דעם קאָפּ. פֿון זייער שטוב זײַנען דאָך געבליבן הוילע האָלאָוועשקעס. צווישן זיי איז אויך געווען אַ פֿרומער ייִד, שוין אין די יאָרן, געבליבן אַליין, מחמת זײַן פֿרוי און די טאָכטער זײַנען געשטאָרבן פֿון טיפֿוס, און די צוויי עלטערע זין — געפֿאַלן אויפֿן פֿראָנט. טאַקע צו אים האָט שמואליק זיך צוגעטוליעט. ריכטיקער, זיי האָבן זיך ביידע צוגעטוליעט איינער צום אַנדערן. דער בחור האָט אין דעם מענטשן דערפֿילט אַ קרובֿישע נשמה, מעגלעך אַפֿילו, דערזען אַן ענלעכקייט מיט זײַן דערשאָסענעם זיידן. דער ייִד האָט אים קיין מאָל נישט אויסגעפֿרעגט, ווי אַזוי שמואליק איז געבליבן לעבן; נישט געוואָלט, אַפּנים, אָנרירן די נאָך יאַטערדיקע וווּנד. ס'איז אים אַזוי אויך קלאָר געווען, אַז אויב אַ ייִדיש ייִנגל וואַנדערט אַרום אַליין, איז ער, נעבעך, געבליבן אַ קײַלעכדיקער יתום.
די פֿראַגע איז, צי שמואליק וואָלט טאַקע געוואָלט וויסן, וואָס ס'איז געשען מיט זײַנע עלטערן און צוויי קלענערע שוועסטערלעך; זיי זײַנען דאָך געבליבן אין מינסק יענעם זומער? ער האָט געהערט, ווי איינער אַ פּאָליציאַנט האָט זיך באַרימט, אַז ער האָט זיך באַטייליקט אין דער "אַקציע" פֿון פֿאַרניכטן די מינסקער זשידעס… שמואליק אַליין האָט גוט געוווּסט, וואָס מ'האָט געטאָן מיט די סמילאָוויטשער ייִדן. צוריק גערעדט, ווען ער וואָלט אַפֿילו זײַנע טאַטע־מאַמע יאָ געפֿונען בײַם לעבן, צי וואָלט ער זיי געקאָנט קוקן אין די אויגן?…
דער ייִד איז געווען פֿון די ליובאַוויטשער חסידים. ער האָט אים אויסגעלערנט צו זאָגן עטלעכע תּפֿילות, לייגן תּפֿילין, געבראַכט צו פֿירן אין אַ הויז, וווּ עס פֿלעגט זיך צונויפֿנעמען אַ מנין אין די שבתים. אין אַ טאָג איז צו אים צוגעגאַנגען אַן אומבאַקאַנטער מענטש מיט אַ באָרד, אַרײַנגעפֿירט שמואליקן אין אַ קליין אַלקערל און אים פֿאָרגעלייגט צו פֿאָרן מיט אים אין וויטעבסק, צו ווערן אַן עכטער בעל־תּשובֿה. שמואליק האָט נישט איבערגעפֿרעגט, וואָס עס מיינט, "אַ בעל־תּשובֿה", אויפֿן אַנדערן טאָג האָט ער מיטן ייִד פֿאַרלאָזט מאָהילעוו.
אין וויטעבסק האָט שמואליק זיך אויסגעלערנט אויף אַ שוחט, אָבער ווען אין 1948 איז די ערשט אויפֿגעבויטע שיל געשלאָסן געוואָרן און די מאַכט האָט אָנגעהויבן צו פֿאַרפֿאָלגן ייִדישקייט, האָט שמואל באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן אויך פֿון וויטעבסק. ער האָט געהערט, אַז אין מאָלדאַוויע באַציט זיך די אָרטיקע מאַכט צו די ייִדן לאָיאַל. עס זײַנען דאָ שילן, שעכטהײַזער, און די ייִדישע טאַטע־מאַמעס מאַכן אַ ברית־מילה זייערע זין. אַזוי האָט זיך אין אַ טאָג באַוויזן אין בעלץ אינעם פֿאַרלאָזטן הייפֿל די הילצערנע ווײַסע בודע, דאָס שעכטהויז, מיט אַ שוואַרץ קוואַדראַט פֿענצטערל פֿון פֿאָרנט…
דער אַרטיקל אין דער צענטראַלער צײַטונג האָט זיך פֿאַרענדיקט אויף אַ הויכער נאָטע פֿון יושר, אַז דער העכסטער געריכט האָט פֿאַראורטיילט דעם געוועזענעם פּאָליציאַנט צו זיבן יאָר לאַגערן פֿון שטרענגן רעזשים. בײַם אַרויסטראָגן דעם אורטייל איז אויך גענומען געוואָרן אין אַכט, אַז אין דער צײַט, ווען די פֿאַרברעכנס זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן, איז דער פֿאַראורטיילטער געווען נאָך אַן אומפֿוליעריקער, און נישט געקאָנט זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר זײַנע טוּונגען אין פֿולער מאָס.
