יעווגעני קיסין: מוזיק
יעווגעני קיסין: איבערזעצונגען
יעווגעני קיסין: איבערזעצונגען
פֿאַרעפֿנטלעכט אין "ייִדיש־בראַנזשע". פּובליקירט אויף אונדזער וועבזײַט מיט אַ דערלויבעניש פֿונעם מחבר און דער אויסגאַבע.
וויליאַם שעקספּיר
אַן אויסצוג פֿון „האַמלעט‟
צו זײַן צי ניט צו זײַן — דאָס איז די קשיא:
צי איידעלער איז אין דעם גײַסט צו לײַדן
דעם בייזן גורלס שטיינוואַרפֿערס און פֿײַלן,
צי זיך באַוואָפֿ׳נען און אַנטשיידן מאַכן
אַ סוף צום ים פֿון צרות. טויט — אַ שלאָף,
ניט מער; און מיט אַ שלאָף אַ סוף מיר מאַכן
צום האַרץ־ווייטיק און טויזנטער נאַטור־קלעפּ,
וואָס ירשנט אונדזער גוף: ס׳איז אַ דערגרייכן
באמת צו באַגערן: שטאַרבן, שלאָפֿן;
און אפֿשר חלומען. אָט איז די שטערונג,
אין טויט־שלאָף וואָסערע חלומות קומען,
ווען די בהלה שטערבלעכע מיר האָבן
אַראָפּגעוואָרפֿן. אָט איז די מחשבֿה,
וואָס מאַכט פּורעניותן אַזוי לאַנג לעבן;
ווײַל ווער וואָלט אויסגעשטאַנען פּעטש פֿון צײַט,
דעם אומיושר מצד דעם אונטערדריקער,
דעם שטאָלצן מאַנס באַליידיקונג, די ליידן
פֿון ליבע אָפּגעווערטיקטער, פֿאַרזאַמונג
פֿון דעם געזעץ, די חוצפּה פֿון דער מאַכט,
די גרינגשעצונג מצד די אומווירדיקע,
וואָס נעמט די ווירדע אויף פֿון זיי סבֿלניש,
ווען ער אַליין קאָן אָפּצאָלן זײַן חשבון
מיט אַ קינזשאַל? ווער אויסשטיין וואָלט די לאַסטן
צו שוויצן אונטער אײַנמידנדיק לעבן,
ווען נאָר דער שרעק פֿון עפּעס נאָכן טויט
(דעם ניט־אַנטדעקטן לאַנד, פֿון וואַנען קערט
קיין רײַזנדער זיך ניט צוריק) דעם ווילן
ניט ברענגען אין פֿאַרלעגנהייט און אונדז
ניט מאַכן בעסער אויסלײַדן די צרות,
וואָס דאָ מיר האָבן, איידער פֿליִען צו
די אַנדערע, וואָס אומבאַקאַנט אונדז זײַנען?
אַזוי מחשבֿות מאַכן אונדז פּחדנים,
אַזוי ווערט דער אַנטשלאָסנקייטס קאָליר
בלאַס, ווי די בלייכע פֿאַרבן פֿון געדאַנק,
און אונטערנעמונגען, וואָס זײַנען פֿול
מיט וויכטיקע, דערהויבענע כּוונות,
די שטראָמען זייערע באַלד אויף אַ זײַט
פֿאַרקערעווען, פֿאַרלירנדיק די ווערט
פֿון טאַט.

שאָטאַ רוסטאַוועלי
אַן אויסצוג פֿון דער פּאָעמע „דער גיבור אין אַ טיגער-פֿעל
אַווטאַנדילס תּפֿילה
טוט ער תּפֿילה מיט התלהבֿות: „אָ, רבונא-דעלמא-כּולא,
הערשער אונדזערער, וואָס גיסט אונדז לויט דײַן ווילן גוטס און פּײַן,
וואָס מען קען דיך ניט דערקענען, ניט באַשרײַבן און ניט מאָלן!
מײַנע לײַדנשאַפֿטן הייסע גיב מיר כּוחות גובֿר זײַן!
גאָט, איך בעט דיך, וואָס געוועלטיקסט פֿון דער ערד ביז סאַמע הייכן,
דיך, וואָס האָסט באַשאַפֿן ליבע, אירע כּללים אײַנגעפֿירט!
פֿון מײַן זון מע האָט צעשיידט מיך, אין מײַן האַרץ — אַזאַ מהפּכה…
אָ, פֿאַרוואָרצל ניט די ליבע, וואָס זי האָט געפֿלאַנצט פֿאַר מיר.
גאָט, חוץ דיר, איך האָב ניט קיינעם, און איך גיי וווּהין דו ווײַזסט מיר.
וויפֿל וועגן כ׳זאָל ניט דורכגיין, בעט איך תּמיד הילף בײַ דיר.
אָ, באַשיץ מיך פֿון די שׂונאים, פֿון ים-שטורעם, בייזע גײַסטער.
וועל איך ברענגען דיר קרבנות, כ׳וועל דיר דינען אָן אַ שיעור”.
אויף זײַן פֿערד איז ער אַרויף דאַן — און אַוועק אַדורך דעם טויער.
שערידאַן איז דאָרט געבליבן און האָט שטאַרק געוויינט פֿון צער,
זיך אין ברוסט ביז בלוט געשלאָגן אין זײַן ווייטיקדיקן טרויער.
ווי קאָן פֿריידיק זײַן אַ דינער, ווען ער קאָן ניט זען זײַן האַר!

וולאַדימיר וויסאָצקי
באַלאַדע וועגן קאַמף
צווישן ליכטלעך פֿאַרוויינטע און תּפֿילות בײַ נאַכט,
צווישן שײַטערס פֿון שלום, טראָפֿעען פֿון קריג,
קינדער האָבן געלעבט און געחלומט פֿון שלאַכט
און פֿון איבער אַן אמתן שׂונא אַ זיג.
עס פֿאַרדריסט תּמיד קינדער, וואָס קליין זײַנען זיי,
און מיר האָבן זיך ביטער געשלאָגן ביז וויי,
האָבן מאַמעס פֿאַרנייט די מלבושים, און מיר
האָבן ביכער געלייענט מיט דאָרשט אָן אַ שיעור.
האָבן האָר אונדז צו שטערנס פֿאַרשוויצטע געקלעפּט,
און גענאָגט האָט עס אונטערן „לעפֿעלע‟ זיס,
און דער ריח פֿון קאַמף האָט פֿאַרדרייט אונדז די קעפּ,
און געמאַכט האָט ער יעדערן תּיכּף אַ ריז.
האָבן מיר ניט געהערט נאָך קיין פֿײַף פֿון אַ קויל,
ווי אַ רוף האָט געקלונגען פֿאַר אונדז אַ געהויל,
און מיר האָבן באַמיט זיך באַנעמען דעם תּוך
פֿון באַפֿעלן, אַטאַקעס, פֿון פֿײַער און רויך.
אין די קעסלען פֿון שלאַכטן און קאַמף פֿון אַמאָל
איז פֿאַר אונדזערע מוחות געבליבן שפּײַז הײַנט.
אין די שפּילן מיר האָבן געגעבן די ראָל
פֿון פֿאַררעטערס, פּחדנים צו אונדזערע פֿײַנט.
נאָך גזלנים מיר האָבן זיך שנעל נאָכגעיאָגט,
שענסטע פֿרויען ליב האָבן מיט ברען צוגעזאָגט,
פֿרײַנד און שכנים געטרייסט און באַרויִקט אויף גיך
און די ראָלן פֿון העלדן גענומען פֿאַר זיך.
נאָר אויף אייביק אַוועקגיין אין טרוים טאָר מען ניט.
קוק: אַרום איז אַזוי פֿיל יסורים און וויי!
גיי, די דלאָניעס פֿון טויטע צענעם, ווער ניט מיד
און נעם אָפּ פֿון די העלדישע הענט דאָס געווער.
פֿעסט באַשליס: ביסט אַ פּחדן צי גורל האָט דיך
אויסדערוויילט, דו זאָלסט קעמפֿן מיט חושך פֿאַר ליכט.
נעם אַ וואַרעמע שווערד און כּלי־זין טו אָן —
און פֿאַר אמת אין קאַמף שטעל דײַן לעבן אין קאָן!
ווען דײַן חבֿר וועט פֿאַלן פֿון וווּנדן לעם דיר,
פֿון דײַן ערשטער אַבֿדה וועסט הוילן אין צער,
און וועט ברענען בײַ דיר יעדער נערוו אָן אַ שיעור,
וועסט ניט קאָנען דאַן אויסהאַלטן אָט דעם קאָשמאַר,
וועסט פֿאַרשטיין: האָסט דערפֿילט מיט דײַן אייגענער הויט,
פֿײַנט באַקומען אויף שטענדיק דעם פּרצוף פֿון טויט!
שלעכטס און שקר — אָ קוק, זייער צורה איז גראָב!
הינטער זיי — תּמיד טרונעס, אַ ראָב נאָך אַ ראָב.
אויב דו האָסט פֿלייש פֿון מעסער געטאָן ניט קיין ביס,
אויב מיט הענט מיט פֿאַרלייגטע געזעסן דו ביסט,
האָסט קיין קאַמף ניט געפֿירט מיט אַ רצחן, אַ קאַט —
הייסט עס, קיין ווירדיק לעבן דו האָסט ניט געהאַט!
אויב מיט טרערן אין האַלדז, אין געראַנגל דו האָסט
דורכגעהאַקט דרייסט דעם וועג דײַנעם דורך וויי און ווינד
און פֿאַרזוכט דאָרט פֿון טויט און פֿון לעבן דעם קאָסט —
האָסטו נייטיקע ביכער געלייענט אַלס קינד.
יעווגעני קיסין: פּראָזע
יעווגעני קיסין: פּראָזע
לכתּחילה פֿאַרעפֿנטלעכט אין "ייִדיש־בראַנזשע". זעט דאָ און דאָ. איבערפּובליקירט אויף אונדזער וועבזײַט מיט אַ דערלויבעניש פֿונעם מחבר און דער אויסגאַבע.
מיט זייער אייגן געווער
1
דער װײטיק אינעם נאַקן און דער איבל איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער, נאָך מער, װי אין די פֿריִערדיקע נעכט; דערצו נאָך האָט אָנגעהױבן שטעכן אין האַרצן. דער דינינקער לבֿנה–סערפּ האָט קאַלט און בײז געשײַנט דורך די דורכזיכטיקע פֿירהענגלעך. עטװאָס אונטערגעהױבן זיך אױפֿן עלנבױגן, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אױסגעשטרעקט די האַנט צום נאַכט–טישל, אין װעלכן ס׳האָט זיך געפֿונען דער אַפּאַראַט פֿאַרן אָפּמעסטן דעם בלוטדרוק. דאָס טירל האָט אַ סקריפּ געטאָן, נאָר טאַניאַ האָט װײַטער געכראָפּעט אומגעשטערט און אומפֿאַרשעמט.
אַרױס אינעם קאָרידאָר, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַ קוק געטאָן אין דער ריכטונג פֿון דימקעס צימער: קײן ליכט אין דער שפּאַרונע אונטער דער טיר האָט מען ניט געזען, און ס׳איז געװען שאַ–שטיל. נו, הלװאַי… לאַנגזאַם און פֿאָרזיכטיק, בײַקומענדיק דעם קאָפּשװינדל, איז ער אין דער פֿינצטערניש דערגאַנגען ביז דער קיך און האָט אָנגעטאַפּט דאָרטן דעם אױסשליסער. די עלעקטרישע שײַן האָט אַ שלאָג געטאָן אים אין די אױגן, און ער האָט זיך דערפֿילט נאָך ערגער. צוגעטוליעט זיך צום פֿרידזשעדער און פֿאַרמאַכט די אױגן, האָט ער אָפּגעװאַרט, דערנאָך געמאַכט נאָך עטלעכע אומזיכערע טריט צום טיש און זיך שװער אַראָפּגעלאָזט אױף אַ בענקל.
הונדערט אַכציק אױף הונדערט פֿופֿצן… נו יאָ, באמת נאָך ערגער, װי פֿריִער. סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט זיך אָנגעגאָסן אַ גלאָז װאַסער פֿונעם טשײַניק און זיך געלאָזט צוריק אינעם שלאָפֿצימער. דאָרטן האָט ער אָנגעטאַפּט אינעם נאַכט–טישל די פּושקע „ראַונאַטין‟, אַרױסגענומען אַ פּיל, אַרײַנגעלײגט זי אין מױל און פֿאַרטרונקען מיט װאַסער. נאָך דעם האָט ער אַרױסגעשלעפּט דאָס פּעקעלע ניטראָגליצערין, — װי גוט, אַז דער דאַקטער האָט אים צוגעשריבן אױך אָט די רפֿואה אױף מאַלע װאָס! — געלײגט אַ פּיל אונטער דער צונג, זיך װידער געלײגט אין בעט. ער האָט פֿאַרמאַכט די אױגן…
נעכטן האָט ער צום ערשטן מאָל אָנגעשריִען אױף דימקען, װען יענער האָט זיך געיאַװעט אַהײם נאָך עלף אַזײגער אין אָװנט. אױפֿן טאַטנס פֿראַגע: „װוּ האָסטו זיך אַרומגעשליאָנדרעװעט?‟ — האָט יענער געענטפֿערט: „װוּ מ׳האָט געדאַרפֿט.‟ — „װאָ–אָ–אָס?!‟ — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אױסגערופֿן, ניט גלײבנדיק זײַנע אײגענע אױערן (קײן מאָל אין לעבן האָט דימקע נאָך ניט גערעדט מיט אים אַזױ), און, דערנענטערט זיך צום זון, האָט ער דערשמעקט, אַז ס׳פֿילט זיך פֿון אים שטאַרק טוטין. „אָט װאָס…‟, — האָט ער אַרױסגערעדט, קוקנדיק דימקען גלײַך אין די אױגן: „אױב ס׳װעט זיך איבערחזרן נאָך איין מאָל, װעל איך דיך אױסשמײַסן!‟ — „דו — מיך?!‟ — סײַ אין דימקעס קול, סײַ אין די אױגן זײַנע איז געװען ממש אַן אומבאַשרײַבלעכער חידוש. „יאָ, איך — דיך! מע מוז דאָך האָבן אַ ביסל שׂכל! האָב כאָטש רחמנות אױף דער מאַמען!‟ אַזױ האָט ער געהאַלטן אין אײן שרײַען, סטאַרענדיק זיך מיט אַלע כּוחות, אַז זײַנע װערטער זאָלן קלינגען שטאַרק און מיט אױטאָריטעט, — נאָר טיף אין האַרצן האָט ער מורא געהאַט, אַז זײַן ליבער זון װעט אַ שמייכל טאָן איראָניש און זאָגן: „דו שטעלסט זיך אײַן פֿאַר דער מאַמען, נאָר דו ביסט דאָך באַשטעקט מיט הערנער! די מוטער איז דאָך אַ קורװע!‟.
מיט עטלעכע טעג צוריק, װען סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט זיך אומגעקערט פֿון זײַן לעצטער קאָמאַנדירונג, האָט אים אַ שכנה, נאָך אײדער ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז, אַלץ דערצײלט. זיך אויפֿגעהויבן אױף זײַן גאָרן, האָט ער אָנגעקלונגען אין טיר פֿון זײַנע שכנים. „אָ, אַרקאַדיטש!‟ — האָט אים באַגריסט דער באַיאָרטער מאַקאַר סאַװעליעװיטש, אָנגעטאָן, װי געװײנטלעך, אין אַ קױטיקלעכער מײַקע, װאָס זײַן אומגעהײַער בױך האָט זי גלײַך װי אָנגעבלאָזט, — „קום אַרײַן, קום אַרײַן! װילסט אױסטרינקען?‟ — „נײן, סאַװעליטש, זאָג מיר נאָר, צי עמעצער פֿלעגט אַרײַנקומען צו מײַן טאַניאַן, כּל–זמן איך בין ניט געװען דאָ?‟ מאַקאַר סאַװעליעװיטש האָט אַראָפּגעלאָזט די אױגן, געשװיגן אַ װײַלע און שטיל געזאָגט מיט אַזאַ שטים, װי ער האָט זיך געשעמט פֿאַר עפּעס: „געקומען, געקומען… אָך, אַרקאַדיטש, די װײַבער — װאָס זײ װילן, טוען זײ… אַ בײַטש בענקט נאָך זײ!‟
צו ערשט האָט טאַניאַ געפּרוּװט לײקענען שטײן און בײן, אָבער דערנאָך פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז נוצלאָז, װײַל „אַלע שכנים רײדן שױן‟, — האָט זי געמאָלדן אָן מינדסטן בזיון: „דו האָסט מיך באַקומען אַ בתולה, און איצט ביסטו די גאַנצע צײַט אין קאָמאַנדירונגען. װער װײסט, מיט װעמען דו פֿאַרברענגסט דאָרט די צײַט? און מיר װילט זיך אױך לעבן!‟
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש איז קײן מאָל ניט געװען אומגעטרײַ טאַניאַן; סײַדן אין זײַנע געדאַנקען, און ניט „כ׳װאָלט געװאָלט‟, נאָר „װען כ׳װאָלט ניט געהאַט טאַניאַ, װאָלט איך…‟ און אַפֿילו װען ער װיל עס יאָ, מיט װעמען װאָלט ער געקאָנט עס טאָן בעת זײַנע קאָמאַנדירונגען? די װײַבער, װאָס ער פֿלעגט דאָרט טרעפֿן, װאָלטן אפֿשר געקאָנט צוציִען צו זיך בלױז אױסגעהונגערטע סאָלדאַטן נאָך פֿיר יאָר מלחמה. אָבער ער… אַך, װי ער האָט ליב געהאַט זײַן טאַניאַ! און אַצינד, דערמאָנענדיק זיך אין אַלעמען, װאָס איז געשען צװישן זײ במשך פֿון אָט די אַלע יאָרן, האָט ער ניט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז זי האָט אים קײן מאָל ניט ליב געהאַט, אַז דאָס אַלץ איז געװען בלויז אַן אָנשטעל. נײן, טאַניאַ האָט אים, אַװדאי, אױך ליב געהאַט; פּשוט ניט געקאָנט אױסהאַלטן זײַנע אָפֿטע קאָמאַנדירונגען. דערצו נאָך, האָט זי דװקא איצט דערגרײכט דעם עלטער, װען בײַ פֿרױען דערװאַכט אַן אמתער אינטערעס צו סעקס, — און בײַ אים זײַנען די כּוחות שױן געװען ניט יענע, װי מיט צען–צװאַנציק יאָר צוריק; באַזונדערס, אין די לעצטע פּאָר חדשים, נאָך דעם, װי זײַנע עלטערן זײַנען געשטאָרבן כּמעט אײנער נאָכן אַנדערן, איז אים דאָס האַרץ נישט געלעגן צו דעם. ס׳האָט זיך געדוכט, אַז טאַניאַ טײלט מיט אים זײַן צער, סטאַרעט זיך אים אונטערהאַלטן — און אָט נאַ דיר… ער אַליין װאָלט געװען זײער צופֿרידן ניט צו פֿאָרן אין ערגעץ ניט, צו זײַן כּסדר אין זײַן היימשטאָט מאָסקװע און פֿאַברענגען יעדן אָװנט מיט זײַן פֿרױ און זון — נאָר װאָס האָט ער געקאָנט טאָן? בײַ אונדז אין לאַנד טראַכט די נאַטשאַלסטווע ווייניק װעגן דעם מענטשן, װעגן דעם מענטשנס משפּחה–באַדערפֿענישן? דערפֿאַר אָבער פּאַסט פֿאַר אַ קאָמוניסט נישט צו גטן זיך — ס׳איז דאָך אַזאַ חרפּה!
