ראָזע קורץ
ראָזע קורץ און איר
לאַנג שווער לעבן
במשך פֿון זײַן קורצער עקזיסטענץ, האָט דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער (גאָסעט) קונה־שם געווען ניט נאָר אַדאַנק זײַנע געניעלע רעזשיסאָרן, וואָס זענען דערצו געווען גלענצנדיקע אַקטיאָרן – מיכאָעלס און זוסקין – נאָר אויך אַדאַנק אַ סך אַנדערע אַרטיסטישע נעמען.
איינע פֿון אַזעלכע פּערזענלעכקייטן איז געווען ראָזע קורץ (1908-2003). אַ געבוירענע אינעם פֿריִיִקן 20סטן יאָרהונדערט אין אַ משפּחה פֿון ייִדישע אַקטיאָרן, האָט זי אַליין אָפּגעלעבט אַ לאַנג און זייער שווער לעבן ווי אַ "בלאָנדזשענדיקער שטערן".

ראָזע קורץ
ראָזע קורץ האָט באַקומען איר בילדונג אין דער סטודיע פֿונעם טעאַטער "גאָסעט", וואָס האָט זיך געעפֿנט אין 1929. אין 1930 האָט זי זיך אָנגעשלאָסן אין דער "גאָסעט"־טרופּע און איז געווען אויף דער בינע ביז דער סאַמע ליקווידאַציע פֿונעם דאָזיקן גרויסן טעאַטער אין 1949. דערנאָך האָט זי געהאַט אַ שווער לעבן אָן קיין אַרבעט.
די סיטואַציע איז געווען נאָר ערגער צוליב דעם, וואָס איר מאַן, דער יוריסט באָריס דראַנאָוו, וועלכער האָט אויך געשטאַמט פֿון אַ משפּחה ייִדישע אַקטיאָרן, איז געווען זייער אַ קראַנקער, צוגעשמידט צום בעט. כּדי צו קריגן אַ ביסל פּרנסה, האָט זי געמאַכט קינסטלעכע בלומען.
אין 1962, בעת דער "כרושטשאָוו־אָדליהע", האָט וולאַדימיר שוואַרצער געשאַפֿן דעם "ייִדישן טעאַטראַלישן אַנסאַמבל" און ראָזע האָט ווידער באַקומען אַ מעגלעכקייט צו שפּילן אויף דער בינע און אָנגעהויבן וואַנדערן איבער רוסלאַנד, וווּ זי האָט זיך אָפֿט אָנגעשטויסן אויף אומבאַקוועמע באַדינגונגען אין ווײַטע מקומות. צום ווייניקסטן, האָט זי צוליב איר טעאַטראַלישער טעטיקייט געהאַט אַ קליינעם געהאַט און געקאָנט אויפֿטרעטן מיט איר טרופּע פֿאַר אַ ייִדישן עולם – פֿאַרשטייט זיך, אויף ייִדיש!
אין 1978 האָט ראָזע קורץ באַקומען די פּרעמיע אַלס "שלאָגלער פֿון קאָמוניסטישער אַרבעט" און – סאַראַ איראָניע! – באַלד עמיגרירט מיט איר זון און זײַן משפּחה אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ניט געקוקט אויף דעם שוין ניט קיין יונגן עלטער, האָט זי דאָרט אָנגעהויבן געבן קאָנצערטן, אויפֿטרעטן מיט קליינע סצענקעס פֿון ייִדישע ספּעקטאַקלען און זינגען ייִדישע לידער. אין איר משפּחה־אַרכיוו ווערט אָפּגעהיט אַן אַרטיקל פֿון אַ היוסטאָנער צײַטונג, אינגאַנצן געווידמעט אירע אויפֿטריטן, באַטיטלט מיט ריזיקע אותיות: "דער ייִדישער טעאַטער קומט קיין היוסטאָן".
… ראָזע קורץ איז ניפֿטר געוואָרן אין 2003, זײַענדיק דעמאָלט 94 יאָר אַלט. אַ סך שפּעטער האָט איר זון אַלכּסנדר דראַנאָוו, אַן אַמעריקאַנער יוריסט, אַנטדעקט על־פּי צופֿאַל אירע פֿריִער אומבאַקאַנטע זכרונות.
פֿאַוסט מינדלין
פֿאַוסט מינדלין
מײַנע ייִדישע אַרטיסטן (רוסיש)

פֿאַוסט מינדלין
פֿאַוסט מינדלין איז אַן אַקטיאָר, רעזשיסאָר און דראַמאַטורג, איינער פֿון די אויטאָריטעטע מומחים אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין דער רוסישער אימפּעריע און אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אַ געבוירענער אין 1951 אין אָדעס, האָט ער געאַרבעט בערך 30 יאָר אַלס אַקטיאָר און רעזשיסאָר אין די דאָרטיקע טעאַטערס. ער איז אויך אַ מחבר פֿון עטלעכע פּיעסעס. איצט פֿירט ער אָן מיטן אָפּטייל פֿון קונסט־טעראַפּיע בײַם רעהאַביליטאַציע־צענטער פֿאַר קינדער־אינוואַלידן אויפֿן נאָמען פֿון באָריס ליטוואַק.
