ווי יעדער איינער, וואָס שמט אַ קענער און אַ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, האָב איך אויך זיך צונויפֿגעשטויסן מיט בקשות צו קומען דריגנד אין ערגעץ כּדי צונעמען ייִדישע ביכער־אוצרות, וועלכע זײַנען געבליבן בירושה פֿון עפּעס גאָר אַ באַיאָרטן ייִדן (זעלטענער – פֿון אַ ייִדענע) און זײַנען ניט נייטיק די ירשים. זיי, די שטאָלצע מיט זייער ייִדישיסטישן ייִחוס ירשים, ווילן זיך באַפֿרײַען וואָס גיכער פֿון די דאָזיקע אוצרות, אָבער סתּם אַרויסוואַרפֿן זיי ווילן זיי ניט, קענען זיי ניט. זיי זײַנען דאָך אינטעליגענטע ייִדן, וועלכע שטאָלצירן זיך מיט זייערע ייִדישיסטישע פֿאָרגייער. איז זוכן זיי אָפּ עפּעס אַ משוגענעם, לאָמיר זאָגן, אײַך, וואָס איז באַוווּסט מיט זײַן משונהדיקער ליבע צום פֿאַרגעסענעם מאַמע־לשון, און זיי קלינגען אײַך אָן און מעלדן אײַך, אַז זיי וועלן אײַך באַגליקן. כ'וויל ניט איבערטרײַבן, אָבער כ'לעבן, האָב איך ניט ווייניקער פֿון פֿיר עקזעמפּלאַרן פֿון שלום־עליכמס אויסגעקליבענע ווערק אין דער סאָוועטישער אויפֿלאַגע פֿונעם סוף 50ער יאָרן, נו, און אַזוי ווײַטער.
וועגן דעם האָב איך געטראַכט, פֿאָרנדיק דעמאָלט אין גבֿעתּיים. דאָס, וואָס דער אָרדנטלעכער עזבֿון בצורת ייִדישע ביכער האָט זיך געפֿונען דווקא דאָרט, האָט מיך גאָר ניט געחידושט. גבֿעתּיים איז אַ שטאָט פֿון אַלטע אשכּנזים.
זיך אומגעקערט אַהיים, האָב איך אָנגעהויבן אויסלאָדן פֿונעם אויטאָ פּעקלעך ביכער, וועלכע די ירשים האָבן העפֿלעך פֿאַר מיר צוגעגרייט און וועלכע איך האָב, ניט קוקנדיק, אויף גיך אַרײַנגעפּאַקט אין מײַן מאַשין – קיין פּאַרקירונג־פּלאַץ איז ניט געווען און איך האָב זיך אָפּגעשטעלט לעבן דעם געפֿאַרבטן אין ווײַס־און־רויט טראָטואַר־ראַנד כּלומרשט "אויף אַ רגע". בשעת דער אויסלאָדונג האָט איינס פֿון די פּעקלעך זיך צעשאָטן. אויפֿהייבנדיק די ביכער פֿונעם דיל, האָב איך דערזען די ערשטע, ווינער אויפֿלאַגע פֿון יוסף פּערלס "ספֿר מגלה טמירין". דאָס איז געווען בפֿירוש אַ יקר־מציאות.
איך האָב פֿאָרזיכטיק, אפֿילו מיט ייראת־הכּבֿוד אויפֿגעמישט דאָס צעפֿליקטע זײַטן און גלײַך געפֿונען אינעווייניק אַ העפֿט אין אַ האַרטער אָפּגעריבענער אײַנבינדונג. אָדער אַפֿשר דאַרף מען זאָגן "אַן אַלבאָם" און ניט "אַ העפֿט"? אָבער מילא.
איך בין אינעם מאָמענט געווען זיכער, אַז די העפֿט איז ווי־ניט־איז פֿאַרבונדן מיטן "ספר מגלה טמירין". און ס'קען זײַן, אַז איך בין טאַקע געווען גערעכט, הגם די טבֿע פֿון דער דאָזיקער פֿאַרבינדונג האָט זיך מיר ניט אײַנגעגעבן מגלה זײַן, ניט געקוקט אויף דעם פֿאַקט, וואָס איך האָב זינט יענעם טאָג איבערגעלייענט די העפֿט אַדורך און אַדורך און אַ לענגערע צײַט געפּרוּווט משׂיג זײַן, וואָס איז דאָס אייגנטלעך אַזוינס. אויפֿן ערשטן קוק דאַכט זיך, אַז אַלץ איז קלאָר. דאָס איז אַ פּריוואַט טאָגבוך. אַזוי שטייט געשריבן אויף דער ערשטער זײַט: "טאָגבוך פֿונעם גובערנאַטאָר הירש פּרץ" – אויף רוסיש מיטן אַלטערטימעלכן אויסלייג, וואָס אַנטשפּרעכט דער תּקופֿה, ווען יוסף פּערל האָט אָנגעשריבן און אַרויסגעגעבן אויף לשון־קודש זײַן "ספֿר מגלה טמירין". דערבײַ האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן אַזאַ טשיקאַווער פּרט: לכתּחילה איז אָנגעשריבן געווען "גריגאָרי פּרץ", אָבער דערנאָך איז "גריגאָרי" פֿאַרשטראָכן געוואָרן און פֿון אויב האָט די זעלבע האַנט אָנגעשריבן: "הירש". ווידער מיט רוסישע בוכשטאַבן.
בכלל זײַנען די ערשטע פֿאַרשרײַבונגען אין דעם טאָגבוך געמאַכט אויף רוסיש. אין המשך אָבער באַווײַזן זיך ווערטער און זאַצן אויף ייִדיש און אויף לשון־קודש. און צום סוף גייט דער מחבר פֿולקום צו ייִדיש, הגם זײַנע פֿאַרשרײַבונגען זעצן פֿאָר גיין פֿון לינקס אויף רעכטס, אַזוי ווי אין רוסיש, ווי ער האָט דאָס טאָגבוך אָנגעהויבן.
מיר איז קלאָר, אַז דאָס "טאָגבוך פֿונעם גובערנאַטאָר הירש פּרץ" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אינטערעסאַנטן היסטאָרישן דאָקומענט – אויב דאָס איז אַן עכט טאָגבוך, אָדער אַן אינטערעסאַנט קינסטלעריש ווערק – אויב דאָס איז אַ פֿעלשונג. זײַן עיקרדיקער חסרון, וועלכער שטערט בלי־ספק בײַם לייענען, איז דער בהדרגהדיקער איבערגאַנג פֿון רוסיש צו ייִדיש. ניט אַלע קענען דאָך אָט די ביידע לשונות. האָב איך גערן גענומען אויף זיך די טירחה איבערצוזעצן די רוסישע טיילן פֿונעם טאָגבוך, ווי אויך איבערצושרײַבן זײַנע ייִדישע טיילן אַנטשפּרעכיק דער מאָדערנער אָרטאָגראַפֿיע. די רעזולטאַטן פֿון מײַן איבערזעצערישער און רעדאַקטאָרישער מי לייג איך דאָ פֿאָר:
דעם 1טן דעצעמבער 1840
הײַנט בין איך אומדערוואַרט גערופֿן געווען צום וואָלאָגדער גובערנאַטאָר, דעם גענעראַל־לייטענאַנט באָלאָגאָווסקי דמיטרי ניקאָלײַעוויטש. אינעם פּריקאַז פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן אויפֿזיכט, וווּ איך הקטן־והצעיר האָב דעם כּבֿוד צו דינען זינט דעם אָנהייב פֿונעם לויפֿנדיקן יאָר אין קאַנצעלאַריע, איז געקומען דער באַהעלפֿער פֿונעם גובערנאַטאָר מיט אַ פֿאַראָרדענונג אומגעזאַמט אַוועקפֿירן דעם טיטולאַרן ראַטגעבער גריגאָרי אַבראַמאָוויטש פּרץ צו זײַן עקסעלענץ. ס'איז גרינג זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אויפֿגערעגט זײַנען פֿון דעם דאָזיקן וויזיט געוואָרן די קאַנצעלאַרישע טשינאָווניקעס פֿון אונדזער פֿון גאָט באַהיטן פּריקאַז.
אָנגעקומען צום גובערנאַטאָר, בין איך דורך אים אויפֿגענומען געוואָרן מיט דער גאַנצער בנמאסדיקייט. זײַן עקסעלענץ האָט מיר מיטגעטיילט, אַז מיר איז פֿאָרגעשריבן באַגלייטן אים קיין סאַנקט־פּעטערבורג, וווּהין ער לאָזט זיך אַוועק נאָך דעם, ווי עס וועלן זיך ענדיקן צוויי וואָכן, אין צוזאַמענהאַנג מיטן שלוס פֿון דער דינסט זײַנער אויפֿן פּאָסטן פֿונעם וואָלאָגדער גובערנאַטאָר און זײַן דערוואַרטער באַשטימונג אינעם רעגירנדיקן סענאַט. אין ענטפֿער אויף מײַן דערמאָנונג לגבי דעם, אַז מיר איז בלויז אַ יאָר ווי דערלויבט געוואָרן אײַנטרעטן אין דינסט נאָך דעם, ווי איך האָב 12 יאָר פֿאַרבראַכט אין פֿארשיקונג אין אוסט־סיסאָלסק און פֿאַר דעם – אַ יאָר אין פּערם נאָך אַ האַלב־יאָר געפֿענקעניש אין דער פּעטראָפּאַוולאָווסקער פֿעסטונג פֿאַר אַ מיטבאַטייליקונג אין אַ אונטעררײַסערישער געזעלשאפֿט, האָט זײַן עקסעלענץ געזאָגט, אַז דאָס איז אַן אַלטער עניין און אַז איצט צוליב נײַע אומשטענדן ווערט מיר געגעבן אַ מעגלעכקייט צו דינען מיט ווירדע דעם פֿאָטערלאַנד אויף אַ הויכן פּאָסטן אויסער זײַנע גרענעצן, און אין דעם צוזאַמענהאַנג וואַרט אויף מיר נאָכן אָנקומען קיין סאַנקט־פּעטערבורג אַ באַגעגעניש מיט זײַן דערלויכטיקייט דעם גראַף קאַרל וואַסיליעוויטש נעסעלראָדע, דעם מיניסטער פֿונעם אויסערלעכע עניינים פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע.
די דאָזיקע ידיעות האָבן מיך אויפֿגעטרייסלט ביז דער טיף פֿון דער נשמה. ווײַל נאָכן פֿאַרברענגען אין דער פֿאַרשיקונג מער פֿון אַ יאָרצענדליק האָב איך בשום־אופֿן ניט געקאָנט אויסריכטן אויף אַזאַ אומדערוואַרטן און גינסטיקן קער פֿונעם גורל מײַנעם. אונטערוועגנס אַהיים האָב איך געבראָכן דעם קאָפּ איבער דער רעטעניש, וועמען בין איך דאָס שולדיק און וועגן וועכלן הויכן פּאָסטן אויסער די גרענעצן פֿונעם פֿאָטערלאַנד קאָן גיין די רייד. איך האָב וווּנדערלעך פֿאַרשטאַנען, אַז מײַן איינציקער מעגלעכער מליץ־יושר, דער מאַן פֿון דער שוועסטער מײַנער מאַריִאַ, באַראָן אַלעקסאַנדר פֿיאָדאָראָוויטש גרעוועניץ האָט ניט פֿאַר דעם קיין גענוגנדיקע השפּעה. האָב איך זיך ביז גאָרנישט ניט דערטראַכט, און פֿונדעסטוועגן באַשלאָסן, אַז די דאָזיקע געשעעניש איז ווערט צו זײַן באַשריבן. און דעריבער הייב איך אָן צו פֿירן דאָס דאָזיקע טאָגבוך, וואָס איך באַטיטל מיט אַן אייגנטימלעכער פֿאַר מיר נטיה חוזק מאַכן פֿון אַלעמען, און אין דער ערשטער ריי – פֿון זיך אַליין, און מיט אַ האָפֿענונג אויף דער צוגעזאָגטער מיר הויכער נאָמינירונג "טאָגבוך פֿונעם גובערנאַטאָר גריגאָרי פּרץ". איך זאָג צו, אַז איך וועל ניט שמירן בחינם פּאַפּיר און בלויז יענע געשעענישן און געדאַנקען, וועלכע זײַנען ווערט אָפּגעהיט צו ווערן פֿאַר דער געשיכטע, וועל איך פֿאַרשרײַבן אין דעם דאָזיקן טאָגבוך.
דעם 1טן יאַנואַר 1841
הײַנט אין דער פֿרי בין איך אויפֿגענומען געוואָרן דורכן מיניסטער פֿון אינערלעכע עניינים דעם גראַף נעסעלראָדע. זײַן דערלויכטיקייט איז געווען טרוקן און אומפֿרײַנדלעך. אָבער ער האָט פֿאָרגעשטעלט דעם עניין קלאָר. דאָס האָט פֿון איין זײַט מיך אַראָפּגעלאָזט פֿונעם הימל אויף דער ערד, און פֿון דער אַנדערער – באַשטעטיקט די ווערטער פֿונעם ליבן מײַן האַרצן גענעראַל־לייטענאַנט – און איצט שוין אויך סענאַטאָר דמיטרי ניקאָלײַעוויטש באָגאָלאָווסקי בנוגע צו דער הויכער באַשטימונג אויסער די גרענעצן פֿונעם פֿאָטערלאַנד, וועלכע וואַרט אויף מיר. זײַן דערלויכטיקייט גראַף האָט מיט מיר גערעדט איבערהויפּט דײַטש, און אָט וואָס האָט ער מיר מיטגעטיילט:
די געזאַמלטע אין לאָנדאָן קאָנפֿערענץ פֿון פֿינף גרויסמאַכטן, צווישן וועלכע עס זײַנען, חוץ בריטאַניע, געווען אויך פּרײַסן, עסטרײַך, פֿראַנקרײַך און רוסלאַנד, האָט באַשלאָסן אין צוזאַמענהאַנג מיטן קאָנפֿליקט צווישן טערקײַ און מצרים, אַז דער עכּוער פּאַשאַליק דאַרף ווערן אַ נייטראַלע טעריטאָריע, וועלכע וועט זיי צעטיילן און זיך געפֿינען אונטערן בשותּפֿותדיקן קאָנטראָל פֿון די גרויסמאַכטן. מע פֿאַרטרויט דאָס רעגירן אינעם עכּוער פּאַשאַליק דעם פּאַשאַ, וועלכער וועט באַשטימט ווערן דורך די גרויסמאַכטן און נאָר פֿאָרמעל וועט באַשטעטיקט ווערן דורך דער הויכער פּאָרטע. דער פּאַשאַ טאָר ניט זײַן קיין מוסולמענער.
רוסלאַנד האָט, נאַטירלעך, זײַן אייגענעם אינטערעס אין דעם עניין. עס איז פֿאַראינטערעסירט אין דעם, אַז דער עכּוער פּאַשאַ זאָל ווערן זײַן אונטערטעניקער. "יענער אומשטאַנד, וואָס מיר זײַנען מיט אײַך, הער פּרץ, אין אַ געוויסן זין גלויבנס־גענאָסן, – האָט געזאָגט דער מיניסטער מיט אַ ביטול־שמייכל אויף די דינע ליפּן, – האָט אָפּגעשפּילט זײַן ראָלע אין דעם, וואָס איר זײַט אויסגעקליבן געוואָרן אויף דעם דאָזיקן הויכן פּאָסטן. אויב אײַער פֿאַרשטאָרבענער פֿאָטער אַבראַם איזראַיִלעוויטש, זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, וואָלט זיך געקריסטלט בשעתּו צוזאַמען מיט אײַך ניט אין לוטעראַניזם, נאָר אין פּראַוואָסלאַוויע, וואָלטן די אַנדערע גרויסמאַכטן געהאַט אַ חשש לגבי אײַער איבערמעסיקער נויגונג צום פּראַוואָסלאַוון רוסלאַנד. יענץ, וואָס איר זײַט פֿאַררעכנט אַ לוטעראַנער, עטוואָס באַרויִקט זיי אין דעם הינזיכט, ווי אויך יענער אומשטאַנד, וואָס איר האָט געהאַט אַ שייכות צו דער פֿאַרשווערונג קעגן דעם קיסר, און מע האָט אײַך פֿאַר דעם באַשטראָפֿן". איך האָב מיט אַ גרויסער מי אײַנגעהאַלטן דעם צאָרן, וועלכן עס האָבן אין מיר אַרויסגערופֿן די דאָזיקע אַרויסגעזאָגטע מיט אַ קאַלטער פֿאַראַכטונג רמזים אויף מײַן כּלומרשט ניט אויפֿריכטיקער אָנגעהעריקייט צום קריסטלעכן גלויבן און ניט גענוגנדיקער איבערגעגעבנקייט צו רוסלאַנד. אָבער דער עיקר איז נאָך ניט געזאָגט געוואָרן.
