Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

מענדעלע מוכר־ספֿרים

מענדעלע מוכר־ספֿרים

 וועגן מענדעלע מוכר־ספֿרים

(אויף רוסיש)

שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש, באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים מענדעלע מוכר־ספֿרים, איז באַקאַנט ווי אַ קלאַסיקער־פּראָזאַיִקער אין צוויי ייִדישע שפּראַכן, ייִדיש און העברעיִש, דערצו ווי אַ פּיאָניר פֿון עטלעכע זשאַנערס אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור בכלל. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1836, אינעם שטעטל קאַפּוליע (קאָפּיל) – הײַנט ווײַסרוסלאַנד, אין זײַן תּקופֿה די מינסקער גובערניע פֿון רוסלאַנד. ס׳רובֿ יאָרן פֿון זײַן לעבן האָט ער אָבער פֿאַרבראַכט אין אוקראַיִנע.

אין 1867, האָט אַבראַמאָוויטש פּובליקירט אַ זאַמלונג העברעיִשע אַרטיקלען, באַטיטלט "עין משפּט"; דאָס דאָזיקע בוך האָט פֿאַקטיש פֿאַרלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור־קריטיק אי אויף העברעיִש, אי אויף ייִדיש. זײַן קורצער ראָמען "די קליאַטשע" איז געווען, אַפּנים, דאָס ערשטע ליטעראַרישע ווערק אויף ייִדיש, וואָס האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם ניט־ייִדישן עולם. אין 1880 האָט אים דער רוסישער פּאָעט איוואַן בונין איבערזעצט אויף רוסיש, און אין 1886 – דער פּוילישער שרײַבער קלעמענס יונאָשאַ (שאַניאַווסקי) איבערגעזעצט אויף פּויליש.

אַבראַמאָוויטש, שפּעטער באַקאַנט פּשוט ווי מענדעלע, האָט אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט אויף העברעיִש. זײַן ערשט ווערק אויף ייִדיש, די דערציילונג "דאָס קליינע מענטשעלע", איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 1864 אין דער צײַטונג "קול מבֿשׂר". די משׂכּילים האָבן אין יענער צײַט גרינגגעשעצט און פֿאַראַכט ייִדיש. אַ סך פֿון זיי האָבן געמיינט, אַז מענדעלעס ווערק אויף דער דאָזיקער שפּראַך קלינגט, כּלומרשט, צו "עליטיסטיש" פֿאַר די עם־הארצישע לייענער, וואָס קענען ניט קיין לשון־קודש, רוסיש, דײַטשיש צי פּויליש

למעשׂה, האָט מענדעלעס עקספּערימענטאַלער "עליטיזם" דווקא דערוויזן מיט דערפֿאָלג, אַז ייִדיש טויג פֿאַר אַן ערנסטער ליטעראַטור, און געוואָרן אַ יסוד פֿון אַלע ווײַטערדיקע מוסטערווערק פֿון ייִדישער פּראָזע. ניט צופֿעליק האָט אים שלום־עליכם אָנגערופֿן "דער זיידע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור". מוכר־ספֿרימס וויכטיקסטע ווערק זענען צוויי ראָמאַנען: "מסעות בנימין השלישי" און "פֿישקע דער קרומער".

מענדעלע מוכר־ספֿרים איז ניפֿטר געוואָרן אינעם יאָר 1917 אין אָדעס, וווּ ער האָט געוווינט במשך פֿון אַ סך יאָר. אין עטלעכע ישׂראלדיקע שטעט זענען פֿאַראַן גאַסן, וואָס טראָגן זײַן נאָמען, אַרײַנגערעכנט ירושלים, תּל־אָבֿיבֿ, הרצליה, קרית־ים, רעננה, בת־ים, רחובֿות און חולון.