זײַן זיידע, יוסף מינדלין, איז געווען אַן אַקטיאָר און רעזשיסאָר פֿון ייִדישע טעאַטערס. מיט דער הילף פֿון מאַרק שאַגאַל האָט ער געשאַפֿן דעם ערשטן פּראָפֿעסיאָנעלן אַרבעטער־טעאַטער אין מינסק. ער האָט אויך געאַרבעט ווי אַ רעזשיסאָר און אַקטיאָר פֿון ייִדישע טעאַטערס אין קיִעוו, כאַרקאָוו, אָדעס, סמאָליענסק און באַקו. נאָך דער ליקווידאַציע פֿונעם אָדעסער ייִדישן טעאַטער איז יוסף מינדלין אַרעסטירט געוואָרן. באַלד נאָכן באַפֿרײַט ווערן פֿון די גולאַג־לאַגערן איז ער געשטאָרבן – און אין 1989, נאָכן טויט, רעהאַביליטירט געוואָרן.
פֿאַוסט מינדלינס מאַמע, ריטע גענדלין, איז געווען אַ ייִדישע אַקטריסע, וועלכע האָט פֿאַרענדיקט די טעאַטראַלע שול בײַם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער (גאָסעט) אונטער דער הנהלה פֿון שלמה מיכאָעלס. זי האָט געאַרבעט אין טעאַטערס פֿון לעמבערג און אָדעס.
אין זײַן סעריע עסייען וועגן דער געשיכטע פֿונעם אָדעסער ייִדישן טעאַטער פֿון 1917 ביז 1949, אַרײַנגערעכנט זײַן ליקווידאַציע, רעקאָנסטרויִרט מינדלין פֿריִער אומבאַקאַנטע פּרטים וועגן דעם ייִדישן טעאַטער־באַוועגונג אין דער רוסישער אימפּעריע פֿון 1879 ביז 1917.
ביז לעצטנס, האָט פֿאַוסט מינדלין געוווינט און געאַרבעט אין אָדעס, נאָר צוליב די טראַגישע מלחמה־געשעענישן אין אוקראַיִנע האָט ער געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד און איז אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע.
דער פּלאַנעט מיכאָעלס
דער פּלאַנעט מיכאָעלס

שלמה מיכאָעלס און אַנאַסטאַסיִאַ פּאָטאָצקאַיאַ (1935)
קיין זכרונות שרײַב איך ניט. מיר ווילט זיך נאָר צוריקצוברענגען יענע לעבעדיקע אַטמאָספֿער אויפֿן "פּלאַנעט, וואָס הייסט מיכאָעלס".
דאָס זענען די ווערטער פֿון מיכאָעלסעס ווײַב, אַנאַסטאַסיִאַ פּאָטאָצקאַיאַ־מיכאָעלס, וועלכע האָט, אַפּנים, איבערגעלאָזט די סאַמע זיכערע ידיעות וועגן איר מאַן. אַ ריי פֿראַגמענטן פֿון זיי פּלאַנירן מיר צו פֿאַרעפֿנטלעכן דאָ אויף ייִדיש.
דער אָריגינעלער רוסישער טעקסט
די געשיכטע פֿון איין צייכענונג
די געשיכטע פֿון איין צייכענונג
שלמה מיכאָעלס, אַ צייכענונג פֿון אַן אומבאַקאַנטן קינסטלער
דעמאָלט איז געווען דאָס יאָר 1987. נאָך כּמעט צען פֿונעם זיצן אָן קיין רעכט צו פֿאַרלאָזן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן די מאָסקווער ייִדן אָנגעהויבן עמיגרירן קיין ישׂראל און אַמעריקע.
מײַן נעענטסטער חבֿר מיכאַיִל פֿיינבערג, וועלכער האָט באַקומען דעם רשות אַוועקצופֿאָרן, האָט מיר אָנגעקלונגען און געבעטן מיך זיך צו טרעפֿן מיט אים צוזאַמען מיט זײַן "בלאַטן חבֿרהמאַן" וואַלענטין פּולווער – אויך אַן "אָפּזאָגניק", וועלכער האָט זיך געקליבן צו עמיגרירן.