"און פֿאָרט זײַנען אינטערעסן פֿון רוסלאַנד ניט באַגרענעצט מיטן באַשטימען אַ רוסלענדישן אונטערטעניקן אין אײַער פּערזאָן אויפֿן פּאָסטן פֿונעם עכּוער פּאַשאַ, – האָט פֿאָרגעזעצט דער גראַף נעסעלראָדע, – מיר זײַנען פֿאַראינטערעסירט אינעם פֿאָלגן, אויף וויפֿל ס'איז מעגלעך פֿולקום, רעקאָמענדאַציעס פֿון נאָך איינעם גלויבנס־גענאָסע אונדזערן, דעם לוטעראַנער און אײַער פֿאַרשטאָרבענעם פֿרײַנד, הער פּאַול פּעסטעל. ער איז הינריכטעט געוואָרן פֿאַר זײַנע פֿאַרברעכענישן קעגן דעם טראָן, אָבער, ניט געקוקט אויף דעם, טאָר מען ניט גרינגשעצן אומצווייפֿלדיקע מעלות פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם. אויך ער האָט אויף זײַן אופֿן געדאגהט פֿאַר אינטערעסן פֿון רוסלאַנד, און אין געוויסע פּרטים איז ער געווען גערעכט. איך בין זיך משער, אַז אַמאָל האָט איר געהאַט אַ מעגלעכקייט זיך באַקענען מיט דעם געגעבענעם דאָקומענט, – דאָ האָט דער מיניסטער אונטערגערוקט צו מיר די ליגנדיקע אויף זײַן אַרבעטס־טיש טעקע, אויף וועלכער ס'איז געשטאַנען געשריבן: "די גרינטלעכע מלוכה־גראַמאָטע פֿונעם גרויסן פֿאָלק דעם רוסלענדישן, וועלכע דינט אַלס געבאָט פֿאַרן פֿאַרפֿולקומען רוסלאַנד און אַנטהאַלט אַן עכטע אָנווײַזונג סײַ פֿאַרן פֿאָלק סײַ פֿאַר דער צײַטווײַליקער הויפּט־פֿאַרוואַלטונג, וועלכע פֿאַרמאָגט דיקטאַטאָרישע פֿולמאַכטן".
איך האָב נאַטירלעך גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז די רייד גייט וועגן דעם אַזוי גערופֿענעם "רוסישן אמת", וועלכן עס האָט צונויפֿגעשטעלט פּאַוועל איוואַנאָוויטש פּעסטעל עליו־השלום נאָך אין 1824, אָבער איך האָב זיך געאײַלט מיט דער גאַנצער מעגלעכער אויפֿריכטיקייט פֿאַרזיכערן דעם גראַף נעסעלראָדע, אַז איך זע דעם דאָזיקן דאָקומענט צום ערשטן מאָל. ער האָט זיך ניט געלאָזט אין קיין אַמפּערניש מיט מיר: "גוט, אויב אַזוי, וועל איך אײַך בעטן נעמען די דאָזיקע טעקע מיט זיך און, קיינעם זי ניט באַווײַזנדיק, זיך באַקענען זייער אויפֿמערקזאַם מיטן צווייטן קאַפּיטל פֿון דעם דאָזיקן דאָקומענט, וואָס הייסט "וועגן די שבֿטים, וועלכע באַפֿעלקערן רוסלאַנד". באַזונדערס דאָך וועל איך אײַך בעטן קאָנצענטרירן אײַער אויפֿמערקזאַמקייט אויף יענעם אָפּטייל, וועלכער באַהאַנדלט דאָס ייִדישע פֿאָלק. דאָס האָט די אומפֿאַרמיטלעכסטע שייכות צו אינטערעסן פֿון רוסלאַנד אינעם עכּוער פּאַשאַליק. נאָך דעם, ווי איר וועט אויסשטודירן דעם געגעבענעם אָפּטייל און באַטראַכטן זײַן אינהאַלט ווי געהעריק איז – אויף דעם ווערט אײַך געגעבן אַ וואָך צײַט, וועט איר ווידער אײַנגעלאַדן ווערן אויף אַ שמועס מיט מיר". אויף דעם האָט די אוידיענץ זיך פֿאַרענדיקט.
דעם 2טן יאַנואַר 1841
אַנטשפּרעכיק די אָנווײַזונגען פֿונעם גראַף נעסעלראָדע האָב איך אומגעזאַמט איבערגעלייענט דעם "רוסישן אמת" בכלל און באַזונדערס זײַן פּאַראַגראַף, וועלכער איז אָנגערופֿן "דאָס פֿאָלק דאָס ייִדישע". איך האָב עטלעכע מאָל איבערגעלייענט די צו שטרענגע, לויט מײַן מיינונג, פֿאָרוווּרפֿן פֿון פּאַוועל איוואַנאָוויטש עליו־השלום קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק און די פֿאָרגעלייגטע דורך אים וועגן צום לייזן די פּראָבלעם, וועלכע איז אַרויסגערופֿן מיט דער וווינונג פֿון ייִדן אין דער רוסלענדישער מלוכה. איצט, איידער איך וועל אומקערן די טעקע דעם מיניסטער פֿון אויסערלעכע ענינים בשעת אונדזער קומענדיקער באַגעגעניש, וועלכע איז, ווי איך פֿאַרשטיי איצט, אומפֿאַרמײַדלעך, וועל איך איבערשרײַבן די שלוס־פּאַסאַזשן פֿונעם געגעבענעם פּאַראַגראַף אין מײַן טאָגבוך כּדי האָבן אין המשך אַ מעגלעכקייט זיך אומקערן צו דעם דאָזיקן טעקסט, וועלכער האָט, ווי ס'איז קלאָר געוואָרן, צוגעצויגן אין די נײַע אומשטענדן די גוטגינסטיקע אויפֿמערקזאַמקייט פֿון דער הויפּט־נאַטשאַלסטווע:
"און מער פֿון אַלץ מוז מען שטעלן פֿאַר אַ צוועק דאָס באַזײַטיקן די שעדלעכע פֿאַר די קריסטן ווירקונג פֿון דער ענגער פֿאַרבינדונג פֿון די ייִדן צווישן זיך, וועלכע זיי האַלטן אונטער, וועלכע איז קעגן די קריסטן געווענדט און פֿון אַלע איבעריקע בירגער טיילט זיי לחלוטין אָפּ. צוליב דעם קאָן די צײַטווײַליקע הויפּט־פֿאַרוואַלטונג די געלערנטסטע רבנים און די קליגסטע ייִדן צונויפֿרופֿן, אויסהערן זייערע פֿאָרשטעלונגען און דערנאָך געבן אָנווײַזונגען לגבי מאָסמיטלען כּדי דאָס אויבנדערמאָנטע בייז זאָל אויפֿגעהערט ווערן און מיט אַזאַ אָרדענונג פֿאַרביטן, וועלכע זאָל אַנטשפּרעכן אין דער פֿולער מאָס די גרונט־כּללים, וואָס האָבן צו דינען אַלס יסוד פֿאַרן פּאָליטישן בנין פֿון דער רוסלענדישער מלוכה. אויב רוסלאַנד טרײַבט ניט אַרויס די ייִדן, טאָרן זיי קל־וחומר שטעלן זיך אין אַן אומפֿרײַנדלעכער באַציונג צו די קריסטן. די רוסלענדישע רעגירונג, טראָץ דעם, וואָס זי גיט יעדן מענטשן איר באַשיצונג און חסד, איז פֿאָרט קודם־כּל מחויבֿ שטרעבן צו דעם, אַז קיינער זאָל ניט קענען זיך קעגנשטעלן דער מלוכהשער אָרדענונג, דעם פּריוואַטן און דעם געזעלשאַפֿטלעכן וווילזײַן.
דער צווייטער מיטל איז אָפּהענגיק פֿון באַזונדערע אומשטענדן און אַ באַזונדערן גאַנג פֿון אויסערלעכע ענינים, און ער באַשטייט אינעם מיטהעלפֿן די ייִדן אײַנצואָרדענען אַ באַזונדערע אומאָפּהענגיקע מלוכה אין עפּעס אַ חלק פֿון קליין־אַזיע. צוליב דעם דאַרף מען באַשטימען אַ זאַמלפּונקט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק און געבן אַ מחנה מיליטער צו שטיצן זיי. אויב אַלע רוסישע און פּוילישע ייִדן וועלן זיך צונויפֿזאַמלען אין איין אָרט, וועלן זיי זײַן אַריבער צוויי מיליאָן. פֿאַר אַזאַ צאָל מענטשן, וועלכע זוכן אַ פֿאָטערלאַנד, וועט ניט שווער זײַן בײַצוקומען אַלע שטערונגען, וועלכע די טערקן קענען זיי אַקעגנשטעלן, און, דורכגעגאַן די גאַנצע אייראָפּעיִשע טערקײַ, איבערגיין אין דער אַזיאַטיקער און דאָרט, פֿאַרנומען גענוגנדיקע ערטער און ערדן, אײַנאָרדענען אַ באַזונדערע ייִדישע מלוכה. אָבער וויבאַלד די דאָזיקע ריזיקע אונטערנעמונג פֿאָדערט באַזונדערע אומשטענדן און עכט־געניאַלע דערפֿינדערישקייט, איז קאָן זי ניט געשטעלט ווערן ווי אַן אָבליגאַטאָריש פֿליכט דער צײַטווײַליקער הויפּט־פֿאַרוואַלטונג און דאָ ווערט געזאָגט וועגן איר בלויז כּדי מרמז זײַן אויף אַלץ, וואָס וואָלט מען געקאָנט אויפֿצוטאָן".
ווי שווער זאָל מיר ניט זײַן צו גלייבן אין דעם, אָבער איך בין געקומען צום אויספֿיר, אַז דער גראַף נעסעלראָדע האָט געהאַט אין זינען צו באַשטימען דעם עכּוער פּאַשאַליק דווקא ווי אַזאַ "זאַמלפּונקט" פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, ווײַל יענע "באַזונדערע אומשטענדן", וועגן וועלכע עס האָט געשריבן פּאַוועל איוואַנאָוויטש עליו־השלום, זײַנען, ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, אַנטשטאַנען. איך האָב זיך פּלוצעם דערמאָנט, אַז דער תּנ''כישער נחמיה האָט געטראָגן דעם אַרמישן טיטל פּחה, וואָס קלינגט ענלעך אויפֿן איצטיקן טערקישן טיטל "פּאַשאַ", און, ניט געקוקט אויף מײַן בירושהדיק אפּיקורסות, דערפֿילט אַ ייִראת־הכּבֿוד.
דעם 3טן יאַנואַר 1841
לבֿסוף האָב איך זיך הײַנט באַגעגענט נאָך אַ לאַנגער צעשיידונג מיט די זין מײַנע גריגאָרי און פּיאָטר. די באַגעגעניש האָט ניט געבראַכט קיין דערוואַרטע פֿרייד. זיי האָבן זיך אויפֿגעפֿירט מיט מיר ווי פֿרעמדע. איך וואַרף זיי פֿאַר דעם ניט פֿאָר, ווײַל צוליב די לעבנס־אומשטענדן, אין וועלכע איך האָב זיך געפֿונען, זײַנען זיי געוואַקסן אָן פֿאָטער און דערצו נאָך אָן דער פֿריצײַטיק פֿאַרשטאָרבענער מוטער זייערער. זײַנען זיי אויסגעוואַקסן שוין אין גאַנצן גרויסע. גריגאָרי איז דאָך שוין אַ סטודענט פֿונעם סאַנקט־פּעטערבורגער אוניווערסיטעט לויטן פֿילאָלאָגישן פֿאַקולטעט. ער באַווײַזט גרויסע פֿעיִקייטן צו ליטעראַטור. אָבער אַ פֿרעמדער, אין גאַנצן אַ פֿרעמדער...
דעם 8טן יאַנואַר 1841
"איך האָף, אַז איר געדענקט נאָך דעם ייִדישן זשאַרגאָן און די העברעיִשע שפּראַך, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס איר געהערט צו דער לוטעראַנער קירכע און האָט פֿאַרבראַכט אַ לענגערע צײַט אין דער וואָלאָגדער גובערניע, וווּ ס'איז אַ צווייפֿל, אַז איר האָט אָפֿטמאָל געהאַט מעגלעכקייט זיך באַגעגענען מיט אײַערע שטאַמסאָנגעהעריקע, – דווקא פֿון אָט דער פֿראַזע, אפֿילו ניט אײַנגעלאַדן מיך זיך אַוועקזיצן, האָט דער גראַף נעסעלראָדע אָנגעהויבן אונדזער צווייטן שמועס, וועלכע איז, גלײַך ווי דער ערשטער, געגאַנגען איבערהויפּט אויף דײַטש. איך האָב פֿארזיכערט דעם גראַף, אַז איך האָב ניט פֿאַרגעסן ניט דעם ייִדיש־דײַטשישן זשאַרגאָן, נישט די העברעיִשע שפּראַך. "ווי קאָן זײַן אַנדערש! – האָט ער געזאָגט, – איר האָט זיך, אויב איך האָב ניט קיין טעות, דערצויגן ביז פֿופֿצן יאָר בײַ אײַער זיידן פֿון דער מוטערס צד, דעם באַוווּסטן תּלמודיסט יאָסיע צייטלין אין דער מאָהילעווער גובערניע?" אויף דעם האָב איך ווידער געענטפֿערט באַשטעטיקנדיק. "און אײַער שטוב־לערער איז אויך דאָ, אין סאַנקט־פּעטערבורג געווען איינער אַ הער מענדל לעפֿין מיט דער צונעמעניש סאַטאָנאָווער? – האָט פֿאָרגעזעצט דעם פֿאַרהער דער מיניסטער פֿאַר אויסערלעכע ענינים פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע. – "יאָ, - האָב איך געענטפֿערט, – ער איז געבליבן מײַן לערער, ביז ער האָט זיך איבערגעצויגן אין 1808 קיין גאַליציע.
לבֿסוף האָט זײַן דערלויכטיקייט מיט אַ נאַכלעסיקן זשעסט פֿאָרגעלייגט מיר זיך צוזעצן. "אַלזאָ, אײַערע קענטענישן אין די ייִדישע וויסנשאַפֿטן וועלן אײַך צונוץ קומען בײַם אויספֿילן אײַערע נײַע שטעלע־פֿליכטן, הער פּרץ, – האָט ער געזאָגט דערבײַ, – אגבֿ, לאָזט מיר זיך דערוויסן, ווי האָט איר געהייסן פֿאַרן אָננעמען דאָס קריסטנטום?" – הירש בן אבֿרהם, - האָב איך געענטפֿערט, זיך צונויפֿגעקוועטשט ווי פֿון אַ פּאַטש.
