Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

מאָלעריי

מאָלעריי

מאַרק שאַגאַל

אַנאַטאָלי קאַפּלאַן

ישׂשכר־בער ריבאַק

בסוף 19טן – אָנהייב 20טן יאָרהונדערט האָבן פּלאַסטישע קונסטן און קינסטלערישע שאַפֿונג פֿאַרנומען זייער אָרט אין דער ווערטן-סיסטעם פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קונסט. דאָס איז פֿאָרגעקומען אין אַ גרויסער מאָס אונטער השפּעה מצד דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור, דער עיקר – ליטעראַטור אויף ייִדיש. זי איז געווען אַ פֿילעוודיקער אינדיקאַטאָר פֿון קולטורעלע און אידעאָלאָגישע נאָוואַציעס און סטימולירט אַנוויקלונג פֿון אַלע געביטן פֿון ער נאַציאָנאַלער קולטור. די נײַע ייִדישע ליטעראַטור האָט ניט בלויז באַשטימט הויכע עסטעטישע סטאַנדאַרטן, נאָר אויך פֿאָרמירט אַ נאַציאָנאַלע קינסטלערישע סבֿיבֿה, וועלכע האָט פֿאַראייניקט פֿאָרשטייער פֿון אַלע שעפֿערישע פֿאַכן.

אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה שוין ערבֿ דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט ייִדישע שרײַבער און קינסטלער פֿאַראייניקט געמיינזאַמקייט פֿון עסטעטישע און נאַציאָנאַלע אידייען. קינסטלער און סקולפּטאָרן – ייִדן, וועלכע האָבן אָנגעהערט צו דער דאָזיקער סבֿיבֿה, האָבן אָנגעהויבן באַזיניקן זיך אַלס שעפֿער פֿון אַ נײַער נאַציאָנאַלער קולטור.

לעאָ קעניג (1889 – 1970), איינער פֿון די אָנטיילנעמער פֿון דער ערשטער ייִדישער מאָדערניסטישער גרופּע "מחמדים", וועלכע איז אַנשטאַנען אין פּאַריז אין 1911, האָט געשריבן אין זײַנען מעמואַרן וועגן אָט דער גרופּע: "… מיר האָבן געוואָלט באַווײַזן דער וועלט אונדזערע נײַע ייִדישע מאָטיוון און פֿאָרמען (…). ציוניסטישע קאָנגרעסן, דער בונד, די גרויסע ייִדישע קלאַסיקער זײַנען נאָך געווען בײַם לעבן… עס האָט זיך באַוויזן אַ דור ייִדישע קינסטלער, וועלכע האָבן שוין ניט געדאַרפֿט אַנטלויפֿן פֿון "געטאָ", פֿונעם ייִדישן לעבן, כּדי ווערן מאָלער און סקולפּטאָרן (…), אָרגאַניש פֿאַרבונדענע מיטן באַנײַטן ייִדישן וואָרט, באַקאַנטע מיט פּרצן, שלום-עליכמען, מענדעלע מוכר-ספֿרימען (…). דאָס איז געווען אַ צײַט, ווען יונגע ייִדישע מאָלער, דאָס רובֿ אָפּשטאַמיקע פֿון "תּחום-המושבֿ", האָט געוואַגט געטרומט וועגן אַ ייִדישער פֿאָרם, וועגן וויטראַזשן פֿאַר נײַע ייִדישע שילן (…)". אין קעניגס ביאָגראַפֿיע האָט די ליטעראַטור אָפּגעשפּילט אַ באַשטימענדיקע ראָלע: אין גיכן נאָכן דער צעפֿאַלונג פֿון "מחמדים" האָט ער געביטן דאָס פּעדזל פֿון מאָלער און דער פּען פֿון ליטעראַט און געקראָגן אַ שם אַלס עסעיִסט און איינער פֿון די חלוצים פֿון דער קינסטלערישער קריטיק אויף ייִדיש.

ניט צופֿעליק האָט די וויכטיקסטע ראָלע אינעם פּראָצעס פֿונעם אײַנשליסן די פּלאַסטישע קונסטן אינעם בילד פֿון דער נײַער נאַציאָנאַלער קולטור אָנגעהערט יצחק-לייבוש פּרצן. פּרץ האָט איינער פֿון די ערשטע פֿאַרשטאַנען די נויטווענדיקייט אַקטואַליזירן דעם שעפֿערישן פּאָטענציאַל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און פֿון דער קולטור-ירושה דווקא פֿונעם מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ער האָט ניט בלויז טעאָרעטיש באַגרינדעט זײַנע אידייען, נאָר אויך פֿאַרקערפּערט זיי אין זײַנע ווערק. ווי קיין שום אַנדערער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט פּרץ צוגעצויגן צו זיך די ייִדישע אַרטיסטישע יוגנט, איז געווען אַ מדריך און גײַסטיקער פֿירער ניט בלויז פֿונעם נײַעם דור ייִדישע שריפֿטשטעלער, נאָר אויך פֿון קינסטלער. אינעם נעענסטן קרײַזן פֿון פּרץ, וועלכער האָט זיך צונויפֿגעלייגט אין וואַרשע עטלעכע יאָרן פֿאַרן אָנהייב פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, זײַנען געווען אַזעלכע מאָלער ווי מאַוריצי מינקאָווסקי (1881 – 1930), שמעון-בער קראַטקאָ (1884 – 1960) און משה אַפּעלבאַום (1887 – 1931).

באַגײַסטערטע דורך פּרצן, האָבן זיי און אייניקע אַנדערע קינסטלער פֿון זײַן קרײַז זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער ייִדישער פֿאָלקס-קונסט. זיי זײַנען אַרומגעפֿאָרן איבער שטעטלעך פֿון פּוילן, זוכנדיק אַלטערטימלעכע תּמשישי-קדושה און טראַדיציאָנעלע מלבושים, האָבן קאָפּירט געשניטענע רעליעפֿן אויף מצבֿות פֿון ייִדישע בית-עלמס, קאָפּירט ווענט-געמעלן אין אַלטערטימלעכע שילן, און שפּעטער האָבן זיי אַליין דעקאָרירט זיי (ווי, למשל, אַפּעלבאַום). אונטער פּרצעס השפּעה האָט אפֿילו אַ ווײַטער אין אַ געוויסן פּעריאָד פֿון ייִדישקייט ש.אַנ-סקי "זיך אומגעקערט", לויט זײַן אייגענער אַנערקענונג, צו זײַן פֿאָלק, אָנגעהויבן שרײַבן אויף ייִדיש, איז געוואָרן אַ זאַמלער און אַ פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און פֿון דער "ייִדישער קינסטלערישער אַלטערטימלעכקייט", ווי אויך דער גרינדער פֿונעם ייִדישן מוזיי אין פּעטראָגראַד (1916). די געזאַמלטע דורך ש.אַנ-סקי קאָלעקציע האָט אַנטפּלעקט פֿאַר יונגע ייִדישע קינסלער די עשירות פֿון דער נאַציאָנאַלער טראַדיציאָנעלער וויזואַלער קולטור, וועלכע איז געוואָרן דער יסוד פֿון זייערע זוכונגען נאָך אַן עסטעטישן אידעאַל און שעפֿערישער אָריגינעלקייט.