יאָ, סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש איז געװען אַ מיטגליד פֿון דער פּאַרטײ. אַרײַנגעטראָטן איז ער אין איר, װי אַ סך מענטשן און ייִדן בפֿרט, ניט אַזוי צוליב זײַנע איבערצײַגונגען, נאָר פּשוט צוליב דעם, װאָס מע האָט אים נאָמינירט אױף אַ העכערן פּאָסט, און יעדערער, װאָס האָט פֿאַרנומען אַזאַ שטעלע, האָט געמוזט זײַן אַ קאָמוניסט. קײן קאָנסעקװענטע אַנטיקאָמוניסטישע אָנשױונגען האָט ער אױך ניט געהאַט; ער האָט פּשוט (אַזױ האָט זיך אים געדאַכט ביזן הײַנטיקן אָװנט) געזען, אין װאָס פֿאַר אַ לאַנד ער לעבט, און (װידער, װי זײער פֿיל אַנדערע מענטשן) ניט אָנגענומען פֿאַר ערנסט דאָס, װאָס מע האָט גערעדט אױף די אָפֿיציעלע פֿאַרזאַמלונגען, אױף דער טעלעװיזיע און ראַדיאָ, און געשריבן אין די צײַטונגען, — ניט פֿריִער, װען מע פֿלעגט באַהױפּטן, אַז מיר „שפּאַנען מיט זיכערע טריט צו קאָמוניזם‟, ניט אַצינד, װען מע האָט גענומען רײדן װעגן דער נייטיקײט פֿון „איבערבױונג, עפֿנטלעכקײט און דעמאָקראַטיזאַציע‟. פֿון דעסטװעגן, במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר, זינט ער איז אַרײַן אין דער פּאַרטײ, איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געװען מחויבֿ אױסצושרײַבן און צו לײענען די צײַטונג „פּראַװדאַ‟ [אמת], די הױפּט–צײַטונג פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. ער האָט געקענט דורכלױפֿן מיט די אױגן די אַרטיקלען, און ס׳איז געװאָרן פֿאַר אים אַ מין נייטיקע רוטין, װי דאָס רײניקן די צײן, למשל. און אָט האָט ער געלײענט, געלײענט — און הײַנט דורכגעלײענט…
דער פֿיזישער װײטיק האָט אַ ביסל אָפּגעלאָזט, נאָר די מחשבֿות האָבן אים ניט געגעבן קיין רו. טאַניאַ האָט געהאַלטן אין אײן כראָפּען, און דער לבֿנה–סערפּ האָט אַרײַנגעשײַנט אינעם פֿענצטער, װי געשטשירעט די צײן פֿונעם שװאַרצן תּהום. אָך, װי אַלץ האָט זיך פּלוצעם אַרױפֿגעװאַלגערט אױף אים…
די עלטערן זײַנע, בײַ אַלע זײערע חסרונות, זײַנען געװען מערקװירדיקע מענטשן, ער האָט זײ זײער ליב געהאַט — און זײ אים, אַװדאי, אױך. זײַן גאַנץ לעבן האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געװאָלט זײַן ענלעך אױף זײַן טאַטן (װי אױך אױף זײַן עלטערן ברודער באָריע). אַפֿילו ביזן הײַנטיקן טאָג איז בײַ אים געבליבן טיף פֿאַררוקט אין אונטערבאַװוּסטזײַן דער דאָזיקער פֿאַרלאַנג — און, ווי אַ סך–הכּל, אַ קאָמפּלעקס מחמת דעם, װאָס עס האָט זיך אים ניט אײַנגעגעבן: הן אױסערלעך, הן בטבֿע איז ער געװען מער געראָטן אין דער מאַמען, און די טבֿע זײַנע האָט ער, נאַטירלעך, ניט געקאָנט ענדערן, װי ער זאָל זיך ניט געווען סטאַרען. זײַן טאַטע, אַראָן יעפֿימאָװיטש (כאַיִמאָװיטש) באַגראָװסקי, אַ מיטלװוּקסיקער מאַנצביל, אַפֿילו העכער, מיט ברײטע אַקסלען, איז דורכגעגאַנגען די גאַנצע מלחמה און האָט זי פֿאַרענדיקט אינעם ראַנג פֿון אַ קאָלאָנעל, איז געװאָרן שטאַרק פֿאַרװוּנדעט אין דער שלאַכט פֿאַר בערלין, נאָר געבליבן לעבן. באָריע איז אױסגעװאַקסן נאָך העכער װי דער טאַטע, געװען זײער שטאַרק און אַפֿילו געװאָרן אַ טשעמפּיאָן פֿון מאָסקװע ווי אַ באָקסער צװישן יוגנטלעכע, נאָר, זײַענדיק זײער אַ פּראַקטיש בחורל נאָך פֿון קינדשאַפֿט אָן, האָט ער פֿרי פֿאַרשטאַנען, אַז כּדי צו לעבן גוט, דאַרף מען מאַכן אַ קאַריערע ניט אין ספּאָרט, נאָר אין האַנדל. די עלטערן האָבן ניט באַגיטיקט זײַן אױסװאַל (די מאַמע — שװײַגנדיק, דער טאַטע — אױף אַ קול), געהאַלטן עס פֿאַר אַן אומװירדיקער זאַך, אָבער באָריע אַליין האָט זיך אויסגעפֿײַפֿט אױף זײער (װי אױף װעמענס–ניט–איז) מיינונג. אין דעם איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אױך תּמיד געװען מקנא זײַן עלטערן ברודער: ער האָט אַלײן פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז צו פֿילעװדיק צו דעם, וואָס די עלטערן מיינען, און איז פֿון זייער מיין אָפּהענגיק. דעריבער טאַקע האָט ער צום ערשטן מאָל חתונה געהאַט מיט דער אַקטיװער מיטװירקונג מצד דער מאַמען. אי ער, אי זײַן פֿרױ זײַנען דעמאָלט געװען נאָך יונג און אומדערפֿאַרענע; זי איז געװען אַ גוט מײדל פֿון אַ גוטער ייִדישער משפּחה, זי איז אים געפֿעלן געווען, נאָר גאָר אין גיכן איז געװאָרן קלאָר, אַז זײ פּאַסן אין גאַנצן ניט אײנער דעם אַנדערן אין אַלע הינזיכטן. נאָך דעם האָט סעמיאָן לאַנג געװאַרט, ביז ער האָט חתונה געהאַט מיט טאַניאַן, װאָס איז געװען אױף אַכט יאָר ייִנגער פֿון אים: כּמעט אױף אַזױ פֿיל, אױף װיפֿל דער טאַטע איז געװען עלטער פֿון דער מאַמען (הגם זי איז געװען זײַן ערשטע פֿרױ). ניט געקוקט אױפֿן לעצטן אומשטאַנד, האָבן די עלטערן ניט באַגיטיקט זײַן אױסװאַל (דער טאַטע — שװײַגנדיק, די מאַמע — אױף אַ קול), סײַ װײַל טאַניאַ איז געװען אַזױ יונג, סײַ מחמת זי איז געװען אַ ניט–ייִדישע. װאָס שײך דעם לעצטן פֿאַקטאָר, איז זײער אומרו געװען אַן אומזיסטיקער: טאַניאַ איז לחלוטין ניט געװען קיין אַנטיסעמיטקע, און קײן שום נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען אָדער מיספֿאַרשטײענישן זײַנען צװישן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן און זײַן פֿרוי קײן מאָל ניט געװען. מכּוח דעם עלטער–אונטערשײד, דאָ האָבן זײַנע עלטערן, צום באַדױערן, זיך אַרױסגעװיזן גערעכט — פֿאַרשטייט זיך, נעמענדיק אין אַכט די שױן דערמאָנטע צוגאָבלעכע צושטאַנדן. גוט, װאָס זײ האָבן צו דעם כאָטש ניט דערלעבט: זײ האָבן זײער ליב געהאַט אײנער דעם אַנדערן, די מאַמע האָט ממש פֿאַרגעטערט דעם טאַטן, און נאָך זײַן טױט האָט איר שװאַך האַרץ ניט אױסגעהאַלטן…
װער זשע איז געבליבן בײַ אים אַצינד? באָריע האָט זיך תּמיד באַצױגן צו זײַן ייִנגערן ברודער פֿון אױבן אַראָפּ, לכן זײַנען זײערע װעגן זיך מיט דער צײַט אַלץ מער און מער פֿונאַנדערגעגאַנגען. זײַן ייִנגערע שװעסטער סימע איז געװען זײער אַ װױלע, און די באַציִונגען צװישן זײ האָבן זיך פֿאַרהיט גוטע, נאָר זי האָט געהאַט איר אײגענע משפּחה, אירע אײגענע דאגות. ווי אַ פֿרױ, האָט זי נאָך שטאַרקער איבערגעטראָגן דעם טױט פֿון די עלטערן, און װי סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן האָט זיך ניט געװאָלט גײן זיך טײלן מיט זײַן שװעסטער, האָט ער פֿאָרט געהאַלטן זיך אַלײן איבערצײַגן, אַז ער דאַרף זי ניט אָנלאָדן מיט זײַנע פּראָבלעמען. איצט האָט ער געפֿילט, אַז די פֿרױ זײַנע האָט ער אױך פֿאַרלױרן. װאָס שײך דימקען — נאָך דעם, װאָס ס׳איז געשען נעכטן, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש מיט שרעק געקאָנט טראַכטן װעגן דעם, װאָס נאָך קאָן מען דערװאַרטן פֿון זײַן דרײַצן–יאָריקן זון…
יאָ, ער איז דעמאָלט אױך געװען אַלט דרײַצן יאָר, װען ס׳איז פֿאָרגעקומען דאָס סאַמע מוראדיקע, װאָס אים איז אױסגעקומען איבערצולײַדן און װאָס האָט בפֿירוש געװירקט אױף זײַן גאַנץ װײַטערדיק לעבן… ס׳איז געװען פֿעברואַר 1953. דאָס גאַנצע לאַנד איז געװען אױפֿגערודערט צוליב „די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן‟. עטלעכע ייִנגלעך פֿון סיאָמעס קלאַס האָבן אים יעדן טאָג געשלאָגן — און קײנער נישט, ניט די אַנדערע קינדער און ניט די לערערס האָבן זיך פֿאַר אים ניט אײַנגעשטעלט. סוף–כּל–סוף, װען מיט אַ װאָך שפּעטער האָט ער דערצײלט די עלטערן, װאָס ס׳קומט מיט אים פֿאָר, האָט דער טאַטע אָנגעטאָן זײַן מיליטערישע אוניפֿאָרם מיט אַלע אָרדענס און מעדאַלן און זיך געלאָזט צום דירעקטאָר פֿון סיאָמעס שול. נאָך יענעם באַזוך האָבן זיך די שלאָגערײַען אױפֿגעהערט, נאָר זינט דעמאָלט אָן האָט סיאָמע געדענקט, װאָס איז עס אַזױנס, צו זײַן לגמרי שוצלאָז פֿאַר אַ כאָפּטע סאַדיסטן, װעלכע פֿילן זיך אַבסאָלוט אומבאַשטראָפֿט; און אין זײַן נשמה האָט זיך אױף לאַנגע יאָרן באַזעצט אַ פֿאַרדראָס — הלמאַי איז ער אַליין ניט געװען מסוגל זיך צו פֿאַרטײדיקן.
אַזױ האָט ער זיך אױף זײַן אײגן פֿעלכל דערװוּסט, אין װאָס פֿאַר אַ לאַנד ער וווינט. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער איז ער געװױר געװאָרן, אַז ניט אין אַלע הויכשולן זײַנען די טירן אָפֿן פֿאַר די ייִדישע בירגער; נאָך דעם — אַז כּלל ניט אומעטום איז ייִדן דערלױבט צו אַרבעטן… בהדרגה, װי אַ סך זײַנע שטאַמברידער, האָט סעמיאָן זיך צוגעװױנט צו די אַלע עװלות, אױפֿגענומען זײ װי אַ פֿאַקט און אַפֿילו זיך ניט שטאַרק געבײזערט אױף יענע, װאָס פֿלעגן זײ באַגײן. דאָס לעבן, ניט געקוקט אויף אַלע נאַרישקײטן און אומגערעכטיקײטן, איז פֿאָרט געװען סטאַביל און קאַנסעקװענט. אין דער ווירקלעכקייט זײַנען פֿיל ייִדן טאַקע דיסקרימינירט געװאָרן, אָבער אָפֿיציעל פֿלעגט די מלוכה פּראָקלאַמירן גלײַכבאַרעכטיקײט און פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט װי אַן „אומאָפּנעמבאַרן טײל פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע‟. אַלע נאַציאָנאַלע פֿאָראורטײלן, בתוכם אַנטיסעמיטיזם, זײַנען פֿאַראורטײלט געוואָרן — פּונקט אַזױ, װי אַלץ, װאָס איז געקומען אין סתּירה מיט דער „קאָמוניסטישער תּורה‟. אַזױ איז עס געװען — ביזן הײַנטיקן טאָג…
ס׳האָט אױפֿגעהערט װײ טאָן דאָס האַרץ, נאָר דער קאָפּ–װײטיק איז געװאָרן בלױז אַ ביסל שװאַכער — װי אין די פֿריִערדיקע נעכט. די לבֿנה איז פֿאַרשװוּנדן געוואָרן הינטער די װאָלקנס, און ס׳איז געװאָרן שטאָק–פֿינצטער. אין כשחות איז, אַװדאי, ניט פֿרײלעך אױפֿן האַרצן, נאָר װען פֿון דער אײנציקער שײַן שטראַלט אַרױס ניט קײן װאַרעמקײט, נאָר בלױז קילקײט און בײזקײט, איז אַפֿילו שװער צו זאָגן, װאָס איז ערגער…
קײן אמתע אַנטיסאָװעטישע ליטעראַטור איז אין סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשס הױז קײן מאָל ניט געװען, אָבער אַ „װײכער סאַמאיזדאַט‟ פֿלעגן סײַ זײַנע, סײַ טאַניאַס פֿרײַנד פֿון מאָל צו מאָל זײ געבן צו לײענען: אַכמאַטאָװאַס „רעקװיעם‟, פֿיאָדאָר ראַסקאָלניקאָװס בריװ צו סטאַלינען, ערנסט גענריס בריװ צו ערענבורגן… ניט לאַנג צוריק איז זיי אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט אױך די אַנומלטיקע קאָרעספּאָנדענץ צװישן דעם באַרימטן און פּאָפּולערן היסטאָריקער נאַטאַן אײדעלמאַן און דעם ניט װײניק באַרימטן און פּאָפּולערן שריפֿטשטעלער װיקטאָר אַסטאַפֿיעװ. אײדעלמאַן אין זײַן װענדונג צו אַסטאַפֿיעװן האָט פּרטימדיק גערעדט מכּוח דעם, אַז עס פּאַסט ניט פֿאַר אַ רוסישן שרײַבער צו רײדן שלעכט װעגן אַנדערע פֿעלקער, אַז גרױסע רוסישע װאָרט–מײַסטערס פֿלעגן תּמיד באַשולדיקן קודם–כּל זיך אַלײן פֿאַר די רוסלענדישע אומגליקן און אַזױ װײַטער.
אַסטאַפֿיעװ אין זײַן ענטפֿער האָט געמאָלדן, אַז אײדעלמאַנס בריװ איז געװען „איבערגעפֿולט מיט איבערגעזאָטענעם אײטער פֿון דער ייִדישער הױך–אינטעלעקטועלער פֿאַרריסנקײט‟; אַז גראָד די ייִדן און לעטן אין שפּיץ מיטן „געפֿערלעכן, פֿאַרביסענעם ציוניסט יורקאָװסקי‟ האָבן דערהרגעט „אונדזער לעצטן קײסער‟ מיט זײַן פֿאַמיליע; לכן איז אײדעלמאַנס פֿאָטער געזעסן אין לאַגער „אױך פֿאַר די פֿאַרברעכן פֿון יורקאָװסקין און אַזױנע װי ער, זיך געמאַטערט לױטן באַפֿעל פֿונעם ׳אײבערשטן ריכטער׳‟. דער באַרימטער רוסישער שרײַבער האָט גאַנץ ערנסט צוגעזאָגט, אַז „אין אונדזערע שאָװיניסטישע שטרעבונגען װעלן מיר קאָנען דערגיין צו דעם, אַז די פֿאָרשערס אי פֿון פּושקינען, אי פֿון לערמאָנטאָװן װעלן בײַ אונדז זײַן אױך רוסן‟ וכּדומה. ער האָט דערקלערט, אַז „דער גאָר געמיינער אַטעיִסט יאָסיף אַראָנאָװיטש קריװעליאָװ <…> פֿרעסט פֿונעם ליגן–טיש און פֿאַרגלאָצט די אײגעלעך אױפֿן אומשולדיקן אופֿן, האַלטנדיק אַלעמען אַרום פֿאַר ניט–ערלעכע און ליגנערישע מענטשן‟. סוף–כּל–סוף, האָט ער געװוּנטשן אײדעלמאַנען, אַז דער דערבאַרעמדיקסטער גאָט זאָל אױפֿקלערן יענעמס נשמה, און האָט ציטירט אַ פּאָר שורות פֿון ניקאָלײַ דעם צװײטנס טאָכטערס אַ ליד: „גאָט, פֿאַרגיב אונדזערע פֿײַנט! גאָט, פֿאַרדריק זײ אױך אין די אָרעמס!‟.
אַװדאי, האָט דאָס אַלץ שאָקירט סײַ סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן מיט טאַניאַן, סײַ זײערע פֿרײַנד, הגם מיט עטלעכע חדשים פֿריִער זײַנען אין זײערע קרײַזן שױן אומגעגאַנגען קלאַנגען װעגן דעם, אַז אױף אַ שרײַבער–צוזאַמענפֿאָר האָט דער באַװוּסטער שריפֿטשטעלער גאַװריִיִל טראָיעפּאָלסקי געהאַט געבעטן פֿאַרגעבונג בײַ „די גרוזינישע חבֿרים‟, װאָס אַסטאַפֿיעװ האָט זײ געהאַט באַלײדיקט אין זײַנער אַ דערצײלונג; דערבײַ האָט מען באַמערקט, אַז אין אַן אַנדער װערק אַסטאַפֿיעווס, זײער אַ שטאַרקס און אַן אױפֿדעקנדיקס, האָט דער שרײַבער סאַרקאַסטיש באַניצט דאָס װאָרט „ייִדעלעך‟, נאָר פֿאַר דעם האָט קײנער זיך ניט געהאַט אַנטשולדיקט. נו, האָט אַ באַרימטער און אַפֿילו אַ באַליבטער שרײַבער זיך אַרױסגעװיזן צו זײַן אַ פּאַסקודניאַק — מילא, אַלץ קאָן געשען אין לעבן; אָבער אין תּוך גענומען איז דאָך גאָרניט באַזונדערס ניט געשען. און אָט הײַנט אין אָװנט האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש, קומענדיק אַהיים פֿון דער אַרבעט, אָפּגעגעסן אָן אַפּעטיט און גענומען אין די הענט, װי געװײנטלעך, דעם פֿרישן נומער „פּראַװדאַ‟. ער איז דורכגעלאָפֿן מיט די אױגן דעם אַרטיקל פֿון עפּעס אַן אַל. מיכײַלאָװן װעגן ליטעראַטור–קריטיק און זיך פֿאַרטשעפּעט מיטן בליק אין אַ פֿאָלגנדיקן פּאַראַגראַף:
„אײניקע גאַנץ רײַפֿע מענטשן געבן די יונגע–לײַט בײַשפּילן פֿון אומדערלאָזלעכע ברעכן פֿון עטישע נאָרמעס אין ליטעראַרישן לעבן. עס װערט, אַשטײגער, פֿאַרפֿירט אַ קאָרעספּאָנדענץ, װאָס פּראָװאָצירט צו זײַן שאַרף, נאָר, װי יעדע קאָרעספּאָנדענץ צװישן צװײ מענטשן, איז זי ניט פֿאַר דער עפֿנטלעכקײט. דערנאָך װערט אָט די קאָרעספּאָנדענץ ברײט פֿאַרשפּרײט מיטן ציל צו קאָמפּראָמעטירן דעם אַדרעסאַט. אָט די עפּיסטאָלאַרישע פּראָוואַקאַציע איז עקלדיק, זי זײט מכלוקת און פֿאַרדעכטיקײט, זי איז סאָציאַל געפֿערלעך.‟
אין פֿאַרלויף פֿון עטלעכע מינוט איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געזעסן, װי אין הינער–פּלעט. הגם קײן נעמען זײַנען ניט אָנגערופֿן געװאָרן, איז געװען לגמרי קלאָר, װעגן װעמען און וועגן װאָס סע גײט די רײד (קײן אַנדער קאָרעספּאָנדענץ אין יענער צײַט איז ניט געװען „ברײט פֿאַרשפּרײט‟!) — און אױף װעמענס זײַט איז די מאַכט.