דער ווײַטערדיקער געשפּרעך האָט געהאַט צו טאָן מיט דער פֿאַרטרויטער מיר שליחות. איך האָב ניט געהאַט קיין טעות. די רוסלענדישע אימפּעריע האָט טאַקע געוואָלט ניט בלויז פֿאַרשטאַרקן אירע פּאָזיציעס אין דער וועלט־פּאָליטיק, נאָר אויך פּטר ווערן אונטערוועגנס פֿון אַ מאַקסימאַל מעגלעכער צאָל וווינענדיקע אין אירע גרענעצן ייִדן, איבערגעפֿירט זיי אינעם עכּוער פּאַשאַליק, וועלכער איז בעצם דאָס זעלבע ארץ־ישׂראל, וועגן וועלכן ס'האָט געטרוימט, טראָץ זײַן גאַנצער שטרעבונג צו דער השׂכּלה און צו דער אייראָפּעיִשער קולטור, דער זיידע מײַנער, ר' יהושע צייטלין ז''ל אויף מיר האָט מען אַרויפֿגעלייגט דאָס פֿליכט מיטהעלפֿן מאַקסימאַל אַזאַ איבערוואַנדערונג, שאַפֿנדיק פֿאַר איר באָדן אינעם עכּוער פּאַשאַליק און צורופֿנדיק רוסלענדישע און פּוילישע ייִדן זיך אומקערן אינעם לאַנד פֿון זייערע אָבֿות.
מיר וואָלטן בעסער באַשטימט אַלס עכּוער פּאַשאַ ניט אײַך, נאָר אײַער ייִנגערן ברודער אַלעקסאַנדער, וועלכער דינט אינעם קאָרפּוס פֿון באַרג־אינזשענערן. אָבער ער איז אַלס לוטעראַנער געבאָרן און איז דער זון פֿון דער צווייטער, ניט־ייִדישער פֿרוי פֿון אײַער פֿאָטער. דעריבער ער פֿאַרמאָגט ניט די קענטענישן אין ייִדישע וויסנשאַפֿטן, וועלכע זײַנען נייטיק כּדי דערפֿאָלגרײַך אויספֿילן אַזאַ אויפֿגאַבע, – האָט מיר דירעקט געזאָגט זײַן דערלויכטיקייט. נאָך דעם האָט ער קורץ מיטגעטיילט, אַז עס איז שוין גרייט דער העכסטער אוקאַז לגבי צואייגענען מיר אַ באַראָן־טיטל, – פֿאַר סאָלידקייט וועגן, אַזוי צו זאָגן, – האָט ער צוגעגעבן מיט אַ ביטול־שמייכל, וואָס איז, ווײַזט אויס, געוויינלעך פֿאַר אים בײַם שמועסן מיט נידעריקערע. ער האָט מיר געהייסן זײַן גרייט זיך לאָזן קיין עכּוער פּאַשאַליק צום אָנהייב אָפּריל.
זיך אומגעקערט אַהיים, האָב איך בכּעס פֿאַרמעקט דעם נאָמען "גריגאָרי" אינעם טיטל פֿון מײַן טאָגבוך און אָנגעשריבן פֿון אויבן: "הירש".
דעם 9טן יאַנואַר 1841
הײַנט האָב איך שפּאַצירט איבער פּעטערבורג. ווי לאַנג בין איך דאָ ניט געווען! כ'האָב אַרײַנגעבלאָנדזשעט אויפֿן סענאַט־פּלאַץ. זיך דערמאָנענדיק אין דעם, וואָס איז דאָ פֿאָרגעקומען דעם 14טן דעצעמבער 1825, האָב איך שוין אין וועלכעס מאָל אַ טראַכט געטאָן, אַז די בונטאַרן האָבן זייער נאַריש געטאָן, אָנגעהויבן דעם ענין, ניט זענענדיק זיכער אין חיילות, און אָן אַרטילעריע, דעם סאַמע אַנטשיידענעם געווער; וואָס זיי זײַנען געגאַנגען אָנשטאָט דעם פּאַלאַץ אויפֿן פּלאַץ; וואָס ניט דערזען מצד דער נאַטשאַלסטווע קיין אַרטילעריע, זײַנען זיי געשטאַנען אומבאַוועגלעך, גלײַך ווי וואַרטנדיק ביז זי האָט מען געבראַכט כּדי אומברענגען זיי...
דעם 2טן פֿעברואַר 1841
ווי גוט איז דורכצויאָגן איבערן שניייִקן וועג אויף אַ טראָיקע מיט גלעקעלעך! ווי גוט איז ווידער זיך געפֿינען נאָכן פֿאַרקילטן פּעטערבורג אין די מקומות פֿון מײַן יוגנט! ס'איז ניט פּשוט, זענענדיק אַ משומד, וועלכן פּראָסטע גוטע ייִדן האַלטן פֿאִַר אַ פֿאַררעטער, ווידער זיך באַגעגענען מיט זיי פּנים־אל־פּנים. כ'וועל ניט קענען זיך באַהאַלטן הינטערן אויסזען פֿונעם לוטעראַנער באַראָן גריגאָרי פֿאָן פּערעטץ, ווײַל כּמעט יעדער ייִד אין די דאָזיקע קאַנטן וועט גרינג דערקענען אין מיר הירשן דעם זון פֿונעם משומד אבֿרהם פּרץ, וועלכער האָט אויף אייביק פֿאַרשוועכט זײַן נאָמען, און דאָס אייניקל פֿון ר' יהושע צייטלין ז''ל. און פֿאָרט אײַל איך זיך מיט פֿרייד אויף דער דאָזיקער באַגעגעניש, ווײַל איך ברענג מיט זיך אַ בשׂורה, אויף וועלכער בני־ישׂראל האָבן געוואַרט פֿון דור צו דור. איך פֿיל זיך איצט, אויף דעם דאָזיקן שניייִקן וועג שיער ניט זרובֿבֿל הנשׂיא ליהודה, וואָס פֿירט די ייִדישע גולים צו זייער פֿאָטערלאַנד. בפֿירוש קעניגלעך בלישטשען שנייעלעך אין דער זון־שײַן!
דעם 1טן מערץ 1841
איצט, ווען די בשׂורה וועגן נײַער שיבֿת־ציון צעטראָגט זיך איבער קהילות־ישׂראל פֿון ליטע, וואָלין, פּוילן, ווי אויך פֿון גאַליציע, איז די סאַמע צײַט ווענדן אַלע באַמיִונגען אויפֿן דערשלאָגן זיך פֿון דער נאַטשאַלסטווע די גאַנצע מעגלעכע שטיצע פֿאַר דער געגעבענער אונטערנעמונג. אויך אין פּעסטעלס "רוסישן אמת", וועלכן דאָס רוסלענדישע מיניסטעריום פֿון אויסערלעכע ענינים האָט איצט געטאָן אַ יסוד פֿון זײַן פּאָליטיק, איז דאָך צווישן אַנדערס געזאָגט בנוגע צו דער איבערוואַנדערונג פֿון די ייִדן פֿון רוסלאַנד אינעם לאַנד פֿון זייערע אָבֿות, אַז מע דאַרף "געבן אַ מחנה מיליטער צו שטיצן זיי". איך האָב דערווײַל מצליח געווען באַקומען פֿון דער רעגירונג אַ צוזאָג שיקן אינעם עכּוער פּאַשאַליק מיליטערישע טיילן קאָמפּלעקטירטע מיט ייִדישע קאַנטאָניסטן אונטער קאָמאַנדשאַפֿט פֿון אָפֿיצירן קריסטן, ווי אויך די שוואַרץ־ימישע און דאָנער קאָזאַקן, וועלכע הייסן געייִדישטע סובאָטניקעס. צווישן די לעצטע לאָזט זיך צו פֿילן אַ גרויסע אַנטציקונג אין צוזאַמענהאַנג מיט דער מעגלעכקייט זיך אַריבערצוציִען אינעם הייליקן לאַנד און פֿרײַ האַלטן זיך בײַ זייער גלויבן. ביז אַ העלפֿט תּושבֿים פֿון דער סטאַניצע אַלעקסאַנדראָווסקאַיאַ אויף דער קאַווקאַזער ליניע, צוגעשריבענע צום כאָפּיאָרער קאָזאַקן־פּאָלק, האָבן זיך שוין געווענדט צו דער נאַטשאַלסטווע מיט אַ בקשה אָפּשיקן זיי אינעם עכּוער פּאַשאַליק צוזאַמען מיט ייִדן.
איך ווייס, אַז די נאַטשאַלסטווע, באַטראַכטנדיק די דאָזיקע געייִדעשטע סובאָטניקעס אַלס אָפּגעפֿאַלענע פֿון דער פּראַוואָסלאַוויע סעקטאַנטן, וועלכע שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ טייל פֿון דער אָרטגעבירטיקער באַפֿעלקערונג פֿון דער אימפּעריע, כאָווען אויס דעם טרוים צווינגען זיי אָננעמען די פּראַוואָסלאַוויע און צו דעם נעמט זי אָן אַלערליי מאָסמיטלען. אָבער די דאָזיקע באַמיִונגען זײַנען ניט איבעריק דערפֿאָלגרײַך. ניט אומזיסט האָט די נאַטשאַלסטווע אָנגעהויבן אין די לעצטע יאָרן אַרויסשיקן געייִדישטע סובאָטניקעס, וועלכע האַלטן זיך עקשנותדיק פֿאַר זייער גלויבן, קיין טראַסקאַווקאַז און קיין מיזרח־סיביר. און איך בין דאָך פֿאַראינטערעסירט אין דעם, אַז די דאָזיקן קאָזאַקן פֿונעם ייִדישן גלויבן, פֿאַרהאַרטעוועטע דורך שלאַכטן מיט קאַווקאַזער באַרג־לײַט, זאָלן ווערן דער יסוד פֿונעם נײַעם מיליטערישן שטאַנד פֿון דעם עכּוער פּאַשאַליק, אָן וועלכן דער דערפֿאָלג פֿון דער גאַנצער אונטערנעמונג שטעלט זיך פֿאָר גאָר צווייפֿלהאַפֿטיק. איך האָב אַ כּוונה איבערצײַגן די נאַטשאַלסטווע אין דעם, אַז די קאָזאַקן פֿונעם ייִדישן גלויבן וועלן שאַפֿן אינעם עכּוער פּאַשאַליק אינדזלען פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג, אַזוי ווי די רוסישע סעקטאַנטן מאָלאָקאַנען, און אויך סובאָטניקעס שאַפֿן איצט אינדזלען פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג אין טראַנסקאַווקאַז. איך האָף, אַז די נאַטשאַלסטווע וועט אין דעם איר אינטערעס דערזען.
דעם 25טן מערץ 1841
אַלזאָ, האָב איך אויסגעפֿילט די אָנווײַזונג פֿון זײַן דערלויכטיקייט. לכל־הפּחות אין דעם, וואָס איז שייך צו די טערמינען פֿון גרייטקייט צום אַוועקפֿאָרן אינעם עכּוער פּאַשאַליק, האָב איך צוגעאײַלט אַקעגן דעם געשטעלטן דורך אים טערמין "צום אָנהייב אָפּריל". הײַנט האָב איך פֿאַרלאָזט די גרענעצן פֿונעם פֿאָטערלאַנד אויף דער שיף, וועלכע איז אַרויס קיין איסטאַמבול. אינעם אָדעסער פּאָרט האָבן מיך און מײַנע מיטרײַזנדער באַגלייט אַנטציקטע מענגעס ייִדן און קריסטן.
דעם 30טן מערץ 1841
הײַנט בין איך אויפֿגענומען געוואָרן דורכן אָסמאַנישן סולטאַן אַבדול־מעדזשיד אינעם פּאַלאַץ טאָפּקאַפּי. מיך האָט באַגלייט דער אַמבאַסאַדאָר פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע בײַ דער הויכער פּאָרטע וולאַדימיר פּאַוולאָוויטש טיטאָוו. דער יונגער הערשער פֿון דער אָסמאַנישער אימפּעריע איז געווען זייער ליבלעך און גלײַך באַשטעטיקט מיך, הקטן והצעיר, לויט רעקאָמענדאַציעס פֿון די גרויסמאַכטן אויף דער שטעלע פֿונעם עכּוער פּאַשאַ. ער האָט אפֿילו באַערט זײַן נײַ־אויסגעבאַקענעם פּאַשאַ מיט אַ קורצן שמועס. איך מוז אַנערקענען, אַז זײַן פֿראַנצויזיש איז אַ סך בעסער פֿון מײַנס.
אין דער זעלבער צײַט האָט דער נאַטשאַלניק פֿון מײַן וואַך דער יעסאַול יאַקאָוו אילייִטש לוקיאַנענקאָ, וועלכער שטאַמט פֿון דער עדה פֿון די קאָזאַקן פֿונעם ייִדישן גלויבן, באַזוכט צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדן, וועלכע געפֿינען זיך אויף אונדזער שיף, די שיל, וועלכע הייסט "קהל אָכריד". זיך אומגעקערט, האָט ער זייער געלויבט די שיינקייט פֿון דעם דאָזיקן בנין. און איך האָב דאָך, אויספֿילנדיק אָנווײַזונגען פֿונעם רוסישן אַמבאַסאַדאָר, זיך אָפּגעהאַלטן אין איסטאַמבול, פֿונעם באַזוכן וועלכע עס זאָל ניט זײַן בתי־תּפֿילה – סײַ קריסטלעכע, סײַ ייִדישע, שוין אָפּגערעדט וועגן מאָכאַמעדאַנישע.
דעם 2טן מײַ 1841
אַ געוויג. איך קען ניט אײַנשלאָפֿן. איך טראַכט וועגן דער וווּנדערלעך־קונציקער פֿאַרדרייטקייט פֿונעם גורל מײַנעם. עס פּײַניקט מיך די מחשבֿה, אַז די היסטאָרישע ראָלע מײַנע קאָן זיך ארויסווײַזן ענלעך אויף דער ראָלע פֿונעם משיח־שקר שבתי צבֿי. אמת, שבתי צבֿי האָט פֿאַרלאָזט די אמונה פֿון זײַנע אָבֿות און אָנגענומען די מאָכאַמעדאַנישקייט צוליב פּחד פֿון דער טויט־שטראָף, מיט וועלכער עס האָט אים געדראָט דער דעמאָלטיקער סולטאַן מעכמעד דער פֿערטער. און איך האָב פֿאַרלאָזט די אמונה פֿון מײַנע אָבֿות און זיך געשמדט צוליב דעם, וואָס איך בין געווען אַן איבערגעגעבענער זון, נאָך מײַן פֿאָטער, צוליב כּיבּוד־אָבֿ. און פֿאָרט, זיך געפֿינענדיק ביחידות מיט זיך אַליין, פּנים־אל־פּנים מיט גאָט, אינעם אָפֿענעם ים, קאָן איך ניט נישט אַנערקענען, אַז די שולד פֿאַר דעם דאָזיקן שמד ליגט, קודם־כּל אויף מיר אַליין, ווײַל איך בין דעמאָלט געווען שוין ניט קיין קינד.
צי האָב איך געקאָנט זיך משער זײַן סך־הכּל מיט אַ האַלב יאָר צוריק, זיך געפֿינענדיק אין דער טיף פֿון פּראָווינציעלער ראַסיי, אַז אויף מיר וועט מקוים ווערן יענץ, וועגן וואָס עס האָט געשריבן ר' יהודה הלוי?
וְלֵבֿ הים יכחש באניה
כאלוּ היא היד הים גנבֿה
וים יִזעף ונפֿשי תעלז, כי
אלי מקדש אלהיה קרבֿה
(1).
דעם 15טן מײַ 1841
ס'איז מקוים געוואָרן. הײַנט אין דער פֿרי האָט זיך אויפֿן האָריזאָנט באַוויזן דער ברעג פֿון ארץ־ישׂראל. איך זע אין דער ווײַטן דעם באַרג כּרמל. איך קען ניט גלייבן, אַז איך האָב צו דעם זוכה געווען. אין דער רוסישער שפּראַך פֿעלן ווערטער כּדי אויסצודריקן יענץ, וואָס איך פֿיל איצט. ברוך אתּה ה' אלוקינו מלך העולם שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה. אָמן.