* * *
חיים סוטין איז אַוועק פֿון דער היים, ווען ער איז אַלט געווען זעכצן יאָר. מער האָט ער זיך שוין אין סמילאָוויטשי קיין מאָל נישט אומגעקערט, און וועגן זײַן משפּחה גאָרנישט ניט געהערט. איינער פֿון זײַנע נאָענטע פֿרײַנד האָט אים באַשריבן אַזוי: אַ מאָגערער, מיט אַ געלבלעך אָפּגעצערט געזיכט, די אַקסלען אַ ביסל געבויגן. סוטין האָט געמאַכט אויף אים דעם אײַנדרוק פֿון די אַמאָליקע פּויליש־ליטווישע ישיבֿה־בחורים, וואָס האָבן קיין מאָל נישט געגעסן צו דער זאַט. ווען סוטין וואָלט נישט געטראָגן דעם עלעגאַנטן אָנצוג, וואָלט מען געקאָנט מיינען, אַז דאָס איז א ייִדישער יונגער־מאַן, נאָר וואָס געקומען פֿון אַ קליין ייִדיש שטעטל אין רײַסן.
צי האָט ער עס אַמאָל דערמאָנט, זײַן שטעטל סמילאָוויטשי, אינעם פּאַריזער הו־האַ? נאָך דעם ווי די נאַציס האָבן אַרײַנמאַרשירט אין דער שטאָט, האָט סוטין געהאַט די מעגלעכקייט אַוועקצופֿאָרן קיין אַמעריקע, וווּ ער איז שוין געווען באַקאַנט און זײַנע בילדער האָבן זיך פֿאַרקויפֿט פֿאַר גרויסע געלטער. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט און די לעצטע דרײַ יאָר פֿון זײַן לעבן פֿאַרבראַכט אין אַ קליין שטעטל אויף דרום־פֿראַנקרײַך, צוזאַמען מיט זײַן לעבנס־באַגלייטערין, מאַרי בערט.
די לעצטע טעג זײַנע האָט סוטין געליטן פֿון שרעקלעכע מאָגנס־ווייטיקן. עס האָט אויך נישט געהאָלפֿן די אָפּעראַציע, געמאַכט אין פּאַריז, בײַ נאַכט און געהיים, אויס מורא, אַז עמעצער זאָל נישט צוטראָגן די זשאַנדאַרן. זעקס אין דער פֿרי, האָט סוטין אויפֿגעמאַכט די אויגן. זײַנע ליפּן האָבן זיך קוים גערירט. מאַרי האָט זיך אָנגעבויגן צו אים. צוגעלייגט דעם אויער צו זײַן מויל, האָט זי דערהערט אַן איין און איינציק וואָרט, וואָס זי האָט עס נישט פֿאַרשטאַנען — "וואָלמאַ…" — דער נאָמען פֿונעם טײַך, לעבן וועלכן ס'האָט שוין הונדערטער יאָרן געוועבט די געשיכטע פֿון לעבן און טויט דאָס שטעטל סמילאָוויטשי.
חיים סוטין איז געשטאָרבן דעם 9טן אויגוסט, 1943, אין עלטער פֿון 49 יאָר.