"שׂונאים": צום ערשטן מאָל אין בוכפֿאָרם

"שׂונאים": צום ערשטן מאָל אין בוכפֿאָרם

"שׂונאים": צום ערשטן מאָל אין בוכפֿאָרם


אינעם שוועדיש־יידישן פֿאַרלאַג "אָלניאַניסקי טעקסט" איז נאָר וואָס דערשינען אויף ייִדיש אין אַ בוך־פֿאָרם יצחק באַשעוויס־זינגערס ראָמאַן "שׂונאים, די געשיכטע פֿון אַ ליבע". לכתּחילה איז ער דערשינען אין המשכים אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג "פֿאָרווערטס", אין 1972 אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַ בוך־פֿאָרם אין איבערזעצונג אויף ענגליש. שפּעטער האָבן זיך באַוויזן איבערזעצונגען אויף אַדערע שפּראַכן – פֿראַצויזיש (1975), העברעיִש (1979), פּויליש – 1992, רוסיש (2012) א״א. אויף דער שפּראַך פֿונעם אָריגינאַל אָבער איז דער דאָזיקער ראָמאַן פֿון דעם לאַורעאַט פֿונעם נאָבל־פּרײַז פֿאַר ליטעראַטור ביז איצט קיינמאָל ניט דערשינען. דער פֿאַרלאַג "אָלניאַנסקי טעקסט" האָט סוף־כּל־סוף פֿאַרפֿילט דעם דאָזיקן בלויז.

וו. אַראָנאָוו

דער חורבן פֿונעם ייִאַק

דער חורבן פֿונעם ייִאַק

דעם 24סטן דעצעמבער, אינעם יאָר 1948, האָט סטאַלינס פּאָליציי אָנגעהויבן אַרעסטירן די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. מע האָט זיי געבראַכט אינעם לוביאַנקע־בנין, דעם הויפּט־שטאַב פֿון דער סאָוועטישער געהיימער פּאָליציי, וווּ זיי זענען געזעסן מער ווי פֿיר יאָר בשעת די אויספֿאָרשונגען, און זיך געמאַטערט פֿון כּסדרדיקע שווערע פֿאַרהערן. די אויספֿאָרשונג־פּראָטאָקאָלן האָט מען געשיקט דירעקט צו סטאַלינען.

מע האָט זיי באַשולדיקט אין די סאַמע אומגלייבלעכע כּלומרשטע פֿאַרברעכנס. צום באַשפּײַל, איז דער אַקטיאָר בנימין זוסקין שפּעטער צעשאָסן געוואָרן פֿאַרן "אויפֿרייצן נאַציאָנאַליסטישע געפֿילן בײַם ייִדישן עולם צוליב דעם, וואָס ער, צוזאַמען מיט מיכאָעלסן, האָט אויפֿגעפֿירט אין זײַן טעאַטער ספּעקטאַקלען, וואָס לויבן דאָס ייִדישע אַמאָל, שטעטלדיקע טראַדיציעס, דעם לעבנס־שטייגער און דעם טראַגישן גורל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק".

זוסקין איז געווען אַ שותּף פֿון מיכאָעלסן, וועלכער איז דערהרגעט געוואָרן לויט סטאַלינס באַפֿעל דעם 13טן יאַנואַר, 1948. זײַן טויט האַט מען פֿאָרגעשטעלט ווי אַן אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿע. זוסקין האָט געירשנט פֿון מיכאָעלסן די שטעלע פֿונעם קינסטלערישן אָנפֿירער אינעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער (גאָסעט), וואָס איז פֿאַרמאַכט געוואָרן אין נאָוועמבער 1949.

געוויסע מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט, בתוכם באָריס שימעליִאָוויטש און יוסף יוזעפֿאָוויטש, האָבן זיך אָפּגעזאָגט מודה צו זײַן אינעם פֿאַלש־אויסגעטראַכטן כּלומרשטן מלוכה־פֿאַרראַט, און מע האָט זיי פֿאַרן זייער אַנטשלאָסענעם און עקשנותדיקן אָפּזאָג פֿיזיש געפּײַניקט.