דעם 18טן מײַ 1841
עכּו, וועלכע מיר איז אָנגעוויזן צו מאַכן מײַן רעזידענץ, איז אַ שטאָט גאָר אַן אומעטיקע. נעמענדיק אין באַטראַכט די באָמבאַרדירונג, פֿון וועלכער די שטאָט האָט געליטן ווייניקער ווי אַ יאָר צוריק, איז דאָס ניט קיין וווּנדער. עס איז יאָ אַ וווּנדער, ווי ווייניק האָט דערבײַ געשעדיקט געוואָרן די מאַיעסטעטישע ווײַסע מעטשעט, וועלכע איז אויסגעבויט געוואָרן אַ יאָרהונדערט צוריק לויט אַ באַפֿעל פֿונעם באָסניער דזשאַזאַר־פּאַשאַ, וואָס האָט פֿאַרוואַנדלט עכּו אין זײַן הויפּטשטאָט.
צוזאַמען מיטן יעסאַול לוקיאַנענקאָ האָב איך באַזוכט די קליינע עכּוער שיל, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿונעם מקובל און דיכטער ר' משה־חיים לוצאַטאָ. די היגע ייִדן, וועלכע האָבן אונדז מקבל־פּנים געווען אין דער שיל, האָבן אַכטפֿול און אין דער זעלבער צײַט אַנטציקט מיך געגריסט, זאָגנדיק "ברוך אתּה ה' אלוקינו מלך העולם שחלק מכבֿודו ליראיו". אַזוי דאַרף מען דאָך בענטשן בײַם זען אַ מלך, און ניט סתּם אַ מלך, נאָר אַ ייִדישן מלך. מיט דער דאָזיקער ברכה האָבן זיי מיך געבראַכט אין אַ גרויסער צעמישטקייט.
עס דאַכט זיך מיר, אַז עד־היום שוועבט איבער עכּו דער גײַסט פֿונעם הגור־מלכות, דעם גרויסן שתּדלן ר' חיים פֿרחי, וועלכער האָט געדאַוונט אין אָט דער שיל און איז דערמאָרדערט געוואָרן מיט צוואַנציק יאָר צוריק לויט אַ באַפֿעל פֿונעם רשע אַבדאַללאַ־פּאַשאַ. זאָל מיר גאָט העלפֿן פֿאָרזעצן זײַן עניין און אויסמײַדן דעם ביטערן גורל זײַנעם.
דעם 25טן מײַ 1841
הײַנט האָבן איך באַזוכט כּפֿר־יאַסיף, וואָס איז אָפּדערווײַטערט פֿון עכּו אויף אַכט וויאָרסט. די תּושבֿים פֿונעם דאָרף זײַנען איבערהויפּט קריסטן און מאַכאָמעדאַנער. צווישן זיי וווינען עטלעכע ייִדישע משפּחות. פֿריִער, זאָגט מען, זײַנען אין כּפֿר־יאַסיף געווען מער ייִדן. אויפֿן ראַנד פֿונעם דאָרף געפֿינט זיך אַ ייִדישער בית־עלמין. די עכּוער ייִדן זײַנען בײַ דער דעה, אַז זייער שטאָט געפֿינט זיך אויסערן תּחום פֿון ארץ־ישׂראל־המקודשת, און דערפֿאַר האַלטן זיי פֿאַר בעסער ברענגען צו דער קבֿורה זייערע מתים אין כפֿר־יאַסיף, וואָס איז לפֿי־כל־הדעות אַ חלק פֿונעם הייליקן לאַנד. דאָ געפֿינט זיך אויך דער קבֿר פֿון ר' משה־חיים לוצאַטאָ, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן אין עכּו אינעם יאָר 1743 בשעת מגפֿה צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי ציפּורה און אַ קליינעם זון.
דעם 1טן יוני 1841
האָב איך באַזוכט די שטאָט שפֿרעם, וועלכע איז אָפּדערווײַטערט פֿון עכּו אויף אַכצן וויאָרסט. אין דער דאָזיקער שטאָט, וווּ אַמאָל איז געזעסן דער סנהדרין, וווינען איצט אַריבער הונדערט נפֿשות ייִדן, וועלכע האָבן אַ קליינע שיל מיטן נאָמען "מחנה שכינה". די מערהייט אָרטיקע אײַנוווינער באַטרעפֿן מאָכאַמעדאַנער, דרוזן, אָנהענגער פֿון אַ באַזונדערער סעקטע, וועלכע טרעפֿן זיך ניט אין ערגעץ, חוץ ארץ־ישׂראל, און קריסטן. גאָר מערקווירדיק איז די פֿעסטונג פֿון שפֿרעם, וועלכע איז אויסגעבויט געוואָרן בערך אַכציק יאָר צוריק דורכן בעדויִנישן הערשער דאַהר על־אָמאַר.
דעם 20טן יוני 1841
איך האָב זיך סוף־כּל־סוף דערקליבן ביז דער שטאָט צפֿת, וועלכע געפֿינט זיך בערך אין פֿופציק וויאָרסט צום מיזרח פֿון עכּו. די דאָזיקע שטאָט, וואָס איז באַרימט אין אַלע ייִדישע קהילות פֿון דער וועלט ווי דער צענטער פֿון קבלה און למדנות, האָט שווער און אַ סך מאָל געליטן במשך פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון ערדציטערנישן און באַפֿאַלן פֿון גזלנים און מורדי־מלכות. מיט פֿיר יאָר צוריק איז געשען אַ שוידערלעכע ערדציטערניש, וועלכע האָט כּמעט פֿולקום חרובֿ געמאַכט דעם ייִדישן קוואַרטאַל. דעמאָלט זײַנען אונטער רויִנעס פֿון הײַזער געפֿונען זייער טויט ביז צוויי טויזנט צפֿתער ייִדן. די מאָכאַמעדאַנער האָבן אויסגענוצט די רויִנירונג און מאַכטלאָזיקייט און זיי האָבן צערויבט דאָס האָב־און־גוטס פֿון די צפֿתער ייִדן און קריסטן. כּדי באַשיצן די פֿרידלעכע אײַנוווינער פֿון דער סכּנה פֿון נײַע גוואַלדטאַטן פֿון די צפֿתער מאַכאָמעדאַנער און די אַרומיקע דרוזן האָב איך באַפֿוילן שטעלן אין דער שטאָט אַ גאַרניזאָן פֿון 50 רוסלענדישע סאָלדאַטן. זיי אַלע זײַנען געוועזענע קאַנטאָניסטן פֿונעם ייִדישן גלויבן. כּמעט אַלע געדענקען זיי נאָך דעם ייִדישן זשאַרגאָן און דערפֿאַר וועלן זיי געפֿינען אַ געמיינזאַמע שפּראַך כאָטשבי מיט אַ טייל פֿון זייערע היגע גלויב־גענאָסן.
דעם 23טן 1841
הײַנט בין איך אָנגעקומען אינעם דאָרף פּקיעין, וואָס געפֿינט זיך אין זעכצן וויאָרסט צום צפֿון פֿון צפֿת. די היגע ייִדן און קריסטן האָבן מיך פֿריילעך מקבל־פּנים געווען. און די דרוזן האָב איך געהייסן באַשטראָפֿן מוסטערהאַפֿטיק פֿאַר זייערע גוואַלדטאַטן.
דעם 1טן אויגוסט 1841
היינט האָב איך זוכה געווען אָנקומען אין דער הייליקער שטאָט ירושלים, וועלכע געפֿינט זיך אין גאָר אַ נעבעכדיקן מצבֿ. אַלע אירע תּושבֿים – ייִדן, מאַכאָמעדאַנער און קריסטן זײַנען צונויפֿגעשפּאַרט צווישן די ווענט, וועלכע זײַנען אויפֿגעבויט געוואָרן מיט דרײַ הונדערט יאָר צוריק לויט אַ באַפֿעל פֿונעם דעמאָלטיקן אָסמאַנישן סולטאַן סוליימאַן מיט דער צונעמעניש "דער פּרעכטיקער". האָב איך זיך אָפּגעשטעלט ניט ווײַט פֿון דודס טורעם אין דער נײַער רעגירונגס־געבײַדע, וועלכע הייסט קישלע און איז געבויט געוואָרן מיט קנאַפּע יאָרן צוריק לויט אַ באַפֿעל פֿון איבעראַהים־פּאַשאַ, דעם שטיפֿזון פֿונעם מיצרישן הערשער מאָכאַמעד אַלי. האָב איך באַזוכט די גרובס־קירכע. בנוגע צו דעם האָט פֿון סאַנקט־פּעטערבורג צוגעשיקט אַ דרינגלעכע פֿאָדערונג דער גראַף נעסעלראָדע. האָב איך געהאַט אַ שמועס מיטן גריכישן פּאַטריאַרך פֿון ירושלים אַפֿאַנאַסיאָס דעם פֿינפֿטן. זײַן הייליקייט האָט ניט ווייניק דערפֿריידט מיך, ווען עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ער רעדט גאַנץ נישקשה אויף רוסיש. דאָס איז, קודם־כּל, צוליב דעם אומשטאַנד, וואָס אין דער יוגנט איז אים אויסגעפֿאַלן דינען אַ געוויסע צײַט אין גרוזיע. איך האָב פֿאַרזיכערט דעם פּאַטריאַרך אין דעם, אַז ער קאָן אויסרעכענען אויף מײַן אַלערליייִקער שטיצע, ווײַל, פֿאָרשטעלנדיק אינעם הייליקן לאַנד די גרויסמאַכטן, האַלט איך זיך פֿונדעסטוועגן אין דער ערשטער ריי פֿאַר אַן אונטערטעניקן פֿון דער פּראַוואָסלאַווער רוסלענדישער אימפּעריע.
אַליין זענענדיק אַ לוטעראַנער, האָב איך ניט געפֿונען אין דער הייליקער שטאָט קיין איין לוטעראַנישע און בכלל פּראָטעסטאַנטישע קירכע. דעריבער האָב איך זיך דערלויבט באַזוכן דעם כּותל־המערבֿי, וועלכער איז פֿון קדמונים אָן פֿאַר די אָנהענגער פֿונעם גלויבן פֿון מײַנע אָבֿות אַ דערמאָנונג וועגן דעם חרובֿן בית־המקדש. דורכגעגאַן דעם אָרעמען, ענג פֿאַרבויטן און שמוציקן ייִדישן קוואַרטאַל, האָב איך זיך אַראָפּגעלאָזט אינעם מאַגריבינער קוואַרטאַל, וועלכער שטייט האַרט בײַ דעם כּותל־המערבֿי. טרערן זײַנען מיר געשטאַנען אין די אויגן, ווען איך האָב דערזען די נעבעכדיקייט, אין וועלכער עס זײַנען געצוווּנגען צו דאַווענען די זין פֿון מײַן פֿאָלק צופֿוסנס פֿון זייער הייליק אָרט. האָב איך געגעבן נדבֿות אָרעמע ייִדן און דערמוטיקט זיי מיט וווּנטשן פֿונעם נײַעם גוטן און זיסן יאָר, אָבער אַליין האָב איך זיך ניט אײַנגעשלאָסן אין זייער דאַווענען.
ג' בתּשרי תר''ב
ס'איז קלאָר, אַז די רעגירונג פֿון רוסלאַנד אײַלט זיך מיטן אַוועקשיקן שיפֿן מיט ייִדישע גולים, וועלכע קערן זיך אום אינעם לאַנד פֿון זייערע אָבֿות. אַ ייִאוש באַפֿאַלט מיך. עס האָט זיך פֿון מיר באַקומען זרובבֿל, וואָס טויגט אויף כּפּרות. שוין איצט פֿעלט שפּײַז און וווינונג. גזלנות הערשט אויף וועגן. ס'איז דאָ אַ סכּנה פֿון אַ מגפֿה. בפֿירוש טאַקע
ביום צום כיפּור יחתמון
מי יחיה ומי ימות,
מי בֿקיצו ומי לא בֿקיצו,
מי בֿמים ומי בֿאש,
מי בֿחרבֿ ומי בֿחיה,
מי בֿרעבֿ ומי בֿצמא,
מִי בֿרעש ומי בֿמגפֿה,
מי בֿחניקה ומי בֿסקילה... (2).
י''א בתּשרי תר''ב
צום ערשטן מאָל במשך פֿון אַ סך יאָרן האָב איך געפֿאַסט אויף יום־כיפּור...
ט''ז בתּשרי תר''ב
מײַן איבערגעגעבענער פֿרײַנד, דער יעסאַול לוקיאַנענקאָ האָט מיך אײַנגעלאַדן אין זײַן סוכּה. צוגאַסט בײַ אים האָב איך זיך באַקענט מיטן קאַפּיטאַן פֿונעם עסטרײַכישן פֿלאָט יאָזעף בובער, אַ קאַטאָליק פֿון די ייִדן. זענענדיק אַ געבוירענער אין גאַליציע, האָט דער קאַפּיטאַן בובער געשמועסט מיטן מכניס־אורח אויפֿן קליינרוסישן מונדאַרט. די טאָכטער פֿונעם עסטרײַכישן קאַפּיטאַן, וועלכע איז אויך בײַגעווען אין דער סוכּה, זענענדיק, ווי איך האָב זיך שפּעטער דערוווּסט אַ געבוירענע אין טריסט, האָט ניט פֿאַרשטאַנען די סלאַווישע רייד און דעריבער געלאַנגווײַליקט ניט־פֿאַרשטעלט. צוליב דעם האָב איך זיך דערלויבט אַמוזירן די דאַמע מיט אַ שמועס אויף דײַטש. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זי הייסט יוליע, זי איז זעקס און צוואַנציק יאָר אַלט און שוין צוויי יאָר אַן אלמנה אָן קינדער, און דערפֿאַר באַגלייט זי איר פֿאָטער אין דער דאָזיקער ים־רײַזע זײַנער.
דעם 1טן דעצעמבער 1841
הײַנט האָב איך זיך געשדכנט צו יוליען, און איך בין ניט אָפּגעשטויסן געוואָרן דורך איר.
דעם 30טן דעצעמבער 1841
מײַן ביטע בנוגע צום אײַנאָרדענען דאָס פּאַלעסטינער קאָזאַקן־מיליטער און באַשטימען דעם יעסאַול יאַקאָוו אילייִטש לוקיאַנענקאָ אַלס נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן פֿון דעם מיליטער איז באַשטעטיקט. יאַקאָוו אילייִטש איז געהעכערט אין ראַנג ביזן מיליטער־סטאַרשינאַ.
דעם 3טן יאַנואַר 1842
דער נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן לוקיאַנענקאָ האָט מיר הײַנט געבראַכט אויף צו באַשטעטיקן אַ סקיצע פֿונעם שטעמפּל פֿון דעם נײַעם קאָזאַקן־מיליטער. אויף איר איז אָנגעמאָלט אַ ברומענדיקער לייב, וועלכער דערמאָנט וועגן עמוס־הנבֿיאס ווערטער: "אַריה שאָג מי לא יִירא". און אַרום דעם שטעמפּל איז אָנגעשריבן אויף רוסיש: "פּאַלעסטינסקאָיע קאַזאַטשיע וואָיסקאָ" און אויף לשון־קודש: "מחנה הקאָזאַקים בארץ־ישׂראל".
האָב איך מיט פֿרייד באַשטעטיקט די דאָזיקע סקיצע. איך פֿאַרלאָז זיך אויף דעם אייבערשטן, ווי אויך אויף יאַקאָוו אילייִטשס פֿלײַסיקייט און האָף, אַז, אַחוץ דעם פֿיל צוזאָגנדיקן נאָמען, וועט זײַן אויך דאָס מיליטער גופֿא.