כּמעט אַלע ייִדישע מאָדערניסטישע קינסטלערישע גרופּעס, וועלכע זײַנען אַנטשטאַנען אין פֿאַרשיידענע צענטערס פֿון דער ייִדישער קולטור ערבֿ דער ערשטער וועלט-מלחמה און נאָך איר, זײַנען פֿאַרבונדן געווען מיט פֿאַראייניקונגען פֿון ייִדישע שרײַבער, אַדער ייִדישע שרײַבער זײַנען אפֿילו געשטאַנען בראָש פֿון זיי. איינער פֿון ד גרינדער פֿון דער ניו-יאָרקער ליטעראַטן-גרופּע "די יונגע" דוד איגנאַטאָוו (1885 – 1954) האָט געזען אין קאָאָפּעראַציע מיט מאָלער אַן אומבאַדינגלעכן תּנאי פֿון אַ נאָרמאַלער אַנטווויקלונג פֿון דער "יונגער" ייִדישער ליטעראַטור. ער האָט געוואָל זייערע אויסגאַבעס זאָלן "ווערן אַ אָרגאַן ניט בלויז פֿון יונגע ייִדישע שרײַבער, נאָר אויך פֿון קינסטלער".

מיט די "יונגע" ייִדישע שרײַבער האָבן באַשטענדיק מיטגעאַרבעט אַזעלכע אַמעריקאַנער קינסטלער ייִדן, ווי זוני מאָוד (1896 – 1956), יצחק ליכטענשטיין (1883 – 1971; איינער פֿון ד מיטגלידער פֿון דער גרופּע "מחמדים"), מאַקס וועבער (1881 – 1961), אבֿרהם וואַלקאָוויץ (1878 – 1965), אַבא אָסטראָווסק (1899 – 1963), בנימין קאָפּמאַן (1887 – 1965) און דזשעגינגס (יהודה) טאָפֿעל (1891 – 1959) – זייערע ווערק האָט מען רעפּראָדוצירט אויף ד זײַטן פֿון אויסגאַבעס פֿון "די יונגע", וווּ מע האָט אויך פֿאַרעפֿנטלעכט זייערע אייגענע ליטעראַרישן פּרוּוון אויף ייִדיש.

אין אַן אַנדערן קולטור-צענטער פֿון די ייִדישע תּפֿוצות, אין קיִעוו, זײַנען יונגע ייִדישע מאָלער אויך פֿאַרבונדן געווען מיט אַ קרײַזל פֿון ייִדישע ליטעראַטן-מאָדערניסטן, דער קערן פֿון וועלכן האָבן באַטראָפֿן דוד בערגעלסאָן, דער נסתּר, כאַצקל (יחזקאל) דאָברושין און נחמן מײַזיל. עטוואָס שפּעטער איז אויפֿן יסוד פֿון דעם דאָזיקן קרײַזל אויסגעוואַקסן "די קיִעווער גרופּע", וועלכע איז געוואָרן אַ באַמערקבאַרע דערשײַנונג אין דער געשיכטע פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור. אירע עסטעטישע אידייען און נאַציאָנאַל-קולטורעלע אידעאַלן האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף די יונגען ייִדישע קינסטלער, וועלכע האָבן זיך געלערנט פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה אין קיִעוו – יצחק ראַבינאָוויטש (1894 – 1961), מאַרק עפּשטיין (1899 – 1949), ישׂככר-בער ריבאַק (1897 – 1935), ברוך (באָריס) אַראָנסאָן (1898 – 1980), ניסן שיפֿרין (1891 – 1962), אלכּסנדר טישלער (1898 – 1980) אא. אין 1918 האָבן זייך גענומען אַן אַקטיוון אָנטייל אין "קולטור-ליגע".

אין איינעם פֿון די ערשטע פּראָגראַם-דאָקומענטן פֿון "קולטור-לגע" זײַנען באַשטימט געוואָרן דרײַ הויפּט-ספֿערן פֿון איר טעטיקייט: "אויף דרײַ זײַלן שטייט די קולטור-ליגע: אויף דער ייִדישער פֿאָלקס-בילדונג, אויף דער ייִדישער ליטעראַטור און אויף דער ייִדישער קונסט". אויף אַזאַ אופֿן איז די קונסט געווען צווישן די וויכטיקסטע נאַציאָנאַל-קולטורעלע פּריאָריטעטן, בפֿרט, באַנאַנד מיט אַזאַ פֿונדאַמענטאַלן אַטריבוט פֿון דער ייִדישער קולטור, ווי די בילדונג, וועלכער האָט געשפּילט די צענטראַלע ראָלע אין דער פּראקטישער אַרבעט פֿון דער "קולטור-ליגע".

"די קיִעווער גרופּע" און פֿאַרבונדענע מיט איר קנסטלער האָבן געשאַפֿן אַ ליטעראַרישע און אַ קינסטלערישע סעקציע פֿון דער "קולטור-ליגע". אַלס פֿאָרזיצער פֿון זייער סעקציע האָבן די קינסטלער אויסגעקליבן אַ ליטעראַט – דעם קינסטלערישן און ליטעראַרישן קריטיקער דאָברושן, וואָס האָט געשאַפֿן אָריגינעלע טעאָריעס פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קונסט און ייִדישן אילוסטרירטן בוך. אין דער קינסטלערישער סעקציע זײַנען, חוץ די קיִעווער קינסטלער אַרײַן יוסף טשײַקאָוו, פּאָלינע חן-טובֿ, שׂרה שור און אליעזר ליסצקי, וועלכע זײַנען אָנגעקומען קיין קיִעוו אין סוף 1918.

אין 1920, נאָך דער אײַנשטעלונג פֿון ראַטן-מאַכט אין אוקראַיִנע, האָבן אַ סך ייִדישע קינסטלער פֿאַרלאָזט קיִעוו און זיך איבערגעצויגן קיין מאָסקווע, וווּ ס'איז אויך געשאַפֿן געוואָרן אַ קינסטלערישע סעקציע פֿון דער "קולטור-ליגע". אין איר זײַנען, חוץ דער מערהייט אירע קיִעווער אָנטיילנעמען, זײַנען אַרײַן אויך מאַרק שאַגאַל (1887 – 1985), דוד שטערנבערג (1881 – 1948) און נתן אַלטמאַן (1889 – 1970). אויף אַזאַ אופֿן האָט די קינסטלערשע סעקציע פֿון דער "קולטור-ליגע" פֿאַראייניקט אַלע גרעסטע ייִדישע קינסטלער פֿון רוסלאַנד, וועלכע האָבן געזען זייער אויפֿגאַבע אינעם שאַפֿן אַ הײַנטצײַטיקע אַוואַנגאַרדיסטישע ייִדישע קונסט.