דער פֿאַרמאַכטער מישפּט־פּראָצעס איבער 15 קאָמיטעט־מיטגלידער האָט זיך אָנגעהויבן דעם 8טן מײַ, 1952. די מיליטערישע קאָלעגיע פֿונעם סאָוועטישן העכסטן געריכט האָט פֿאַראורטיילט צום טויט שלמה לאָזאָווסקי, איציק פֿעפֿער, יוסף יוזעפֿאָוויטש, באָריס שימעליִאָוויטש, לייב קוויטקאָ, פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, בנימין זוסקין, לעאָן תּלמי, עמיליע טעומין, איליאַ וואַטענבערג און טשײַקע וואַטענבערג־אָסטראָווסקאַיאַ. מע גלייבט, אַז זיי זענען צעשאָסן געוואָרן דעם 12טן אויגוסט, 1952.

לינע שטערן, די ערשטע פֿרוי־אַקאַדעמיקער, אַ פֿולע מיטגלידין פֿון דער סאָוועטישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו דרײַ און אַ האַלב יאָר טורמע און נאָך פֿינף יאָר פֿאַרשיקונג. אַן אַנדער פֿאַרמישפּטער איז געווען שלמה ברעגמאַן, אַ געוועזענער וויצע־מיניסטער פֿונעם מלוכישן קאָנטראָל פֿון רספֿסר. נאָך דעם 16טן יוני, 1952, האָט מען אים געבראַכט אַ געחלשטן אינעם מעדיצינישן אָפּטייל פֿון דער בוטירקע־טורמע, וווּ ער איז געשטאָרבן דעם 23סטן יאַנואַר, 1953, "מיט סימנים פֿון אַן אָפּגעשוואַכטער האַרץ־פֿונקציע".

דעם 3טן יאַנואַר, 1949, האָט דער צק ווקפּ(ב) – דער צענטראַלער קאָמיטעט פֿון דער אַלפֿאַרבאַנדישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי (באָלשעוויקעס) – צעשיקט אַ פֿאַרמאַכטן בריוו צו אַלע פֿירנדיקע רעגיאָנעלע פּאַרטיי־סטרוקטורן, דערקלערנדיק, אַז דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט ווערט בטל, און מיטטיילנדיק וועגן דעם קרימינעלן מישפּט איבער די, וואָס האָבן געהאַט צו אים שײַכות און זענען פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר "שפּיאָנאַזש". די אָפֿיציעלע אַנטי־ייִדישע רדיפֿות האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד. אַ ממשותדיקע ראָלע האָט אין זיי געשפּילט די שרײַענדיקע פּראָפּאַגאַנדע־קאַמפּאַניע קעגן די אַזוי־גערופֿענע "אָנוואָרצלדיקע קאָסמאָפּאָליטן". זי האָט זיך אָנגעהויבן דעם 28סטן יאַנואַר, 1948, פֿון אַ לייט־אַרטיקל אין "פּראַוודע", באַטיטלט "וועגן איין אַנטי־פּאַטריאָטישער גרויפּע טעאַטראַלע קריטיקער".

די וויכטיקסטע אָפֿיציעלע סאָוועטישע צײַטונג איז אויפֿגעטראָטן מיט דער קריטיק פֿון עטלעכע פּערזענלעכקייטן, וואָס זענען פֿריִער געווען באַקאַנט בלויז אין טעאַטראַלע קרײַזן: גורוויטש, יוזאָווסקי, באָרשטשאַגאָווסקי, וואַרשאַווסקי, מאַליוגין, באָיאַדזשיִעוו און כאָלאָדאָוו. דער אַרטיקל האָט זיי באַשולדיקט אינעם "פֿאַרלירן זייער אַחריות לגבי דעם פֿאָלק, זײַענדיק טרעגער פֿונעם אָנוואָרצלדיקן קאָסמאָפּאָליטיזם, וואָס איז פֿאַרן סאָוועטישן מענטש פֿײַנדלעך און טיף עקלדיק". לויטן לייט־אַרטיקל, די דאָזיקע פּאַרשוינען זענען אַ סימבאָל אַ מוסטער פֿון די, וואָס רײַסן אונטער די יסודות פֿונעם סאָוועטישן פּאַטריאָטיזם.