דעם 5טן יאַנואַר 1842
איך בין פֿאַרהייראַט געוואָרן מיט יוליען אין דער קאַטוילישער קירכע אויפֿן באַרג כּרמל צוליב אָפּוועזנהייט פֿון אַ לוטעראַנער קירכע. וויבאַלד איך בין פֿאַררעכנט אַלס פּראָטעסטאַנט, האָט די צערעמאָניע געפֿירט כאָטש אין דער קאַטוילישער קירכע, נאָר אַן אַנגליקאַנער קאַפּעלאַן פֿונעם בריטישן פֿלאָט דער פֿאָטער וויליאַם. ס'איז טשיקאַווע, אַז, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מיר ביידע שטאַמען פֿונעם פֿאָלק, וואָס האָט פֿון קדמונים אָן באַפֿעלקערט דאָס דאָזיקע לאַנד, נאָר אונדזער זיווג האָבן מיר געשלאָסן אויפֿן באַרג כּרמל, וווּ אליהו־הנבֿיא האָט אַמאָל געזיגט די נבֿיאי־בעל, לויט פֿרעמדע מינהגים, אין באַגלייטונג פֿון קלאַנגען פֿון אַ שפּראַך, וואָס מיר ביידע פֿאַרשטייען ניט...
דעם 6טן פֿעברואַר 1842
נאָכן סוף פֿונעם האָניק־מאָנאַט האָב איך פֿאַרלאָזט מײַן שטוב אין עכּו און זיך געלאָזט אין אַן אינספּעקציע־יאַזדע איבער נאָר וואָס פֿאַרלייגטע סטאַניצעס פֿונעם פּאַלעסטינער קאָזאַקן־מיליטער. עס באַגלייט מיך, זעלבסטפֿאַרשטענדיק, דער נאַקאַזנאָי אַטאַמאן לוקיאַנענקאָ יאַקאָוו אילייִטש בעצמו־ובֿכבֿודו. דאָס מיליטער טיילט זיך אונטער אויף דרײַ פּאָלקן – דער לבֿנונישער, דער ירדנישער און דער באר־שבֿער, און יעדער איינער פֿון זיי האָט זײַן ליניע. קודם־כּל לאָזן מיר זיך צו דער לבֿנונישער ליניע, וועלכע איז נעענטער פֿון די אַנדערע צו עכּו.
דעם 9טן פֿעברואַר 1842
הײַנט נאָך מיטאָג האָבן מיר דערגרייכט די שטאָט צור. די דאָזיקע שטאָט איז באַפֿעלקערט חצי מיט מאַכאָמעדאַנער, האַלב מיט קריסטן. די לעצטע זײַנען איבערהויפּט מיזרחדיקע קאַטאָליקן, וואָס געהערן צו פֿאַרשיידענע סעקטן זייערע. מע זאָגט, אַז נאָך ניט לאַנג צוריק זײַנען אין צור געווען אויך ייִדן, אָבער איצט, אויב עמעצער פֿון זיי איז אפֿילו געבליבן, טאָ האָב איך זיי ניט געזען. די דאָזיקע שטאָט האָט שווער געליטן פֿון אַן ערדציטערניש, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אַ יאָר פֿינף צוריק.
דעם 11טן פֿעברואַר 1842
זיך באַוועגנדיק לענגויס דעם ים־ברעג צום צפֿון, זײַנען מיר הײַנט אַרויס צום אָרט, וווּ אינעם מיטללענדישן ים פֿאַלט אַרײַן דער טײַך ליטאַני. לענגויס דעם לינקן ברעג פֿון דעם דאָזיקן טײַך, וואָס איז גאָר פֿילוואַסעריק ווינטערצײַט, ציט זיך צום מיזרח די לבֿנונישע ליניע פֿונעם פּאַלעסטינער קאָזאַקן־מיליטער. די באַפֿעסטיקונגען פֿון דער ערשטער סטאַניצע פֿון דער דאָזיקער ליניע ווערן שוין געבויט, ווי איך האָב געקאָנט זיך איבערצײַגן מיט מײַנע אייגענע אויגן, אַ וויאָרסט פֿונעם ים־ברעג, אין אַ פּעטליע, וואָס ווערט געשאַפֿן דורכן טײַך ליטאַני. אַדאַנק אָט דער פּעטליע איז די סטאַניצע, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען טשוהוּיעווסקאַיאַ לויטן טשוהוּיעווער אולאַנען־פּאָלק, פֿון וועלכן עס שטאַמט דער גרעסטער חלק פֿון די באַזעצטע דאָ קאַנטאָניסטן צוגעשריבענע איצט צום קאָזאַקן־שטאַנד, פֿאַרטיידיקט דורך דער נאַטור אַליין פֿון דרײַ זײַטן. און פֿון דער פֿערטער זײַט דאָך האָבן די קאָזאַקן שוין אויפֿגעהויבן אַ וואַנט מיט אַ טויער אין איר און מיט אַ טורעם. סײַ דאָס סײַ יענץ איז פֿון שטיין, ווײַל מיט האָלץ האַלט אין די דאָזיקע מקומות שמאָל. סך־הכּל ווערן אין דער סטאַניצע טשוהוּיעווסקאַיאַ געבויט ביז צוויי הונדערט הויפֿן. לעת־עתּה דאָך וווינען אַלע אײַנוווינער, וואָס זייער אַלגעמיינער צאָל איז 122 נפֿשות מאַנצבלען און 45 נפֿשות פֿרויען און מיט 30 נפֿשות קליינע קינדער, אין באַלאַגאַנען, וועלכע זײַנען אויף גיך אויסגעבויט געוואָרן ווי אַ שוץ פֿון די ווינטערדיקע רעגנס. די אַלע צוגעשריבענע צו דער סטאַניצע טשוהוּיעווסקאַיאַ קאָזאַקן געהערן צום ייִדישן גלויבן. אויב ס'איז געווען עמעצער, וואָס האָט זיך געשמדט בעת דער מיליטערישער דינסט, האָט ער איצט זיך שוין אומגעקערט צו זײַן פֿריִערדיקן גלויבן. דערפֿאַר אינעם צענטער פֿון דער סטאַניצע איז אויסגעבויט אַ שיל. דער סטאַניצע־אַטאַמאַן מאָיסיי קאָסיאַקאָוו איז אַ געבוירענער קאָזאַק פֿונעם ייִדישן גלויבן פֿונעם כאָפּיאָרער פּאָלק, וועלכער האָט פֿריִער געוווינט אין דער סטאַניצע אַלעקסאַנדראָווסקאַיאַ אויף קאַווקאַז און זיך איבערגעצויגן אינעם הייליקן לאַנד לויט זײַן גוטן ווילן.
האָב איך געפֿרעגט יאַקאָוו אילייִטשן, צי זײַנען אין דער דאָזיקער סטאַניצע פֿאַראַן קאָזאַקן פֿונעם קריסטלעכן גלויבן. אויף דעם האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז אַזעלכע זײַנען ניטאָ און אַז אויך אין אַנדערע סטאַניצעס פֿונעם לבֿנונער פּאָלק, וואָס ווערן איצט געבויט, קוים וואָס וועט זיך אָנקלײַבן אַ קנאַפּע מאה קריסטן. פֿאַרשטייענדיק, אַז איך האָב מורא, אַז די פּעטערבורגער נאַטשאַלסטווע וועט אין כּעס ווערן אין צוזאַמענהאַנג מיט אַזאַ פֿאַראַכטונג צו די קריסטן, האָט דער נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן מיך באַרויִקט לגבי דעם, געווענדט מײַן אַכטונג אויף יענעם אומשטאַנד, וואָס געבנדיק איר הסכּמה צו באַשטימען אים, דעם יעסאַול לוקיאַנענקאָ, וועלכער איז באַוווּסט מיט זײַן איבערגעגעבנקייט דעם ייִדישן גלויבן, פֿאַרן נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן פֿונעם נײַעם קאָזאַקן־מיליטער, האָט די נאַטשאַלסטווע ניט געקאָנט נישט פֿאַרשטיין, אַז אויך קאָזאַקן וועלן זײַן איבערהויפּט פֿונעם זעלבן גלויבן.
– בײַ אונדז, אײַער עקסעלענץ גריגאָרי אַבראַמאָוויטש, קאָן עפּעס ערגער פּאַסירן, איידער אַן אומצופֿרידנקייט פֿון דער נאַטשאַלסטווע אין פּעטערבורג, – האָט צוגעגעבן דער נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן, – די נאַטשאַלסטווע איז דאָך ווײַט און די באַסורמאַנען זײַנען דאָך נאָענט. אויב מיר וועלן ניט אויסבויען די ליניעס גיך און ניט אײַנאָרדענען אויף זיי קאָזאַקן – שוין פֿון וועלכן גלויבן זאָלן זיי ניט זײַן, טאָ אונדז אַלעמען קען זײַן סעקיר־באַשקאַ.
אין המשך פֿון דעם דאָזיקן געשפּרעך האָט יאַקאָוו אילייִטש צוגעזאָגט מיר גרינדן אַ מוסטערהאַפֿטיקע סטאַניצע פֿון פּראַוואָסלאַווע קאָזאַקן, גלײַך ווי עס וועלן דערלויבן די אומשטאַנדן.
– צי מיינסטו ניט אַ פּאָטיאָמקינס־דאָרף? – האָב איך געפֿרעגט מיט אַ געלעכטער, זיך שוין באַרויִקנדיק.
– נו, דאָס איז שוין ווי אײַער עקסעלענץ וועט האַלטן פֿאַר נייטיק אָנצורופֿן, נאָר דאָס וועט זײַן אַ קאָזאַקישע סטאַניצע ווי סע דאַרף צו זײַן, – האָט ערנסט געענטפֿערט דער נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן, – אַזוי איז עס בעסער, יעדער איינער זאָל באַזונדער לעבן לויט זײַן גלויבן. ווייניקער שלאָגן זיך וועט מען. – און דאָ האָט ער צוגעגעבן שוין מיט אַ געלעכטער, – און אָט, ווען איך בין געווען אַ יונגער, פֿלעגן אונדזערע חבֿרה אויף פּורים זיך אָנשיכּרן און רייצן די פּראַוואָסלאַווע. און בײַ זיי איז דווקא דער גרויסער תּענית. אוי איז דאָס געווען אַ פֿאַרברענגעניש...
דעם 13טן פֿעברואַר 1842
הײַנט האָבן מיר באַאָבאַכטעט די פֿאַרברענגעניש אויף פּורים, וועגן וועלכער עס האָט אַ טאָג פֿאַר דעם דערינערט יאַקאָוו אילייִטש. אין דער סטאַניצע פּריוואָלנאַיאַ, וועלכע געפֿינט זיך אַ וויאָרסט זיבן צום מיזרח פֿון דער סטאַניצע טשוהוּיעווסקאַיאַ, האָבן מיר געטראָפֿן אויף אַ שׂימחה לכבֿוד דעם דאָזיקן אומבאַצוימטן ייִדישן יום־טובֿ. אַזוי ווי די אײַנוווינער פֿון דער דאָזיקער סטאַניצע זײַנען מערסטנטייל געבוירענע קאָזאַקן פֿונעם ייִדישן גלויבן פֿונעם שוואַרץ־ימישן מיליטער, טאָ האָבן זיי אויסגעזוכט אַראַק בײַ היגע קריסטן און פֿונעם פֿולן האַרצן זיך באַמיט מקיים זײַן דעם מינהג פֿון אָט דעם יום־טובֿ, דהיינו זיך אָנזשליאָקען אַזוי מע זאָל ניט פֿאַרשטיין קיין חילוק צווישן דעם אויפֿרוף "ברוך מרדכי!" און דעם אויפֿרוף "אָרור המן!".
אין זייער זכות דאַרף מען זאָגן דערבײַ, אַז פּאָסטנס האָבן זיי אַרויסגעשטעלט, ווי סע דאַרף צו זײַן. צוליב אָפּוועזנהייט פֿון אמתדיקער מגילת־אסתּר אויף פּאַרמעט, האָט איינער פֿון די קאָזאַקן, וועלכער האָט געשמט ווי אַ גרויסער בקי, געלייענט פֿון אַ בוך די סלאַווישע איבערזעצונג פֿון דער מגילה. בײַם דערמאָנען דעם נאָמען פֿון המן־הרשע האָבן אַלע, ווי ס'איז פֿאַרפֿירט, אָנגעהויבן פֿײַפֿן און טופּען מיט די פֿיס. ווען זשע דער בעל־קורא האָט דורכגעלייענט די שלוס־ווערטער "כי מרדכי היהודי, משנה למלך אחשוורוש, וגדול ליהודים, ורצוי לרובֿ אחיו", האָט זיך שוין אָנגעהויבן די עכטע פֿײַערונג. מע האָט געטרונקען אַראַק און פֿאַרביסן, ווי ס'איז פֿאַרפֿירט, מיט המן־טאַשן מיט מאָן.
האָט מען איבערהויפּט געזונגען קליינרוסישע לידער. באַזונדערס האָט מיך גערירט אַ ליד, וואָס מיר איז פֿריִער הערן ניט אויסגעקומען – "קאָלי דוך האָספּאָדען נאַפּאָווניאַיע מענע, ספּיוואַיו יאַ יאַק דאַוויד"
(3). אָבער אויך דאָ, ווײַזט אויס, האָבן זיך געטראָפֿן, אַחוץ די געבוירענע קאָזאַקן, געוועזענע קאַנטאָניסטן, ווײַל עמעצער האָט אָנגעהויבן צו זינגען – גאַנץ קוויטשיק, דאַרף מען זאָגן:
הײַנט איז פּורים, ברידער,
און ס'איז דער יום־טובֿ גרויס.
לאָמיר זינגען לידער
און גיין פֿון הויז צו הויז.
קיין הײַזער זײַנען דרך־אגבֿ אין דער סטאַניצע פּריוואָלנאַיאַ נאָך ניטאָ. גוילע באַלאַגאַנען. און קיין שיל איז אויך ניטאָ. דאָס לייענען די מגילה האָט מען אײַנגעאָרדנט אונטער אַן איבערדאַך, וואָס מע האָט געשטעלט אויף סלופּעס.
דעם 15טן פֿעברואַר 1842
זיך געזעגנט מיט דער גאַסטפֿרײַנדלעכער סטאַניצע פּריוואָלנאַיאַ, האָבן מיר זיך געלאָזט ווײַטער אויפֿן מיזרח. זיך הוידענדיק אין זאָטל, האָב איך נאָך לאַנג געהערט, ווי הינטער אונדז האָבן די קאָזאַקן, וועלכע האָבן זיך אומגעקערט צו דער אַרבעט געזונגען יאַקאָס קריגעריש, נאָר אין דער זעלבער צײַט מיט אַ כאַראַקטעריסטישער קליינרוסישער האַרצלעכקייט:
באָזשע אַבראַמאַ, באָזשע איסאַקאַ, באָזשע יאַקובאַ, פּאָמילוּי מיאַ!
לאַסקאַ טוואָיאַ נאַד איזראַעליעם, נאַד איזראַעליעם, נאַד איזראַעליעם... (4)
זייער רעפֿרען "נאַד איזראַעליעם" האָט געקלונגען צווישן די פֿעלדזן פֿון לבֿנון ווי אַ קאָזאַקישע שווערד.
דעם 21טן פֿעברואַר 1842
נאָך דער אינספּעקציע פֿון אַלע סטאַניצעס, וועלכע ווערן געבויט אויף דער לבֿנונישער ליניע לענגויס דעם טײַך ליטאַני האָבן מיר דערגרייכט דאָס גרויסע דאָרף כאַצבאַיע, וווּ מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט אָפּצורוען. די אײַנוווינער פֿון דעם דאָזיקן דאָרף זײַנען איבערהויפּט קריסטן מאַראָניטן. עס זײַנען פֿאַראַן אויך דרוזן און ייִדן. מע זאָגט, אַז די ייִדן וווינען אין דעם דאָרף זינט יענע צײַטן, ווען אין ירושלים איז נאָך געשטאַנען דער בית־המקדש. זיי זײַנען איצט הי אַרום פֿערציק משפּחות. גלײַך ווי די היגע קריסטן און דרוזן ריידן זיי אַראַביש און גלײַך ווי זיי זײַנען זיי שטענדיק באַוואָפֿנט. די היגע תּושבֿים פֿון די אַלע דרײַ עדות האָבן אונדז אויפֿגענומען מיט אַ געהעריקן כּבֿוד און אפֿילו מיט פֿרייד.