דאָס איז געװאָרן דער לעצטער טראָפּן פֿאַר אונדזער העלד נאָך אַלעמען, װאָס ס׳איז געשען לעצטנס. טאַדלען ניט דעם קלאָרן אידעאָלאָגישן שׂונא, נאָר זײַן אָפּאָנענט — אַזױנס איז, דוכט זיך, נאָך קײן מאָל ניט געװען, אַפֿילו אין 1953. און אַװדאי, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש תּיכּף פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳קומט פֿאָר אַזוי, מחמת דאָ האָט זיך געהאַנדלט װעגן ייִדן און אײדעלמאַן אַלײן איז אַ ייִד…
דער קאָפּװײטיק, הגם אַ ביסל געלינדערט, האָט נאָך אַלץ ניט אָפּגעלאָזט. ליגנדיק אין בעט אין פֿולן חושך, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש זיך דערמאָנט אין פֿראַגמענטן פֿון איידעלמאַנס און אַסטאַפֿיעװס בריװ, איבערגעחזרט אין זיך די שורות, געדרוקט אין „פּראַװדאַ‟, און געטראַכט… נײן, אַפֿילו ניט אין גאַנצן געטראַכט, דאָס זײַנען געװען געפֿילן, נאָך ניט פֿולשטענדיק אױסגעפֿורעמטע אין קלאָרע, קאָנסעקװענטע געדאַנקען: די עלטערן קאָן ער ניט אומקערן, די פֿרױ קאָן ער ניט צװינגען צו זײַן אים געטרײַ, אױף דימקען װעט ער אױף אַן אמתן קײן מאָל ניט קאָנען אױפֿהייבן די האַנט — נאָר ד אָ ס טאָר מען ניט לאָזן אַזױ. ז י י ה אָ ב ן ע ו בֿ ר ג ע ו ו ע ן א ו י ף ז י י ע ר ע א י י ג ע נ ע כּ ל ל י ם פֿ ו ן ד ע ר ש פּ י ל — הייסט עס, אַז מ ע ד אַ ר ף ק ע מ פֿ ן ק ע ג ן ז י י מ י ט ז י י ע ר א י י ג ן ג ע ו ו ע ר! נאָר װי זשע קאָן מען עס טאָן? ער אַלײן איז, אַװדאי, ניט בכּוח גאָרנישט צו טאָן: ס׳איז נאָך מער אוממעגלעך, װי עס איז געװען צו פֿאַרטײדיקן זיך פֿון דער כאָפּטע ייִנגעלעך, װאָס האָבן אים אַ מאָל געממיתט. קײנער פֿון זײַנע פֿרײַנד און באַקאַנטע װעט געװיס אױך ניט װעלן זיך פֿאַרפֿירן מיט דעם. הייסט עס, אַז מע דאַרף עס טאָן אױף עפּעס אַן אַנדער אופֿן…
— סיאָמע, דו שלאָפֿסט ניט? — האָט זיך פּלוצעם דערהערט טאַניאַס פֿאַרחידושט קול.
דער לבֿנה–סערפּ איז װידער אַרױס פֿון הינטערן װאָלקן, און אינעם ענגן פּאַסיקל פֿון זײַן שײַן האָט טאַניאַ אױפֿגעכאַפּט זיך און דערזען, אַז מיט איר מאַן טוט זיך עפּעס מאָדנע: גלײַך װי ער רעדט מיט זיך אַלײן, און דער אױסדרוק פֿון זײַן פּנים איז אַזאַ, װאָס זי האָט בײַ אים נאָך קײן מאָל ניט געהאַט געזען.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט לאַנגזאַם אױסגעקערעװעט דעם קאָפּ צו זײַן פֿרױ און שטיל געענטפֿערט:
— ניין…
— סיאָמע, שלאָף אַ װײַלע, ס׳איז דאָך שױן זײער שפּעט.
אין טאַניאַס שטים האָט זיך קלאָר געלאָזט פֿילן זאָרג. זי האָט געשװיגן אַ פּאָר רגעס און געזאָגט:
— נו… סיאָמע, אַלץ קאָן געשען אין לעבן… נאָר איצט לאָמיר שלאָפֿן. מאָרגן װעלן מיר זיך אין אַלעמען פֿונאַנדערקלײַבן.
ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן פֿרױ פֿילט זיך שולדיק, נאָר אין יענעם מאָמענט זײַנען די געדאַנקען זײַנע געװען געװענדט אין אַן אַנדער ריכטונג.
— מירן זיך פֿונאַנדערקלײַבן… — האָט ער זיך שטיל אָפּגערופֿן, װי אַ װידערקול, און איבערגעחזרט מיט אַ זיפֿץ: — מירן זיך פֿונאַנדערקלײַבן…
ער האָט זיך אױסגעקערעװעט אױף אַ זײַט און פֿאַרמאַכט די אױגן. אין עטלעכע מינוט אַרום האָט ער װידער דערהערט טאַניאַס כראָפּען, נאָר אַלײן האָט ער נאָך אַלץ געהאַלטן אין אײן טראַכטן — אַצינד שױן אין פֿולן זינען פֿונעם װאָרט. פּלוצעם האָט זיך אָנגעהױבן עפּעס לגמרי אומגעריכטס: ער האָט דערפֿילט, אַז שטיקער טעקסט, אײנס נאָכן אַנדערן, גלײַך װי שאַפֿן זיך אין זײַן קאָפּ. אַזױנס איז מיט אים נאָך קײן מאָל ניט געװען: ניט בעתן שרײַבן בריװ, ניט װען ער האָט זיך מאַרודיעט מיט זײַן דיפּלאָם–אַרבעט. ער איז אױפֿגעשטאַנען, אָנגעטאָן די שטעקשיך און האָט זיך שטיל געלאָזט אינעם גאַסטצימער. עס האָט זיך אים נאָך אַלץ אַ ביסעלע געדרײט דער קאָפּ, נאָר אַצינד האָט עס זיך װי אױסגעמישט מיט עפּעס אַן אַנדער מין קאָפּשװינדל.
אײַנגעשלאָסן די שײַן אינעם גאַסטצימער, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַרױסגענומען פֿון הינטער די ביכער אױף דער נידעריקסטער פּאָליצע די פּאַפּקע, אין װעלכער ער האָט געהאַלטן די דינע סאַמאיזדאַט–בײגעלעך, ניט זײַענדיק זיכער, צי די פֿאַרנאַנטע קאָרעספּאָנדענץ איז געבליבן בײַ אים… יאָ, אָט איז זי! ער האָט גענומען אַ פּאָר בייגעלעך פּאַפּיר און אַ פּען, זיך אָנגעבױגן איבערן זשורנאַל–טישל און אָנגעהױבן שרײַבן…
2
װען סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט זיך אױפֿגעכאַפּט אין דער פֿרי, איז טאַניאַ ניט געװען דערנעבן. ער האָט אַ קוק געטאָן אױפֿן זײגער — צען מינוט נאָך עלף. ער פֿלעגט געװײנטלעך אויפֿשטיין שפּעט סוף–װאָך, נאָר קײן מאָל נאָך ניט אַזױ שפּעט. קײן קאָפּװײטיק האָט ער ניט געפֿילט.
אויפֿן וועג צום וואַש־צימער, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש דערשמעקט, אַז טאַניאַ קאָכט עפּעס אין קיך. זי האָט, אַפּנים, אױך דערהערט זײַנע טריט און איז צוגעגאַנגען צו דער טיר.
— נו, אױפֿגעכאַפּט זיך סוף–כּל–סוף, נאַכט–פּאַרשױן? — אין טאַניאַס קוק איז געװען װאַרעמקײט און צערטלעכקײט.
— אױב דו װילסט, קענסטו נאָך כאַפּן אַ דרעמל: נעכטן האָסטו דאָך אַזוי שפּעט זיך געלעגט!
— נײן–נײן, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געענטפֿערט, עפֿענענדיק די טיר פֿונעם וואַש־צימער.
— גײ, גײ. כ׳װעל באַלד קומען צו דיר.
אומגעקערט זיך צוריק אינעם שלאָפֿצימער, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געהאַלטן בײַם אָנטאָן זיך, װען טאַניאַ איז אַרײַן און האָט שטיל פֿאַרמאַכט די טיר נאָך זיך.
— װאָרט אָפּ, סיאָמע, — האָט זי װײך געזאָגט, — לאָמיר זיך צוזעצן.
זי איז צוגעגאַנגען צום מאַן און האָט זיך אַװעקגעזעצט אױפֿן בעט. ער האָט אָן אַן איבעריקן חשק געטאָן דאָס זעלבע.
— סיאָמע, פֿאַרשטײ מיך, כ׳בעט דיך… דערמאָן זיך: װען זײַנען מיר דאָס לעצטע מאָל געװען נאָענט? געװיס, פֿאַרשטײ איך אַלץ: אי די אַרבעט דײַנע מיט די אַלע קאָמאַנדירונגען, אי דאָס איבעריקע — נאָר דו פֿאַרשטײ מיך אױך. דו װײסט דאָך, אַז פֿאַר דיר האָב איך קײן מאַן ניט געהאַט, און אױסער דיר האָב איך אָט די אַלע יאָרן קײנעם ניט געהאַט. נו, כ׳האָב זיך ניט אײַנגעהאַלטן, װען דו ביסט ניט געװען דערנעבן. יעדער מענטש קאָן דערלאָזן אַ פֿעלער… איך האָב זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן…
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט געשװיגן און געהאַלטן אין אײן קוקן אױף דער פֿרױ.
— נו, שלאָג מיך אָן, אױב דו װילסט. שלאָג מיך אָן — איך האָב עס ערלעך פֿאַרדינט. איך האָב דיך דאָך סײַ–װי ליב.
— איך האָב דיך קײן מאָל מיט קיינעם ניט פֿאַרביטן. קײן מאָל ניט, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש סוף–כּל–סוף אַ זאָג געטאָן, קוקנדיק טאַניאַן גלײַך אין די אױגן.
— איך װעל עס אױך מער קײן מאָל ניט טאָן. כ׳זאָג דיר צו.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט גאָרנישט ניט געענטפֿערט.
— נו, פֿאַרגיב מיך, סיאָמע…
זי האָט אַרומגענומען דעם מאַן, נאָר ער האָט לײַכט אַ צוק געטאָן מיט די אַקסלען.
— האָסטו מיך אױפֿגעהערט ליב האָבן? — האָט טאַניאַ געפֿרעגט.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט געקוקט אױף דער פֿרױ. ניין, ער האָט זי, אַװדאי, ניט געקאָנט אױפֿהערן ליב האָבן נאָך די אַלע יאָרן, װאָס זיי זײַנען געװען אין איינעם.
— װילסט מיך ניט מער? — אָפּגעשװיגן אַ פּאָר װײַלעס, האָט טאַניאַ געזאָגט שטיל און צערטלעך: — סיאָמע, לײג זיך.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט זיך קײן ריר ניט געטאָן.
— לײג זיך, כ׳בעט דיך, — האָט טאַניאַ װידער געזאָגט נאָך שטילער.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט אַראָפּגעלאָזט זײַן רוקן אױפֿן בעט. טאַניאַ האָט אים גענומען פֿאַר די פֿיס און אַװעקגעלײגט זײ אױפֿן געלעגער.
— אָט אַזױ. און איצט פֿאַרמאַך די אױגן…
אַ מאָל, אין סאַמע אָנהייב פֿון זײער געמײנזאַמען לעבן, האָט טאַניאַ דערציילט דעם מאַן, אַז אײניקע פֿון אירע חבֿרטעס פֿלעגן צוטײלן הנאה זייערע קאַװאַלערן אױף כּל–מיני אופֿנים, אַבי צו פֿאַרבלײַבן אַ בתולה ביז דער חתונה. טוען עס פֿריִער האָט לויטן מאָראַלישן קאָדעקס פֿונעם סאָוועטישן מענטשן געמיינט אַן אומגעהײַערסטע חרפּה. טאַניאַ אַליין האָט עס קײן מאָל ניט געטאָן, אַזױ אַז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן איז אױסגעקומען זי אַלץ לערנען. זי האָט זײער גיך און גערן פֿאַראײגנט, װי אַזױ צו פֿאַרשאַפֿן פֿאַרגעניגן דעם מאַן. אַצינד האָט ער געפֿילט די געניטע, זיכערע באַװעגונגען פֿון טאַניאַס הײסע, פֿײַכטע ליפּן און צונג, גלײַך װי זי וואָלט זיך פּאָסמאַקעװעט מיט יעדן מילימעטער פֿון זײַן גוף…
— נו, װילסט מיך נאָך אַלץ ניט? — האָט טאַניאַ אַ פֿרעג געטאָן מיט אַ שמײכל, — איז איך װיל דיך יאָ! — האָט זי געזאָגט און איז אַרױפֿגעשפּרונגען אױפֿן מאַן…
בעת טאַניאַ האָט צוגעגרייט דעם פֿרישטיק פֿאַרן מאַן, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אָנגעקלונגען זײַן חבֿר מישע ליװשינען.
— הער, מישקע, יענער באַקאַנטער דײַנער, דער שרײַבער, צי געדענקסטו אפֿשר, װאָס האָט ער דערציילט װעגן זײער סטאַטוט: אַז זײ זײַנען מחויבֿ צו קעמפֿן פֿאַר קאָמוניזם און פֿאַר פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט… עפּעס אַזױנס, יאָ?
— ריכטיק, עפּעס אַזױנס, — האָט יענער באַשטעטיקט.
— גענױ געדענקסטו ניט? אפֿשר, װעסטו עס בײַ אים פֿרעגן?
— יאָ, אַװדאי… און צו װאָס דאַרפֿסטו דאָס?
— פּשוט זיך פֿאַרװאָלט עס פֿאַרפּינקטלעכן… געדענקסט דאָך יענע געשיכטע מיט אײדעלמאַנען און אַסטאַפֿיעװן? — יאָ…
— איז אָט, ס׳איז מיר אינטערעסאַנט געװאָרן: אױב לױט זײער סטאַטוט זײַנען זײ מחויבֿ צו קעמפֿן פֿאַר פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט, און אַסטאַפֿיעװ איז געװיס אױך אַ מיטגליד פֿון שרײַבער־פֿאַראײן…
— ריכטיק! — האָט ליװשין געענטפֿערט מיט אַן איראָניע אין קול, — גוט, כ׳װעל אים באַלד קלינגען און פֿרעגן.
— פֿאַרשרײַב עס גענױ, כ׳בעט דיך. כ׳װאָלט געװאָלט עס אױך פֿאַרשרײַבן פֿאַר זיך.
3
„חשובֿע חבֿרים! מיר, אַרבעטער פֿונעם זאַװאָד אױף אי. ליכאַטשאָװס נאָמען, קאָמוניסטן און אומפּאַרטיייִשע, װילן אױסדריקן אונדזער טיפֿע באַזאָרגטקײט אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם, װאָס אין אונדזער סאָװעטישן לאַנד, װי עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, זײַנען נאָך אַלץ פֿאַראַן ניט–דערשלאָגענע װײַס–גװאַרדײערס און פֿאַשיסטן, װי אױך אַזעלכע, װאָס שטעלן זײ פֿאָר.
„ניט לאַנג צוריק איז אונדז און אונדזערע חבֿרים אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט די קאָרעספּאָנדענץ צװישן דעם באַרימטן סאָװעטישן היסטאָריקער נאַטאַן אײדעלמאַן, װעמענס מערקװירדיקע ביכער װעגן פּושקינען, דעקאַבריסטן, הערצענען זײַנען באַליבט פֿון מיליאָנען סאָװעטישע לײענערס, און דעם באַרימטן, װי מיר האָבן פֿריִער געמײנט, סאָװעטישן שרײַבער װיקטאָר אַסטאַפֿיעװ, װאָס זײַנע ראָמאַנען און גרעסערע דערצײלונגען זײַנען אױך געװען באַליבט פֿון פֿיל אונדזערע לײענערס אין משך פֿון אַ סך יאָרן.
„אין זײַן בריװ צו װ. אַסטאַפֿיעװן האָט נ. אײדעלמאַן מיט עכטער בירגערלעכער אָפֿנקײט און פּרינציפּיעלקײט אָנגעװיזן אױף דעם, אַז לױט די טראַדיציעס פֿון דער גרױסער רוסישער ליטעראַטור, זאָל מען ניט שרײַבן שלעכט װעגן אַנדערע פֿעלקער. אַבסאָלוט ריכטיק האָט אָנגעשריבן חבֿר אײדעלמאַן; גראָד דאָס פֿלעגט זאָגן דער גרױסער לענין: „צו קיין גאָר אַנדערש ניט זײַנען די באַלײדיקטע נאַציאָנאַליטעטן אַזױ ניט פֿילבאַר, װי צום געפֿיל פֿון גלײַכהײט און צום שטערן אָט די גלײַכהײט אַפֿילו אױס אָפּגעלאָזנקײט, אַפֿילו אין דער פֿאָרם פֿון אַ שפּאַס, צום שטערן די דאָזיקע גלײַכהײט מצד זײערע חבֿרים–פּראָלעטאַריער‟. דעם אמת געזאָגט, האָבן אונדז און אונדזערע חבֿרים אױך שטאַרק פֿאַרטשעפּעט אײניקע אַרױסזאָגונגען אין די לעצטע װערק פֿון אונדזער באַליבטן שרײַבער.
„װאָס זשע האָט געענטפֿערט נ. אײדעלמאַנען װ. אַסטאַפֿיעװ, אַ מיטגליד פֿונעם שרײַבער–פֿאַראײן פֿון פֿססר, װאָס לױטן סטאַטוט, באַטײליקן זיך זײַנע מיטגלידער אינעם קאַמף פֿאַרן אױפֿבױען קאָמוניזם, פֿאַר סאָציאַלן פּראָגרעס, פֿאַר שלום און פֿרײַנדשאַפֿט צװישן פֿעלקער?
„װי עקלהאַפֿטיק עס זאָל ניט זײַן, װעלן מיר פֿאָרט ציטירן עטלעכע פּאַסאַזשן פֿון הער אַסטאַפֿיעװס בריװ, װײַל אױב ס׳איז דאָ אַ שענדלעכע דערשײַנונג, דאַרף מען זי אָנרופֿן מיט איר אייגענעם נאָמען און אױסװאָרצלען אומברחמנותדיק באַזונדערס אַצינד, אין דער תּקופֿה פֿון איבערבױונג און עפֿנטלעכקײט.״..
׳אין אונדזערע שאָװיניסטישע שטרעבונגען װעלן מיר קאָנען דערגיין דערצו, אַז אי פּושקין– אי לערמאָנטאָװ–פֿאָרשערס װעלן בײַ אונדז זײַן אױך רוסן, און, ס׳איז אַ שױדער צו טראַכטן, — די זאַמלונגען פֿון אונדזערע קלאַסיקערס׳ װערק װעלן מיר צונױפֿשטעלן אַלײן, די ענציקלאָפּעדיעס און כּל–המינים רעדאַקציעס, טעאַטערס, קינאָ װעלן מיר אױך ׳איבערנעמען אין אונדזערע הענט‘ און, אָ שרעק! אָ קאָשמאַר! מיר װעלן אַלײן קאָמענטירן דאָסטאָיעװסקיס ׳טאָגביכער׳.‟
„דער איבערגעזאָטענער אײַטער פֿון דער ייִדישער הױך–אינטעלעקטועלער פֿאַרריסנקײט‟…
„דער גאָר געמיינער אַטעיִסט יאָסיף אַראָנאָװיטש קריװעליאָװ האָט סײַ צוגעגנבֿעט זײַן פֿאַמיליע–נאָמען, סײַ ער שפּײַזט זיך מיט דער צוגעגנבֿעטער מאָראַל — מיט פּאַדלע. פֿרעסט פֿונעם ליגן–טיש און פֿאַרגלאָצט די אײגעלעך אױפֿן אומשולדיקן אופֿן, האַלטנדיק אַלעמען אַרום זיך פֿאַר ניט–ערלעכע און ליגנערישע מענטשן.