אָקטאָבער, 2016, ברוקלין, ניו־יאָרק
־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־
[1] קורקאַ (פֿאַרקריפּלט רוסיש) — אַ הון
[2] קאַטשקאַ (פֿאַרקריפּלט רוסיש) — קאַטשקע
[3] גוסקאַ —(פֿאַרקריפּלט רוסיש) — גאַנדז
[4] אינדוק — (פֿאַרקריפּלט רוסיש) — אינדיק
[5] אַ לעקער — צונג
[6] דזיאַדקאַ (ווײַסרוסיש) — פֿעטער
[7] דאָברי נאָזשעך (ווײַסרוסיש) — אַ גוטער מעסער
[8] כלאָפּיעץ (ווײַסרוסיש) — בחור
[9] דוראַן (ווײַסרוסיש) — טיפּש, נאַר
[10] מאַסטאַק (ווײַסרוסיש) — מאָלער
[11] מיזאַר (טאָטעריש] — צווינטער
[12] "מאַניפֿעסט פֿון 1905" — אַרויסגעגעבן געוואָרן דורכן צאַר ניקאָלײַ דער צווייטער, צו פֿאַרפֿולקומען די מלוכה־אָרדענונג. אַרויסגערופֿן אַ גרויסע כוואַליע פֿון אַנטי־ייִדישע פּאָגראָמען איבער גאַנץ רוסלאַנד.
[13] "אַ וויסטע פּגירה אויף דיר" (ווײַסרוסיש)
באָריס סאַנדלער: ביאָגראַפֿיע
באָריס סאַנדדער: ביאָגראַפֿיז
באָריס סאנדלער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1950 אין בעלץ (היינט מאָלדאָווע). צו יענער צײַט איז די פֿראַגע פֿון דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד "ענדגילטיק געלייזט געוואָרן". די היים און גאַס אין דער שטאָט בעלץ זײַנען געוואָרן דער שפּראַך־ און שטייגער־מקור פֿון אַ ייִדיש לעבן, וואָס סאַנדלער האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך אין די קינדער־יאָרן און שפּעטער באַשריבן עס אין זײַנע פּראָזע־ווערק.

Boris Sandler
צו פֿינעף יאָר הייבט ער אָן זיך לערנען מוזיק. נאָך זײַענדיק אַ סטודענט פֿונעם קונסט־אינסטיטוט אין קעשענעוו, הייבט ער אָן אַרבעטן, ווי אַ פֿידלער, אינעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער בײַ דער מאָלדאַווישער מלוכישער פֿילהאַרמאָניע. דער קאַריערע פֿון אַ פֿידלער האָט ער אָפּגעגעבן בסך־הכּל אַרום פֿערציק יאָר.
אַ גרויסע השפּעה אויף זײַן אומקער צו מאַמע־לשון און צום אָנהייבן שאַפֿן אויף ייִדיש האָט געהאַט דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. מיט שרײַבמאַנס אַרײַנפֿיר־וואָרט ווערן אָפּגעדרוקט אינעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנג‟ (1981) זײַנע ערשטע דרײַ דערציילונגען. שפּעטער ווערט ער דאָרט אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע. אינעם זעלבן יאָר קומט ער אָן אויף די ערשטע יידישע ליטעראַרישע קורסן בײַם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט אויף גאָרקיס נאָמען. זײַן ערשט בוך — "טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס", איז דערשינען אין יאָר 1986.
אין יאָר 1989 האָט באָריס סאַנדלער געגרינדעט בײַ דער מאָלדאַווישער מאַציאָנאַלער טעלעוויזיע די ערשטע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד ייִדישע טעלעוויזיע־פּראָגראַם, "אויף דער ייִדישער גאַס" און געפֿירט זי אויף ייִדיש. לויט זײַן איניציאַטיוו, איז געשאַפֿן געוואָרן אין קעשענעוו די ייִדישע ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען. באָריס סאַנדלער איז אַ מחבר פֿון סצענאַרן פֿאַר צוויי פֿילמען. פֿון 1990 ביז זײַן עולה זײַן קיין ישׂראל אין 1992, רעדאַגירט ער דעם ייִדישן טייל פֿון דער צוויישפּראַכיקער צײַטונג „אונדזער קול‟ (קעשענעוו).
אין ישׂראל ווערט סאַנדלער אָנגעשלאָסן אינעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן, וווּ ער איז אויסגעוויילט געוואָרן פֿאַרן וויצע־פֿאָרזיצער. ער אַרבעט אינעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט, שאַפֿט און לאָזט אַרויס דעם ,קינדער־זשורנאַל "קינד־און־קייט", נעמט איבער די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם "לייוויק־פֿאַרלאַג", וווּ נאָך אַן איבעררײַס הייבן אָן ווידער אַרויסצוגיין ביכער פֿון ייִדישע מחברים.