כּמעט איינצײַטיק מיט קיִעוו און מאָסקווע, דערווערבט אַ באַדײַטונג ווי אַ צענטער פֿונעם ייִדישן קונסט-אַוואַנגאַרד אויך לאָדז. דאָ, לויט איניציאַטיוו פֿונעם דיכטער משה בראָדערזאָן (1890 – 1956), וועלכער האָט אויך געהאַט טאַלאַנטן פֿון אַ מאָלער, אַ טעאַטער-רעסשיסער און כאַריזמע פֿון אַ לידער און אַן אָרגאַניזאַטאָר, האָבן ייִדישע שרײַבער און קינסטלער פֿון לאָדז, נאָענטע צו פֿוטוריזם און עקספּרעסיאָניזם אין זייער פּוילישער ווערסיע, זיך פֿאַראייניקט אין דער גרופּע "יונג ייִדיש".

צווישן די קינסטלער, וועלכע זײַנען אַרײַן אין דער גרופּע זײַנען געווען יאַנקל אַדלער (1895 – 1949), מאַרעק שוואַץ (1892 – 1958), יצחק-ווינצענטי ברוינער (בראַונער; 1887 – 1944) און הענריק (הענעך) באַרטשינסקי (1896 – 1941). מיט "יונג ייִדיש" האָב מיטגעאַרבעט אוף דער קאָמפּאָזיטאָר הענעך קאָן (1890 – 1972) און די וואַרשעווער ייִדישע קינסטלער הענריק בערלעווי (1894 – 1967) און זאבֿ-וואָלף (וולאַדיסלאַוו) ווײַנטרויב (ווײַנטראַום; 1891 – 1942). "יונג ייִדיש" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ראַדיקלן פּרוּוו פֿון סינטעטישער אַוואַנגאַרדיסטישער שאַפֿונג, עלעמענטן פֿון וועלכער עס זײַנען אין דער גלײַכער מאָס פּאָעזיע און גראַפֿיק. בולטע אַנטפּלעקונגען פֿון אַזאַ סינטעז און שטעבונג אָפּצומעקן גרענעצן צווישן וויזואַלס און ווערבאַלס זײַנען אַלמאַנאַכן פֿון דער גרופּע מיט אַ פּראָגראַמאַטיש אונטערקעפּל: "לידער אין וואָרט און צייכענונגען".

אַדאַנק דער אומצערײַסבאַרער פֿאַרבדונג פֿון דער נײַער ייִדישער קונסט מיט ייִדיש, זײַנען ייִדישע מאָדערניסטישע קינסטלערישע גרופּעס אַנטשטאַנען צווישן די צוויי וועלט-מלחמות אומעטום, וווּ עס האָבן נאָר עקזיסטירט צענטערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור: אין ריגע איז בראָש פֿון דער ליטעראַטן-גרופּע "סמבטיון" געשטאַנען אַ קינסטלער און אַ קונסט-טעאָרעטיקער מיכאל איִאָ (יפֿה; 1893 – 1960), אין לאָנדאָן האָט לעאָ קעניג געגרנדעט די גרופּע "רענעסאַנס", אין וועלכער ער האָט צוגעצויגן אָרטיקע ייִדישע שרבער און אַזעלכע קינסטלער ווי דוד באָמבערג (1890 – 1957) און דזשייקאָב קרעמער (1892 – 1962).

אין שיקאַגאָ האָט זיך אין דער מיט פֿון די 1920ער יאָרן צונויפֿגעלייגט אַ גרופּע ייִדישע ליטעראַטן – פֿוטוריסטן "יונג שיקאַגאָ", די הויפּט-גרופּעס אין וועלכער עס זען געווען דער פֿאָרגעשריטענע דיכטער מאַטעס דייטש און דער קינסטלער טאָרדעס געלער (1889 – 1949); אין 1929 האָט זיך אין ווילנע באַוויזן אַ ליטעראַטור-גרופּע "יונג ווילנע", איינער פֿון די לידערס פֿון וועלכער ס'איז געוואָרן דער דיכטער אבֿרהם סוצקעווער, און די קינסטלער – זײַן שוועסטער רחל-ראָזע (1909 – 1941) און בן ציון מיכטאָם (1909 – 1941) זײַנען געוואָרן פֿולבאַרעכטקע מיטגלידער פֿון דער גרופּע; ייִדישע קינסטלערישע גרופּעס פֿון אַזאַ מין זען אַנטשטאַנען אין אָנהייב פֿון די 30ער יאָרן אין בוענאָס-אײַרעס און אפֿילו אין יאָהאַנעסבורג. אויף אַזאַ אופֿן האָט די ייִדישע קונסט דערוואָרבן אַ צווישנפֿעלקערלעכן מאַסשטאַב און אַלוועלטלעכן אַרעאַל, גלײַך ווי די ייִדישע ליטעראַטור און קולטור.

דער אָנשפּאַר אויף ייִדיש און אויף דער ייִדישער ליטעראַטור האָט סטימולירט נאָכן חורבן די שאַפֿונג פֿון ייִדישע קינסטלער אין פֿאַרשיידענע לענדער: פֿון הערש אינגער, תּנחום קאַפּלאַן, מאיר אַקסעלראָד, יורי קופּער און מיכאל גראָבמאַן אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד, פֿון מאָריס סנדק און זיגמונד פֿראָסט אין אַמעריקע, פֿון יאָסל בערגנער אין קאַנאַדע און ישׂראל.