דער נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן האָט לויט זײַן מינהג באַזוכט די אָרטיקע שיל, וווּ מע האָט אים מכבּד געווען מיט אַן עליה צו דער תּורה. וויבאַלד יאַקאָוו אילייִטש קען ניט מיט טאָלק לשון־קודש, איז ער לויט זײַנע ווערטער געווען צופֿרידן, אַז כאָטשבי די געהעריקע ברכות האָט ער מצליח געווען זאָגן כאָטש מיט גרויס מי, אָבער אָן בושות. צוליב דעם איז אונדזער גרויזאַמער קריגער צעמישט ביז גאָר. ער האָט מיך געבעטן פֿרײַנדלעך צו ווערן זײַן מלמד. כ'מוז אים העלפֿן סע זאָלן קיין קאָנפֿוזן ניט זײַן. מיר אַליין האָט מען דאָך שוין פֿון לאַנג קיין עליות צו דער תּורה ניט געגעבן.
כאַצבאַיע געפֿינט זיך אויף שיפּועים פֿונעם מאַיעסטעטישן באַרג חרמון. וואַסער און לופֿט זײַנען אין דעם אָרט פּשוט פּרעכטיק.
דעם 25טן פֿעברואַר 1842
זיך באַוועגנדיק צום דרום און האָבנדיק פֿון דער לינקער זײַט פֿון זיך דעם באַרג חרמון, זײַנען מיר אָנגעקומען אין אַן אָרט אויפֿן ברעג פֿונעם ירדן, וואָס הייסט באַניאַס. דאָס איז אַן אַראַבישע פֿאַרקריפּלונג פֿונעם גריכישן וואָרט פּאַניאַס. אַרום איז בשפֿע צו זען מאַיעסטעטישע רויִנען. באַזונדערס באַאײַנדרוקט די תּיפֿלה פֿון פּאַן, וועלכע געפֿינט זיך אין אַ פֿעלדזיקער הייל. מע זאָגט, אַז דאָ האָט זיך געפֿונען די דערמאָנטע אינעם עוואַנגעליום פֿון מתּי קיסריה־של־פֿיליפּוס.
פֿונדאַנען וועלן מיר פֿאַרקערעווען אויפֿן מיזרח און זיך אויפֿהייבן אויפֿן הויכלאַנד גולן, וווּ עס ווערן געבויט נאָך פֿיר סטאַניצעס פֿון דער לבֿנונער ליניע. פֿון דאָרטן וועלן מיר אַראָפּגיין צום טײַך ירמוך און, פֿאַרקערעוועט אויפֿן מערבֿ, דערגיין ביזן ים־גינוסר און ווײַטער – דורך טבֿריא און צפֿת – וועלן מיר זיך אם־ירצה־השם אומקערן קיין עכּו ביזן פּסח.
דעם 1טן מערץ 1842
גולן איז דער מערבֿ־ראַנד פֿון ארץ־הבּשן. איצט איז דאָס אַ ווייניק באַפֿעלקערטער קאַנט, וווּ ביזן קומען פֿון אונדזערע קאָזאַקן האָבן געהערשט גזלנישע נאָמאַדן בעדויִנער, וועלכע וועלן אויף ווײַטער באַדאַרפֿן באַצוימען זייער ווילקיר. בלויז בײַ סאַמע צופֿוסנס פֿונעם חרמון טוליען זיך קליינע דרוזישע דערפֿער. אָבער אינעם ווײַטן עבֿר איז דער דאָזיקער קאַנט געדיכט באַפֿעלקערט געווען מיט ייִדן. וועגן דעם האָב איך געלייענט בײַ יוסף פֿלאַוויוס. אפֿילו איצט איז צו זען דאָרט און דאָ רויִנען, וועלכע דערמאָנען וועגן דעם אַמאָליקן בלי. הײַנט האָב איך געזען אין אַן אָרט, וואָס די אַראַבער רופֿן עס אום על־קאַנאַטאַר, חורבֿות פֿון אַ מאַיעסטעטישער אוראַלטער געבײַדע. ביז איצט שטייען פֿעסט אירע אויסגעשניטענע פֿון באַזאַלט אַרקעס. אַ בעדויִנישער שייך, וועלכער נע־ונדעווען אין דער סבֿיבֿה, האָט מיר געזאָגט, אַז אין אוראַלטע צײַטן, ווען אין די דאָזיקע מקומות האָבן געלעבט ייִדן, איז די דאָזיקע געבײַדע געווען אַ שיל.
דעם 4טן מערץ 1842
וויוואַט פּראָגרעס! נאָך אויסמאַטערנדיקע שוועריקייטן פֿונעם לאַנגן וועג איז אָנגענעמען אָפּצורוען אין דעם נײַעם האָטעל, וואָס איז געעפֿנט געוואָרן מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אין דער שטאָט טבֿריא דורכן הער חיים ווײַסמאַן. די הייליקע שטאָט טבֿריא האָט שווער געליטן פֿון דער ערדציטערניש, וועלכע איז געשען אינעם יאָר 1837. די שטאָט־ווענט זײַנען אומגעפֿאַלן און ביז איצט ניט ווידעראויפֿגעשטעלט געוואָרן. אָבער מע קאָן פֿאָרט זאָגן, אַז די דאָזיקע שטאָט קומט צו זיך נאָך די וווּנדן, וואָס ער האָט באַקומען פֿון דער סטיכיי. עס ווערן געבויט נײַע הײַזער. אין טבֿריא זײַנען דאָ אַנדערהאַלבן טויזנט אײַנוווינער. צוויי דריטל פֿון זיי באַטרעפֿן ייִדן, די איבעריקע – דאָס רובֿ – מאָכאַמעדאַנער. קריסטן זײַנען דאָ ווייניק, אָבער עס איז פֿאַראַן אַ קאַטוילישע קירכע פֿונעם הייליקן פּעטרוס. אַריבער העלפֿט פֿון די היגע ייִדן ריידן אויפֿן זשאַרגאָן. אַדאַנק דעם האָב איך געהאַט אַ מעגלעכקייט ריידן מיט זיי אָן שום שוועריקייטן.
דעם 13טן מערץ 1842
שוין אַ סך יאָרן האָב איך ניט גענומען קיין אָנטייל אין סדר־פּסח. און אָט האָב איך זוכה געווען אַדאַנק דער פֿרײַנדשאַפֿט פֿונעם איבערגעגעבענעם צו גאָט פֿון ישׂראל נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן יאַקאָוו אילייִטש לוקיאַנענקאָ, וועלכער איז ספּעציעל געקומען צו מיר אין שטוב כּדי אײַנלאַדן ניט בלויז מיך, נאָר אויך די פֿרוי מײַנע יוליע. געסט זײַנען געווען אַ סך, ניט בלויז אונדזערע קאָזאַקן, נאָר אויך אָרעמע גולים, וועלכע זײַנען ממש ערבֿ דעם יום־טובֿ אָנגעקומען פֿון רוסלאַנד. די הגדה האָט מען געלייענט אויף לשון־קודש און דערנאָך אויסגעטײַטשט אויף רוסיש. מיט אַן אינטערעס האָב איך געהערט די אומבאַקאַנטע מיר רוסישע ווערסיע פֿון "אחד מי יודע", וועלכע איך האָב געהערט ביז איצט בלויז אויף לשון־קודש. און דאָ האָבן קאָזאַקן פֿון די קאַנטאָניסטן און נאָך זיי אויך געבוירענע קאָזאַקן געזונגען:
סלושײַ, זעמליאַק,
זאַטשעם זשע טי דוראַק?
יאַ זש טעביע ראַסקאַזיוואַיו, יאַ זש טעביע וויסטשיטיוואַיו:
אָדין – אָדין או נאַס באָה.
שטאָ נאַ ניעביע, שטאָ נאַ זיעמליע – אָדין או נאַס באָה.
סלוזשבאַ נאַשאַ, נאַשאַ דרוזשבאַ, נאַשאַ יעוורייסקאַיאַ.
און אַזוי האָט מיך גערירט די דאָזיקע דורכגעדרונגענע מיט טיפֿן גלויבן נאַיִווע רוסישע איבערטײַטשונג פֿונעם פֿײַערלעכן העברעיִשן טעקסט, אַז טרערן האָבן זיך מיר געשטעלט אין די אויגן.
דעם 21טן מערץ 1842
עכּו דאַכט זיך מיר שוין ניט אַזאַ אומעטיקע שטאָט, הגם דאָס איז אוודאי נאָך ניט סאַנקט־פּעטערבורג. זי וואַקסט בוכשטעבלעך פֿון טאָג צו טאָג. אין איר באַזעצן זיך אַ סך ייִדן, וועלכע קומען אָן פֿון רוסלאַנד. די בויונג פֿון נײַע הײַזער גייט שוין אויסער די שטאָט־ווענט. עס האָט זיך באַוויזן אַן אויסגעשטאַטענער אויפֿן אייראָפּעיִשן אופֿן שפּיטאָל. עס האָבן זיך געעפֿנט קאָנסולאַטן פֿון אייראָפּעיִשע גרויסמאַכטן. פֿאַר מיר אַלס לוטעראַנער דאַרף זײַן באַדײַטנדיק יענץ, וואָס עס האָט זיך באַנאַנד מיט עטלעכע – גאַנץ נעבעכדיקע שילן געעפֿנט אַ פּראָטעסטאַנטישע קירכע. די בויונג פֿון אַ בנין פֿאַר איר ווערט פֿינאַנסירט דורך דער רעגירונג פֿון פּרײַסן.
דעם 23טן מערץ 1842
הײַנט האָט מיך אומדערוואַרט באַזוכט אַ דעפּוטאַציע פֿון ייִדן פֿון דער שטאָט צידון, וועלכע די אַראַבער רופֿן סײַדע. די דאָזיקע שטאָט געהערט צום עכּוער פּאַשאַליק, אָבער זי געפֿינט זיך צום צפֿון פֿונעם טײַך ליטאַני, בערך צוואַנציק וויאָרסט פֿון דער סטאַניצע טשוהוּיעווסקאַיאַ. די ייִדן, וועלכע ציילן אָן אין דער דאָזיקער שטאָט, וואָס איז באַפֿעלקערט איבערהויפּט מיט מאַכאָמעדאַנער און מיזרחדיקע קאַטאָליקן, ביז דרײַ הונדערט נפֿשות, האָבן מורא, אַז די אָפּוועזנהייט פֿון אַ פֿעסטער מאַכט קאָן ווערן אַ סיבה פֿון אומאָרדענונגען און גזרות און בעטן מיך אָננעמען צידון אונטער מײַן השגחה. איך האָב באַרויִקט די באַזוכער, ווי איך האָב נאָר געקענט, און צוגעזאָגט זיי אַלערליייִקע שטיצע. וועל איך באַדאַרפֿן כאַפּן אַ שמועס מיטן קאָנסול פֿון פֿראַנקרײַך, וועלכע פּרעטענדירט אויף דער ראָלע פֿון אַ באַשיצערן פֿון די קאַטאָליקן, פֿראַנצויזישע מאַטראָסן זאָלן אַראָפּגיין אויפֿן ברעג אין צידון. און אפֿשר אויך אונדזערע קאָזאַקלעך איז כּדאי זיך באַווײַזן אין צידון כּדי די מאָכאַמעדאַנער זאָלן זען, אַז אונדזער ליניע איז ניט ווײַט און אויב וואָס, וועלן מיר זיך דערקלײַבן ביז זיי.
דעם 24טן מערץ 1842
האָב איך געשמועסט מיטן נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן לוקיאַנענקאָ וועגן פֿאַרלויפֿנדיקע ענינים. מער פֿון אַלץ באַאומרויִקט מיך די פֿראַגע וועגן דעם, וווּ זאָל מען באַזעצן די ייִדן, וועלכע האַלטן אין איין אָנקומען פֿון רוסלאַנד און וווּ זאָל מען געפֿינען פֿאַר זיי פּרנסה. עס האָבן זיך געטראָפֿן צווישן זיי נגידים, וועלכע האָבן געהאַט געלט. אָבער אַזעלכע זײַנען געווען ווייניק. יאַקאָוו אילייִטש האָט מיר געגעבן צוויי עצות, וועלכע זעען זיך מיר ווי תּכליתדיקע. די ערשטע – זיך ווענדן נאָך הילף צו רײַכע ייִדן, וועלכע בלײַבן אין גלות־לענדער זיי זאָלן העלפֿן די ברידער זייערע, וואָס קערן זיך אום קיין ציון און לײַדן פֿון שווערער נויט.
עס שטייט דאָך אויך אין ספֿר עזרא געשריבן, – האָט געזאָגט דער אַטאַמאַן און געבראַכט אויף אוינסווייניק די אַנטשפּרעכיקע ציטאַטע אויף סלאַוויש: "און די אַלע, וואָס בלײַבן אין אַלע מקומות, וווּ זיי זאָלן ניט לעבן, זאָלן העלפֿן מיט זילבער און מיט גאָלד און מיט אַנדער האָב־און־גוטס און מיט פֿי, מיט פֿרײַוויליקער מתּנה פֿאַרן הויז פֿון גאָט אין ירושלים".
די צווייטע יאַקאָוו אילייִטשס תּכליתדיקע עצה איז באַשטאַנען אין דעם מע זאָל אויסווײַזן פֿון צווישן די אָנקומענדיקע אַלע בעל־מלאכות – קאָוואַלן, שנײַדער, שטיינהאַקער, באָנדאַרן און אַנדערע און אײַנאָרדענען זיי אויף וווינונג אין קאָזאַקישע סטאַניצעס אָדער אפֿילו אין ייִשובֿים פֿון די היגע מאָכאַמעדאַנער און קריסטן, וווּ יענע ייִדישע בעל־מלאכות וועלן קאָנען געפֿינען פֿאַר זיך אַ פּרנסה פֿון זייער מי. "און מוידן דאָך משדך זײַן און חתונה מאַכן אין סטאַניצעס, ווײַל צווישן די קאַנטאָניסטן, וועלכע זײַנען איצט צוגעשריבן צום קאָזאַקן־שטאַנד, לאָזט זיך צו זען אַ מאַנגל אינעם פֿרוייִשן געשלעכט, – האָט אונטערגעצויגן אַ סך־הכּל דער נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן.
איך האָב שוין אַליין, מיט מײַן אייגענעם שׂכל זיך דערטראַכט, אַז מיט אַזאַ צוגאַנג קאָן מען אויך אייניקע ייִדישע כּלי־קודש אײַנאָרדענען. אין סטאַניצעס באַפֿעלקערטע מיט די קאָזאַקן פֿונעם ייִדישן גלויבן דאַרף דאָך עמעצער זײַן אַ חזן, אַ בעל־קורא און אַ דרשן אין שיל, אַ מלמד אין חדר, אַ שוחט און אַ מוהל. אַלעמען קאָן מען ניט אוודאי אַזוי אײַנאָרדענען און ניט יעדער ייִדישער פֿרומאַק וועט אַליין אין אַ סטאַניצע גיין, אָבער פֿאָרט ווי סע זאָל ניט זײַן – אַ שטיקל פּרנסה.
וואָס איז שייך צו ייִדישע גבֿירים אין גלות־לענדער, טאָ אין דער ערשטער ריי דאַרף מען זיך ווענדן צום שׂר משה מאָנטעפֿיאָרי בעצמו־ובֿכבֿודו, – האָב איך געטראַכט, – ער האָט דאָך אָן מײַן ווענדונג שוין ניט ווייניק געהאָלפֿן די ייִדן פֿונעם הייליקן לאַנד. אם־ירצה־השם, וועט ער העלפֿן נאָך.