„כ׳װעל אײַך װינטשן דאָס זעלבע, װאָס ס׳האָט געװוּנטשט אַ טאָכטער פֿון אונדזער לעצטן קײסער, װעמענס ליד איז געװען אַרײַנגעלײגט אין איר עקזעמפּליאַר פֿון דעם עװאַנגעליום: ׳גאָט! פֿאַרגיב אונדזערע פֿײַנט, גאָט! פֿאַרדריק זײ אױך אין די אָרעמס׳. אי זי, אי די שװעסטער אירע, אי דאָס ברודערל, װאָס האָט אויף שטענדיק פֿאַרלױרן זײַנע פֿיס אין דער פֿאַרשיקונג, אי דער פֿאָטער מיט דער מוטער זײַנען צעשאָסן געװאָרן, אַגבֿ, פֿון ייִדן און לעטן, אין שפּיץ מיטן געפֿערלעכן, פֿאַרביסענעם ציוניסט יורקאָװסקי.
„אַזױ אַז אײַך, אין דער צײַט פֿון אײַער נשמה־באַרויִקונג, איז כּדאַי אַ טראַכט טאָן אױך װעגן דעם, אַז אין די לאַגערן זײַט איר אָפּגעװען אױך פֿאַר די פֿאַרברעכנס פֿון יורקאָװסקין און אַזױנע װי ער, זיך געמאַטערט לױטן באַפֿעל פֿונעם ׳אײבערשטן ריכטער׳, ניט בלױז צוליב יעזשאָװס אוממאָראַלישקייט‟.
„זאָל דער דערבאַרעמדיקסטער גאָט אױפֿקלערן אײַער נשמה!‟
„אױב רײדן אָפֿן, האָבן מיר אין אָנהייב אַפֿילו ניט געגלײבט, אַז דאָס האָט אױף אַן אמתן אָנגעשריבן װ. אַסטאַפֿיעװ. װי באַלד מיר װױנען אין מאָסקװע, האָבן מיר ניט געקאָנט אָפּזוכן זײַן טעלעפֿאָן–נומער, נאָר מיר האָבן געפֿונען נ. אײדעלמאַנס טעלעפֿאָן–נומער און אים אָנגעקלונגען.
— נאַטאַן יאַקאָװלעװיטש, — האָבן מיר געזאָגט, — מיר, אַרבעטער פֿונעם זאַװאָד אױף ליכאַטשאָװס נאָמען, האָבן אָקאָרשט איבערגעלײענט אײַער קאָרעספּאָנדענץ מיט װיקטאָר אַסטאַפֿיעװן. זאָגט אונדז, מיר בעטן אײַך: צי איז עס טאַקע אײַער קאָרעספּאָנדענץ? צי האָט אַסטאַפֿיעװ אױף אַן אמתן אײַך אָנגעשריבן דאָס אַלץ?
— יאָ, חבֿרים, — האָט באַשטעטיקט אונדזער באַליבטער היסטאָריקער, — צום באַדױערן, איז עס אמת.
„װי טרױעריק עס זאָל ניט זײַן, נאָר מע מוז אָנערקענען: אינעם פֿאַראײן פֿון סאָװעטישע שרײַבערס האָט זיך דורכגעשלײַכט און אונטער דער מאַסקע פֿון אַ סאָװעטישן שרײַבער האָט זיך באַהאַלטן אין משך פֿון יאָרצענדליקער אַ ניט–דערשלאָגענער װײַס–גװאַרדײער און פֿאַשיסט, אַ מסוכּנער, פֿאַרביסענער מאָנאַרכיסט, שאָװיניסט, שװאַרץ–מעהניק און רעליגיעזער אָבסקוראַנט. גראָד קעגן אַזעלכע האָבן זיך געשלאָגן אונדזערע זײדעס בשעת דער רעװאָלוציע און אין דעם בירגער–קריג; טאַקע אינעם קאַמף קעגן אַזױנע פּאַרשוינען זײַנען אומגעקומען אונדזערע טאַטעס אין דער גרױסער פֿאָטערלענדישער מלחמה; דװקא קעגן אַזעלכע קעמפֿן מסירת–נפֿשדיק די בעסטע מענטשן פֿון אונדזער פּלאַנעטע איבער דער גאָרער װעלט.
„לױט אַלע סמנים, איז די אױבנדערמאָנטע קאָרעספּאָנדענץ געװאָרן זײער פֿאַרשפּרײט, און מיר האָבן געטראַכט, אַז אױב זי האָט דערגרײכט אַפֿילו אונדז, פּראָסטע אַרבעטער–לײַט, האָט זי אומבאַדינגט געמוזט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון אונדזערע רומפֿולע מלוכה–זיכערהײט אָרגאַנען, די יורשים פֿונעם דרײסטן פֿעליקס עדמונדאָװיטש דזערזשינסקין, װאָס האָט אומברחמנותדיק געקעמפֿט קעגן אַלערלײ װײַסגװאַרדײיִשער אומפֿלייט און אַנדערער „קאָנטרע‟, — און זײ װעלן אָננעמען די געהעריקע מאָסמיטלען. פֿון דעסטװעגן, קײן מיטטײלונגען װעגן דעם זײַנען אין אונדזערע מאַס–מעדיאַ ניט פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן — דערפֿאַר אָבער מיט עטלעכע טעג צוריק האָבן מיר מיט אומגעהײַערער איבערראַשונג איבערגעלײענט אין אונדזער באַליבטער צײַטונג „פּראַװדאַ‟, אינעם אַרטיקל פֿון עפּעס אַן אַל. מיכײַלאָװן, אַזעלכע שורות:
׳אײניקע גאַנץ רײַפֿע מענטשן געבן די יונגע–לײַט בײַשפּילן פֿון אומדערלאָזבאַרן ברעכן די עטישע נאָרמעס פֿונעם ליטעראַרישן לעבן. עס װערט, אַשטײגער, פֿאַרפֿירט אַ קאָרעספּאָנדענץ, װאָס פּראָװאָצירט אױף שאַרפֿקײט, נאָר, װי יעדע קאָרעספּאָנדענץ צװישן צװײ מענטשן, איז זי ניט פֿאַר דער עפֿנטלעכקײט. דערנאָך װערט אָט די קאָרעספּאָנדענץ ברײט פֿאַרשפּרײט מיטן ציל צו קאָמפּראָמעטירן דעם אַדרעסאַט. אָט די עפּיסטאָליאַרישע גאַפּאָנאָװשטשינע [1] איז עקלדיק, זי זײט מכלוקת און פֿאַרדעכטיקײט, זי איז סאָציאַל געפֿערלעך.׳
„כאָטש קײן נעמען זײַנען ניט געװען דערמאָנט, איז אונדז, פֿאַרשטײט זיך, באַלד געװאָרן קלאָר, אַז דאָ גײט די רײד גראָד װעגן נ. אײדעלמאַנען און אַסטאַפֿיעװן, װײַל קײן אַנדער קאָרעספּאָנדענץ, אױף װיפֿל אונדז איז באַקאַנט, איז לעצטנס ניט געװען ברײט פֿאַרשפּרײט.
„צום אַלעם ערשטן, האָבן מיר װידער אַ קלינג געטאָן דעם חבֿר אײדעלמאַן און געפֿרעגט אים:
— נאַטאַן יאַקאָװלעװיטש, זאָגט אונדז, ביטע: צי האָט עס אױף אַן אמתן טאַקע איר פֿאַרשפּרײט אײַער קאָרעספּאָנדענץ מיט אַסטאַפֿיעװן?
— אַװדאי ניט, חבֿרים, — האָט געענטפֿערט דער באַרימטער היסטאָריקער, — און װי אַזױ װאָלט איך זי געקאָנט פֿאַרשפּרײטן, אַפֿילו װען איך װאָלט געװאָלט עס טאָן? אױף דעם האָב איך ניט קײן צײַט און ניט קײן מעגלעכקײטן. איך װײס, אַז אָט די קאָרעספּאָנדענץ אונדזערע איז זײער פֿאַרשפּרײט געװאָרן, נאָר װי אַזױ — האָב איך קײן שום אַנונג ניט. געװיס האָב איך די בריוו געגעבן מײַנע פֿרײַנד, זײ זאָלן זיי לײענען; אפֿשר, האָט עמעצער פֿון זײ גענומען די קאָרעספּאָנדענץ פֿאַרשפּרײטן, און אפֿשר — עמעצער פֿון אַסטאַפֿיעװס פֿרײַנד, דאָס װײס איך ניט.
„און טאַקע: אױף װעלכן סמך, אײגנטלעך, איז אַל. מיכײַלאָװ אַזױ זיכער, אַז פֿאַרשפּרײט האָט די קאָרעספּאָנדענץ גראָד דער, װאָס האָט זי „פֿאַרפֿירט‟? נאָך מער אָבער האָט אונדז דערשטױנט, אַז פֿאַר הער אַסטאַפֿיעװס אַלע קאָנטררעװאָלוציאָנערע, מאָנאַרכיסטישע, שאָװיניסטישע, אָבסקוראַנטישע אַרױסזאָגונגען האָט אַל. מיכײַלאָװ ניט געפֿונען קײן אַנדער דעפֿיניציע װי אין גאַנצן „שאַרפֿקײט‟, אױף װעלכער ס׳האָט דעם דאָזיקן ניט–דערשלאָגענעם װײַסגװאַרדײער יאַקאָבי פּראָװאָצירט נ. אײדעלמאַנס אָרנטלעכער בריװ, אָנגעשריבן פֿונעם בירגערלעכן, סאָװעטישן, אינטערנאַציאָנאַליסטישן שטאַנדפּונקט, און אונדזער באַרימטן, מערקװירדיקן היסטאָריקער, דעם אױטאָר פֿון גלענצנדיקע ביכער װעגן די דעקאַבריסטן און הערצענען, האָט אַל. מיכײַלאָװ פֿאַרגליכן מיט דעם גלח גאַפּאָן. מיר װײסן ניט, װער איז אַל. מיכײַלאָװ און װי אַזױ ער איז אַרײַנגעדרונגען אױף די זײַטן פֿון „פּראַװדאַ‟, — נאָר װי אַזוי האָט געקאָנט געשען, אַז אַזאַ אַרטיקל איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין דער הױפּט–צײַטונג פֿון אונדזער לאַנד, אין דער צײַטונג, װאָס איז באַליבט פֿונעם גאַנצן סאָװעטישן פֿאָלק און מיליאָנען פּראָגרעסיװע מענטשן איבער דער גאָרער װעלט?! שױן זשע האָט אין דער רעדאַקציע פֿון אונדזער באַליבטער און חשובֿער צײַטונג זיך אױך דורכגעשמוגלט אַ שׂונא?!
„מיר, סאָװעטישע אַרבעטערס, פּראָטעסטירן קעגן פֿאַרשיידענע שפּיצלעך פֿון די ניט–דערשלאָגענע קאָנטררעװאָלוציאָנערן און זײערע צודעקערס. טאַקע אַזעלכע װי זײ שטערן אונדזער פֿאָלק אױף זײַן ליכטיקן װעג צו קאָמוניזם. אַזעלכע אױסװוּרפֿן האָבן ניט װאָס צו טאָן אין אונדזער סאָװעטישן לאַנד!‟
אָט די װענדונג האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש צוגעשיקט אין דער רעדאַקציע פֿון „פּראַװדאַ‟, אינעם קאָמיטעט פֿונעם פּאַרטײ–קאָנטראָל, אינעם צענטראַל–קאָמיטעט פֿון דער פּאַרטײ און אין קאַ–גע–בע. נאָך דעם איז ער אױסגעווען אין אַ האַלב טוץ מאַגאַזינען פֿון שרײַב־געצײַג, אײַנגעקױפֿט דאָרטן פֿאַרשײדענע העפֿטן און פּענעס און, סטאַרענדיק זיך צו שרײַבן מיט פֿאַרשײדענע כּתבֿן, פֿאַרפֿאַסט נאָך עטלעכע בריװ פֿונעם אידענטישן אינהאַלט אין נאָמען פֿון די אַרבעטער פֿון אַנדערע גרױסע מאָסקווער אונטערנעמונגען. אָט די אַלע בריװ האָט ער אָפּגעשיקט אויף די זעלבע אַדרעסן: זאָלן זײ װיסן, פּאַסקודניאַקעס אײנע!
4
די טעג האָבן זיך געצױגן, װי געװײנטלעך. אמת, היות סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש פֿלעגט שרײַבן זײַנע „אַרבעטער–װענדונגען‟ בשתּיקה, בײַ נאַכט, פֿלעגט ער אין דער װאָכן זיך ניט אױסשלאָפֿן. אײן מאָל איז ער אַפֿילו אײַנגעשלאָפֿן אין מעטראָ, דורכגעפֿאָרן זײַן סטאַנציע און פֿאַרשפּעטיקט צו דער אַרבעט. יעדן אָװנט האָט טאַניאַ, שטרעבנדיק אײַנצוריכטן די באַציִונגען מיטן מאַן, אָנגעהױבן זיך לאַשטשען צו אים, נאָר ער האָט זיך געפֿילט מיד, און אָפֿט האָבן אים פּשוט אויסגעפֿעלט כּוחות. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז ניט גוט, מחמת עס קאָן שטױסן די פֿרױ װידער צו װערן אים אומגעטרײַ, נאָר אַצינד איז זײַן „אונטערערדישער קאַמף‟ קעגן אַסטאַפֿיעװן און זײַנע הױכגעשטעלטע פּאַטראָנען געװאָרן פֿאַר אים אַ מין אידעע פֿיקס, און יעדע נאַכט האָט ער ממש ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן ביז ער האָט ניט אָנגעשריבן אַ נײַע װענדונג. באַזונדערס האָט אים צעפּאַליעט דאָס, װאָס קײן שום רעאַקציע האָט ער ניט באַמערקט, אין קײן מאַס–מעדיאַ האָט מען אַסטאַפֿיעװן ניט געטאַדלט, נאָר װען ער האָט זיך װידער באַגעגנט מיט ליװשינען און יענעמס פֿרײַנד דעם שרײַבער, האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז אַל. מיכײַלאָװ איז אַ גאַנצער יאַ–טעבע–דאַם: אַ סעקרעטאַר פֿונעם שרײַבער–פֿאַראײן, אַ װיצע–פּרעזידענט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ליטעראַטור–קריטיקער–אַסאָציאַציע, פֿריִער געװען דער ערשטער פּראָרעקטאָר פֿונעם ליטעראַטור–אינסטיטוט און אַפֿילו געאַרבעט אינעם צענטראַל–קאָמיטעט פֿון דער פּאַרטײ, אָנגעשריבן און אַרויסגעלאָזט אַ סך ביכער… ס׳װאָלט געקאָנט זיך דוכטן, אַז װיסנדיק, אין װאָס פֿאַר אַ לאַנד ער וווינט, װאָלט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געמוזט שלום מאַכן מיט אַ נײַעם אומיושר, נאָר „החלות לנפּל‟ — ער האָט שױן ניט געקאָנט זיך אָפּשטעלן.
די היפּערטאָניע–אָנפֿאַלן האָבן אים געהאַלטן אין אײן פּײַניקן כּמעט יעדע נאַכט. טאַניאַן האָט עס באַומרויִקט, און דורך דריטע פּאַרשױנען האָט זי געפֿונען אַ הױכקװאַליפֿיצירטן קאַרדיאָלאָג אינעם 50סטן שפּיטאָל, װוּ ס׳האָבן געאַרבעט אַ סך גוטע און באַװוּסטע דאָקטױרים. יענער, אַ ייִד פֿון אַ יאָר פֿופֿציק, האָט באַטראַכט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן, צוגעשריבן אים אַנאַפּרילין און היפּאָטיאַזיד, װי אױך טאַזעפּאַם, דערקלערנדיק, אַז שלאָפֿן איז ביז גאָר װיכטיק פֿאַרן געזונט. און טאַקע, ווען בעתן אַנדערן אָנפֿאַל האָט ער אײַנגענומען אָט די צװײ רפֿואות, איז דער בלוטדרוק גיך געפֿאַלן, און ס׳האָט אױפֿגעהערט װײ טאָן דער קאָפּ.
— אַלץ װעט זײַן גוט, — טאַניאַ האָט אַ גלעט געטאָן דעם מאַנס קאָפּ, — לײג זיך, אַנטשפּאַן זיך. אַלץ װעט זײַן גוט…
זי האָט זיך געלײגט דערנעבן, אַ קוק געטאָן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן גלײַך אין די אױגן און בפֿירוש דערפֿילט, אַז סע גײט דאָ ניט בלױז אין זײַן היפּערטאָניע.
— נו, װאָס רעגט דיך אױף? — סײַ אין טאַניאַס שטים, סײַ אין די אױגן אירע איז געװען אױפֿריכטיקע װאַרעמקײט און זאָרג. זי האָט אַ טראַכט געטאָן, אַז איר מאַן קאָן נאָך אַלץ איר ניט גלײבן אין גאַנצן נאָך דעם, װאָס ס׳איז געשען.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט געשװיגן אַ פּאָר רגעס — און צום ערשטן מאָל דערצײלט טאַניאַן װעגן אַל. מיכײַלאָװס אַרטיקל.
— נו, און װאָס האָסטו דערװאַרט? — האָט זי גלײַך געענטפֿערט, — אַז זײ װעלן אונטערהאַלטן אײדעלמאַנען?
טאַניאַ האָט זיך צוגעטוליעט צום מאַן מיט איר גאַנצן קערפּער, אַרומגענומען אים און אַרומגעכאַפּט זײַנע ליפּן מיט איר מױל צערטלעך, נאָר פֿעסט, װי זאָגנדיק דערמיט: דערפֿאַר אָבער האָסטו מיך! סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט עס דערפֿילט, פֿאַרמאַכט די אױגן און זיך אָפּגעגעבן דער פֿרױס צערטלונגען. איר הײסע, פֿלינקע צונג האָט לאַנג באַלעבאַטעװעט אין זײַן מױל, ביז ער, אַ צעהיצטער, האָט זיך ניט אונטערגעהױבן מיט אַ קרעכץ. טאַניאַ האָט זיך גיך געלייגט אױפֿן רוקן…
דערנאָך האָט זי צוגערעדט דעם מאַן אײַננעמען אױך טאַזעפּאַם, כּדי סוף-כּל-סוף זיך אױסשלאָפֿן װי געהעריק. לאַנג אײַנרעדן אים איז איר ניט אױסגעקומען, היות דװקא נעכטן האָט מען אינפֿאָרמירט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן, אַז אין עטלעכע טעג אַרום װעט ער מוזן פֿאָרן אין אַן אָרדנטלעכער קאָמאַנדירונג, און ער האָט אַ טראַכט געטאָן, אַז דאָס װעט זײַן אַ פּאַסיקע געלעגנהײט צו פֿאַרברײטערן די געאָגראַפֿיע פֿון די פּראָטעסטירנדיקע אַרבעטערס. די מאָסקװער האָרעפּאַשניקעס קאָנען דערװײַל זיך אָפּרוען.
5
די אַרבעטער פֿונעם קאַלך–זאַװאָד פֿון דער קלײנער װײַסרוסישער שטאָט װאָלקאָװיסק האָבן זיך אַרױסגעװיזן זײער אָנגעלײענט אין דער רוסישער און סאָװעטישער פּאָעזיע:
„׳איך האָס דיך און דײַן מיאוסן טראָן,
דו אײגנמאַכטיקער רוצח!
דײַן אומקום, דײַנע קינדערס טױט
מיט פֿרײד אַכזריותדיקער זע איך׳.‟
אַזױ האָט געשריבן דער גרױסער פּושקין.