די ייִדישע שפּראַך אַליין איז געוואָרן איינער פֿון די יסודות פֿון שאַפֿונג פֿון אייניקע ייִדישע קינסטלער, בפֿרט, זײַנען אַ סך מאַרק שאַגאַלס געשטאַלטן אַ וויזואַליזאַציע פֿון ייִדישע ווערבאַלע קאָנסטרוקציעס. ייִדיש איז אויך געווען דער וויכטיקסטער אינסטרומענט פֿון קינסטלערישער רעפֿלעקסיע און קונסט-טעאָריע – אויף ייִדיש זײַנען אָנגעשרבן אַוואַנגאַרד-מאַניפֿעסטן, גלענצנדע קריטישע אַרטיקלען און עסייען וועגן קונסט. אייניקע פּרינציפּיעלע און נאָוואַטאָרישע אידייען פֿון דער קינסטלערישער אַנטוויקלונג זײַנען צום ערשטן מאָל פֿאָרמולירט געוואָרן דווקא אויף ייִדיש פֿריִער, איידער זיי זײַנען געוואָרן אַנטפּלעקונגען אַלוועלטלעכער קונסט-טעאָריע. די ייִדישע שפּראַך און קולטור האָבן באַפֿרוכפּערט די שאַפֿונג פֿון אַ סך גרעסטע קינסטלער פֿונעם 20טן אָרהודערט, וועמענס ווערק פֿאַרנעמען אַן אָנגעזעען אָרט אינעם אוצר פֿון דער וועלט-קונסט.

הלל קאַזאָווסקי

הויפּט־זײַט

אונדזער מיסיע

נײַעס

נאָר בײַ אונדז!

ייִדיש לעבט און וועט ווײַטער לעבן

ייִדיש לעבט און וועט ווײַטער לעבן

ייִדיש לעבט און וועט ווײַטער לעבן

פֿון "ביראָבידזשאַנער שטערן"

דער צווייטער ייִדיש־פֿעסיטיוואַל איז אויף אַ גרויס־מאַסשטאַביקן אופֿן פֿאָרגעקומען אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.

אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז אַזאַ אונטערנעמונג דורכגעגאַנגען צום ערשטן מאָל, און בלויז אין ביראָבידזשאַן. דעמאָלט האָבן זיך אין איר באַטייליקט נאָר אָרטיקע אַרטיסטן און ספּעציאַלסיטן. הײַיאָר האָט מען פֿאַרברייטערט די געאָגראַפֿיע – אַ גאַנצע ציקל פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקע בילדונג־ און קולטור־פּראָגראַמען זענען דורכגעפֿירט געוואָרן אי אין דער געגנט־הויפּטשטאָט, אי אין די אַרומיקע ראַיאָנען. די געסט פֿונעם פֿעסטיוואַל זענען געווען: דער דיכטער, שרײַבער, איבערזעצער, ייִדישיסט יואל מאַטוועיעוו פֿון סאַנקט־פּעטערבורג, אַ מחבר פֿון "ביראָבידזשאַנער שטערן", און די פּאָפּולערע רוסלענדישע זינגערין אַלאַ ריד – אַ סאָליסטקע פֿונעם טעאַטער "גראַדסקי האָל", די לערערין און דערציִערין פֿונעם יוגנטלעכן גראַנט־פּראָיעקט "הבֿה נגילה מיט אַ שטערן", וואָס איז טעטיק אין דער געגנט.

במשך פֿון עטלעכע טעג האָבן די באַטייליקטע אויסגעהערט דיכטונג און זינגערײַ אויף ייִדיש, די יוגנט האָט זיך באַקענט מיט דער שפּראַך פֿון די ערשטע געגנט־בויער, מיט די שרײַבער און פּאָעטן, וואָס האָבן דאָרט געלעבט און געשאַפֿן, מיט די, וואָס ווערן הײַנט געטרײַ דעם ייִדיש־לשון. בסך־הכּל, זענען דורכגעגאַנגען בערך 70 אונטערנעמונגען: שעפֿערישע באַגעגענישן, מײַסטער־קלאַסן, שמועסן, עפֿנטלעכע לימודים און לעקציעס.

במשך פֿון די פֿעסטיוואַל־טעג זענען דורכגעפֿירט געוואָרן אויסשטעלונגען פֿון די קינסטלער וולאַדיסלאַוו צאַפּ און ראָזאַ סטראָקאָוואַ, פֿון אַלטע ספֿרי־קודש, וואָס געפֿינען זיך אינעם פֿאָנד פֿונעם געגנטלעכן מוזיי פֿאַר קאַנטקענטעניש, פֿון ביכער אויף ייִדיש – סײַ הײַנטיקע, סײַ זעלטענע פֿון דער געגנטלעכער וויסנשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכם.

בײַם עפֿענען דעם פֿיסטיוואַל האָט די באַטייליקטע באַגריסט די פֿאַרשטעל־פֿאָרזיצערין פֿון דער געגנט־רעגירונג, מאַריִאַ קאָסטיוק. זי האָט באַמערקט, אַז דער ייִדיש־פֿעסטיוואַל איז אַ וויכטיקער מײַלשטיין־צייכן ניט נאָר פֿאַר ביראָבידזשאַן, נאָר פֿאַרן גאַנצן לאַנד און פֿאַר דער גאָרער וועלט.

דער אָרטיקער רבֿ, אפֿרים קאָלפּאַק, האָט אונטערגעשטראָכן די גרויסע ראָלע, וואָס ייִדיש שפּילט אין דער וועלט־קולטור, אַז די מיסיע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט באַשטייט אינעם אָפּהיטן און אַנטוויקלען די דאָזיקע שפּראַך. ער האָט באַהויפּטן, אַז דער פֿעסטיוואַל איז אַ גוטער סימן פֿון דער מאַסשטאַביקער טעטיקייט אינעם דאָזיקן געביט.

די באַטייליקטע האָבן זיך אויך געטראָפֿן מיט יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון "ביראָבידזשאַנער שטערן"; מיט טאַטיאַנאַ קאַדינסקאַיאַ, וואָס פֿירט די טעלעוויזיע־פּראָגראַם "ייִדישקייט" אויפֿן מלוכישן קאַנאַל "ביראַ"; מיט וואַלערי גורעוויטש, וואָס פֿירט אָן מיטן וויסנשאַפֿטלעכן צענטער פֿון דער היסטאָרישער און קולטורעלער ירושה אינעם געגנט און מיט דער געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע "ירושה פֿון ייִ.א.ג."; מיט דער שרײַבערין און טעלעוויזיע־פֿירערין זשאַנאַ פּאַנאָוואַ.

בעת זײַנע לעקציעס אין דער ביראָבידזשאַנער שיל "בית מנחם" און דער געגנטלעכער וויסנשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק, האָט יואל מאַטוועיעוו דערציילט וועגן דער גאָר אינטערעסאַנטער און רײַכער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וועגן איר פֿאַרבינדונג מיט אַנדערע קולטורן. דער שרײַבער האָט באַטאָנט, אַז ייִדיש לעבט און וועט ווײַטער לעבן. למשל, אַז עטלעכע מחברים שרײַבן הײַנט פֿאַקטאַזיע־מעשׂיות אויף ייִדיש, איז אַ גוטער בײַשפּיל פֿון דער ווײַטערדיקער שפּראַך־אַנטוויקלונג.