דעם 25טן מערץ 1842
אַ באַגײַסטערטער מיט די דאָזיקע געדאַנקען האָב איך אומגעזאַמט געגעבן אַן אָנווײַזונג אויספֿרעגן בײַ אַלע נײַ־געקומענע, ווער פֿון זיי קען וועלכע מלאה, און אויך הייסן שדכנים זיי זאָלן פֿאָרן איבער אַלע סטאַניצעס און נעמען זיך צו דער אַרבעט. אַליין האָב איך זיך אַוועקגעזעצט צום שרײַבטיש און ניט אָן אַ שוועריקייט פֿאַרפֿאַסט אַ בריוו אויף לשון־קודש. אַזוינס האָב איך שוין אַ היפּשע צײַט ניט געטאָן. און אָט איז דער רעזולטאַט פֿון מײַנע באַמיִונגען:
בעז''ה יום כ''ו בניסן ה'תר''ב במתּא עכּו דיתבא על מי הים הגדול
לכבֿוד הנדבֿן המפֿורסם, הגביר הנכבּד, תּפארת משׂכּילים והדר עשירים, , כבֿוד שמו השׂר משה חיים מונטפּיורי נ''י.
אדוני! מימים רבים שמעתי שמעך אף חובֿבֿתיך וכּבּדתיך בסֵתֶר־לבֿבֿי; אבֿל לא ערבֿתי את לבּי לגשת אליך, כי לא ידעתני מתּמול שלשום. ועתּה בהיותי אנכי הקטן והצעיר פּחה על ארץ הקודש מטעם מלכויות אירופּה הנני פּונה אל אדוני בבֿשקת עזרה דחופֿה, היות ומחד גיסא מתקיימת כבֿר עתּה שיבֿת ציון והמוני בית ישׂראל באים מגלות רוסיא וקובֿעים את מושבֿם בארץ אָבֿותיהם, אלא שמאידך גיסא אין בכּוחי להגיש עזרה לכל הבּאים.
כבֿד המשׂא שעל כתפֿיי. שׂמוּני לעשׂות מעשׂה זרובּבֿל, אַך קיסר רוסיא אינו מלך כורש. מתּוך הבֿנת גודל השעה הנני מבֿקש את אדוני לעזרני לממש את המוטל עליי הן ע''י עצות הן ע''י מגבּית בקרבֿ עשירי ישׂראל לטובֿת השבֿים כדבֿרי ספֿר הספֿרים: "וכל הנשאר מכּל המקומות אשר הוא גר שם ינשׂאוהו אנשי מקומו בכסף ובֿזהבֿ ובֿרכוש ובֿבֿהמה עם הנדבֿה לבֿית האלהים אשר בירושלים".
והנני עבֿדך המשתתּחווה מרחוק להדר כבֿודך, חפֿץ קרבֿתך ומצפּה לתּשובֿתך (5)
הירש בן אבֿרהם פּרץ הפּחה
דאָס דאָזיקע בריוו האָב איך אומגעזאַמט אָפּגעשיקט קיין לאָנדאָן צום שׂר משׂה מאָנטעפֿיאָרי בײַ דער פֿאַרמיטלונג פֿונעם בריטישן קאָנסול אין ירושלים סער וויליאַם טאַנער יאַנג און איצט געפֿין איך זיך אין דערוואַרטונג אויף אַן ענטפֿער.
דעם 15טן מײַ 1842
הײַנט, ערבֿ ל''ג בעומר האָט די פֿרוי מײַנע יוליע מיך באַגליקט מיט דער בשׂורה, אַז זי איז טראָגנדיק. איך גיי אַרום און שמייכל ווי אַ נאַר. איך שטאָלציר זיך, הגם עס דאַכט זיך, אַז ס'איז ניטאָ מיט וואָס צו שטאָלצירן זיך. עס האָט דאָך געשריבן גריבאָיעדאָוו: "צו האָבן קינדער וועמען האָט געפֿעלט דער שׂכל?" אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט אינעם "געזאַנג וועגן איגאָרס חיל" איז דאָך ניט אומזיסט געזאָגט: "און צי ניט קיין וווּנדער איז, ברידער, אַן אַלטער זאָל ייִנגער ווערן?".
דעם 16טן מײַ 1842
זע איך, אַז מײַן גוטער פֿרײַנד יאַקאָוו אילייִטש פֿאַלט צוליב דער פּראָסטקייט זײַנער אַלץ מער און מער אונטער דער השפּעה פֿון דער חסידים־סעקט, אַ גרויסע צאָל אָנהענגער פֿון וועלכער זײַנען שוין אָנגעקומען אין עכּו. ווי אַן עכטער משׂכּיל האָב איך געפּרוּווט מוסרן אים, רעדנדיק וועגן עם־הארצות פֿון די חסידים. אָבער דער בראַווער אַטאַמאַן אונדזערער האָט העפֿלעך מיך אויסגעהערט און געענטפֿערט פֿאַרטראַכט: "זייער האַרציק זינגען זיי דאָך לידער, אײַער עקסעלענץ". ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט יאַקאָוו אילייִטש ליב געקראָגן זינגלידער אויפֿן פֿאַרקריפּלטן קליינרוסישן מונדאַרט, וועלכע זײַנען פֿאַרשפּרייט בײַ די חסידים. לשון־קודש האָט דער דאָזיקער געבוירענער קאָזאַק, טראָץ זײַן גאַנצער פֿרומקייט, ניט אויסגעלערנט מיט טאָלק. אינעם זשאַרגאָן איז ער אויך ניט קיין בקי. און אָט צעזינגט ער זיך צוזאַמען מיט חסידים בײַם שבת־טיש: "אוי טי דורען, מאַרקאָ. שטשאָ זש טי ייִדעש נאַ יאַרמאַרקו? נע קופּליאַיעש, נע פּראָדאַיעש, טילקי ראָביש סוואַרקו"
(6) און "נע זשוריטעס, כלאָפּצי, שטשאָ איז נאַמי בודע. מי פּאָייִדעם דאָ קאָרטשאָמקי. טאַם אי וואָדקאַ בודע"?
(7)
דעם 1טן יוני 1842
האָב איך באַקומען אַן ענטפֿער פֿונעם שׂר משה מאָנטעפֿיאָרי. איך האָב שוין צען מאָל איבערגעלייענט זײַן קורץ בריוול. אין גיכן וועל איך עס אויסלערנען אויף אויסנווייניק:
בעז''ה יום כ''ו באייר ה'תר''ב לונדון
לכבֿוד הפּחה אשר בארץ־ישׂראל ר' הירש בן אבֿרהם פּרץ
אַל־תּירא ואל־תּחת. רק חזק ואמץ מאוד למען תּשׂכּיל בכל אשר תּלך. רבּים בוכים בקול גדול, ורבּים בתרועה בשׂמחה להרים קול. ואין העם מכּירים קול תּרועת שׂמחה לקול בכי העם.
לעת כזאת הגעתּ למלכות. לכּבֿוד לי להיות לימינך, אדוני הפּחה.
(8)
בדרישת אהבֿת ציון
משה חיים מונטפֿיורי.
דעם 5טן יוני 1842
אונטער דעם גוטגינסטיקן אײַנדרוק פֿונעם שׂר משה מאָנטעפֿיאָריס איגרת פֿאָר איך אַרויס אין אַ נײַער אינספּעקציע־יאַזדע. דאָס מאָל וועלן מיר זיך לאָזן צום דרום לענגויס דעם ים־ברעג. דערגרייכט יפֿו, וועלן מיר פֿארקערעווען אויפֿן מיזרח, אַרויפֿגיין קיין ירושלים. נאָך דעם וועלן מיר זיך אַראָפּלאָזן צו ים־המלח און צום ירדן, לענגויס וועלכן עס שטייען סטאַניצעס פֿון דער ירדנער ליניע פֿונעם פּאַלעסטינער קאָזאַקן־מיליטער.
דעם 7טן יוני 1842
די אומעטיקייט פֿון אונדזער וועג איז איבערגעריסן געוואָרן מיטן בילד פֿון מאַיעסטעטישע רויִנען פֿון קיסריה, אין וועלכער האָט געהאַט זײַן רעזידענס פּאָנטיוס פּילאַטוס און וווּ ס'איז געשטאָרבן על־קידוש־השם רבּי עקיבֿא.
דעם 10טן יוני 1842
די שטאָט יפֿו שפּרודלט. מענגעס ייִדן, וועלכע קומען אָן פֿון רוסלאַנד, האָבן ממש איבערגעפֿילט זי. איך בין זיך משער, אַז עפּעס ענלעכס קומט איצט פֿאָר אויך אין עזה און צור. די ייִדן, וועלכע זײַנען נאָך ניט לאַנג צוריק געווען קליין אין צאָל אין דער דאָזיקער שטאָט, האָבן שוין איבערגעטריבן די מאָכאַמעדאַנער און קריסטן צוזאַמען גענומען. גלײַך ווי די נײַע מאָכאַמעדאַנישע איבערוואַנדערער געבראַכטע דורך איבראַהים־פּאַשאַ פֿון מרצים, בויען די אַרויסגעשיקטע פֿון רוסלאַנד ייִדן פֿאַר זיך סלאָבאָדקעס אויסער די שטאָט־ווענט. גוטגינסטיק איז אויפֿן אײַנאָרדענען דאָס שטאָטס־לעבן משפּיע די טעטיקייט פֿון קאָנסולן פֿון בריטאַניע און פֿראַנקרײַך, וועלכע געפֿינען זיך אין יפֿו. וואָס איז שייך צום פֿאַרלאָזטן פֿאָטערלאַנד מײַנעם, טאָ דער גראַף נעסעלראָדע אײַלט זיך ניט צושיקן אין יפֿו אַ רוסלענדישן קאָנסול, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס איך האָב אונטערגעשטראָכן אין מײַנע באַריכטן די נויטווענדיקייט פֿון אַזאַ שפּאַן לשם אײַנאָרדענען דאָס אָננעמען ניט בלויז די אַרויסגעשיקטע פֿון רוסלאַנד ייִדן, נאָר אויך רוסישע פּראַוואָסלאַווע פּיליגרימען, וועלכע קומען אָן אויף זייער וועג קיין ירושלים איבערהויפּט דווקא אינעם יפֿוער פּאָרט.
דעם 13טן יוני 1842
ניט געקוקט אויף פּאָזיטיווע ענדערונגען, וועלכע קומען פֿאָר אין ירושלים, קודם־כּל דער דערעפֿונג פֿון אייראָפּעיִשע פֿאָרשטייערשאַפֿטן, וועלכע ווערט באַגלייט מיטן באַווײַזן זיך אַ מין ריינקייט אין אייניקע טיילן פֿון דער הייליקער שטאָט, און מיטן אָנהייב פֿונעם בויען וווינונגען אויסער די שטאָטישע ווענט, געפֿעלט מיר ניט דאָ ווי פֿריִער. דווקא דערפֿאַר גלײַך נאָך דער באַגעגעניש מיטן ירושלימער בורגמײַסטער אַכמאַד־אַגאַ דוזדאַר האָב איך זיך געווענדט אין דער קאָזאַקן־סטאַניצע סקאָפּוס, וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן אויפֿן באַרג מיטן זעלבן נאָמען, וועלכער איז דערמאָנט דורך יוסף פֿלאַוויוס, אַנדערהאַלבן וויאָרסט צום צפֿון־מיזרח פֿון די שטאָטישע ווענט. אין דער דאָזיקער סטאַניצע וווינען קאָזאַקן סײַ פֿונעם ייִדישן סײַ פֿונעם פּראַוואָסלאַוון גלויבן, וועלכע טוען מיט זייער באַשטענדיקער אָנוועזנהייט אײַנהאַלטן די מאַכאָמעדאַנער פֿון בוּיאַנערײַ.
דעם 14טן יוני 1842
זיבן וויאָרסט פֿון דער סטאַניצע סקאָפּוס אין דער ריכטונג פֿון ים־המלח געפֿינט זיך די פֿעסטונג סאַמאַריטיאַנסקאַיאַ, וועלכע איז אַזוי אָנגערופֿן לויט דער קריסטלעכער לעגענדע, אַז דווקא דאָ איז געשטאַנען די אכסניא פֿונעם גוטן שומרוני. גרינדן דאָ אַ סטאַניצע איז אוממעגלעך צוליב מאַנגל פֿון וואַסער. און לאָזן דעם דאָזיקן וועג, איבער וועלכן פּיליגרימען גייען פֿון ירושלים צום ירדן, צום אָרט פֿון ישו'ס טבֿילה אויפֿן הפֿקר פֿון די גזלנים בעדויִנער איז אויך אוממעגלעך. דערפֿאַר געפֿינען זיך אין דער דאָזיקער פֿעסטונג קאָזאַקן־פּאַטרולן, וועלכע בײַטן איינער דעם צווייטן.
דעם 15טן יוני 1842
פֿאַרבײַגעגאַן יריחו, וועלכע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ נעבעכדיק מאָכאַמעדאַניש דערפֿל מיט קנאַפּע פֿופֿציק הויפֿן, זײַנען מיר אָנגעקומען אין דער סטאַניצע קרעשטשענסקאַיאַ, וועלכע געפֿינט זיך אויפֿן ברעג פֿונעם ירדן און איז אָנגערופֿן אַזוי, ווײַל דאָס אָרט, אויף וועלכן זי שטייט, האַלט מען פֿאַרן אָרט, וווּ יוחנן דער טויפֿער האָט מטביל געווען ישו'ן. די אַראַבער רופֿן דאָס אָרט קאַסר אַל־יאַהוד, וואָס הייסט אויף זייער לשון "דער שלאָס פֿון די ייִדן". מע האַלט, אַז דווקא אין דעם דאָזיקן אָרט זײַנען די בני־ישׂראל איבערגעגאַן דעם ירדן.
די סטאַניצע קרעשטשענסקאַיאַ איז באַפֿעלקערט בלויז מיט פּראַוואָסלאַווע קאָזאַקן, אָפּשטאַמיקע פֿונעם דאָן. זיי האָבן שוין אויסגעבויט, חוץ באַפֿעסטיקונגען, הײַזער און אַ צערקווע, אויסגענוצט פֿאַר דעם שטיינער פֿון פארוואָרפֿענע אוראַלטע געבײַדעס, וועלכע זײַנען דאָ פֿאַראַן בשפֿע. מיט דער דינסט זײַנען זיי ביז גאָר צופֿרידן. וואַסער איז אין דעם אָרט פֿאַראַן איבערגענוג. זיי באַקלאָגן זיך בלויז אויף היץ. – "בלויז מיט דער טבֿילה אינעם ירדן ראַטעווען מיר זיך, אײַער עקסעלענץ. מע קען זאָגן, אַז דרײַ מאָל אַ טאָג נעמען מיר אויף די הייליקע קריסטיקונג, – האָבן זיי מיר געזאָגט. צוליב מאַנגל פֿונעם פֿרוייִשן געשלעכט האָבן אייניקע קאָזאַקן פֿון דער סטאַניצע קרעשטשענסקאַיאַ שוין באַוויזן זיך מזווג זײַן מיט אָרטיקע מוידן פֿונעם פּראַוואָסלאַוון גלויבן.
דער נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן לוקיאַנענקאָ, וועלכער באַגלייט מיך אין דער אינספּעקציע־יאַזדע, האָט געווענדט מײַן אַכטונג אויפֿן באַרג נבֿו, וועלכער הייכט זיך אויפֿן קעגנאיבעריקן ברעג פֿונעם ירדן. ער האַלט, אַז כּדי פֿאַרשטאַרקן אונדזער ירדנער ליניע וואָלט גוט געווען גרינדן צוויי אָדער אפֿילו דרײַ סטאַניצעס אויף נייגן פֿון דעם דאָזיקן באַרג, אויף וועלכן, ווי עס שטייט געשריבן אינעם חומש, געפֿינט זיך ערגעץ דער קבֿר פֿון משה־רבנו. "און וואַסער איז דאָרט פֿאַראַן, אײַער עקסעלענץ, האָט ניט קיין ספֿק, – האָט דערבײַ צוגעגעבן דער אַטאַמאַן. אויף דעם האָב איך אים געענטפֿערט, אַז דער ענין איז דאָך ניט בלויז אַ מיליטערישער, נאָר אויך אַ פּאָליטישער, און דערפֿאַר איך מוז באַקומען אויף אַזאַ גרינדונג פֿון סטאַניצעס אַ דערלויבעניש פֿון סאַנקט־פּעטערבורג, פֿונעם גראַף נעסעלראָדע בעצמו־ובֿכבֿודו, כּדי עס זאָל ניט פֿאָרקומען עפּעס אַ קאָנפֿליקט מיט דער הויכער פּאָרטע.