אין יאָר 1998 נעמט סאַנדלער אָן די פֿאַרבעטונג צו אַרבעטן אין דער עלטסטער ייִדישער צײַטונג „פֿאָרווערטס‟, ניו־יאָרק, וווּ אין גיכן ווערט ער דער הויפּט־רעדאַקטאָר. אונטער זײַן השגחה פֿלעגט דערשײַנען יעדער וואָך אויך די ראַדיאָ־פּראָגראַם "די פֿאָרווערטס־שעה", און די חודשדיקע פּובליקאַציע פֿאַר סטודענטן "ווײַטער".
זײַנע ווערק זײַנען איבערגעזעצט אויף רוסיש, ענגליש, פֿראַנצייזיש, עבֿרית, רומעניש, דײַטש און אַנדערע שפּראַכן.
באָריס סאַנדלער איז אַ מחבר פֿון סצענאַרן פֿאַר צוויי פֿילמען: "גיב זיך ניט אונטער, ייִדיש" (1991), און "וווּ איז מײַן היים?" (1992); 10 ווידעאָ־דאָקומענטאַרן "מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס". אַרויסגעגעבן 26 ביכער פֿון קינסטלערישער פּראָזע און פּאָעזיע.
סאַנדלער איז אַ לאַורעאַט פֿון פּרעסטיזשפֿולע פּרעמיעס פֿאַר ליטעראַטור אין ישׂראל, פֿשאַ און קאַנאַדע.

אַלט־ייִדישע ליטעראַטור: אַ נײַע מאָנאָגראַפֿיע
אַלט־ייִדישע ליטעראַטור: אַ נײַע מאָנאָגראַפֿיע
אינעם בערלינער פֿאַרלאַג Jüdischer Verlag איז אַרויס אויף דײַטש סוזאַנע קלינגענשטיינס מאָנאָגראַפֿיע "נישט יעדער קאָן זײַן אַ למדן. אַ קולטור־געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. 1105 – 1597".
די מחברטע פֿונעם בוך איז געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד, האָט אונטערגעריכט הומאַניטאַרישע דיסציפּלינען אינעם מאַסאַטשוסעטסער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט, הײַנט איז זי אַ פֿאָרשערין בײַם צענטער פֿון ייִדישע שטודיעס אין האַרוואַרד. אין איר ווערק ווײַזט זי, אַז די ליטעראַרטור אויפֿן שמועס־שפּראַך פֿון אַשכּנזישער ייִדן האָט במשך פֿון אַ סך יאָרהונדערטער געשפּילט אַ גרויסע סאָציאַלע און קולטורעלע ראָלע אין ייִדישע קהילות, פֿאַרפֿעסטיקט די פּאָזיציעס פֿון פֿרויען, געמאַכט זיי פֿרײַער און מער זיכער אין זייערע אייגענע כּוחות.
דער פֿאַרלאַג טיילט מיט, אַז קלינגערשטיינס מאָנאָגראַפֿיע איז די ערשטע אין אַ פּלאַנירטער סעריע פֿון פֿיר ביכער, געווידמעט דער געשיכטע פֿון ייִדיש־ליטעראַטור.
יואל מאַטוועיעוו: טעאַטער
יואל מאַטוועיעוו: טעאַטער
יואל מאַטוועיעווס רוסישער ספּעקטאַקל אויפֿן סמך פֿון אַ חסידישער מעשׂה אויף ייִדיש
יואל מאַטוועיעוו: מוזיק
יואל מאַטוועיעוו: מוזיק
לידער, וואָס יואל מאַטוועיעוו האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש
יואל מאַטוועיעוו: איבערזעצונגען
יואל מאַטוועיעוו: איבערזעצונגען
וויליאַם באַטלער יעיטס
דאָס ליד פֿונעם גליקלעכן פּאַסטעך
אַרקאַדיער וועלדער זענען טויט,
פֿאַרבײַ איז זייער אַלטע פֿרייד.
די וועלט אַמאָל – געווען איר ברויט
חלומות; מיטן קאָפּ זי דרייט,
נאָר מיטן וואָר זי שפּילט געגרויט:
אָ, קראַנקע קינדער פֿון דער וועלט,
פֿון אַלץ, וואָס טרויעריק באַגלייט
האָט אונדזער טאַנץ, וואָס האָט געקנעלט
אונדז קראָנאָס מיט זײַן פֿאַלשער פֿלייט,
ווערטער נאָר זענ׳ זיכער גוט.