דער פֿעסטיוואַל האָט זיך געשלאָסן מיט אַ גרויסן גאַלאַ־קאָנצערט. מע האָט באַשלאָסן, אַז אַזעלכע אונטערנעמונגען וועלן ווערן אין דער געגנט אַן אָנגייענדיקע טראַדיציע. הרבֿ קאָלפּאַק האָט דערקלערט, אַז אַזאַ דירעקטע באַגעגעניש מיט דער לעבעדיקער ייִדיש־קולטור איז זייער אַ וויכטיקער עטאַפּ אינעם ווידערגעבורט פֿונעם ייִדישן לעבן – אין דער געגנט און אין אַלגעמיין.

 

פֿון יעל מזרחיס רעפּאָרטאַזש אויף רוסיש

דער דענקמאָל און פּרעמיע לכּבֿוד שלום־עליכמען

דער דענקמאָל און

פּרעמיע לכּבֿוד שלום־עליכמען

צום באַדויערן, איז באַרעכטיקט צו זאָגן, אַז אונדזער קלאַסיקער שלום־עליכם ווערט נאָך אַלץ ניט אָפּגעשאַצט ווי עס דאַרף צו זײַן. ס׳איז ניטאָ קיין אַדאַדעמישע אויסגאַבע פֿון אַלע זײַנע געזאַמלטע ווערק; זײַנע אַרכיוון האָט מען קיינמאָל ניט געפֿאָרשט און קאַטאַלאָגיזירט אויף אַ סיסטעמאַטישן אופֿן. קיינער האָט נאָך אַפֿילו ניט אָנגעשריבן אַן אַרומנעמיקע און אַקוראַטע ביאָגראַפֿיע פֿון זײַן לעבן. ד״ר מאַרק זילבערקוויט, אַ כּלל־טוער און אַ פֿאַרלאַגער, האָפֿט, אַז מיט זײַן הילף וועט זיך אײַנגעבן אָנצוהייבן דעם לאַנגן און קאָמפּליצירטן פּראָצעס פֿונעם אויספֿירן די דאָזיקע אויפֿגאַבעס.

צוויי חסד־פֿונדאַציעס, וואָס ד״ר זילבערקוויט האָט געגרינדעט און פֿירט מיט זיי אָן, "די פֿונדאַציע פֿון ירושה־פּראָיעקטן" (Heritage Projects Foundation) אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און די "פֿונדאַציע פֿאַרן אָפּהיטן די ייִדיש־ירושה" (Yiddish Heritage Preservation Foundation) אין ישׂראל, אַרבעט איצט, בשותּפֿות מיטן תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, איבער צוויי רעלאַטיוו קורץ־טערמיניקע פּראָיעקטן, וואָס וועלן דינען ווי אַן אָנהייב־סיגנאַל, אַז שלום־עליכמס נאָמען וועט שטײַגן, האָפֿנטלעך, צו אַ נײַער מדרגה. נעמלעך, פּלאַנירט מען אויפֿצושטעלן אַ דענקמאָל לכּבֿוד שלום־עליכמען אויפֿן שטח פֿונעם אוניווערסיטעט און צו גרינדן אַן אינטערנאַציאָנאַלע ליטעראַרישע פּרעמיע אויף זײַן נאָמען.

דער דענקמאָל

לויט דעם פּלאַן, וועט דער קאַמפּוס פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט באַצירט ווערן מיט אַ קאָפּיע פֿון שלום־עליכמס סטאַטוע, געשאַפֿן דורכן באַקאַנטן רוסישן סקולפּטאָר יורי טשערנאָוו (וואָס שטאַמט פֿון ייִדן; זײַן פֿאַמיליע־נאָמען בײַם געבורט איז געווען אָפּענדאַק). די אָריגינעלע סקולפּטור געפֿינט זיך אין מאָסקווע, לעבן דער אַלטער "פּאָליאַקאָוו־שול" (איצט איבערגעבויט און באַקאַנט ווי די שול אויף דער גאַס באָלשאַיאַ בראָנאַיאַ), און לעבן דעם געוועזענעם בנין פֿונעם טעאַטער "גאָסעט", וואָס מע האָט געשפּילט ספּעקטאַקלען אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכמס ווערק, רעזשיסירט פֿון שלמה מיכאָעלסן, ביז 1948, ווען דער טעאַטער איז פֿאַרמאַכט געוואָרן.

ניט צופֿעליק איז דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט אויסגעקליבן געוואָרן ווי דאָס אָרט, וווּ דער דענקמאָל זאָל שטיין. דאָרט געפֿינט זיך דער אינסטיטוט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון יונה גאָלדריטש, און דער "מוזיי פֿונעם ייִדישן פֿאָלק" ("אַנו"), וווּ עס ווערט געהיט דער אוניקאַלער אַרכיוו, וואָס האָט אַ דירעקט שײַכות צו מיכאָעלסן (די זוסקין־קאָלעקציע). 

דער געדאַנק אויפֿשטעלן אַ נײַעם דענקמאָל לכּבֿוד שלום־עליכמען קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ מין עפּיגראַף צו אונדזער גאַנצן פּראָיעקט – אָפּצוהיטן די ייִדיש־קולטור און אויך מכבד צו זײַן איר עבֿר. הײַנט איז דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט זיכער איינער פֿון די גרעסטע וועלט־צענטערס פֿאַרן פֿאָרשן די ייִדישע ליטעראַטור, וווּ עס ווערן דורכגעפֿירט רעגולערע קורסן פֿון דער שפּראַך און אָרגאַניזירט יערלעכע ייִדיש־פֿעסטיוואַלן, וואָס שליסן אײַן קאָנפֿערענצן, לעקציעס און קאָנצערטן מיט טויזנטער באַטייליקטע.

דער מאָנומענט וועט, האָפֿנטלעך, ווערן אַ לייט־סימבאָל פֿון אַ גאַנצן קאָמפּלעקס, געווידמעט דער ייִדישער און ייִדיש־טראַדיציע, פֿון איר פֿאַרגאַנגענהייט ביז איר איצטיקער אָנגייענדיקער אַנטוויקלונג. מע זאָל עס באַטראַכטן ניט נאָר ווי אַ גשמיותדיקן בראָנדזענעם אָנדענק־צייכן לכּבֿוד דעם גרויסן שרײַבער, נאָר ווי אַ סימבאָל פֿון זײַן אייביקער ירושה, ווי אַן אָנהייב־פּונקט פֿונעם אָרגאַניזירן און פֿאַרברייטערן די וויסנשאַפֿטלעכע, ליטעראַרישע און בילדונג־פּראָגראַמען און פּרעמיעס, אַרײַנגערעכנט – מעגלעך – סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן און דאָקטאָראַנטן, וואָס ווידמען זייערע פֿאָרשונגען שלום־עליכמען און אַנדערע ייִדישע שרײַבער, ווי אויך די, וואָס שאַפֿן נײַע ווערק אויף ייִדיש.