„מיר האָבן אומגעקערט צו רוסלאַנדס קײסער
די קױל, װאָס האָט געשיקט אין דיר דאַנטעס.‟
„אַזױ האָט געשריבן דער באַרימטער סאָװעטישער פּאָעט יאַראָסלאַװ סמעליאַקאָװ. און דער ניט–דערשלאָגענער מאָנאַרכיסט אַסטאַפֿיעװ שטעלט זיך אײַן פֿאַר ניקאָלײַ דעם בלוטיקן און זײַן פּאַסקודנע געזינדל, און דערצו דערמאָנט עפּעס אַ ׳גאָט׳ און ׳דעם עװאַנגעליום׳!.‟
דערצו האָבן זײ דעמאָנסטרירט גאָר אַ טיפֿע באַהאַװנטקײט אינעם געביט פֿונעם װיסנשאַפֿטלעכן אַטעיִזם:
„דער ניט–דערשלאָגענער רעליגיעזער אָבסקוראַנט אַסטאַפֿיעװ האָט געװאַגט צו באַלײדיקן און טרײַבן רכילות אױף דעם פּראָמינענטן סאָװעטישן געלערנטן אי. קריװעליאָװ, װעמענס ביכער, װאָס דעקן אױף רעליגיעזע פֿאָראורטײלן, זײַנען באַליבט מצד מיליאָנען סאָװעטישע מענטשן!‟
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן האָט געקלעקט די ערשטע נאַכט אָנצושרײַבן אָט די װענדונג, אַזױ אַז אין די איבעריקע צװײ נעכט האָט ער געקאָנט זיך רויִק אױסשלאָפֿן, און אַהײם האָט ער זיך אומגעקערט אין גאַר אַ גוטן צושטאַנד און שטימונג.
אונדזער העלד האָט אָבער ניט געװוּסט, אַז זײַן ריװאַל האָט קײן מאָל ניט געהאַט געלאָזט טאַניאַ צו רו. געהײסן האָט ער געאָרגי, און געװען איז ער טאַניאַס אַן אַמט–קאָלעגע אין אײן עלטער מיט איר, אַ הױכער, בילדשײנער ברונעט (אַ האַלב–גריך, עטװאָס ענלעך אױף באָריען, סײַ אױסערלעך, סײַ אין אײניקע כאַראַקטער–שטריכן), װאָס האָט ניט דורכגעלאָזט קײן אײן פֿרױ און איז געװען באמת זײער אַ גוטער קאָכאַנעק. װען טאַניאַ האָט אים דערקלערט, אַז זי קאָן זיך מער ניט באַגעגענען מיט אים בײַ זיך, װײַל די שכנים האָבן זײ געהאַט געזען און עס צוגעטראָגן איר מאַן, האָט געאָרגי, אױך אַ חתונה–געהאַטער, געמאָלדן, אַז זײַנער אַ חבֿר קאָן איבערגעבן זײַן דירה אין זײער רשות.
— נו, האָסטו ליב דײַן מאַן — איז האָב אים ליב! — האָט ער געהאַלטן אין אײן טענהן אינעם קאָרידאָר בשעתן רײכערן אָדער צוזעצנדיק זיך צו טאַניאַן אין דער גאָרקיך בעת אַ מיטיק–איבעררײַס, — איך האָב אױך ליב מײַן פֿרױ, נאָר ס׳איז דאָך סקוטשנע צו שלאָפֿן בלױז מיט אײנער אָדער מיט אײנעם! טאַניו–ו–ושאַ… — ער פֿלעגט זיך אָנבייגן צו איר, און זײַן שטים פֿלעגט װערן שטילער, איבערגײן אױף שעפּטשערײַ, — אין יעדער פֿרױ שטעקט אַ קורװע… און איך פֿיל דאָך — זי שטעקט אין דיר אויך! איז לאָז זשע זי פֿון זיך אַרויס, האָב הנאה פֿונעם לעבן אין דער פֿולער מאָס! מיר לעבן דאָך בלױז אײן מאָל!
אָט אַזױ פֿלעגט ער זי פֿאַרפֿירן טאָג נאָך טאָג — און סוף-כּל-סוף, װען סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש איז װידער אַװעק אױף עטלעכע טעג, האָט טאַניאַ ניט אױסגעהאַלטן…
— טאַניו–ו–ושאַ, דו ביסט דאָך אַזאַ פֿרױ! — האָט געאָרגי געשעפּטשעט און דערבײַ, צוטשמאָטשקענדיק, געקושט זי אין האַלדז, — דו זאָלסט קײן אײן טאָג ניט דורכלאָזן! אַן עכטע פֿרױ מוז זײַן אַ קורװע, אַ זשעדנע, אומאָנזעטלעכע קורװע…
אין דרױסן אין דער שײַן פֿון אַ לאַמטערן האָבן זיך שפּילעװדיק געדרײט שנײ–שטיקלעך, און לעם בעט, אױפֿן נאַכט–טישל אין דער שײַן פֿון דעם לאָמפּ האָבן שימערירט די הילעס פֿון אַמעריקאַנישע און דײַטשישע פּאָרנאָ–זשורנאַלן. געאָרגי האָט לײַכט אַ צי געטאָן טאַניאַס האָר, און זי האָט אַרױסגעלאָזט פֿון זיך אַ קרעכץ.
— גוט אַזױ? — האָט ער צערטלעך געפֿרעגט.
— יאָ–אָ–אָ… — פֿריִער האָט איר עס נאָך קײנער ניט געטאָן.
געאָרגי האָט גענומען ציִען בהדרגה אירע האָר אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער — און זי האָט געקרעכצט אַלץ הילכיקער און זיסער. דאַן האָט ער זי אַ לײַכטן פּאַטש געטאָן אין באַק.
— און אַזױ געפֿעלט דיר?
— יאָ… — האָט זי געענטפֿערט, אַלײן אַ פֿאַרחידושטע. דאָס איז אױך געװען לגמרי נײַ פֿאַר איר.
…יענעם אין דער פֿרי, פֿאַרן אַװעקגײן אױף אַרבעט, האָט טאַניאַ איבערגעלאָזט דימקען אַ צעטעלע: „הײַנט װעל איך זיך אומקערן שפּעט. נעם אינעם פֿרידזשידער און װאַרעם זיך אָן די זופּ און די קאָטלעטן.‟
זי האָט זיך אומגעקערט אַהײם, װען ס׳איז שוין געװען כּמעט עלף אַזײגער אין אָװנט, נאָר דימקען האָט זי אין דער היים ניט געטראָפֿן, ער האָט זיך געיאַװעט בערך מיט אַ שעה שפּעטער, אין גאַנצן אין שניי און אַ ביסל װאַקלענדיק זיך.
— װוּ האָסטו… — האָט טאַניאַ גענומען שרײַען און זיך פֿאַרהאַקט, װײַל עס האָט זי אַרומגעכאַפּט אַ מאָדנע און אומגעריכט געפֿיל: זי האָט געקוקט אױף דימקען ניט װי אױף איר זון, נאָר װי אױף אַ מאַנצביל. יאָ, ער האָט שױן טאַקע אָנגעהױבן װערן אַ מאַנצביל… — װוּ האָסטו אַרומגעשליאָנדרעט?
— שפּאַצירט מיט די פֿרײַנד… װאָסי, מע טאָר ניט? — האָט דימקע געענטפֿערט מיט עפּעס אַ פֿאַמיליאַרישן טאָן.
טאַניאַ האָט זיך דערנענטערט צום זון און דערשמעקט, אַז ס׳שלאָגט פֿון אים ניט בלױז מיט טוטין, נאָר אױך מיט אַלקאָהאָל.
— שפּאַצירט? געהוליעט? — האָט טאַניאַ װידער געשריגן, — מיט פֿרײַנד? און אפֿשר אױך מיט מיידלעך געהוליעט?
— און אױב אַפֿילו מיט מײדלעך, װאָס דאַרף עס דיך אַרן? — האָט דימקע חוצפּהדיק געמאָלדן.
דאָ איז געשען דאָס, װאָס פּסיכאָלאָגן איבער גאָר דער װעלט פֿאַרטײַטשן אָפֿט אַזוי: פֿילנדיק זיך שולדיק פֿאַר איר מאַן, האָט טאַניאַ אויסגעלאָזט אירע געפֿילן צום זון, אָנגעכאַפּט אים פֿאַר די האָר און אָנגעהױבן פּאַטשן אים אין די באַקן מיט אַלע כּוחות, אָנרופֿנדיק אים מיט די לעצטע װערטער. שפּעטער אָבער, שױן ליגנדיק אין בעט, האָט זי מיט אַ געפֿיל פֿון שרעק זיך מודה געװען, אַז טוענדיק מיט דימקען כּמעט דאָס זעלבע, װאָס עס האָט מיט איר פֿריִער געטאָן געאָרגי, האָט זי דערבײַ געהאַט אַ סעקסועל געפֿיל… „גאָט מײַנער, כ׳בין דאַן אין דער אמתן אַ גרויסע קורװע!‟ — האָט זי שטיל אַרױסגערעדט אױף אַ קול אין דער פֿינצטערניש פֿון דער נאַכט.
6
גערעכט איז געװען זרש — און די באַרימטע װערטער אירע האָבן געהאַט אַ שײַכות אי צו סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן, אי צו טאַניאַן, אי צו דימקען. אין דער זעלבער צײַט, ווען טאַניאַ אין געאָרגיס אָרעמס פֿלעגט אַנטדעקן פֿאַר זיך אַלץ נײַע און נײַע מינים טענוגים און דימקע פֿלעגט זיך דערװײַל אַרומשלעפּן גאָט װײסט װוּ און מיט װעמען, זײַנען פֿון אַלע עקן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד געפֿלױגן קײן מאָסקװע לײַדנשאַפֿטלעכע בריװ פֿון אױפֿגעבראַכטע האָרעפּאַשניקעס, אַזױ אַז די מאַכטהאָבערס האָבן געקאָנט זיך בלױז חידושן, פֿון װאַנען נעמען זיך צווישן די אַרבעטער–מאַסן אַזױ פֿיל הױך–אידעיִשע מענטשן, פֿאַרערערס פֿון נ. אײדעלמאַנען און י. קריװעליאָװן, און פֿאַרביסענע האַסערס פֿון װ. אַסטאַפֿיעװן און אַל. מיכײַלאָװן. סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן איז שױן געװען שװער אױסצוהאַלטן פֿאַרשײדענע כּתבֿן, דערפֿאַר אָבער האָט ער געניצט אַלץ נײַע און נײַע נוסחונות.
די אַרבעטער פֿונעם יערעװאַנער קאָניאַק–זאַװאָד, למשל, האָבן צװישן אַנדערש אָנגעשריבן אַזאַ ווענדונג:
„מיר בעטן איבערצוגעבן דעם חבֿר אײדעלמאַן: נאַטאַן–דזשאַן, קום צו פֿאָרן צו אונדז קײן אַרמעניע, דערצייל אונדז װעגן אונדזער באַליבטן פּושקינען! און מיר װעלן דיר געבן צו טרינקען אַזאַ קאָניאַק, װאָס דו האָסט נאָך קײן מאָל אין דײַן לעבן ניט געטרונקען! קום צו פֿאָרן, טײַערער, מיר אין אַרמעניע האָבן פּושקינען אַזױ ליב, אַזױ ליב! און נאַטאַן יאַקאָװלעװיטש אײדעלמאַנען רעספּעקטירן מיר דאָ זײער, זײער אַ סך! דעם חבֿר קריװעליאָװ בעטן מיר אױך איבערגעבן: יאָסיף–דזשאַן, קום צו פֿאָרן צו אונדז, דערצײל אונדז, אַז קײן גאָט איז ניטאָ און מיר אַלע — אַרמענער, ייִדן, רוסן, נעגערס און אַפֿילו טשוקטשן מיט כינעזער — שטאַמען פֿון מאַלפּעס! יאָסיף אַראָנאָװיטש קריװעליאָװן רעספּעקטירן מיר אין אַרמעניע אױך זײער, זײער אַ סך! יעדערער פֿון אונדז קאָן עדות זאָגן: אױב מע לײענט פֿאַרן שלאָף קריװעליאָװס אַ קלוג בוך, װילט זיך דעם אַנדערן טאָג ממש אױספֿילן און איבערפֿילן דעם פּלאַן — פֿאַרפֿלײצן, אַזױ צו זאָגן, דאָס גאַנצע באַליבטע סאָװעטישע לאַנד אונדזערס מיט קאָניאַק!
„און אַסטאַפֿיעװ, הינטישער זון, פּאַסקודניאַק אײנער, זאָל זיך פֿאַרנעמען קײן טערקײַ און קײן אַמעריקע, צו די װײַס–גװאַרדײערס, דאַשנאַקעס און אַנדערע מוסאַװאַטיסטן! זאָל ער דאָרטן זױפֿן זײער פּאַרשיװן װיסקי! און מיכײַלאָװ זאָל שרײַבן אין דער שטינקענדיקער ׳ניו–יאָרק טײַמס׳, ניט אין אונדזער באַליבטער ׳פּראַװדאַ׳: גראָד דאָרטן איז זײַן אָרט!‟.
די אַרבעטער פֿונעם סיליקאַטן–ציגל זאַװאָד אין דער טאָטערישער שטאָט, װאָס אין יענער צײַט האָט זי געהײסן „ברעזשניעװ‟, האָבן געהאַט די זעלבע מיינונג װעגן דעם, װאָס עס קומט אַסטאַפֿיעװן און מיכײַלאָװן, נאָר האָבן אַרױסגערוקט ביז גאָר אינטערעסאַנטע קאָנסטרוקטיװע פֿאָרשלאָגן מכּוח די צװײ לעבעדיקע ייִדן, װאָס זײַנען געװאָרן אָביעקטן פֿון אַסטאַפֿיעװס צאָרן:
„מיר לײגן פֿאָר, אַז נ. יאַ. אײדעלמאַן װי אַן אמתער אינטערנאַציאָנאַליסט זאָל באַלױנט װערן מיטן אָרדען פֿון פֿעלקער–פֿרײַנדשאַפֿט און אױסגעװײלט װערן צו זײַן אַ דעפּוטאַט פֿון דעם נאַציאָנאַליטעטן–ראַט פֿון פֿססר. מיר לײגן אױך פֿאָר, אַז אי. אַ. קריװעליאָװ װי אַ דערפֿאַרענער און פֿאַרדינסטפֿולער קעמפֿער קעגן רעליגיעזע פֿאָראורטײלן זאָל באַלױנט װערן מיטן טיטל ׳העלד פֿון סאָציאַליסטישער מי׳ און אױסגעװײלט װערן צו זײַן אַ דעפּוטאַט פֿון דעם אױבער–ראַט פֿון פֿססר. מכּוח דעם ניט–דערשלאָגענעם פֿאַשיסט אַסטאַפֿיעװ און זײַן צודעקער מיכײַלאָװ — זאָל מען זײ אַרױסטרײַבן צו אַלדע רוחות פֿון אונדזער סאָװעטיש לאַנד!‟
נו, און די אַרבעטער פֿונעם שעדאָקער גיפּס–זאַװאָד אינעם ייִשובֿ פּסעבײַ אױפֿן צפֿון–קאַװקאַז האָבן בפֿירוש געהאַט זײער אַ סך און ערנסט שטודירט לענינס ירושה:
„׳אַ שאַנד דעם פֿאַרשאָלטענעם צאַריזם, װאָס האָט געפּײַניקט און פֿאַרפֿאָלגט די ייִדן. אַ שאַנד יענע, װאָס זײען פֿײַנטשאַפֿט צו די ייִדן, װאָס פֿלאַנצן האַס צו אַנדערע נאַציעס.׳ ׳יעדע רעליגיעזע אידעע, יעדע אידעע וועגן יעדן גאָטעניו, אַפֿילו יעדעס קאָקעטירן מיט גאָטעניו איז אַן אומבאַשרײַבלעכסטע פּאַסקודסטווע <…> דאָס איז די סאַמע געפֿערלעכע פּאַסקודסטווע, די סאַמע העסלעכע אָנשטעקונג׳. ׳דעם גרױסרוסישן שאָװיניזם דערקלער איך אַ שלאַכט אױף לעבן אָדער אױף טױט.׳ — אַזױ האָט געזאָגט אונדזער ליבער וולאַדימיר איליטש.
„פֿאַר װאָס זשע האָט מען ביז איצט ניט אַרױסבאַגלייט אַסטאַפֿיעװן, אָט דעם לאַקײ פֿון גלחים, אין די לענדער פֿון ׳בורזשואַזער דעמאָקראַטיע׳, װי עס האָט אױפֿגערופֿן דער גרױסער לענין? שױן זשע ערבֿ דעם 70–יאָריקן יובילײ פֿון דער אָקטאָבער–רעװאָלוציע האָט אונדזער אַרבעטער–קלאַס זיך נאָך ניט אױסגעלערנט אױסניצן זײַן מאַכט?!‟
…ניט װײניק איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן אױסגעקומען פֿאָרן אינעם דאָרף לאָנדאָקאָ, װאָס געפֿינט זיך אין דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט און װוּ עס לאָזט אַרויס זײַן פּראָדוקציע דער באַרימטער קאַלך–זאַװאָד. יעדעס מאָל איז ער געפֿאָרן אַהין מיט אַ צוג פֿון כאַבאַראָװסק, און פֿאַרבײַפֿאָרנדיק ביראָבידזשאַן, פֿלעגט ער קוקן אינעם פֿענצטער, און אַלץ אַרום האָט אױסגעזען אַזױ נעבעכדיק, אַז ס׳האָט זיך אים קײן מאָל ניט פֿאַרוואָלט אַ קוק טאָן די שטאָט. ער האָט געװוּסט, אַז ניט געקוקט אױפֿן נאָמען פֿון דער געגנט, האָבן די ייִדן געבילדעט בלױז אַ פּיצינקע מינדערהײט פֿון דער דאָרטיקער באַפֿעלקערונג. דאָס מאָל אָבער, היות במשך פֿון די לעצטע חדשים איז ער פֿאַרזונקען געװאָרן אינעם קאַמף קעגן שׂינאת–ישׂראל (הגם אױף גאָר אַן אײגנאַרטיקן אופֿן), האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש, אױסריכטנדיק זיך אין אַן אָרדנטלעכער נסיעה אױפֿן װײַטן–מיזרח, אַ טראַכט געטאָן: פֿאַר װאָס ניט באַקוקן ביראָבידזשאַן כאָטש אַ ביסעלע? פֿאָרט אַן „אָפֿיציעלע ייִדישע שטאָט‟, אַפֿילו „די הױפּטשטאָט‟, אַזױ צו זאָגן. דערצו נאָך װאָלט געװען גאַנץ לאָגיש, אַז די ביראָבידזשאַנער אַרבעטער זאָלן אױך אױסדריקן זײער פּראָטעסט. ס׳איז געבליבן בלױז זיך דערװיסן, װאָסערע זאַװאָדן זײַנען דאָרטן פֿאַראַן. אינעם צוג האָט ער געפֿונען אַן אָפּגעזונדערט אָרט און, אַװעקגעלײגט אױף די קני זײַן ברױנעם „קאָמאַנדירונג–פּאָרטפֿעל‟, אָנגעטינטלט פֿיר װענדונגען לױטן סטאַנדאַרטן טראַפֿאַרעט, לאָזנדיק אַ פֿרײַ אָרט נאָך די װערטער „מיר, אַרבעטער פֿון…‟
געװען איז אַ קילער מײַ–פֿאַרנאַכט. סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש, אָנגעטאָן אין אַ טונקעלן רעגן–מאַנטל און מיטן פּאָרטפֿעל אין דער האַנט, איז אַרױס פֿונעם װאַגאָן, און עס האָט זיך אים תּיכּף געװאָרפֿן אין די אױגן, אַז לעבן דער אױפֿשריפֿט אױף רוסיש „ביראָבידזשאַן‟, זעען זיך אָן איבערן בנין פֿונעם װאָקזאַל מאָדנע צײכנס פֿון דער זעלבער גרײס; דאָס זײַנען געװען די ייִדישע אותיות, װאָס ער האָט ביז אַהער קיין מאָל ניט געזען.