מיר פֿלעגן רופֿן וואַלענטינען אַ "בלאַטן חבֿרהמאַן" צוליב דעם, וואָס ער און מיכאַיִל, גאָר אַ באַגאַבטער מאַטעמאַטיקער, דער צוקונפֿטיקער שאַפֿער פֿון אוניקאַלע קאָמפּיוטער־פּראָדוקטן פֿאַר ווײַט־דערגרייכנדיקער קאָמונאַקאַציע און הייל־מעטאָדן פֿאַר אָנקאָלאָגישע מחלות, זענען ביידע געווען אין יענע אָפּזאָג־יאָרן באַשעפֿטיקט לשם פּרנסה מיטן רעמאָנט פֿון פּערזענלעכע אויטאָמאָבילן. איך האָב שוין אויך ערנסט געטראַכט צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, ווײַל מע האָט מיר פֿאָרגעלייגט אָנצופֿירן מיט אַ מוזיקאַלישן פֿאַרלאַג אין ניו־דזשערזי. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז יענער פֿאָרלייג איז טאַקע געווען די סיבה פֿון זייער דעמאָלטיקן וויזיט.
מאַרק זילבערקוויט (המשך קומט)
מאַקסן פֿונעם ייִדישן טעאַטער
אַלכּסנדר דייטש
מאַקסן פֿונעם ייִדישן טעאַטער
הײַנט צו טאָג ווייסן נאָר אַ קליינע צאָל מענטשן – דער עיקר, טעאַטער־היסטאָריקער – דעם נאָמען פֿון אַלכּסנדר דייטש. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז ער אָבער געווען זייער אַ באַרימטער און אויטאָריטעטער ייִדישער טעאַטער־קריטיקער.
זײַן רוסיש בוך "מאַקסן פֿונעם ייִדישן טעאַטער" (Маски еврейского театра), וואָס מע קאָן דאָ אַראָפּלאָדן, איז אָנגעשריבן ניט אין אַ וויסנשאַפֿטלעכן, נאָר גיכער אין אַ קינסטלערישן סטיל. עס ווערט דאָרט באַשריבן די בראשית־תּקופֿה פֿון ייִדישע – הייסט עס, ייִדיש־שפּראַכיקע – פּראָפֿעסיאָנעלע טעאַטראַלישע ספּעקטאַקלען, פֿון זייער סאַמע אָנהייב ביז די ערשטע גרויסע דערפֿאָלגן און ווערן אַ וועלט־באַקאַנטער קולטורעלער פֿענאָמען אינעם פֿריִיִקן 20סטן יאָרהונדערט.
ווי אַ באַגאַבטער מאָלער, מאָלט דער מחבר אויס די פּנימער פֿון אַזעלכע גרויסע ייִדיש־טוער, ווי דער "זיידע פֿונעם ייִדישן טעאַטער" אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, דער שרײַבער־קלאַסיקער יצחק־לייבוש פּרץ, דער גרינדער פֿונעם מאָסקווער "גאָסעט" אַלעקסיי גראַנאָווסקי (וועלכער איז אויך געווען צווישן די גרינדער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אויף רוסיש), דעם קאָמפּאָזיטאָר אַלכּסנדר קריין און אַפֿילו דעם מאָלער ראָבערט פֿאַלק, וועלכער איז באַרימט געוואָרן ערשט מיט צענדליקער יאָרן נאָך דייטשעס בוך איז אַרויס.
דער אָנהייב פֿונעם ייִדישן טעאַטער
דער אָנהייב פֿונעם ייִדישן טעאַטער
דער ייִדישער טעאַטער האָט זיך אַנטוויקלט, דער עיקר, אין דער ייִדיש־רעדנדיקער אַשכּנזישער וועלט. זײַנע וואָרצלען שטאַמען פֿונעם 15טן און 16טן יאָרהונדערט, ווען בײַ ייִדן איז אויפֿגעקומען די פּראָפֿעסיע פֿון בדחנים, וואָס האָט געפֿאָדערט אַן אַרטיסטישן (געוויינטלעך, קאָמישן) טאַלאַנט, כּדי משׂמח צו זײַן דעם עולם אויף חתונות און אַנדערע משפּחה־שׂימחות. אין די דײַטשיש־שפּראַכיקע לענדער זענען אַזעלכע פֿאָלק־אַרטיסטן, וועלכע האָבן געקאָנט מײַסטעריש שאַפֿן אימפּראָוויזירטע גראַמען, געווען פּאָפּולער ניט בלויז ייִדן, נאָר אויך בײַ זייער ניט־ייִדישער סבֿיבֿה.