די שלום־עליכם־פּרעמיע 

אַחוץ די סטיפּענדיעס און שטיצע־פּראָגראַמען, האָפֿן מיר צו גרינדן אַ אינטערנאַציאָנאַלע ליטעראַרישע פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכמען. דער דאָזיקער פּריז וועט, לויטן פּלאַן, אויסגעטיילט ווערן פֿאַר דערגרייכונגען אינעם שרײַבן טעקסטן אויף ייִדיש. די געווינער וועלן נאָמינירט ווערן אין דרײַ באַזונדערע געביטן: אָריגינעלע ליטעראַרישע ווערק, סעריעס פֿון זשורנאַליסטישע אַרטיקלען און ליטעראַטור־שטודיעס. צוליב דעם, פּלאַנירן מיר צו אָרגאַניזירן אַ ספּעציעלן זשורי אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט.

מוזיק

מוזיק

משה בערעגאָווסקי

לייב פּולווער

דמיטרי שאָסטאַקאָװיטש

נחמה ליפֿשיץ

איזאַ קרעמער

סידי טאַל

כּלי־זמר־מוזיק

לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן אַ ייִדיש שטעטל אינעם מיט־18טן אָדער אָנהייב־19טן יאָרהונדערט, ערגעץ אין אוקראַיִנע צי רײַסן, פּוילן אָדער ליטע. אַ ייִדישע מאַמע זינגט איר עופֿעלע אַ וויגליד. דאָס קינד הייבט שוין אָן פֿאַרשטיין און פֿאַרגעדענקען די ייִדישע ווערטער. זײַן מאַמע־לשון, ייִדיש, וועט ווערן די כּלי, דורך וועלכן ער וועט באַנעמען אַלצדינג אויף דער וועלט. זײַן גאַנץ לעבן וועט דאָס דאָזיקע ייִנגל אָדער מיידל רעדן און טראַכטן אויף ייִדיש.

ווער האָט געשאַפֿן די ווערטער פֿונעם ליד, דעם ניגון? ווער און ווען האָט צונויפֿגעפֿלאָכטן די מעלאָדיע מיטן טעקסט? מסתּמא, וועלן מיר קיינמאָל ניט וויסן, נאָר יענע לידער, איבערגעגעבן פֿון דור צו דור, האָבן זיך דערקליבן ביז אונדזער צײַט.

די ייִדישע פֿאָלקס־מוזיקער – די כּלי־זמרים – פֿלעגן שפּילן זייערע ניגונים אָן קיין ווערטער אויף חתונות און אַנדערע שׂימחות. ניט ווייסנדיק די נאָטן, האָבן זיי פֿאַרגעדענקט די מעלאָדיעס אויף אויסנווייניק. אַ סך שפּעטער, אינעם פֿריִיִקן 20טן יאָרהונדערט, האָבן זיך באַוויזן אַזעלכע פֿיגורן, ווי משה בערעגאָווסקי. במשך פֿון יאָרן און אַפֿילו צענדליקער יאָר האָט ער געוואַנדערט צווישן די שטעטלעך, כּדי צו זאַמלען און דערנאָך צו פֿאַרעפֿנטלעכן די דאָזיקע לידער און ניגונים, כּדי אָפּצוהיטן די פּרײַזלאָזע מוזיקאַלישע ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק – דעם קרבן פֿון פּאָגראָמען און אַלערליי צרות.

פֿאַר בערעגאָווסקין, גלײַך פֿאַרן אָנפֿאַנג פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז אין מיזרח־אייראָפּע אויפֿגעקומען דער ייִדישער טעאַטער. אַ טייל פֿון זײַנע שאַפֿער זענען אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע און געוואָרן די גרינדער פֿון צענדליקער דאָרטיקע טעאַטערס, וווּ זיי אַליין און אַנדערע ייִדן האָבן געשפּילט, פֿאַרשטייט זיך,אויך אויף ייִדיש.

אַן אַנדער וויכטיקע פֿיגור האָט זיך באַוויזן צוזאַמען מיט די ייִדישע אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן: דער קאָמפּאָזיטאָר. אַוודאי, איז ער דער מיט־רעזשיסאָר פֿון די ספּעקטאַקלען; אָן דעם מוזיקאַלישן אַספּעקט איז אוממעגלעך זיי זיך פֿאָרצושטעלן. די פֿריִיִקע מוזיקאַלישע פֿאָלק־ספּעקטאַקלען האָבן פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע בראָדווי־מיוזיקלס.

אַן אמתער כּל־בוניק איז געווען דער סאָוועטישער קאָמפּאָזיטאָר לייב (לעוו) פּוּלווער. ער האָט געשאַפֿן די מוזיק פֿון כּמעט אַלע אויפֿפֿירונגען, וואָס מע האָט געשפּילט אינעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער (גאָסעט). צווישן די פּראָפֿעסיאָנעלע זינגער פֿון ייִדישע לידער איז איזאַ קרעמער זיכער געווען איינע פֿון די העלסטע שטערן. פֿונדעסטוועגן, האָט יענע מוזיק, פֿאַרבונדן מיט ייִדיש און דער ייִדישער קולטור, זיך גענייטיקט אין נאָך אַ שטאַפּל, איידער זי איז געוואָרן אַ נאַטירלעכער טייל פֿון דער קלאַסישער וועלט־קולטור.

ווען סטאַלין מיט זײַנע שותּפֿים האָבן אַכזריותדיק אומגעבראַכט שלמה מיכאָעלסן, אַ גרויסן מנהיג פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ, האָבן זיי פּלאַנירט אויך צו דערהרגענען די בעסטע ייִדישע דיכטער און שרײַבער. אין יענער פֿינצטערער צײַט האָט דער געניעלער רוסישער קאָמפּאָזיטאָר דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש זיך געגעבן אַן עצה אײַנצופֿירן עלעמענטן פֿון ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק אין זײַן אייגענער מוזיקאַלישער שפּראַך.

שאָסטאַקאָוויש האָט געשאַפֿן וואָקאַלע און אינסטרומענטאַלע מוזיק־ווערק, וואָס דריקן אויס די טיפֿסטע טראַגעדיע מיט די טענער פֿון ייִדישע פֿאָלקס־ניגונים. ווי אַ גרויסער קינסטלער, האָט ער דערשפּירט, אַז די דאָזיקע ריין־אינסטרומענטאַלע מוזיק איז מסוגל אָפּצושפּיגלען די עמאָציעס פֿון אירע שאַפֿער בעסער פֿון וועלכע־ניט־איז ווערטער. זײַן וווּנדערלעכע ווערק, אָנערקענט ווי וועלט־קלאַסישע, זענען אײַנגעוואָרצלט אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קולטור.

אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20טן יאָרהונדערט האָט דער בראָדוויי־מיוזיקל "דער פֿידלער אויפֿן דאַך" גוואַלדיק אויסגענומען אין דער גאָרער וועלט ווי אַ מוסטערווערק פֿונעם דאָזיקן זשאַנער. דאָס איז אַ דערווײַז, אַז שלום־עליכמס פּערסאָנאַזשן, וואָס האָבן לכתּחילה גערעדט אויף ייִדיש, בלײַבן צוציִעוודיק אַפֿילו אין דער מאָדערנער תּקופֿה פֿון קאָסמישע נסיעות און קאָמפּיוטערישע טעכנאָלאָגיעס. דאָס מיינט, אַז ייִדיש און די ייִדישע קולטור זענען ניט קיין אַרכאַיִשע אַנטיקן, נאָר בלײַבן אייביק לעבעדיק. די כּלי־זמרישע מוזיק בליט הײַנט אויך און ציט צו טויזנטער ליבהאָבער אויף פֿאַרשיידענע פֿעסטיוואַלן און קאָנצערטן איבערן גאַנצן ערדקײַלעך.

די הײַנטיקע פּרעסע אויף ייִדיש

די הײַנטיקע פּרעסע אויף ייִדיש

די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן"

דער זשורנאַל "אויפֿן שוועל" (ניו־יאָרק)

די אינטערנעץ־צײַטונג "פֿאָרווערטס" (ניו־יאָרק)

דער ליטעראַרישער אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן"

דער ליטעראַרישער אינטערנעץ־זשורנאַל "ייִדיש־בראַנזשע"

דער אַרכיוו פֿונעם זשורנאַל "ייִדישלאַנד"

"גרינע מדינה" (זשורנאַל)

"אין געוועב" (אינטערנעץ־זשורנאַל)

"דער וועקער" (זשורנאַל)

כּלי־זמר־מוזיק

כּלי־זמר־מוזיק

Yiddish Glory

אַ זינג־אַרכיוו פֿון דער ייִדישער געשיכטע

פּסאָי קאָראָלענקאָ און

All Stars Klezmer Band

אַ כאַראַקטעריסטישער שטריך פֿון ייִדיש־קולטור פֿונעם נײַסטן פּעריאָד איז אַן אייגנאַרטיקער גלגול פֿון, כּלומרשט, געבליבענע אינעם עבֿר קאָנקרעטע אַנטפּלעקונגען אירע. ווי אַן אָנשוילעכע אילוסטראַציע פֿון דער דאָזיקער טענה קאָן דינען די אַנטוויקלונג פֿון כּלי־זמר־קונסט במשך פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער. 

די לעבעדיקע טראַדיציע פֿון דער אשכּנזישער פֿאָלקס־מוזיק האָט זיך פֿאַקטיש איבערגעריסן אין דער מיט פֿונעם 20טן יאָרהונדערט. איר ווידערגעבורט האָט זיך אָנגעהויבן אין די 60ער – 70ער יאָרן אין צפֿון־אַמעריקע. צום סוף 70ער יאָרן איז די כּלי־זמרישע מוזיק געוואָרן גאָר פּאָפּולער אין פֿש"אַ און קאַנאַנדע, דערבײַ ניט בלויז צווישן ייִדן. מע דאַרף אָפּמערקן, אַז דעמאָלט איז געווען אַ מאָדע אויף עטנישער מוזיק בכלל. כּלי־זמרים פֿון יענער כוואַליע האָבן געשטרעבט צו אַ וויפֿל ס'איז מעגלעך אויטענטיש אויספֿילן אינעם סטיל פֿונעם 19 יאָרהונדערט, זיך אָנשפּאַרנדיק אויף געבליבענע נאָטן־פֿאַרשרײַבונגען און באַזונדערס קלאַנגען־פֿאַרקריצונגען. די אַמערסטן באַוווּסט צווישן חלוצים פֿונעם ווידערגעבורט פֿון כּלי־זמרישער מוזיק זײַנען געווען געבוירענע אין די 50ער יאָרן אין פֿש"אַ מײַקל אַלפּערט און וואָלטער־זאבֿ פֿעלדמאַן. אַ ממשותדיקער סטימול צום ווײַטערדיקן וווּקס פֿון פּאָפּולערקייט פֿון דער כּלי־זמרישער מוזיק איז געוואָרן דאָס אַרויסגעבן משה בערעגאָווסקיס מאָנומענטאַלע אַרבעט "ייִדישע אינסטרומענטאַלע פֿאָלקס־מוזק" (אויף ענגליש – 1982, אויף רוסיש – 1987).

וויבאַלד די מוזיק פֿון כּלי־זמרים איז אין פֿאַרגאַנגענהייט געווען אין דער ערשטער ריי טאַנץ־מוזיק, האָט מען אירע זשאַנערן אָנגערופֿן נאָך ייִדישע פֿאָלקס־טענץ – "פֿריילעכס", "שער", "האָראַ", "זשאָק", "סקאָטשנע", "בולגאַר" אא. פֿון דעם האָט אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן געשטאַמט אַ שטרעבונג ווידעראויפֿשטעלן די טראַדיציע פֿון ייִדישע פֿאָלקס־טענץ, אָבער די דאָזיקע אויפֿגאַבע האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ סך קאָמפּליצירטערע צוליב דעם, וואָס די ייִדישע כאָרעאָגראַפֿיע איז ניט געווען באַצײַטנס פֿאַרפֿיקסירט אַזוי ווי געהעריק איז.

אין די 90ער יאָרן האָט די מאָדע אויף כּלי־זמרישער מוזיק אַרײַנגעדרונגען פֿון צפֿון־אַמעריקע אין אייראָפּע און אינעם געוועזענעם ראַטנפֿאַרבאַנד. אין מערבֿ־אייראָפּע האָט מען אָנגעהויבן אויספֿילן די מוזיק פֿון כּלי־זמרים אויף פֿעסטיוואַלן פֿון פֿאָלקס־מוזיק באַנאַנד מיט מוזיק פֿון אַנדערע פֿעלקער. פּאַראַלעל מיט דעם האָט זיך פֿאָרמירט טראַדיציע פֿון קלעזפֿעסטן, וועלכע זײַנען געווען געווידמעט קאָנקרעט דער ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק. אַזוי, ווי אין צפֿון־אַמעריקע, האָט די מוזיק פֿון כּלי־זמרים געפֿונען אין אייראָפּע צוהערער און אויספֿילער סײַ צווישן ייִדן, סײַ צווישן ניט־ייִדן.