הײַנט אין שלאַכט וווּהין ער גייט,
יענער מלך, העלדיש בלוט?
הײַנט אין שלאַכט וווּהין ער גייט?
אַ וואָרט אַ נישטיקס איז זײַן גלאָריע,
שטאַמלענדיק, אַ שילער בויט
פֿונעם פּלאָנטער אַ היסטאָריע:
די מלכים אַלטע זענען טויט.
די ערד, וואָס וואַנדערט, קאָן אַליין
זײַן נאָר אַ וואָרט, אַ פֿלאַם אין רוים,
וואָס אויף אַ רגע גיט ער קוים
דעם חלום אייביקן אַ מיין.
דײַן שטויביק לעבן מאַך ניט גרויס,
ניט שטרעב – ס׳איז אויך אַ חיי־שעה,
נאָך אמת הונגערן; אַלזאָ,
דײַן גאַנצע מי נאָר ברענגט אַרויס
חלומות נײַע, ס׳איז ניטאָ
קיין אמת, סײַדן אין דײַן האַרץ.
און דעם, וואָס פֿאָלגט אין הימל שוואַרץ
די שטערן־טענץ אַדורך זײַן גלאָז,
ווי זיי פֿאַרגייען, און פֿאַרוואָס,
ניט גלייב – ס׳איז אויך אַ חיי־שעה –
אין זייער וואָרט. דער שטערן־חן
בײַ זיי דאָס האַרץ צעקילט אויף צוויי׳ן,
זיי׳ר מענטשן־אמת – טויט, ניטאָ.
בײַם ים־גערויש זיך ברענג אַרײַן
אַ מושל, עכיש אויסגעקרומט,
ווען אין איר מויל דײַן מעשׂה ברומט,
זיי וועלן דיך מנחם זײַן –
די ווערטער דײַנע, אויף אַ ווײַל,
מיט זייער ליד און זאָרג־געאײַל,
און פֿאַלן וועלן אויפֿן דנאָ,
און שטאַרבן פּערלדיק – ניטאָ,
דאָך ווערטער נאָר זענ׳ זיכער גוט:
איז זינג – ס׳איז אויך אַ חיי־שעה.
און איך מוז גיין – דאָרט, וווּ כ׳באַגריס
די ערד, די ליליע, דעם נאַרציס,
דעם פֿאַוון בידנעם זינגען קלאָר,
וואָס ליגט אין שלאָפֿנדיקן גרונט,
מיט מירטן־לידער ביז קאַיאָר
וועל איך. געווען מיט מירט באַצירט
זײַן טרויער־זײַן. איך שטעל זיך פֿאָר:
געשפּענסטיק טרעט ער אויפֿן טוי,
מיט מײַנע לידער דורכגעשטוינט,
די לידער פֿון יונג־ערד, נאָר אָ:
הײַנט טרוימט זי מער ניט – און דו, טרוים!
דער מאָן איז אויפֿן באַרג פֿאַרזוימט:
טרוים, טרוים – ס׳איז אויך אַ חיי־שעה.
לייזער זאַמענהאָף
אָ דו, האַרץ מײַן
אָ דו, האַרץ מײַן! ניט שלאָג זיך 'זוי געפֿערלעך,
פֿון ברוסט אַרויס נישט שפּרינג, נאָר האַלט זיך אײַן!
שוין קען איך זיך ניט האַלטן, ס׳איז מיר שווערלעך,
אָ דו, האַרץ מײַן!
אָ דו, האַרץ מײַן! נאָך לאַנגער מי און מאַנגל
צי כ׳וועל ניט זיגן, זען דעם מזלס שײַן?
גענוג שוין! זיך באַרויִק פֿון געראַנגל,
אָ דו, האַרץ מײַן!
טאָמאַס ווענצלאָוואַ
די ערד
ווען צײַטיקט זיך דער סאָד מיט שטיינער
און בראָנדזעוועט דער פֿײַערשטאָף,
איך וועל דיר טרויען בײַם דערליי׳נען
דײַן ווערטער־אוצר ביזן סוף.