דעם 29סטן יאַנואַר, 1948, האָט די "ליטעראַרישע צײַטונג" (Литературная газета) צוגעשריבן אַלטמאַנען צו דער ליסטע פֿון "אָנוואָרצלדיקע קאָסמאָפּאָליטן". דעם 31סטן יאַנואַר, האָט די צײַטונג "קולטור און לעבן" מסביר געווען, אַז כאָלאָדאָוו איז אַ פּסעוודאָנים; דער אמתער נאָמען פֿונעם דאָזיקן שרײַבער איז מאיראָוויטש.

נאָך די דאָזיקע פּובליקאַציעס, האָבן די ייִדישע אינטעליגענטן און ליטעראַטן זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ ברייטער כוואַליע חשדים, רדיפֿות, באַזײַטיקונגען פֿון דער אַרבעט און צומאָל אַפֿילו אַרעסטן

אין יענער צײַט, זענען די לעצטע ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס אינעם לאַנד בטל געוואָרן איינע נאָך דער צווייטער: מע האָט פֿאַרמאַכט די ייִדישע צײַטונגען, זשורנאַלן, טעאַטערס, מוזייען, פֿאַרלאַגן, פֿאָרש־צענטער, אאַ״וו. עס האָט זיך געשאַפֿן דער אײַנדרוק, אַז די ייִדישע קולטור איז אומאָפֿיציעל געוואָרן פֿאַרבאָטן. די פֿירנדיקע פֿאָרשטייער פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג, וואָס האָט זיך שפּעטער באַוויזן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן די דאָזיקע געשעענישן אָנגערופֿן "אַ נאַציאָנאַל־קולטורעלער גענאָציד".

דער מישפּט איבערן ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט אַרויסגערופֿן נײַע כוואַליעס אַנטיסעמיטישע געריכט־פּראָצעסן איבערן לאַנד. איין קרבן פֿון אַזעלכע רדיפֿות איז געוואָרן די זשורנאַליסטקע און ליטעראַטור־קריטיקערין מרים אײַזנשטאַט (ליטעראַרישער פּסעוודאָנים מיראַ זשעלעזנאָוואַ). דער שרײַבער און זשורנאַליסט איליאַ ערענבורג האָט זי געעצהט, אַז זי זאָל, אָנהייבנדיק פֿונעם יאָר 1942, זאַמלען די ידיעות וועגן אויסגעצייכנטע ייִדן לטובֿת דעם קאָמיטעט – למשל, וויסנשאַפֿטלער, אינזשענירן און אָרגאַניזאַטאָרן פֿון גרויס־מאַסשטאַביקע אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען. די אַרטיקלען האָבן געזאָלט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אין דער פּרעסע פֿון די מערבֿדיקע לענדער, וואָס זענען געווען אַליִיִרט מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד.

דערצו, האָט מיכעאָלס זי אינסטרוקטירט צו פֿאַרבינדן זיך מיט דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער סאָוועטישער מיליטערישער אינסטאַנץ, וואָס טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר באַלוינונגען, כּדי צונויפֿצושטעלן די רשימה פֿון ייִדן, וואָס האָבן באַקומען דעם טיטל "העלדן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד" – די העכסטע באַלוינונג פֿאַר מיליטערישער העלדישקייט אינעם לאַנד. מיכאָעלס האָט זי געבעטן אָנצושרײַבן ביאָגראַפֿישע עסייען וועגן 30 אַזעלכע פּערזענלעכקייטן. הײַנט ווייסן מיר, אַז מע האָט זיך אײַנגעגעבן צו אינדענטיפֿיצירן 131 ייִדן־העלדן.