דער װאָקזאַל גופֿא האָט זיך אַרױסגעװיזן ניט קײן גרױסער, אַרומגעשטעלט מיט געװײנטלעכע הילצערנע בענק, װאָס אױף אײניקע פֿון זײ זײַנען געזעסן מענטשן גאָר פּראָסט אָנגעטאָן. אַרױס אין דרױסן, האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש דערזען פֿאַר זיך אַ פּלאַץ מיט זעלטענע פֿאַרבײַגײערס. אױף דער קעגנאיבערדיקער זײַט איז געשטאַנען אַן אײגנאָרנדיקע געבײַדע מיט גרױסע פֿענצטער. סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט איבערגעקרײצט דעם פּלאַץ און זיך געלאָזט צום אַרײַנגאַנג פֿונעם בנין מיטן שילדל „אײַזקרעם–קאַפֿע‟. דורך די באַלויכטענע פֿענצטער האָט מען געקאָנט זען ווי יונגע מענטשן זיצן בײַ די טישלעך עסן און טרינקען. ער האָט מיטאַמאָל דערפֿילט, אַז ער איז הונגעריק, נאָר תּחילת האָט מען געדאַרפֿט דערליידיקן די הױפּטזאַך.
— אַנטשולדיקט, כ׳בעט אײַך, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אָפּגעשטעלט אַ קלײנװוּקסיקן באַיאָרטן מענטשן מיט ייִדישע געזיכט–שטריכן, — זאָגט מיר, װאָס איז דאָ דער סאַמע גרעסטער זאַװאָד, בײַ אײַך אין ביראַבידזשאַן?
— בײַ אונדז אין ביראָבידזשאַן? — האָט זיך מיט התלהבֿות אָפּגערופֿן דער מאַן, — דער „דאַלסעלמאַש‟, אַװדאי! ס׳איז אונדזער באַרימטער זאַװאָד! אױפֿן גאַנצן לאַנד, אױף דער גאָרער װעלט שטעלט ער צו זײַן פּראָדוקציע! — דער מענטש האָט גערעדט מיט אַ לײַכטן ייִדישן אַקצענט, — איר זײַט צום ערשטן מאָל אין ביראָבידזשאַן?
— יאָ, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און זיך צוגעאײַלט צו רײדן װײַטער, זעענדיק, אַז זײַן מיטשפּרעכער איז זײער אַ באַרײדעװדיקער, — איז װי זאָגט איר, הייסט ער? „דאַל–סעל–מאַש‟?
— „דאַלסעלמאַש‟, „דאַלסעלמאַש‟! — האָט באַשטעטיקט דער מענטש, — דאָס איז אונדזער שטאָלץ! און איר זײַט אױף לאַנג געקומען צו אונדז אין ביראָבידזשאַן?
— צום באַדױערן, נײן… און װוּ געפֿינט זיך דער „דאַלסעלמאַש‟?
— אױף שלום–עליכם–גאַס, אָט דאָרטן, — דער מאַן האָט אױסגעשטרעקט די האַנט, — גאָר װײַט פֿון דאַנעט. נעמט דעם אױטאָבוס… — און ער האָט גענומען דערקלערן, װי אַזױ זיך צו דערקלײַבן צו „אונדזער שטאָלץ‟, ברײַענדיק דערבײַ װידער מכּוח דעם, װאָס פֿאַר אַ באַרימטער און װוּנדערלעכער זאַװאָד איז דער „דאַלסעלמאַש‟, אַזױ אַז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש, סטאַרענדיק זיך צו זײַן בנימותדיק, איז קױם פּטור געװאָרן פֿון אים.
פֿאַרבײַגעגאַנגען אַרום דעם קאַפֿע, איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש געקומען צו אַ לאַנגן סקװער, באַפֿלאַנצט מיט טאָפּאָלן. דאָרטן האָט ער זיך אַװעקגעזעצט אױף אַ פֿרײַער באַנק, אַרױסגענומען פֿונעם פּאָרטפֿעל די בריװ און אַרײַנגעשריבן אין זיי די װערטער „זאַװאָד ׳דאַלסעלמאַש׳‟.
— זאָגט מיר, כ׳בעט אײַך, — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש זיך געװענדט צו אַ מיטלװוּקסיקער פֿרױ פֿון אַ יאָר פֿערציק, — װוּ איז דאָ בײַ אײַך די פּאָטשט?
— אָט אַהין גייט, דורך דער גאָרקי–גאַס, װעט איר דערגײן כּמעט ביזן סאַמע טײַך — און אױף דער רעכטער זײַט װעט איר דערזען דעם פּאָטשטאַמט. ס׳איז אַ גרױסע געבײַדע.
„אױך דאָ איז פֿאַראַן אַ גאָרקי–גאַס…‟ — האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַ טראַכט געטאָן. ער האָט אָבער פֿאַרגעדענקט, אַז יענער ייִד האָט דערמאָנט די שלום–עליכם־גאַס.
— און ביז װיפֿל אַזײגער אַרבעט ער?
— כממם… ביז זיבן, דוכט זיך…
ס׳איז שױן געװען אַרום האַלב זעקס. דער זיסלעכער ריח פֿון טשערעמוכע־ביימער האָט אַ שלאָג געטאָן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן אין פּנים. ער האָט טיף אײַנגעאָטעמט און זיך גיך געלאָזט אין דער אָנגעװיזענער ריכטונג.
אױפֿן פּאָטשטאַמט איבערן אַרײַנגאַנג האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש װידער דערזען די ייִדישע אותיות. דאָ האָט ער זיך דערװוּסט דעם אַדרעס פֿונעם „דאַלסעלמאַש‟. אײַנגעקױפֿט קאָנװערטן און מאַרקעס און אָנגעשריבן אױף די קאָנװערטן די אַדרעסן פֿונעם צענטראַל–קאָמיטעט פֿון דער פּאַרטײ, קאַ–גע–בע און אַזױ װײַטער, האָט ער, װי מיט עפּעס אַ שאָדנפֿרײד, אָנגעשריבן דעם צוריק–אַדרעס: „שלום–עליכם–גאַס, ביראָבידזשאַן, די ייִדישע אױטאָנאָמע געגנט‟ (הגם דאָס לעצטע האָט מען ניט געדאַרפֿט דערמאָנען). אָפּגעשיקט אַלץ קײן מאָסקװע, איז ער געװױר געװאָרן, װוּ ס׳געפֿינט זיך די גאַס אויף שלום–עליכמס נאָמען, און האָט אַוועקגעשפּאַנט אַהין.
ביראָבידזשאַן האָט אױסגעזען צו זײַן אַ געװײנטלעכע הײַנטיקע פּראָװינציעלע שטאָט. זי איז געװען זײער אַ באַגרינטע, און געמאַכט אַ גוטע שטימונג. הגם ס׳רובֿ מענטשן אױף די גאַסן זײַנען בפֿירוש געװען ניט–ייִדן, האָט זיך סעמיאָן אַרקאַדיעוויטשן געדאַכט, אַז דאָ טרעפֿן זיך ייִדישע פּנימער אַ ביסל אָפֿטער, װי אין מאָסקװע. בײַם סקװער האָט ער דערזען אַ קיאָסק, װאָס פֿון דער װיטרינע, צװישן אַ חוץ דעם אַלעמען, האָט אַרויסגעקוקט אַ צײַטונג אױף דער ייִדישער שפּראַך. דערגאַנגען ביז דער געגאַרטער שלום–עליכם–גאַס, האָט ער פֿאַרקערעװעט אױף רעכטס, איבערגעקרײצט דעם סקװער, געשפּאַנט װײַטער און באַלד דערזען אַ מאַרק. דאָ האָט ער שױן דערפֿילט, אַז ער איז באמת זײער הונגעריק. דאָס אײנציקע, װאָס מע האָט געקאָנט דאָרט קױפֿן און תּיכּף אױפֿעסן זײַנען געװען פּירעזשקעס. ער האָט געקױפֿט אײן פּירעזשקע מיט קרױט און אײן פּירעזשקע מיט ליװער, אַרײַנגעשלונגען זײ אין אײן אױגנבליק און געקויפֿט נאָך צװײ. די מאַרקזיצערקע, אַ באַיאָרטע רוסישע פֿרױ אין אַ טיכל, האָט אַ קוק געטאָן אױף אים מיטפֿילנדיק און געפֿרעגט:
— האָסט זיך אױסגעהונגערט, טײַערינקער? גײ, עס אָפּ אָט דאָרטן, אינעם רעסטאָראַן: בלױז פֿון פּירעזשקעס װעסטו זאַט ניט ווערן!
ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דער רעסטאָראַן געפֿינט זיך אינעם האָטעל דערנעבן, װאָס בײַם אַרײַנגאַנג האָט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש װידער דערזען אַן אױפֿשריפֿט אױף ייִדיש. דער זאַל פֿונעם רעסטאָראַן איז געװען גרויס און לײדיק. אַ יונגינקע קורנאָסע אָפֿיציאַנטקע אין אַ פֿאַרטעכל האָט געבראַכט סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן דעם מעניו, און דאָרטן האָט ער דערזען: פֿאָרשמאַק, געפֿילטע פֿיש, יױך מיט קנײדלעך, ביראָבידזשאַנער שניצל…
— און װאָס איז אַזױנס ביראָבידזשאַנער שניצל? — האָט ער געפֿרעגט.
— דאָס איז חזיר–שניצל, — האָט די אָפֿיציאַנטקע דערקלערט, — איך רעקאָמענדיר אײַך אונדזער אײגנאַרטיקן מאכל: עסיקפֿלייש.
אַרױס פֿונעם רעסטאָראַן, איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש אַריבער אױף דער אַנדערער זײַט גאַס און נאָך עטלעכע מעטער, איז ער געבליבן שטיין פֿאַרן בנין פֿונעם שטאָטישן קאָמיוג–קאָמיטעט. דאָרטן בײַם אַרײַנגאַנג איז אױך געװען אַן אױפֿשריפֿט אױף ייִדיש…
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן איז געװען ניט גרינג צו פֿאָרמולירן אַפֿילו פֿאַר זיך אַלײן, װעלכע געפֿילן האָבן בײַ אים אַרױסגערופֿן די עטלעכע שעה, װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין ביראָבידזשאַן, נאָר אײנס איז אים געװען קלאָר: ער האָט ניט באַדױערט, װאָס ער האָט געהאַט באַזוכט „די ייִדישע הױפּטשטאָט‟.
אין לאָנדאָקאָ איז אַלץ אַדורך װי געװײנטלעך, דער צוג קײן כאַבאַראָװסק איז אָפּגעפֿאָרן שפּעט אין אָװנט, און פֿאַרן גײן אױף דער סטאַנציע, איז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש צוגעגאַנגען צו אַ פּאָסטקעסטל, כּדי אַרײַנצוּװאַרפֿן די פֿיר בריװ „פֿון די אַרבעטער פֿונעם לאָנדאָקאָער קאַלך–זאַװאָד‟.
— סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש? — האָט ער דערהערט הינטער זיך אַן אומבאַקאַנטע שטים.
ער האָט זיך אומגעקוקט און דערזען צװײ פֿאַרהעלטנישמעסיק יונגע מאַנצבילן פֿון אַ ספּאָרטיװער קאָמפּלעקציע.
— קומט מיט אונדז, ביטע, — און זײ האָבן בײדע געװיזן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטשן די גוטע רױטע שײַנען.
עפּילאָג
דער עראָפּלאַן האָט דערגרײכט די הײך און זיך דורכגעריסן דורך די װאָלקנס, אַזױ אַז אונטן האָט זיך געשפּרײט ביזן סאַמע האָריזאָנט װי אַן אומגעהײַערע געבערגלטע שנײ– אָדער װאַטע–דעק, באַגאָסן מיט זונענשײַן, און אויבן — אַ ברעגלאָזיקער בלױקײט–רױם מיט אַ העלן ראַנד. וואָס דערוואַרט אים ווײַטער איז געװען סעמיאָן אַרקאַדיעוויטשן לגמרי אומבאַוווּסט, נאָר ס׳איז געװען קלאָר, אַז זײַן נעכטן איז פֿאַרבײַ אױף תּמיד און קײן שום אומקער צו אים קאָן ניט זײַן.
ס׳איז טאַקע ניטאָ אַזאַ אַרטיקל אינעם קרימינעלן קאָדעקס, אונטער װעלכן מע װאָלט געקאָנט אונטערפֿירן דאָס, װאָס סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט געהאַט געטאָן, נאָר פֿון דער פּאַרטײ האָט מען אים פֿאָרט אױסגעשלאָסן „פֿאַר אַן אױפֿפֿיר, װאָס פּאַסט ניט פֿאַר אַ קאָמוניסט‟. ווי אַ סך–הכּל האָט מען אים אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט, און טאַניאַ האָט אים פֿאַרלאָזט. „איך דאַרף אַ קלוגן ייִד, ניט אַזאַ װי דו!‟ — האָט זי אים דערקלערט, — „און דימקע דאַרף אין גאַנצן ניט אַזאַ נאָכשלעפּ!‟ — צו יענער צײַט האָט מען דימקען מיט זײַנע פֿרײַנדלעך שױן אַ פּאָר מאָל געהאַט אַרעסטירט פֿאַר כוליגאַנסטווע און גנבֿה, און ס׳איז געװען אַ געפֿאַר, אַז מע װעט אים אַרױסטרײַבן פֿון דער שול.
סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט באַזוכט סימען און פֿאַרבראַכט אַ גאַנצן אָװנט בײַ איר. זי האָט געװײנט, געהאַט רחמנות אױף אים און געבעטן זײער, ער זאָל איר שרײַבן. װאָס שײך באָריען, איז װען סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט אים אָנגעקלונגען און דערציילט װעגן אַלץ, האָט יענער אַפֿילו ניט אױסגעדריקט קײן װוּנטש זיך טרעפֿן מיטן ברודער. ס׳איז געװען קלאָר, אַז סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש האָט ניט געהאַט װאָס צו טאָן אין אָט דעם לאַנד — און דעם לאַנדס מאַכטהאָבערס האָבן בפֿירוש געהאַט די זעלבע מײנונג: ער האָט באַקומען אַ דערלױבעניש אַװעקצופֿאָרן זײער גיך.
די יונגע שטאַלטנע סטיואַרדעסעס אין טונקל–בלױע אוניפֿאָרמען און בונטע פֿאַטשײלעס אױפֿן האַלדז האָבן אָנגעהױבן פֿאָרלײגן די פּאַסאַזשירן געטראַנקען. „שױן זשע זײַנען אָט די שײנהײטן ייִדישקעס?!‟ — האָט אַ דערשטױנטער אַ טראַכט געטאָן סעמיאָן אַרקאַדיעװיטש. עפּעס אומקלאָרע באַגער–חלומות האָבן שױן אָנגעהױבן דורכלױפֿן אין זײַן קאָפּ, נאָר ער האָט זײ תּיכּף איבערגעריסן: „זײ דאַרפֿן מיך, װי אַ טשיריק אױפֿן תּחת…‟
1. גאַפּאָנאָװשטשינע — מאַניפּולאַטאָרישע, פּראָוואָקאַטיווע טעטיקייט
יעווגעני קיסין: דיכטונג
יעווגעני קיסין: דיכטונג
שלום־עליכם אויף רוסיש
טעוועלעך ברוינע, און זײַטן — אַ ביסל פֿאַרגעלטע...
זעקס דיקע בענדער. אויף יעדן — מיט רוסישע אותיות
ווערטער, וואָס פֿלעגן שוין דאַן אַזוי ליב פֿאַר מיר אויסזען און קלינגען:
״שלום־עליכם״...
כ׳פֿלעג אַלס דערוואַקסלינג זיך אײַנטונקען אין יענע זײַטן —
און זייער ריח פֿאַר מיר איז געווען, ווי דער דופֿט פֿון דעם שטעטל,
ווי דער גערוך פֿונעם ייִדישן לעבן דעם אַלטן...
פֿלעגן ביז גאָר מיך פֿאַרכאַפּן די אַלע געשטאַלטן:
סטעמפּעניו, רחלע, יאָסעלע, אסתּר —
שיינע מוזיק, אָבער אומגליק אין ליבע...
דער אומדערמידלעכער לופֿטמענטש מיט זײַן שיינע־שיינדל
און מיט זײַן אייביקן ״עיקר שכחתּי״,
טבֿיה דער מילכיקער — ״ווי אַ גראָבשטאַמיקער דעמב״, גאָלדע סערדצע,
זייערע טעכטער ״געראָטענע, קלוגע און שיינע״
מיט אַלע מענער, וואָס זיי האָבן זיך אויסגעקליבן...
און כ׳פֿלעג זיך אויסלערנען ייִדישע ווערטער דאָרט אין די הערות:
״פֿרײַנד״, ״גאָלע נאַר״, ״בעל־הביתל״, ״דאָס פּוילישע ייִנגל״,
״וועקער״, ״לך־לך״, ״דאָס יודישע פֿאָלק״, ״קול־מבֿשֹר״ —
ייִדישע ווערטער, מיט רוסישע אותיות געדרוקטע...
כ׳האָב זיך פֿון דאָרטן דערוווּסט אַ סך נעמען פֿון ייִדן באַרימטע:
מענדעלע, דובנאָוו, סטראַשונסקי, יוחנן הסנדלר,
גאָלדפֿאַדען, ביאַליק, רמבם, חיים־זעליק סלאָנימסקי...
זעקס ברוינע בענדער, פֿון וועלכע אַ מאָל כ׳האָב גענאָסן
מײַן ערשטן טעם פֿון אַ שטיק ייִדיש לעבן.
זײַנען זיי מײַן ערשטער פֿענצטער געוואָרן
אין דער אומענדלעכער צויבערוועלט פֿון אונדזער אומה־ירושה,
וואָס מײַן גאַנץ לעבן וועט זײַן ניט גענוג צו באַנעמען...
עפֿן איך אויף זיי אַצינד און דערשמעק יענעם ריח דעם אַלטן,
לייען אַ ביסל — און דוכט זיך מיר, אַז כאָטש מיט רוסישע ווערטער,
איז עס אויף עפּעס אַ ייִדישער שפּראַך אָנגעשריבן.
עפֿנט זיך אויף אַ שטיק ייִדישע וועלט אויף דאָס נײַ פֿאַר די אויגן
און פֿאַרן האַרצן... געליבטער און לײַבלעכער שלום־עליכם...

די סימפֿעראָפּאָלסקי צווישנגאַס, 8
אַ רויטער מויער פֿינפֿגאָרנדיקער. אין צוויי רייען דערנעבן
שטייען אַזעלכע נאָך נײַן. פֿאַר כרושטשאָוון מ׳האָט זיי אויסגעבויט.
האָב איך געלעבט דאָרט די ערשטע כּמעט פֿערצן יאָר פֿון מײַן לעבן —
און דווקא דאָרט האָב געוואָלט איך זאָל טרעפֿן מײַן טויט.
וווּ איך זאָל ניט געווען זײַן — פֿון דער שול, פֿון די ערשטע קאָנצערטן
אָדער פֿון געסט פֿלעג איך דעמאָלט זיך אומקערן תּמיד אַהין.
און די דערמאָנונגען וועגן דעם אָרט מיך דערוואַרעמען, צערטלען,
און כ׳ווייס, אַזוי וועט זײַן שטענדיק, כּל־זמן אויף דער וועלט דאָ איך בין.
לײַבלעכער הויף — וואָסער אָרט אויף דער וועלט קאָן זײַן טײַערער, ליבער
(חוץ, אפֿשר, ירושלים — נאָר ס׳איז עפּעס אַנדערש, אַוודאי)?
קוים וואָס כ׳דערמאָן זיך אין אים — און ווי עפּעס אַ זיסלעכער פֿיבער
קומט אין מײַן האַרצן און ברענגט פֿון געפֿילן אַ גאַנצע קאַסקאַדע.
יאָ, פֿאַר אַ פֿרעמדן זעט אויס דאָרט גאַנץ אומהיימלעך, מיאוס אַפֿילו,
אָבער פֿאַר מיר איז יענץ אָרט פֿול מיט היימישער שיינקייט און פּראַכט.
און איך האָב מורא דערזען, אַז מע וועט אים צעשטערן, חלילה,
דעם רויטן מויער, וווּ כ׳האָב מײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט...