צו דײַנע רײַכע, טונק׳לע טענער
(וווּ ווידער ברויט און וואַקס כ׳דערהער)
איך גיס צו געל און רויט, זאָל ברענען,
און דאָס, וואָס הײַנט איז נאָך צו שווער.
דערמאָנט מיך לאַנג, כּל־זמן פֿאַרגייען
די קולות פֿון אַ פֿאָרשטאָט־באַן,
איך בײַט די קלאַנגיקע מטבע,
וואָס ס'האָט דערפֿונדן פּאָל סעזאַן.
יעווגעני פֿיאָדאָראָוו
אין מײַן בלוט איז אַ שאַמאַן
אין מײַן בלוט איז אַ שאַמאַן,
איבער וועלטן דרײַ ער שפּאַנט,
כ׳זע אים קומען אין טומאַן
מיט פֿיר אוצרות אין דער האַנט.
אינעם פֿײַער כּוח שעפּט,
פֿונעם וואַסער שטאַרק ער ווערט,
מיט דער מאַמע־ערד ער לעבט,
און צום נוגה־שטערן שוועבט.
ברומט זײַן קול מיט דונער־רעש,
וועט מײַן טיר אים אָפֿן זײַן,
זײַנע אויגן – רשפֿי־אש,
קומט מײַן זיידעניו אַרײַן.
און זײַן כּוח – גרויס ביז גאָר,
וועגן זײַנע – ביז העט־וווּ,
הער זשע נאָר, זאָגט ער צו מיר:
– אויף מײַן וועג וועסט גיין אויך דו.
וווּ זאָל לויפֿן איך, וווּהין?
פֿליט זײַן רוח, גליט און ציט,
און מיט רוחות אין האַלב־זין
זינג איך, זינג איך מיט זײַן ליד.
מיט די רוחות כ׳זינג בײַנאַנד,
דעם שאַמאַנען־כאָר איך רוף,
מיטן צפֿון האַנט אין האַנט
אויפֿן שטערן־וועג כ׳גיי אויף.
אָט שאַמאַנעווען ער גייט,
זינגען רוחות אין דער קעלט,
ברומט זײַן בובען, ווערט צעשפּרייט
דאָס געברום אַרום דער וועלט.
טאַנצט ער ווי אַ שטורעם־ווינט,
ווי אַ פֿײַל זײַן זינגען פֿליט,
רײַסט מײַן זיידעניו־שאַמאַן
די רקיעים מיט זײַן ליד.
ווי אַ וויכער פֿליט זײַן שיר,
יעדער שלאָס אין הימל פֿאַלט,
ווען מײַן זיידעניו־שאַמאַן
גייט אַרום דער וועלט און וואַלד.
מיט שמימדיקער שטערק
בשמים פֿליט ער הויך,
איבער זיב׳ציק הימל־בערג
רופֿט ער מיך אַהינצו אויך.
מײַן נשמה איז – ווי ער,
ווי מײַן זיידעניו איך ווער.
אויסגעלאָקערט אין טומאַן
ר׳האָט מײַן האַרץ מיט אַן אַרקאַן.
מײַן נשמה זינגט דעם שיר,
פֿאָלג איך דעם שאַמאַנען־וועג.
מײַן אורזיידן איך דערהער,
די עווענקן איך דערוועק!
זאָיע באַרזאַך
A Vision
(לזכּרון וו. ב. יעיטס)
עזרא ליבער, ניט דײַן הנאָה
אין סענאַט פֿון דײַן לאַנד צו גיין.
וווּ אַטאַל האָט צעזײַלט זײַן סטאָיע
איז אַ שערבעלע שולדיק, ניין?
צי מיט שערבעלעך, צי מיט שאַרבנס
איז ברוקירט אונדזער גלות־וועג –
פֿאָלג ניט פֿרעמדע לעבנס און שטאַרבנס
פּאַנטעאָן דײַנער – לאַנג אַוועק.
ניט געבוירן אַ העלד צו פֿירן
ניט געפֿאַלענע אין אַ קריג,
שורות אונדזערע ניט מאַרשירן,
אונדזער וועג איז אַ שפּאַן צוריק.
לאָמיר ווײַכן פֿון אָט דעם וועגל,
אָט דעם וועגל, וווּ דו פֿאַרגעסט,
אַז צום ליכט, אונדזער ליכט דאָס שטעגל
נאָר אין טאַפּן בחושך זעסט.