צו באַשרײַבן דעם העראָיִזם פֿון ייִדישע קעמפֿער, וואָס האָבן געראַנגלט קעגן דעם אַלגעמיינעם שׂונא צוזאַמען מיט די אַנדערע פֿעלקער פֿונעם לאַנד, איז געווען אַ וויכטיקע אויפֿגאַבע פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אין אַפּריל 1950 איז אײַזנשטאַט אַרעסטירט געוואָרן און מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, אין נאָוועמער, האָט מען זי צעשאָסן. אין יוני 1950, ווען זי איז געזעסן אין דער אויספֿאָרשונג־טורמע פֿון לעפֿאָרטאָוואָ, האָט זיך איר אײַנגעגעבן אָפּצושיקן אַ בריוועלע אַהיים.

איר טאָכטער האָט זיך שפּעטער דערמאָנט: "אין מײַן מאַמעס בריוועלע, אַדרעסירט צו מײַן טאַטן און צו מיר, פֿול מיט ליבשאַפֿט און פּײַן, זענען אויך געווען אָט אַזעלכע ווערטער: 'די באַשולדיקונגען קעגן מיר זענען מאָנסטעריש־אומגלייבלעכע. איך וועל גאָרניט חתמענען און דאָס מיינט, אַז מיר וועלן זיך קיינמאָל מער ניט זען".

מיראַ זשעלעזנאָוואַ איז געמישפּט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון אַ געפֿעלשטן אַנטי־ייִדישן פּראָצעס, אויסגעטראַכט דורך די מלוכישע זיכערהייט־כּוחות אויפֿן מאָסקווער אויטאָ־זאַוואָד אויפֿן נאָמען פֿון סטאַלין (באַקאַנט מיט די ראָשי־תּיבֿית "זיס"). צוזאַמען מיט איר, זענען צעשאָסן געוואָרן נאָך 13 מענטשן.

אַן ענלעכער גרויס־מאַסשטאַביקער מישפּט־פּראָצעס אין פֿאָרגעקומען אינעם מאָסקווער רעגיאָנעלן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. ער איז געווען באַקאַנט ווי דער געריכט־פּראָצעס איבער דער יוגנטלעכער אָרגאַניזאַציע "דער פֿאַרבאַנד פֿאַרן קאַמף לטובֿת דער רעוואָלוציע". דרײַ מענטשן זענען דעמאָלט צעשאָסן געוואָרן און צען – פֿאַראורטיילט צו 25 יאָר לאַגער־אַרבעט. אויפֿן קוזנעצקער מעטאַלורגישן זאַוואָד אין דער שטאָט סטאַלינסק (איצט – נאָוואָקוזנעצק) זענען 4 מענטשן צעשאָסן געוואָרן און נאָך 3 באַקומען 25־יאָריקע לאַגער־טערמינען. אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, זענען 4 מענטשן פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 25 יאָר לאַגער־אַרבעט.

חיים בן יעקבֿ

אונטן איז אַ פּרטימדיקער רוסישער אַרטיקל וועגן דעם חורבן פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אויף דער וועבזײַט "Бессмертный барак" ("דער אומשטערבלעכער באַראַק")