ניין, גאָר ניט אַלץ, וואָס איך האָב דאָרט פֿאַרזוכט, איז צום נעמען אין מויל,
אין יענעם הויף פֿון מײַן קינדהייט מיט הוידעס און ביימער אַ סך.
האָב איך דאָרט איבערגעליטן פֿיל מאָל אַזאַ שֹינאת־ישֹראל,
אַז איך וועל עס מײַן גאַנץ לעבן געדענקען און זײַן אויף דער וואַך.
אין מײַן נשמה, כּל־זמן איך וועל אָטעמען, וועט זיך אַלץ ציִען
יענע דערמאָנונג, ווי פֿריילעכע ייִנגעלעך פֿון אונדזער געסקע
האָבן געפֿונען אַן אײַזערנעם שטעקל און לוסטיק געשריִען
האָבן צו מיר: ״מירן מאַכן פֿון דיר אַ שאַשליק פּאָ־יעוורייסקי!״*
און דאָך... נאָר ליבשאַפֿט בײַ מיר צו מײַן לײַבלעכן הויף איז געבליבן.
אַז איך דערמאָן זיך אין אים, ווערט מײַן האַרץ פֿול מיט בענקשאַפֿט און ליכט.
און ווען צום לעצטן מאָל בין איך געווען אינעם הויף מײַנעם ליבן,
אין זיך ״מײַן שטעטעלע בעלץ״ דאָרט מיט פֿלאַטער געזונגען האָב איך.
קומט ער אָ מאָל אין חלומות צו מיר, בעת איך שלאָף אָדער דרעמל...
און אויף דער וואָר טרוים איך אָפֿט, אַז כ׳בין אַלט, קום אַהין און דערזע
מײַן רויטן מויער, די הוידעס, די ביימער, דעם ליכטיקן הימל —
און כ׳גיי בשלום אַוועק פֿונעם עולם־הזה.
*פּאָ־יעוורייסקי — מיט אַ ייִדישן טעם

מײַן באָבע־לשון
אויסער מאָסקווע איז עס זייער גרין,
קלאָר ז׳דער הימל, און די לופֿט איז פֿריש.
אויף דער דאַטשע איז ווי בײַ שוקשין (1),
אָבער פֿאָרט שלום־עליכמיש.
יאָ, עס האָט זיך מיר געפֿילט אַזוי
דאָרט אין יעדער אַלטער, גוטער צײַט,
ווען אין קילן סעדל פֿרישער טוי
יעדן אין דער פֿרי האָט ווי באַנײַט
אונדזער קליינעם שיינעם גאָרטן־ייִשובֿ,
פֿול מיט לעבן כ׳בין געווען פֿאַרכּישופֿט.
יאָרן פֿריִער מיט הצלחה האָבן
דאָרט אַליין דער זיידע מיט דער באָבען
אויפֿגעבויט פֿאַר זיך פֿון האָלץ אַ הויז,
מיט צוויי קליינע צימערן נאָר בלויז.
גיך נאָך דעם, גלײַך אונטער דאַך דעם פֿעסטן,
לעבן שילדל מיטן זיידנס נאָמען,
זײַנען שוואַלבן שוואַרצינקע געקומען,
זיך באַזעצט אין אויסגעקלעפּטע נעסטן.
און גאַנץ פּראָסט, טאָג־טעגלעך, ניט מגידיש
האָט געקלונגען אויף דער דאַטשע ייִדיש.
דווקא דאָרטן כ׳האָב געהערט אַ סך,
ווי די באָבע־זיידע פֿלעגן ריידן
זייער היימישע און ליבע שפּראַך.
אָט אַזאַ מין קליינינקער גן־עדן.
מײַנע זיידע אַהרן, באָבע רחל,
מײַנע ליבע, זכרונם־לבֿרכה,
מײַנע טײַערע, מײַן גליק און וויי –
אָך, ווי ס׳ווילט זיך האָפֿן מיר און גלייבן,
אַז אַצינד זיי זעען דאָרט, פֿון אויבן,
ווי איך שרײַב אויף ייִדיש וועגן זיי!
איך דערמאָן זיך… ס׳טוט אין האַרץ אַ ריר…
באָבע רחל בעט: ״פֿאַרמאַך די טיר!״
אָדער, אומצופֿרידענע אַ ביסל,
זאָגט: ״אַ נײַע מעשֹה״, – מיט אַ זיפֿצל.
און: ״עמידעם קריכט ער!״ – אויפֿן זיידן
ברוגז זײַענדיק… למען־השם,
זײַט אויף מיר ניט ברוגז אין גן־עדן,
וואָס אַצינד דערצייל איך וועגן דעם!
יעדעס ייִדיש וואָרט, דערהערט פֿון אײַך,
איז אויף אייביק אין מײַן האַרץ געבליבן,
און מיט דעם כ׳בין מזלדיק און רײַך,
און ווי אײַך, זיי אַלע טו איך ליבן,
און סײַ ליכט, סײַ גוטסקייט טו איך גאַרן,
און איך פֿיל אי ברען, אי טיפֿע רו…
כאָטש געווען אַ ליטוואַק, זיידע אַהרן,
פֿלעגט אָפֿט ער זאָגן: ״זאָגט ער״ מיט אַ ״וּ״.
כ׳האָב געפֿרעגט: ״אַ טשטאָ טאַקאָיע ׳זוקטער׳?״(2)
האָט ער שטיל געענטפֿערט: ״גאָוואָריט״…
און דער פּלויט ז׳געשטאַנען ניט־גערוקטער,
און געצוויטשעט פֿויגל האָט אַ ליד,
און סע האָט געקלונגען אַזוי איידל,
זײַן נאַיִווער, פּראָסטער, ריינער רוף…
אויף קריטיק דער באָבעס פֿלעגט דער זיידע
אָפֿט מאָל מאַכן מיט דער האַנט: ״הער אויף!״
כ׳האָבֿ געפֿרעגט, וואָס מיינט ״ערוף״, אַוודאי.
״פּרעקראַטי״ – דערקלערט מ׳האָט מיר… נאָר זײַנען
גיך אַוועק די יאָרן, ווי אַ טשאַטע
פֿייגל האַרבסט־צײַט – אויך די קינדהייט מײַנע.
זײַנען באָבע־זיידע שוין געשטאָרבן…
שפּעטער האָבן מיר פֿאַרקויפֿט די דאַטשע,
נאָר דאָס ביסל ייִדיש איז געבליבן
אין זכּרון מײַנעם און נשמה.
איז פֿאַר וואָס זשע קלינגט עס אָן אַ שיעור,
באָבע רחלס קול: ״פֿאַרמאַך די טיר״?
און עס קלינגט און רופֿט פֿון אומעטום,
און סע שפּראָצט פֿון דר׳ערד אַ יונגע בלום,
אײַנגעשפּאַרט דורך צײַט זי טוט זיך רײַסן –
און סע הייבט זיך אָן אַ נײַע מעשֹה…
1. וואַסילי שוקשין (1929־1974) – רוסישער שרײַבער, רעזשיסיאָר, אַקטיאָר
2. ״אַ טשטאָ טאַקאָיע ׳זוקטער׳?״ (רוס.) – וואָס מיינט ׳זאָגט ער׳?
יעווגעני קיסין: אַ קורצע ביאָגראַפֿיע
יעווגעני קיסין: אַ קורצע ביאָגראַפֿיע
יעווגעני קיסין (געבוירן אין 1971) איז אַן אויסגעצייכנטער פּיאַניסט, איינער פֿון די גרעסטע הײַנטיקע מוזיק־שפּילער, וועלכער איז באַרימט געוואָרן ווי אַ וועלט־גרויסער שטערן נאָך בײַ 12 יאָר, ווען ער האָט אין איין אָוונט אויסגעשפּילט צוויי אָרקעסטער־קאָנצערטן פֿון שאָפּענען.

ווען דער יונגער מוזיקער איז נאָך געווען אַ קינד אין מאָסקווע, האָבן די טאַטע־מאַמע אים געגעבן במתּנה אַ קאַלענדאַר־קאַרטל מיטן ייִדישן אַלף־בית, וואָס זיי האָבן געקויפֿט אין אַ קראָם פֿון אַלטע ביכער. קיסין האָט גיך אויסגעלערנט די אותיות, נאָר צוערשט ניט געפֿונען פֿאַר זיי קיין פּראַקטישן באַנוץ.
אין 1977 האָט דער קאָמפּאָזיטאָר און רעזשיסאָר יורי שערלינג (געבוירן אין 1944) געשאַפֿן דעם ייִדישן מוזיקאַלישן קאַמערן־טעאַטער, וואָס האָט געשפּילט אויף ייִדיש און רוסיש. דאָס איז געווען אַן אומגעריכט געשעעניש אינעם לאַנד, וווּ מע האָט כּסדר פֿאַרשוויגן דאָס עצם־וואָרט "ייִדן". דעם ערשטן ספּעקטאַקל פֿונעם דאָזיקן טעאַטער, "אַ שוואַרץ צײַמל פֿאַר אַ ווײַס פֿערדל", האָט שערלינג געשטעלט אויף ביידע שפּראַכן. דעם טעקסט האָבן אָנגעשריבן צוויי גוט באַקאַנטע דיכטער: חיים ביידער אויף ייִדיש און איליאַ רעזניק אויף רוסיש. קיסין האָט אַלעמאָל געהאַט אַ פֿענאָמענאַלן זכּרון; ווען ער האָט באַקומען דעם קאָנווערט מיט דער פּלאַטע־רעקאָרדירונג פֿון אָט דעם ווערק, וואָס האָט אַנטהאַלטן ביידע ווערסיעס פֿונעם ליברעטאָ, האָט ער זיי אויסגענוצט ווי אַ מין ייִדיש לערנביכל.
אין 1989 האָט די משפּחה קיסין עמיגרירט קיין מערבֿ. דער יונגער פּיאַניסט האָט אָנגעהויבן זײַן שטורעמדיק אינטערנאַציאָנאַל קאָנצערט־לעבן. אין אַ געוויסער צײַט האָט ער גענומען אויפֿטרעטן אויף דער בינע ניט נאָר מיט מוזיק, נאָר אויך מיט לידער אויף ייִדיש. פֿאַר די שטענדיקע באַזוכער פֿון פּרעסטיזשפֿולע מוזיקאַלישע פֿעסטיוואַלן איז דאָס געווען אַ חידוש: זיי האָבן זיך ניט געריכט אויסצוהערן פֿונעם וועלט־באַרימטן שטערן לידער אויף אַ שפּראַך, וואָס ווייניק ווער האָט פֿאַרשטאַנען. ס׳איז געקומען אין סתּירה מיטן סטערעאָטיפּ, אַז קיסין פֿאָקוסירט זײַן גאַנצן אויפֿמערק אינעם לעבן בלויז אויף פּיאַנע־שפּילן.
אַ וויכטיק געשעעניש אין קיסינס לעבן איז געווען זײַן באַקאַנט ווערן מיט באָריס סאַנדלערן – אַ זעלטענעם נאַטירלעכן ייִדיש־רעדער פֿונעם עלטערן דור, וועמענס לאַנג־יאָריקע פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבערישע און זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט צו טאָן דווקא מיט דער ייִדישער שפּראַך.
הײַנט באַטייליקט זיך יעווגעני קיסין אין דרײַ געביטן פֿון ייִדיש־טעטיקייט. ערשטנס, טרעט ער אויף ווײַטער אויף דער סצענע מיט פּראָגראַמען, וואָס האָבן אַ דירעקט שײַכות צו דער שפּראַך. צום בײַשפּיל, איז ער ניט לאַנג צוריק אויפֿגעטראָטן אינעם "קאַרנעגי־האָל", צוזאַמען מיטן אַרטיסט וועניאַמין סמעכאָוו, אויף אַן אונטערנעמונג געווידמעט דעם 70סטן יאָרטאָג זינט דעם אומקום פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. צווייטנס, האָט ער שוין אַרויסגעגעבן צוויי פֿון זײַנע אייגענע ביכער אויף ייִדיש, וווּ ער טרעט אויף ווי אַ שרײַבער, דיכטער און איבערזעצער. דריטנס, האָט ער זײַן מוזיק־טעטיקייט שוין ניט איינמאָל קאָמבינירט מיט ייִדיש אין זײַנע אייגענע קאַמערן־ און טעאַטראַלישע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס. אין 2019 איז אין ביראָבידזשאַן פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿונעם מוזיקאַלישן קינדער־ספּעקטאַקל "דאָס פֿייגעלע אַלף פֿונעם אַלטן גראַמאָפֿאָן". די ווערטער דערצו האָט אָנגעשריבן באָריס סאַנדלער און די מוזיק – יעווגעני קיסין. אין 2022 האָט מען אין פּראָג אָנגעהויבן שפּילן די פּיעסע "גראַמאָפֿאָן" פֿונעם זעלביקן שעפֿערישן דועט, וואָס דערציילט איבער די געשיכטע פֿונעם חורבן אויף אַ חידושדיקן שטייגער.
ייִדיש־ביאָגראַפֿיע
ייִדיש־געאָגראַפֿיע
ייִדישלאַנד איז אַ רעלאַטיוו נײַער טערמין, וואָס באַצייכנט דאָס לאַנד פֿון ייִדיש. צום ערשטן מאָל האָט ער זיך באַוויזן אין די ווערק פֿונעם ליטעראַטור־קריטיק און סאָציאַלן פֿילאָסאָף ברוך ריווקין (1883-1945). געוויינטלעך, מיינט עס דעם ריזיקן געאָגראַפֿישן שטח אין עטלעכע צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ די ערשטע פֿאָרעמס פֿון אַ ספּעציפֿישן ייִדיש־גערמאַנישן דיאַלעקט זענען אויפֿגעקומען בערך מיט אַ טויזנט יאָר צוריק און צום אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט זיך פֿאַרוואַנדלט אין איינער פֿון די סאַמע אַנטוויקלטע אייראָפּעיִשע שפּראַכן מיט גאָר אַ רײַכער קולטורעלער און ליטעראַרישער טראַדיציע. אין 2022 האָט זיך אויף דער ווענעציאַנער ביענאַלע, איינער פֿון די גרעסטע אינטערנאַציאָנאַלע קונסט־אויסשטעלונגען, געעפֿנט דער פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד". זײַנע אָרגאַניזאַטאָרן באַטאָנען, אַז ריווקין האָט אויך פֿאָרגעלייגט אַן אַנדער דעפֿיניציע פֿונעם דאָזיקן טערמין: דאָס ווירטועלע לאַנד, וואָס נעמט אין זיך אַרײַן אַלץ, וואָס האָט צו טאָן מיט דער אַקטיווער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש.
אויפֿן סמך פֿון דער ערשטער, געאָראַפֿישער דעפֿיניציע, באַטראַכט דער הײַנטיקער זשורנאַליסט און שרײַבער יואל מאַטוועיעוו דאָס "נײַע ייִדישלאַנד" אין זײַנע אַרטיקלען אויף ייִדיש, דהײַנו די קאָמפּאַקטע חסידישע קוואַרטאַלן פֿון ניו־יאָרק, לאָנדאָן, ירושלים און אַ ריי אַנדערע שטעט, וווּ די תּושבֿים רעדן טאָג־טעגלעך אויף דער ייִדישער שפּראַך און דערציִען זייערע קינדער ווי ייִדיש־רעדער. זיי האָבן געשאַפֿן אַ שטאַרקע אינפֿראַסטרוקטור, וואָס שטיצט די שפּראַך אין אַזעלכע ספֿערעס, ווי מעדיאַ־קוואַלן, ביכער־פּובליקאַציע און פּאָפּולערער מוזיק.
פֿאַרשפּרייט איבער פֿאַרשיידענע לענדער און קאָנטינענטן, זענען אָט די אינדזלען פֿון ייִדיש פֿאַרבונדן דורך אַלערליי סאָציאַלע באַהעפֿטונגען. עס באַקומט זיך אַ גאַנץ "נעץ־לאַנד" מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון איבער אַ פֿערטל מיליאָן מענטשן, וואָס מע קאָן פֿאַרגלײַכן מיט אַזעלכע לענדער, ווי מאַלטע און איסלאַנד. הגם דער הײַנטיקער גילגול פֿונעם אָריגינעלן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישלאַנד שטרעבט ניט צו שאַפֿן אַ הויכע וועלטלעכע קולטור און בכלל דערמאָנט ניט אָפֿט דער ברייטער וועלט וועגן זײַן עצם־עקזיסטענץ, דינט ער ווי אַ גאַראַנטיע, אַז ייִדיש וועט ווײַטער לעבן ווי אַ טאָג־טעגלעך לעבעדיק שמועס־לשון.
ייִדישלאַנד ווי אַ ווירטועל לאַנד שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גלאָבאַלע נעץ פֿון בילדונג־אַנשטאַלטן און פּראָגראַמען, מוזיקאַלישע אַנסאַמבלען, גרופּעס אַקטיוויסטן, שרײַבער און פֿאָרשער. עס שליסט אויך אײַן די טעריטאָריעס, וווּ ייִדיש האָט געהאַט אָדער האָט נאָך אַלץ אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס, ניט געקוקט אויף דער קליינער צאָל אָרטיקע שפּראַך־טרעגער.
עס טרעפֿן זיך אויך מוסטערן, ווען דאָס געאָגראַפֿישע ייִדישלאַנד ווערט צונויפֿגעפֿלאָכטן מיטן ווירטועלן לאַנד. יעדן זומער ווערן אינעם שטאַט ניו־יאָרק דורכגעפֿירט גענוג גרויסע אונטערנעמונגען, וווּ די באַטייליקטע קאָנען זיך אויף אַ ווײַל פֿאַרטאָן אין דער אַטמאָספֿער פֿונעם שטענדיקן שמועסן אויף ייִדיש.
אונטן ווערן געבראַכט עטלעכע וויכטיקסטע פּונקטן און האָריזאָנטן פֿונעם הײַנטיקן ייִדישלאַנד אינעם ברייטן זין פֿון וואָרט:
1. ייִדיש איז די עיקרדיקע שמועס־שפּראַך אין צוויי ניו־יאָרקער חסידישע געגנטן, וויליאַמסבורג און באָראָ־פּאַרק, ווי אויך אין די שכנישע שטעטלעך מאָנסי, ניו־סקווער און קרית־יואל; אין אַ גרויסן טייל פֿונעם מאָנטרעאָלער ראַיאָן אוטרעמאָן; טיילווײַז אינעם ירושלימער קוואַרטאַל מאה־שערים; אין דער לאָנדאָנער געגנט סטאַמפֿאָרד־היל; אין די ייִדישע קוואַרטאַלן פֿון אַנטווערפּן. די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע פֿון ניו־יאָרק האָט צוגעגעבן ייִדיש צום אינטערפֿייס פֿון בילעט־מאַשינען אויף געוויסע מעטראָ־סטאַנציעס; די שטאָט דרוקט פֿאַרשיידענע אָפֿיציעלע דאָקומענטן אויף ייִדיש ספּעציעל פֿאַר די חסידים. אַ צאָל חסידישע צײַטונגען און זשורנאַלן גייען אַרויס אין ניו־יאָרק מיט טיראַזשן פֿון צענדליקער טויזנטער עקזעמפּלאַרן. ממשותדיקע פֿרומע ייִדישע קהילות, וווּ מע רעדט טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש, זענען אויך פֿאַראַן אין ציריך, מאַנטשעסטער, ווין, סטראַסבורג, יאָהאַנעסבורג און מעלבורן.
2. ביזן פֿאַראַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אין 1991 איז ייִדיש געווען די אָפֿיציעלע שפּראַך פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. די אָרטיקע רעגירונג שטעלט נאָך הײַנט דעם טראָפּ אויף דער וויכטיקער ראָלע פֿון דער שפּראַך. אין יעדן נומער פֿון דער וועכנטלעכער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" זענען דאָ זײַטן אויף ייִדיש. מע לערנט די שפּראַך אין איינער פֿון די שטאָטישע שולן, עס גייען כּסדר אַרויס נײַע ביכער און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אויף ייִדיש. עס ווערט אויך געשאַפֿן די טראַדיציע פֿון יערלעכע ביראָבידזשאַנער ייִדיש־פֿעסטיוואַלן.