בײַם סוף פֿונעם 18טן יאָרהונדערט איז ייִדיש כּמעט בטל געוואָרן אינעם צענטראַלן און מערבֿדיקן טייל פֿון אייראָפּע, נאָר בײַ ייִדן אין פּוילן, רומעניע און רוסלאַנד האָט זיך די בדחנישע קונסט ווײַטער אַנטוויקלט. אין יענע מקומות האָבן געניטע בדחנים אָפֿט געדינט ווי הויף־לצים פֿון חסידישע צדיקים. דער באַרימסטער בײַשפּיל איז געווען הערשעלע אָסטראָפּאָלער. אַ סך בדחנים זענען אויך געווען באַגאַבטע מוזיקער, וואָס זענען אויפֿגעטראָטן צוזאַמען מיט כּלי־זמרים און געשאַפֿן מוזיק פֿאַר זייערע אייגענע פּאָעטישע ווערק.
צווישן די סאַמע באַוווּסטע דיכטער און קאָמפּאָזיטאָרן פֿון אַזאַ מין זענען אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט געווען: סענדער בדחן (אליהו־אַלכּסנדר פֿידעלמאַן, 1825–1892), סאָניע בדחן (ישׂראל זאַדרונסקי, 1850–1928) און אליקים צונזער (1835–1913). ווען זיי האָבן נאָך געלעבט, זענען זייערע לידער שוין פֿאַררעכנכט געוואָרן ווי אוצרות פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט בדחנות ווי אַ פֿאַך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קהילות פֿון רומעניע און פּוילן.

אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס פּיעסע "די צוויי קוני־לעמלס"
די פּורים־שפּילן, אַסאָציִיִרט מיט פּורים און דער מגילת־אסתּר, פֿאַרנעמען אַ באַזונדערס גרויס אָרט אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער. ענלעכע ספּעקטאַקלען, אויפֿן סמך פֿון אַנדערע תּנ״כישע מעשׂיות, האָט מען אויך געשפּילט לכּבֿוד חנוכּה און אַנדערע יום־טובֿים.
די ערשטע באַוווּסטע מוסטערן פֿון פּורים־שפּילן, פֿאַרשריבן אינעם סוף־17סטן יאָרהונדערט, שטאַמען, לויט אַלע סימנים, פֿון למדנישע ישיבֿישע קרײַזן. ווען זיי האָבן זיך באַוויזן, האָבן זיי זיך גלײַך פֿאַרוואַנדלט אין פֿאַרשיידענע פֿאָלקישע פֿאָרעמס און געוואָרן אַ כאַראַקטעריסטישער עלעמענט פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער אַשכּנזישער פֿאָלק־טראַדיציע אין קולטור.
הלל קאַזאָווקסקי (המשך קומט)
שעדעווערס פֿונעם אַלטן קינאָ
שעדעווערס פֿונעם אַלטן קינאָ
(מיכאָעלס, רוסיש און ייִדיש)
ברעקלעך פֿון אַ דערמאָרדעטן טעאַטער
ברעקלעך פֿון אַ דערמאָרדעטן
טעאַטער (רוסיש און ייִדיש)

"דער האַר פֿון די פֿינגערלעך" אויף ייִדיש
"דער האַר פֿון די פֿינגערלעך" אויף ייִדיש
דער שוועדישער פֿאַרלאַג "אָלניאַנסקי טעקסט" האָט ניט לאַנג צוריק אַרויסגעגעבן אַ נײַע אויסגאַבע פֿון דזש. ר. ר. טאָלקינס "חבֿרותא פֿון דעם פֿינגערל" – דעם ערשטן טייל פֿון זײַן באַרימטער פֿענטעזי־עפּאָפּיי "דער האַר פֿון די פֿינגערלעך"
דער איבערזעצער, בעריש (באַרי) גאָלדשטיין, וווינט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן (ניוטאָן, מאַסאַטשוסעטס). צום ערשטן מאָל האָט ער אַרויסגעגעבן זײַן ייִדישע ווערסיע פֿונעם דאָזיקן בוך אין 2014. שפּעטער, אין 2015-2016, זײַנען דערשינען זײַנע איבערזעצונגען פֿון די אַנדערע צוויי ביכער אין דער טרילאָגיע. גאָלדשטיין האָט אויך איבערגעזעצט טאָלקינס ראָמאַן "דער האָביט" (צום ערשטן מאָל אַרויס אין 2012). אויף זײַן וועבזײַט רעקלאַמירט ער אַ גאַנצע ריי אַנדערע איבערגעזעצטע ביכער אויף ייִדיש.
ס׳איז כּדאַי דאָ צו דערמאָנען, אַז אין 2020 האָט דער זעלבער פֿאַרלאַג אַרויסגעגעבן אויף ייִדיש דעם ערשטן טייל פֿון אַן אַנדער וועלט־באַרימטער און ניט ווייניקער פּאָפּולערער פֿאַנטאַזיע־סעריע: "הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין", איבערגעזעצט פֿון אַהרן שעכטער־ווישוואַנאַט.