קינעמאַטאָגראַף אויף ייִדיש

קינעמאַטאָגראַף אויף ייִדיש

פֿאַר דער געבורטס־דאַטע פֿונעם ייִדישן קינעמאַטאָגראַף קאָן מען האַלטן דאָס יאָר 1911. אין סעפּטעמבער פֿון יענעם יאָר איז אין מינסק פֿאָרגעקומען אַ דעמאָנסטראַציע פֿון אַ שטומען פֿילם, וואָס איז באַגלייט געוואָרן מיט אויספֿילן דאָס ייִדישע זינגליד "אַ בריוועלע דער מאַמען". אינעם זעלבן יאָר האָט דער טעאַטראַלער קריטיקער און רעזשסער אלכּסנדר אַרקאַטאָוו (1888 – 1961) געמאַכט אין מאָסקווע אַ 15-מינוטיקן שטומען פֿילם אונטערן נאָמען "לחיים" לויט מאָטיוון פֿון אַ ייִדיש פֿאָלקסליד מיטן זעלבן נאָמען. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט ער געמאַכט די ערשטע, נאָך שטומע עקראַניזאַצע פֿון אַ ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. עס גייט אַ רייד וועגן שלום אַשס (1880 – 1957) פּיעסע "גאָט פֿון נקמה", וועלכע האָט געהאַט אין יענע יאָרן אַ גוואַלדיקן דערפֿאָלג.

נאָך דעם האָט געפֿאָלגט אַ שנעלע אַנטוויקלונג פֿון שטומען קינאָ מיט טיטרען אויף ייִדיש. די אַמערסטן באַמערקבאַרע פֿיגור אין דעם פּראָצעס איז געווען דער רעזשיסער סידניי גאָלדין (שמואל גאָלדשטיין, 1878 – 1937). אינעם געמאַכטן דורך אים אין 1924 שטומען פֿילם "ייִזכּור" האָט די הויפּט־ראָלע געשפּילט מאָריס שוואַרץ (1890 – 1960), וועלכער איז אין המשך געוואָרן אַ "סטאַר" פֿונעם ייִדישן סאַונד־קינאָ. די הויפּט־צענטערן פֿונעם ייִדישן שטומען קינאָ זײַנען נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה געווען פּוילן, פֿש"אַ און עסטרײַך. צוויי שטומע עקראַניזאַציעס פֿון שלום־עליכמס ווערק האָבן זיך באַוויזן אין די 20ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד. אין 1925 האָט אַלעקסיי גראַנאָווסקי (1890 – 1937) געשאַפֿן לויט דערציילונגען וועגן מנחם־מענדלען דעם פֿילם "ייִדישע גליקן", די הויפּט־ראָלע אין וועלכן ס'האָט געשפּילט שלמה מיכאָעלס. אין 1928 האָט גריגאָרי גריטשער־טשעריקאָווער (1883 – 1945) געמאַכט אַ פֿילם "דורך טרערן" לויט מאָטיוון פֿון דער גרעסערער דערציילונג "מאָטל פּייסי דעם חזנס".

דער ערשטער ייִדישער סאַונד־פֿילם איז געוואָרן דער געמאַכטער אין פֿש"אַ דורך סידניי גאָלדין קורצפֿילם "עד מתי". נאָך דעם האָט געפֿאָלגט אַ האַסטיקער אויפֿבלי פֿונעם ייִדישן סאַונד־קינעמאַטאָגראַף. זײַנע הויפּט־צענטערן זײַנען געווען פֿש"אַ און פּוילן. במשך פֿון איין יאָרצענדליק זײַנען אַרויסגעלאָזט געוואָרן בערך 100 פֿול־לאַנגע סאַונד־פֿילמען אויף ייִדיש. דעם גרעסטן דערפֿאָלג צווישן זיי האָבן געהאַט "ייִדל מיטן פֿידל" (1936) און "אַ בריוועלע דער מאַמען" (1938) פֿונעם רעזשיסער יוסף גרין (גרינבערג, 1900 – 1996); "גרינע פֿעלדער" (לויט פּרץ הירשביינס פּייסע, 1937), "יאַנקל דער שמיד" (1938), "די קליאַטשע" (לויט מאָטיוון פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרימס דערציילונג, 1939) און "אַמעריקאַנער שדכן" (1940) פֿונעם רעזשיסער עדגאַר אולמער (1904 – 1972); "דער דיבוק" (לויט ש.אַנ־סקיס פּיעסע, 1937) פֿונעם רעזשיסער מיכל וואַשינסקי (1904 – 1965), "טבֿיה דער מילכיקער" (לויט מאָטיוון פֿון שלום־עליכמס גרעסערער דערציילונג, 1939) – רעזשי פֿון מאָריס שוואַרץ. 