אויף אַ ספּעציפֿישן וועג איז געגאַנגען די אַנטוויקלונג פֿון כּלי־זמרישער מוזיק אין ישׂראל. פֿון איין זײַט איז די כּלי־זמרישע מוזיק זיך גלײַך ווי צעגאַנגען אין דעם, וואָס אין ישׂראל איז פֿאַרפֿירט צו רופֿן "מוסיקה חסידית". מע פֿלעגט זי אויספֿילן אויף חתונות, אויף רעליגיעזע מאַסן־אונטערנעמונגען – למשל, אויף ל"ג בעומר בײַם קבֿר פֿון רשב"י אויפֿן באַרג מירון, אָבער זי איז געבליבן אויסער דעם מיינסטרים פֿון קולטור פֿון דער ייִדישער מלוכה.

אַ ריזיקן בײַטראָג אין פּאָפּולאַריזירן די כּלי־זמרישע מוזיק אין ישׂראל האָט געמאַכט מוסאַ בערלין (געב. אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1938). בפֿרט האָט ער דער ערשטער געווענדט די אַכט אויף דער ספּעציפֿישער מוזיקאַלער טראַדיציע פֿון ארץ־ישׂראלדיקער כּלי־זמרים, וועלכע האָט זיך צונויפֿגעלייגט אין דער סבֿיבֿה פֿונעם אַשכּנזישן אַלטן ייִשובֿ, וואָס האָט געשטאַמט פֿון די עולים פֿונעם סוף 18טן – אָנהייב 19טן יאָרהונדערט. אַ כאַראַקטעריסטישע אייגנטימלעכקייט פֿון דער ארץ־ישׂראלדיקער כּלי־זמרישער מוזיק איז אַ באַמערקבאַרע השפּעה מצד מוזיק פֿון אַראַבער און מיזרחדיקע ייִדן.

אינעם געגעבענעם קאָנטעקסט קאָן מען ניט נישט דערמאָנען אויך דעם קלאַרנעטיסט גיורא פֿיידמאַן (געב. אין 1936 אין אַרגענטינע, עולה געווען אין 1957). פּאַראַלעל מיט זײַן דערפֿאָלגרײַכער קאַריערע אַלס אויספֿילער פֿון קלאַסישער מוזיק האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט כּלי־זמרישע ניגונים. זײַן ערשטער סאָלאָ־אַלבאָם "פֿריילעכס ונעימות חסידיות", וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין 1971, האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ באַמערקבאַרער דערשײַנונג פֿאַר ליבהאָבער פֿון כּלי־זמרישער מוזיק איבער דער גאָרער וועלט. דערבײַ, אין אונטערשייד פֿון די אַמעריקאַנער כּלי־זמרים, וועלכע האָבן געשטרעבט צום פּינקטלעכן איבערגעבן דאָס אויטענטישע קלינגען פֿון טראַדיציאָנעלער כּלי־זמרישער מוזיק לויט מוסטערן פֿונעם 19טן – אָנהייב 20טן יאָרהונדערט, האָט גיורא פֿיידמאַן זי איבערבאַזיניקט אין שליסל פֿון קלאַסיק־אויספֿילן.

נאָר אמתדיקע כּלי־זמר־קאָלעקטיוון האָבן אָנגעהויבן זיך באַווײַזן אין ישׂראל בלויז אין אָנהייב פֿון די 2000ער יאָרן. אין 2003 האָט גרשון לייזערסאָן (געב. אין רוסלאַנד און עולה געווען מיט זײַנע עלטערן אין אָנהייב 90ער יאָרן), דעמאָלט נאָך אַ סטודענט פֿון תּל־אָבֿיבֿער מוזיק־אַקאַדעמיע, געשאַפֿן די גרופּע "ניגון חדש", וועלכע האָט אויסגעפֿילט כּלי־זמרישע ניגונים. מיט דרײַ יאָר שפּעטער איז ער אַרויסגעטראָטן אויפֿן קלעזפֿעסט אין קאַנאַדע, וווּ ער האָט ערשט פֿאַרשטאַנען, ווי פּאָפּולער איז די באַנײַטע כּלי־זמר־טראַדיציע אויפן מערבֿ און ווי רײַך איז זי. נאָכן אומקערן זיך קיין ישׂראל האָט ער געשאַפֿן צוזאַמען מיט אָסף תּלמודי (געב. אין ישׂראל אין 1976) דעם אַנסאַמבל "אוי דיוויזשן", וועלכער איז דערפֿאָלגרײַך אַרויסגעטראָטן מיט כּלי־זמרישער מוזיק און זינגלידער אויף ייִדיש אין ישׂראל און אין אויסלאַנד. אין 2008 האָט דער אַנסאַמבל פֿאַרווירקלעכט עטלעכע בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן מיטן רוסלענדיש־אַמעריקאַנער אויטאָר-אויספֿילער פּסוי קאָראָלענקאָ (פּאַוועל ליִאָן, געב. אין 1967 אין מאָסקווע), פֿאַר וועלכן כּלי־זמרישע מוזיק און טעקסטן אויף ייִדיש האָבן געדינט ווי אַ שטאָף פֿאַר זײַן אייגענער שאַפֿונג. אין זינגלידער, וואָס ער פֿילט אויס, ווערן אָפֿט באַהעפֿט ייִדיש, רוסיש און ענגליש. דערפֿאָלגרײַכקייט פֿון די דאָזיקע בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן האָט געבראַכט צו פֿאַרשפּרייטונג פֿון אַ נײַעם, אומטראַדיציאָנעלן צוגאַנג צו כּלי־זמרישער מוזיק, וועלכן גרשון לייזערסאָן האָט פֿאָרמולירט מיטן זאַץ "די מוזיק דאַרף לעבן און זיך אַנטוויקלען, און ניט זײַן אַ דענקמאָל".

אינעם סטיל פֿון אומטראַדיציאָנעלער כּלי־זמרישער מוזיק אַרבעט אויך דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער אויספֿילער דניאל קאַהן. (געב. אין 1978 אין דעטרויט). ער וווינט באַשטענדיק אין בערלין, וווּ ער האָט געשאַפֿן זײַן גרופּע "פּיינטיד בירד". אין זינגלידער, וואָס ער פֿילט אויס, ווערן באַהעפֿט ייִדיש, ענגליש און דײַטש. פּונקט ווי פּסוי קאָראָלענקא, האָט דניאל קאַהן פֿאַרווירקלעכט אַ ריי בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן מיטן אַנסאַמבל "אוי דיוויזשן".

אין 2017 האָט גרשון לייזערסאָן געשאַפֿן דעם אָרקעסטער "תּזמורת הכּלייזמר הישׂראלית", וואָס באַזירט זיך אין ירושלים. דער המשך קומט.