3. ייִדיש ווערט אָנערקענט ווי איינע פֿון די אָפֿיציעלע שפּראַכן אין שוועדן, וווּ די מלוכה שטיצט קולטורעלע פּראָיעקן, פּובליקאַציע פֿון ביכער און געוויסע אָפֿיציעלע דאָקומענטן אויף דער שפּראַך. עס טרעפֿן זיך אויך בײַשפּילן פֿון שוועדישע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אויף ייִדיש.
4. אינטענסיווע אַקאַדעמישע פּראָגראַמען פֿון ייִדיש־שטודיעס אויף אַלע מדרגות זענען פֿאַראַן אין ניו־יאָרק, פּאַריז, וואַרשע, פּעטערבורג, תּל־אָבֿיבֿ, הײַדעלבערג און אַ ריי אַנדערע שטעט אַרום דער וועלט.
5. יעדעס יאָר ווערט אינעם שטעטל קאָפּייק, שטאַט ניו־יאָרק, דורכגעפֿירט די פּראָגראַם "ייִדיש־וואָך". במשך פֿון אַ גאַנצער וואָך שמועסן אירע אָנטיילנעמער אויסשליסלעך אויף ייִדיש. אַן אַנדער פּראָגראַם, די "ייִדיש־פֿאַרם", ווערט דורכגעפֿירט יעדן זומער אינעם שטעטל ניו־העמפּטאָן, אויך אינעם זעלבן שטאַט. דאָרט ווערט ייִדיש קאָמבינירט מיט אַגריקולטורעלער אַרבעט. אַחוץ פֿאַרשיידענע אַקטיוויסטן, לאַוו־דווקא פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, ציט דער דאָזיקער אוניקאַלער פּראָיעקט צו אַ געוויסע צאָל חסידים, וואָס קאָנען זיך דאָרט באַקענען מיטן ליטעראַרישן לשון פֿון די וועלטלעכע ייִדישיסטן.
6. אין אַמהערסט, שטאַט מאַסאַטשוסעטס, אַרבעט דער וועלט־גרעסטער צענטער פֿאַר דיגיטאַליזאַציע פֿון ייִדישע ביכער. אַ דאַנק דעם דאָזיקן אַנשטאַלט, זענען כּמעט 12,000 אויסגאַבעס פֿרײַ צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ. קלענערע דיגיטאַלע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ביכער האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל ביבליאָטעקן אין פֿאַרשיידענע לענדער. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז די קאָלעקציע פֿון אַלטע ביכער אויף ייִדיש, אָנהייבנדיק פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, וואָס מע קאָן אַראָפּלאָדן אויף דער וועבזײַט פֿונעם פֿראַנקפֿורטער אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון געטע. גוואַלדיק רײַכע אַרכיוון פֿון דיגיטאַליזירטע ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן זענען פּובליקירט געוואָרן דורך דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק.
7. במשך פֿון זײַן כּמעט הונדערט־יאָריקער געשיכטע, האָט דער ייִוואָ־אינסטיטוט מיטן צענטער אין ניו־יאָרק – איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע אַנשטאַלטן, געגרינדעט אינעם יאָר 1925 אין ווילנע – געזאַמלט אַ פּרײַזלאָזן אַרכיוו פֿון דאָקומענטן אויף ייִדיש, ווי אויך כּלערליי עקספּאָנאַנטן און פֿאָרשונגען, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער שפּראַך. צווישן אַנדערן, האָט דער ייִוואָ פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינטערנעץ אַ גרויסע עפֿנטלעכע קאָלעקציע וויסנשאַפֿטלעכע מאַטעריאַלן, אַרײַנגערעכנט ביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע שרײַבער און דיכטער, אינפֿאָרמאַציע וועגן מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע שטעטלעך און וועגן דער געשיכטע פֿון אַשכּנזישע ייִדן.
8. צענדליקער הײַנטצײַטיקע ייִדישע שרײַבער לעבן הײַנט אַרום דער גאָרער וועלט. צוזאַמען מיט ייִדיש־שפּראַכיקע זשורנאַליסטן און רעדאַקטאָרן, שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערס וויכטיקן סעגמענט פֿונעם הײַנטיקן גלאָבאַלן ייִדישלאַנד. וועלטלעכע ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס גייען אַרויס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ארץ־ישׂראל, רוסלאַנד (ביראָבידזשאַן) און האָלאַנד.
9. די פּאָפּולערסטע וועלט־מאַניפֿעסטאַציע פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש־קולטור איז, מסתּמא, מוזיק, בפֿרט כּלי־זמרישע. ניט ווייניק אייגענע מוזיקאַלישע גרופּעס עקזיסטירן אויך אינעווייניק אין די ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קהילות. דער מוזיקאַלישער אַספּעקט פֿון ייִדישלאַנד איז גאָר אַ וויכטיקסטע קאָמפּאָנענט פֿונעם דאָזיקן וועלט־צעשפּרייטן ווירטועלן לאַנד.
10. ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אויף ייִדיש, אויף ראַדיאָ־כוואַליעס צי אויף דער אינטערנעץ, גייען אַרויס אין ביראָבידזשאַן, ניו־יאָרק, פּאַריז. צווישן די פֿולמעסיקע פֿילמען און דאָקומענטאַרן, וואָס זענען אין די לעצטע יאָרן אַרויס און וווּ דיאַלאָגן אויף ייִדיש שפּילן אַ פּראָמינענטע ראָלע, זענען עטלעכע געווידמעט דעם חסידישן לעבן אין צפֿון־אַמעריקע. דאָס ווײַזט נאָכאַמאָל דאָס וויכטיקע אָרט, וואָס די חסידים פֿאַרנעמען אינעם אָפּהיטן ייִדיש ווי אַ טאָג־טעגלעכע לעבעדיקע שמועס־שפּראַך.
11. די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש ווערט אויך סטימולירט דורך פֿאַרשיידענע אויסשטעלונגען, פֿעסטיוואַלן און טעאַטראַלישע ספּעקטאַקלען. צווישן די אָנגעזעענע בײַשפּילן זענען דער אויבן־דערמאָנטער פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד" אויף דער ווענעציאַלער ביענאַלע און די ייִדיש־פֿעסטיוואַלן אין ביראָבידזשאַן. פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע טעאַטערס זענען פֿאַראַן אין ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ און וואַרשע.
12. מע טאָר ניט פֿאַרגעסן, אַז אַ ממשותדיקער טייל ייִדיש־רעדער לעבן נאָך אַלץ אויפֿן שטח פֿונעם היסטאָרישן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישלאַנד. בשותּפֿות מיט אַנדערע פֿאָרשטער, האָט ד״ר דובֿ־בער קערלער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריזיקן ווידעאָ־אַרכיוו פֿון אינטערוויוען מיט ייִדיש־רעדער, געזאַמלט בעת פֿעלד־עקספּעדיציעס איבער מיזרח־אייראָפּע. אַן אַנדער מאָנומענטאַלער ווידעאָ־אַרכיוו, מיטן טראָפּ אויפֿן ליטוויש־רײַסישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש, האָט ניט לאַנג צוריק אַרויסגעשטעלט ד״ר דוד כּ״ץ. נאָך אַן אַנטערעסאַנטער פֿאַקט: אַ געוויסע צאָל חסידישע ייִדיש־רעדער זענען לעצטנס אַריבער פֿון מערבֿ־אייראָפּע און צפֿון־אַמעריקע אין דער אַלטער היים פֿון זייערע באָבע־זיידעס: אונגערן. לויט דער גרויסער צאָל יונגע ייִדישיסטן, האָט דאָס אַלטע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישלאַנד אַ שאַנס אויף אַ ווידערגעבורט – כאָטש אין אַ פּיצל־קליינעם מאַסשטאַב אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן רומפֿולן עבֿר פֿון 100 יאָר צוריק.

ייִדיש־קולטור הײַנט
ייִדיש־קולטור הײַנט
גאַלעריע. מאַרק שאַגאַל
גאַלעריע
מאַרק שאַגאַל
קונסט
קונסט
טעאַטער
מוזיק
מאָלערײַ
קינאָ
יעווגעני בינעוויטש
יעווגעני בינעוויטש:
דאָס בוך און דער מחבר
די אומשטענדן, ווי אַזוי דאָס דאָזיקע בוך אין געשאַפֿן געוואָרן, און די געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אַ סך נאָך דער פּובליקאַציע, זענען געווען אַ ביסל אומגעוויינטלעכע.
מער ווי צען יאָר צוריק, האָט מײַן פֿרײַנד אַלכּסנדר דראַנאָוו, אַ סאָוועטיש־געבוירענער אַמעריקאַנער יוריסט, וואָס וווינט זינט די 1970ער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, מיר אָנגעקלונגען און געבעטן אים צו העלפֿן צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין רוסלאַנד.
אַלכּסנדר אַליין, כאָטש ער האָט אויסגעקליבן די יוריסט־קאַריערע, האָט אַלעמאָל אַרויסגעוויזן אַ גרויסן אַרטיסטישן טאַלאַנט, אַפּנים צוליב גענעטישע סיבות: ביידע זײַנע זיידעס און באָבעס זענען געווען באַרימטע ייִדישע אַקטיאָרן, וואָס האָבן אָפּגעלעבט אַ שווער, אָבער אַ העלן טעאַטראַלישן לעבנס־וועג.

יעווגעני בינעוו
די אומשטענדן, ווי אַזוי דאָס דאָזיקע בוך אין געשאַפֿן געוואָרן, און די געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אַ סך נאָך דער פּובליקאַציע, זענען געווען אַ ביסל אומגעוויינטלעכע.
מער ווי צען יאָר צוריק, האָט מײַן פֿרײַנד אַלכּסנדר דראַנאָוו, אַ סאָוועטיש־געבוירענער אַמעריקאַנער יוריסט, וואָס וווינט זינט די 1970ער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, מיר אָנגעקלונגען און געבעטן אים צו העלפֿן צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין רוסלאַנד.
אַלכּסנדר אַליין, כאָטש ער האָט אויסגעקליבן די יוריסט־קאַריערע, האָט אַלעמאָל אַרויסגעוויזן אַ גרויסן אַרטיסטישן טאַלאַנט, אַפּנים צוליב גענעטישע סיבות: ביידע זײַנע זיידעס און באָבעס זענען געווען באַרימטע ייִדישע אַקטיאָרן, וואָס האָבן אָפּגעלעבט אַ שווער, אָבער אַ העלן טעאַטראַלישן לעבנס־וועג.
פֿאַרשטיין זיך, האָבן מיר, איך און מײַן חבֿר, ניט געקאָנט זײַן מיט זיי פּערזענלעך באַקאַנט. פֿונדעסטוועגן, האָב איך גאַנץ גוט געקענט אַלכּסנדר דראַנאָווס מאַמע רוזע קורץ – אַ געוועזענע אַקטריסע פֿון שלמה מילאָעלסעס מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער (גאָסעט). זי האָט דורכגעמאַכט גאָר אַ שווער לעבן. ווען מע האָט פֿאַרמאַכט דעם טעאַטער, האָט זי געמוזט האַווירן איר כראָניש קראַנקן מאַן, וועלכער איז געווען צוגעשמידט צום בעט. דערנאָך האָט זי געוואַנדערט איבער ווײַטע מקומות פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד צוזאַמען מיט דער טרופּע פֿון וולאַדימיר שוואַרצער, וועלכער האָט געשאַפֿן דעם "ייִדישן טעאַטראַלישן אַנסאַמבל" אויף די ברעקלעך פֿונעם געוועזענעם "גאָסעט".
דערנאָך איז זי אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע. אויף דער ערשטער זײַט פֿון אַ היוסטאָנער צײַטונג (די משפּחה דראַנאָוו האָט זיך נאָך דער עמיגראַציע פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד באַזעצט אין דער דאָזיקער שטאָט) איז אַמאָל דערשינען גאָר אַ שיינער אַרטיקל, באַטיטלט מיט גרויסע אותיות: "דער ייִדישער טעאַטער קומט קיין היוסטאָן". דאָס איז געווען אַן ענטוזיאַסטישע רעזענזיע אויף ראָזע קורצעס סאָלאָ־אויפֿטריטן מיט סצענעס פֿון ספּעקטאַקלען און לידער אויף ייִדיש.
דאָס אַמאָל האָט אָבער אַלכּסנדר דראַנאָוו געוואָלט אָפּשמועסן גאָר אַן אַנדער זאַך. ער האָט מיר דערציילט, אַז יעווגעני בינעוויטש, אַ גוט באַוווּסטער טעאַטראַלער קריטיקער, האָט אים אָנגעקלונגען פֿון רוסלאַנד, פֿון פּעטערבורג. בינעוויטש האָט דעמאָלט געשריבן אַ וויכטיקע און ערנסטע מאָנאָגראַפֿיע וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין רוסלאַנד און געגעבן דראַנאָוון אַ צוטריט צו זײַן גאַנצן אויסערגעוויינטלעך רײַכן משפּחה־אַרכיוו. וויסנדיק, אַז אין יענער צײַט בין איך שוין געווען אַ פֿאַרלעגער, האָט מײַן פֿרײַנד זיך געווענדט צו מיר און איך האָב אים געהאָלפֿן אַרויסצוגעבן דאָס בוך.
במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט האָב איך ניט געטראַכט וועגן יענער מעשׂה. מיט אַ יאָר צוריק, ווען איך האָב זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, האָב איך ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן. כּדי זיך צו פֿאַרווײַלן, האָב איך גענומען אויף טראַף אַ בוך פֿון דער פּאָליצע. דאָס איז געווען "די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין רוסלאַנד: 1875 – 1918" פֿון יעווגעני בינעוויטשן. כ׳האָב עס געעפֿנט, איבערגעלייענט אַלכּסנדר דראַנאָווס דאַנק־אויטאָגראַף אויף דער הינטערשטער זײַט פֿון דער הילע און איבערגעבלעטערט די זאַמלונג פֿון פֿאַרשיידענע אַרכיוו־פֿאָטאָגראַפֿיעס בײַם סוף פֿונעם בוך.
פּונקט אין יענער צײַט האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן איבער מײַן פּראָיעקט פֿאַרן אָפּהיטן די ייִדיש־קולטור. די טעמע פֿונעם צופֿעליק אויסגעקליבענעם בוך איז געווען דווקא דאָס. אויפֿן צווייטן טאָג האָב איך אָנגעקלונגען דראַנאָוון; שוין לאַנג ניט גערעדט מיט אים. דעם קומענדיקן טאָג זענען מיר געזעסן אין אַ ניו־יאָרקער רעסטאָראַן. נאָך די געוויינטלעכע דרך־ארצדיקע ווערטער האָב איך אים גלײַך דערציילט וועגן מײַן פּראָיעקט און אָנגעהויבן אויספֿרעגן וועגן געוויסע ענינים, וואָס האָבן מיך שטאַרק אינטערעסירט.
עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זײַן משפּחה־אַרכיוו איז פֿולשטענדיק אין אָרדענונג. אַדרבא, נאָך זײַן מאַמעס פּטירה האָט ער פּלוצעם אַנטדעקט אירע פֿריִער אומבאַקאַנט – און, פֿאַרשטייט זיך, קיינמאָל ניט פּובליקירטע – זכרונות. כ׳האָב קוים אײַנגעהאַלטן מײַן גרויסע שׂימחה, ווען ער האָט געזאָגט, אַז אַלע רעכט אויף בינאָווישטעס בוך געהערן נאָר צו אים און צום מחבר, און אַז ער גיט זיי מיט איבער צוזאַמען מיט די זכרונות פֿון זײַן מוטער, ראָזע קורץ, כּדי זיי זאָלן, מיט זײַן הקדמה, פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן צום ערשטן מאָל אויף דער וועבזײַט פֿון מײַן פּראָיעקט.
דאָס איז אָבער נאָך ניט דער סוף פֿון דער המעשׂה.
ווען איך האָב זיך אומגעקערט אַהיים פֿונעם רעסטאָראַן, האָב איך געעפֿנט דעם אַדרעס־בוך אין מײַן טעלעפֿאָן און געפֿונען יעווגעני בינעווישטן. צום גליק, מעק איך קיינמאָל ניט אָפּ קיין אַלטע נומערן.
כ׳האָב אָנגעקלונגען און דערהערט אַ פֿרוי. דאָס האָט גערעדט די טאָכטער פֿונעם מחבר, וואַלעריאַ בינעוויטש. זי האָט איבערגעגעבן, אַז איר טאַטע איז מיט צוויי יאָר צוריק ניפֿטר געוואָרן און געמאָלדן, אַז זי האָט פֿון אים געהערט וועגן מיר, אַז איר טאַטע האָט מיך געדאַנקט פֿאַרן העלפֿן צו פּובליקירן זײַן מאָנאָגראַפֿיע. דערנאָך האָט זי מיך געפֿרעגט, צי איך קלײַב זיך צו פֿאָרן קיין פּעטערבורג, ווײַל איר פֿאָטער האָט איבערגעלאָזט אַ ריזיקן אַרכיוו און זי האָט ניט געוווּסט, וואָס צו טאָן דערמיט.
מיט עטלעכע חדשים שפּעטער האָב איך זיך געלאָזט קיין פּעטערבורג און באַזוכט וואַלעריאַ בינעוויטש. ווען זי איז געווויר געוואָרן, אַז איך פּלאַנירט אַרויסצושטעלן איר טאַטנס בוך צווישן די ערשטע מאַטעריאַלן אויף אָט־דער וועבזײַט, געווידמעט דער ייִדיש־קולטור (זעט די סעקציע "טעאַטער"), האָט זי מיר געזאָגט, אַז פֿאַר אַזאַ אַרבעט וועט זי מיר איבערגעבן בחינם איר גאַנצן טאַטנס אַרכיוו. דאָס איז, אַוודאי, אַ פּרײַזלאָזע מתּנה, וואָס וועט זיכער העלפֿן צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון יעווגעני בינעווישן – אַן אמתן גיבור פֿון קונסט בכלל און פֿון ייִדישן טעאַטער בפֿרט.
צוזאַמען מיטן אַרכיוו, האָט וואַלעריאַ מיר איבערגעגעבן אַ קליינטשיקע בראָשור מיט זייער אַ באַשיידענעם נאָמען: "יעווגעני בינעוויטש: ביבליאָגראַפֿיע". ווי עס טויג פֿאַר אַ ביבליאָגראַפֿישער רעפֿערענץ, איז עס אַ טרוקענע רשימה פֿון זײַנע פּובליקירטע ווערק, באַגלייט בײַם סוף מיט אַ קורצן, נאָר ביז גאָר אַ רירנדיקן אויטאָביאָגראַפֿישן עסיי. דאָס ברענג איך אַ פּאָר פֿראַגמענטן דערפֿון. די לעצטע שורות זענען באַזונדערס נשמה־רײַסנדיק.
"… דאָס לעבן קומט צו דעם סוף… צי וועט זיך אײַנגעבן נאָך עפּעס צו פֿאַרעפֿנטלעכן? אָט־די בראָשור אַפֿילו?
… בקיצור, אָפּגעלעבט אַ בזיונותדיק אָרעם לעבן. מיר האָבן ניט געהונגערט, ניט אַרומגעגאַנגען קרוע־בלוע… נאָר אַפֿילו צו קויפֿן מײַן פֿרוי אַ בלימל אָדער אָפּשיקן אין אין אַנדער לאַנד אַ פּעקל מיט אונדזער נײַער פּובליקאַציע איז תּמיד געווען שווער. און צו האָבן אַ צווייט קינד האָבן מיר ניט געקענט.
… און פֿאָרט, בײַ דער נעילה, קומט אָפֿט אויף מײַן געדאַנק, אַז איך האָב אָפּגעלעבט אַ גליקלעך לעבן… קיין איין קאָניונקטורישע שורה האָב איך ניט אָנגעשריבן. כ׳האָב געשריבן בלויז וועגן דעם, וואָס מיר אַליין איז געווען אינטערעסאַנט".
מאַרק זילבערקוויט