אין גיכן נאָכן אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה און אָקופּאַציע פֿון פּוילן און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער דורך נאַציסטן איז דער ייִדישער קינעמאַטאָגראַף געקומען צום אונטערגאַנג. אין 1950 האָבן אין פֿש"אַ זיך באַוויזן צוויי לעצטע ייִדישע פֿול־לאַנגע פֿילמען באַשטימטע פֿאַר אַ ברייטן פּראָקאַט. אין 1957 איז אין פּוילן געמאַכט געוואָרן אַ קורצפֿילם געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער. במשך פֿון די 40ער און 50ער יאָרן זײַנען עטלעכע פּראָפּאַגאַנדיסטישע דאָקומענטאַלע פֿילמען אויף ייִדיש געמאַכט געוואָרן אין פּוילן און אין ישׂראל.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דער ייִדישער קינעמאַטאָגראַף ווי אַ דערשײַנונג פֿון מאַסן־קולטור האָט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן, איז די ייִדישע שפּראַך ניט נעלם געוואָרן פֿולקום פֿון קינעמאַטאָגראַף. זי איז אָנוועזנד ווי די שפּראַך פֿון אַ טייל דיאַלאָגן אין אַ גאַנצער ריי שפּילפֿילמען געמאַכטע אין ווײַטערדיקע יאָרצענדליקער איבערהויפּט אויף אַנדערע שפּראַכן. צווישן זיי זײַנען "די גאַס העסטער" (פֿש"אַ, 1975), "דער בריסלער טראַנזיט" (בעלגיע, 1982), "אַן ערנסטער מענטש" (פֿש"אַ, 2009), "אַן אַמעריקאַנער אוגערקע" (פֿש"אַ, 2020) און דער מיני־סעריאַל "אַ ניט־אָרטאָדאָקסאַלע" (פֿש"אַ – דײַטשלאַנד, 2020).

נאָך מער, פֿון צײַט צו צײַט באַווײַזן זיך אויך נײַע שפּילפֿילמען, אין וועלכע ייִדיש איז די הויפּט־שפּראַך. אין 1976 האָט די ישׂראלדיקע פֿאַרוואַלטונג פֿאַר טעלעוויזיע און ראַדיאָ פֿילמירט דעם מוזיקאַלן טעלעוויזיע־ספּעקטאַקל "די מגילה" (רעזשי פֿון שמואל בונים) אויפֿן סמך פֿון איציק מאַנגערס לידער. ער איז געגאַנגען איבערהויפּט אויף ייִדיש. אין 1983 האָט דער רעזשיסער אַלפֿרעד שטיינהאַרט (1923 – 2012) געמאַכט אין ישׂראל פֿולקום אויף ייִדיש אַ פֿול־לאַנגן פֿילם "אַז מע גיט – נעמט מען". אין 1990 אויך אין ישׂראל האָט זיך באַוויזן אַ פֿול־לאַנגער פֿילם פֿונעם רעזשיסער אבֿרהם העפֿנער (1935 – 2014) "האהבֿה האחרונה של לורה אַדלר" ("די לעצטע ליבע פֿון לאָרע אַדלער"), אין וועלכן ס'איז געווען מער ייִדיש איידער העברעיִש.