דעם 22טן יוני 1842
זיך אומקערנדיק פֿון דער אינספּעקציע־יאַזדע איבער דער ירדנישער ליניע, קאָן איך ניט נישט דערפֿילן אַן אויפֿריכטיקע פֿרייד. דער עניין גייט אויף אַ לאַד. אַ גוטע אַרבעט האָט אויפֿגעטאָן דער נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן לוקיאַנענקאָ. נישטאָ וואָס צו זאָגן. באמת, ווי עס האָט מיר געשריבן דער שׂר משה מאָנטעפֿיאָרי, אַל־תּירא ואל־תּחת. אָבער די היץ איז דאָך אַן אומבאַרעמהאַרציקע אויף דער ירדענישער ליניע. און דאָס איז שוין איצט. און וואָס ווײַטער וועט זײַן? ניט צופֿעליק האָבן חז''ל געזאָגט: "שילהי דקיטא קשיא מקיטא"
(9). ווי עס זאָל ניט זײַן, בין איך זיך משער, אַז דאָס גרינדן נײַע קאָזאַקן־סטאַניצעס איבער דעם גאַנצן פּאַשאַליק, וואָס איז איבערגעגעבן אונטער מײַן אחריות, און ניט בלויז אויף זײַנע ראַנדן, און דאָס איבערפֿירן די אַמערסטן מעגלעכע צאָל אָנפֿאָרנדינקע ייִדן אין דעם קאָזאַקן־שטאַנד, איז דער ריכטיקער וועג סײַ אינעם זין פֿונעם שפּײַזן די נײַע אײַנוווינער סײַ אינעם זין פֿונעם פֿארטיידיקן זיי פֿון גזלנות פֿון די מאַכאָמעדאַנער און דרוזן. מע וועט באַדאַרפֿן אויסלייגן דעם דאָזיקן פּלאַן פּרטימדיק און אויך מיט ציפֿערן אין אַ בריוו צום שׂר משה מאָנטעפֿיאָרי. יעדנפֿאַלס איז קלאָר, אַז, זיך אומגעקערט אינעם לאַנד פֿון זײַנע אָבֿות, וועט דאָס ייִדישע פֿאָלק ניט קאָנען לעבן אַזוי, ווי אין די שטעטלעך פֿון פּוילן און רוסלאַנד. דאָ זײַנען נייטיק ייִדישע קאָזאַקן.
ד' בתּשרי ה'תר''ג
ערבֿ דעם יום־טובֿ האָב איך באַקומען אַ לשנה־טובֿ פֿון השׂר משה־חיים מונטפֿיורי. האָט ער מיך פֿאַרזיכערט, אַז אין דעם נײַעם יאָר הבּא עלינו לטובֿה וועט ער ממשיך זײַן און אפֿילו פֿאַרגרעסערן די שטיצע, וואָס ער האָט פֿאָרגעשטעלט אינעם יאָר תר''ב. דער גרויסער נדבֿן האָט צוגעזאָגט צו באַזוכן ארץ־ישׂראל אינעם נײַעם יאָר און געהייסן וואַרטן אויף אים און אויף זײַן פּלוניתטע יהודית אויף פּורים. איך וואַרט שוין מיט אומגעדולד אויף דער צוגעזאָגטער באַגעגעניש מיט אָט דעם טײַערן ייִדן. איך וועל האָבן, וואָס צו באַווײַזן אים. זײַן באַזוך וועט ווערן אַ יום־טובֿ פֿאַר מיר און פֿאַר אַלע בני־ישׂראל אין ארץ־ישׂראל. בפֿירוש: משנכנס אָדר מרבּין בשׂמחה.
דעם 15טן דעצעמבער 1842
האָב איך געבראַכט דעם זון מײַנעם אין ברית אבֿרהם־אָבֿינו. דעם ברית האָט מען געמאַכט אין דער היים אָן ברענגען דעם איבעריקן עולם. דער סנדק איז געווען דער גוטער פֿרײַנד מײַנער יעקבֿ אילייִטש לוקיאַנענקאָ. און דער מוהל רבּ געטשע איז געווען פֿון די נײַ־אָנגעפֿאָרענע חסידים, פֿרײַנד פֿון אונדזער נאַקאַזנאָי אַטאַמאַן. די פֿרוי מײַנע יוליע האָט אוודאי עס גענומען שטאַרק צום האַרצן, אָבער זי האָט מיר ניט דערווידערט, פֿאַרשטאַנען, וואָס איז בײַ מיר אויף דער נשמה. פֿאַר דעם בין איך איר זייער דאַנקבאַר. דאָס ייִנגל האָט מען אָנגערופֿן אויפֿן נאָמען פֿון מײַן זיידן יהושע ז''ל. און ווען מיר וועלן אים טויפֿן – וווּ זאָל מען זיך אַהינטאָן? ס'איז ניטאָ קיין ברירה, כ'וועל מוזן עס טאָן, וועלן מיר אים רופֿן יעווסעוויוס. ניט יעזוס דאָך זאָלן מיר אים רופֿן.
דעם 1טן יאַנואַר 1843
זינט איצט וועל איך באַצייכענען דאַטעס אין מײַן טאָגבוך לויטן גריגאָריאַנער קאַלענדאַר. קיין טעם באַנוצן זיך ווײַטער מיטן יוליאַנער קאַלענדאַר זע איך ניט. איך פֿיל, אַז רוסלאַנד, וואָס איז ממשיך לעבן לויטן יוליאַנער קאַלענדאר, וועל איך מער ניט זען. און דאָ איז דער דאָזיקער קאַלענדאַר נייטיק בלויז צוליב באַציונגען מיט דער פּראַוואָסלאַווער צערקווע. איך בין דאָך אַ ייִד. מער פֿון דעם, אין אַ געוויסן זין בין אין דער נשׂיא זרובבֿל, וואָס שטייט בראָש פֿון די ייִדישע גולים, וועלכע קערן זיך אום קיין ירושלים. און יענץ, וואָס איך בין פֿאַררעכנט פֿאַר אַ קריסט, איז דאָך אויך פּאָליטיק. אָט מנשה דער מלך פֿון יהודה האָט דאָך געדינט אָפגעטער, אָבער ער האָט פֿאָרט ווידעראויפֿגעשטעלט די מלוכה נאָך דער צעשמעטערונג, וועלכע עס האָט אָנגעטאָן סנחריבֿ. און רבּי יהודה טענהט, אַז מנשה־המלך האָט אַ חלק אינעם עולם־הבּא, ווײַל ער האָט חוזר־בתּשובֿה געווען. עס שטייט דאָך געשריבן וועגן אים אין ספֿר דבֿרי־הימים ב': "ויתפּלל אליו ויעתר לו ויִשמע תּחניתו וישיבֿהו ירושלים למלכותו וידע מנשה כי ה' הוא האלקים"
(10).
דאָס איז געווען די לעצטע דאַטירטע פֿאַרשרײַבונג אינעם טאָגבוך. נאָך איר קומט בלויז אַ שורה אויף לשון־קודש, וועלכע שטעלט מיט זיך פֿאַר אַן אויסצוג פֿונעם זאַץ, וואָס איז אָפּגעדרוקט אויפֿן שער־בלאַט פֿון דער ערשטער, ווינער אויפֿלאַגע פֿון יוסף פּערלס ספֿר: "מגלה דבֿרים אשר היו עד עתּה טמירין ונעלמים מעין כל חי". וואָס איז דאָ דער רמז? וואָס פֿאַראַ באַהאַלטענע פֿון אַלעמענס אויגן זאַכן ווערן אַנטפּלעקט אין דעם דאָזיקן טאָגבוך? וואָס איז די פֿאַרבינדונג צווישן דעם טאָגבוך פֿונעם גובערנאַטאָר הירש פּרץ און יוסף פּערלס ספֿר, אין וועלכן עס איז געלעגן, ווײַזט אויס, אַ סך יאָרן און גיכער פֿאַר אַלץ אפֿילו יאָרצענדליקער? די אַלע פֿראַגן האָבן מיך, נאַטירלעך געפּײַניקט און זיי פּײַניקן מיך ביז איצט. איך בין דאָך אַ קענער און אַ שעצער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וועלכער איז דערצו ניט שלעכט באַקאַנט מיט דער רוסלענדישער געשיכטע.
האָב איך, פֿאַרשטייט זיך, אָנגעקלונגען אויף יענעם טעלעפֿאָן־נומער אין גבֿעתּיים. קיינער האָט מיר ניט געענטפֿערט. איך האָב געקלונגען נאָך און נאָך – אָן קיין רעזולטאַט. דעמאָלט בין איך געקומען צו פֿאָרן אין גבֿעתּיים, האָב איך טאַקע געפֿונען אַ פּאַרקירונג־פּלאַץ. ניט בחינם אוודאי. בין איך צוגעגאַנגען צו יענץ הויז, נאָר אַזוי ווי אינווייניק בין איך ניט געווען, האָב איך זיך דאָך דעמאָלט אָפּגעשטעלט לעבן דעם געפֿאַרבטן אין ווײַס־און־רויט טראָטואַר־ראַנד כּלומרשט "אויף אַ רגע", האָב איך ניט געוווּסט, וווּ סאַמע זאָל איך גיין. האָב איך אַ פּרוּוו געטאָן אויספֿרעגן, וווּ גענוי איז אין דעם הויז ניט לאַנג צוריק ניפֿטר געוואָרן עפּעס אַן אשכּנזישער זיידע אָדער אפֿשר אַ באָבע, וואָס האָט פֿאַרמאָגט אַ ביבליאָטעק אויף ייִדיש. האָט מען אויף מיר געקוקט ווי אויף אַ פּריטשמעלעטן. גבֿעתּיים איז דאָך ניט קיין סטאַניצע און ניט קיין קיבוץ. דאָס איז אַן עיר־ואם בישׂראל און דערצו נאָך אַ שטאָט פֿון אַלטע אשכּנזים.
האָב איך זיך גאָרנישט ניט דערוווּסט. אויך די מיצווה פֿון השבֿת־אבֿדה האָב איך ניט מקיים געווען. יענער עקזעמפּלאַר פֿון דער ערשטער, ווינער אויפֿלאַגע פֿון יוסף פּערלס "ספֿר מגלה טמירין" בלײַבט ביז איצט בײַ מיר.
1)
דאָס האַרץ פֿונעם ים קלאַפּט אָן אין דער שיף,/ גלײַך ווי דאָס גנבֿעט זיך די האַנט פֿונעם ים./ דער ים ווערט אין כּעס, און מײַן נשמה דערפֿריידט זיך, ווײַל / זי דערנעענטערט צום מיקדש פֿון איר גאָט.
2)
אינעם תּענית פֿון יום־כּיפּור וועט געחתמעט ווערן,/ ווער וועט לעבן און ווער וועט שטאַרבן,/ ווער אויף דער עלטער און ווער פֿריִצײַטיק,/ ווער אין וואַסער און ווער אין פֿײַער,/ ווער פֿון אַ שווערד און ווער פֿון אַ חיה,/ ווער פֿון הונגער און ווער פֿון דאָרשט,/ ווער פֿון ערדציטערניש און ווער פֿון מגפֿה, ווער וועט דערוואָרן ווערן און ווער פֿאַרשטיינערט ווערן...
3)
ווען גאָטס גײַסט פֿילט מיך אָן, זינג איך ווי דוד.
4)
גאָט פֿון אבֿרהם, גאָט פֿון יצחק, גאָט פֿון יעקבֿ, באַגנעדיק מיך! / דײַן ליבע איז איבער ישׂראל...
5)
צו דעם באַרימטן נדבֿן, דעם חשובֿן גבֿיר, די באַפּוצונג פֿון משׂכּילים און מאַיעסטעט פֿון עשׂירים, דעם הויכגעשעצטן שׂר משה־חיים מאָנטעפֿיאָרי, זאָל שײַנען זײַן ליכט. מײַן האַר! איך האָב פֿון לאַנג געהערט וועגן אײַך און געאַכטעט אײַך אין דער טיף פֿון מײַן האַרצן, אָבער איך האָב ניט געוואַגט זיך ווענדן צו אײַך, ווײַל איר האָט מיך ניט געקענט ניט נעכטן, נישט אייערנעכטן. און איצט, זענענדיק בײַ דער גאַנצער אומוויכטיקייט מײַנער, דער פּחה פֿונעם הייליקן לאַנד אונטער דער האַנד פֿון די אייראָפּעיִשע גרויסמאַכטן, ווענד איך זיך צו מײַן האַר מיט אַ בקשה וועגן אַ דריגנדער הילף, ווײַל פֿון איין זײַט ווערט שוין איצט פֿאַרווירקלעכט דער אומקער אין ציון און מאַסן ייִדן קומען פֿונעם רוסישן גלות און באַזעצן זיך אינעם לאַנד פֿון זייערע אַבֿות, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט בין איך ניט אימשטאַנד דערלאַנגען הילף די אַלע, וואָס קומען אָן. שווער איז די לאַסט, וואָס ליגט אויף מײַנע פּלייצעס. מע האָט מיך געשטעלט צו טאָן מעשׂה־זורבבֿל, אָבער דער קיסר פֿון רוסלאַנד איז ניט דער מלך כורש. פֿאַרשטייענדיק די וויכטיקייט פֿון דער דאָזיקער שעה, בעט איך מײַן האַר העלפֿן מיר טאָן, וואָס איך בין פֿאַרפֿליכטעט צו טאָן סײַ דורך עצות סײַ דורך זאַמלען געלט־מיטלען לטובֿת יענע, וואָס קערן זיך אום, ווי עס שטייט געשריבן אינעם ספֿר־ספֿרים: "און איטלעכער, וואָס איז געבליבן, פֿון איטלעכן אָרט וואָס ער וווינט דאָרטן, זאָלן די מענטשן פֿון זײַן אָרט אים העלפֿן מיט זילבער און מיט גאָלד, און מיט גוטס, און מיט בהמות, אין איינעם מיט אַ נדבֿה פֿאַר גאָטס הויז וואָס אין ירולשים". און אויף דעם בוקט זיך פֿון דער ווײַטן אויף דעם בוקט איך זיך, דער קנעכט אײַערער פֿון דער ווײַטן אײַער כּבֿוד, איך ווינטש זײַן נאָענט פֿאַר אײַך און איך וואַרט אויף אײַער ענטפֿער.
6)
אוי, ביסטו אַ נאַר, מאַרק! / צו וואָס פֿאָרסטו אויפֿן יריד? / דו קויפֿסט ניט, דו פֿאַרקויפֿסט ניט. בלויז מאַכסט קריגערײַען.
7)
זײַט ניט טרויעריק, בחורים, לגבי דעם, וואָס וועט זײַן מיט אונדז./ מיר וועלן פֿאָרן אין אַ קרעטשמע. דאָרט וועט זײַן בראָנפֿן.
8)
זאָלסט ניט מורא האָבן און ניט אַנגסטן. נאָר זײַ זייער שטאַרק און פֿעסט, כּדי זאָלסט באַגליקן אומעטום אַוווּ דו וועסט גיין. פֿיל האָבן געוויינט אויף אַ הויכן קול, און פֿיל האָבן געשאַלט פֿאַר שׂימחה אויף הויכן קול. און דאָס פֿאָלק האָט ניט געקענט דערקענען צווישן דעם קול פֿון שאַלונג פֿאַר שׂימחה און דעם קול פֿון דעם פֿאָלקס געוויין.
9)
דער סוף פֿונעם זומער איז שווערער פֿונעם זומער אַליין (אַראַמיש).
10)
און ער האָט מתפּלל געווען צו אים; און ער האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון אים, און האָט צוגעהערט זײַן בקשה, און האָט אים אומגעקערט קיין ירושלים, צו זײַן מלוכה; און מנשה האָט געוווּסט, אַז ה' איז גאָט.