מיטן אָנהייב פֿונעם 21טן יאָרהונדערט האָבן אַזעלכע פֿילמען אויף אַ – דאַכט זיך – פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן אָנגעהויבן זיך באַווײַזן אויף עקראַנען אַלץ עפֿטער. אין 2005 האָט אַ רעזשיסער אַ ליבהאָבער יעקבֿ קירש געמאַכט אין פֿש"אַ פֿולקום אויף ייִדיש אַ קורצפֿילם "אַ געשעפֿט". אין 2008 האָט זיך אין ישׂראל באַוויזן אַ קורצפֿילם פֿונעם רעזשיסער דן ראָזענבערג (געב. אין 1979) "בית אבֿי" ("מײַן טאַטנס שטוב"), טראָץ דעם העברעיִשן נאָמען איז דער פֿילם פֿולקום אויף ייִדיש. אין 2010 האָט די אַמעריקאַנער רעזשיסערין איוו אַנענבערג געמאַכט איבערהויפּט אויף ייִדיש אַ פֿול-לאַנגן פֿילם Romeo and Juliet in Yiddish ("ראָמעאָ און דזשוליעטע אין ייִדיש"). אין 2014 האָט דער רעזשיסער מאַקסים זשירו (געב. אין 1976) געמאַכט אין קוועבעק איבערהויפּט אויף ייִדיש אַ פֿול־לאַנגן פֿילם "Felix et Meira" ("פֿיליקס און מיירע"). אין 2015 האָט דער ישׂראלדיקער רעזשיסער ערן טאָרבינער געמאַכט פֿולקום אויף ייִדיש אַ קורצפֿילם "אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך רעדט דער ים" לויט מאָטיוון פֿון יהואשס (שלמה בלומגאַרטן, 1872 – 1927) טאָגביכער. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט דער זעלבער רעזשיסער אַרויסגעלאָזט נאָך אין פֿולקום ייִדישן קורצפֿילם – "דער קאָלאָניסט" לויט מאָטיוון פֿון יוסף טונקלס (1881 – 1949) רײַזע־נאָטיצן. אין 2017 האָט דער אַמעריקאַנער רעזשיסער יהושע ווײַנשטיין (געב. אין 1983) געשאַפֿן פֿולקום אויף ייִדיש אַ פֿול־לאַנגן פֿילם "מנשה". די דאָזיקע רשימה וועט בלי־ספֿק פֿאָרגעזעצט ווערן, ווײַל די געשיכטע פֿונעם ייִדישן קינעמאַטאָגראַף זעצט זיך פֿאָר.

פּרעסע אויף ייִדיש

פּרעסע אויף ייִדיש

די געשיכטע פֿון פּרעסע אויף יִדיש ציילט אָן אַמווייניקסטן דרײַ מיט אַ האַלב יאָרהונדערטער. אין 1686 – 1687 איז אין אַמסטערדאַם דערשינען די ערשטע באַוווּסטע די פֿאָרשער רעגולערע (יעדן דינסטיק און פֿרײַטיק) צײַטונג אויף דעם דאָזיקן לשון אונטערן נאָמען "קוראַנטן". אין פֿאַרלויף פֿונעם 18טן יאָרהונדערט זײַנען אין מערבֿדיקער און צענטראַלער אייראָפּע דערשינען נאָך עטלעכע אויסגאַבעס פֿון פֿאַרשיידענער פּעריאָדישקייט אויף ייִדיש אָדער אויף דײַטש מיט ייִדישע בוכשטאַבן.

אַ שטורמישע אַנטוויקלונג פֿון דער פּרעסע אויף ייִדיש האָט זיך אָנגעהויבן אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אין מיזרח־אייראָפּע. פֿאַרן אָנהייב פֿון דער פּרעסע פֿונעם הײַנטצײַטיקן טיפּ אויף דעם לשון האַלט מען דאָס באַווײַזן זיך פֿון דער וואָכנשריפֿט "קול מבֿשׂר", וועלכע עס האָט אַרויסגעגעבן אין 1862 – 1873 אין אָדעס אלכּסנדר צעדערבוים (1816 – 1893). חוץ נײַס, פֿלעגט "קול מבֿשׂר" פֿאַרעפֿנטלעכן אויך פּובליציסטישע אַרטיקלען און קינסטלערישע ווערק. מיט איר האָבן מיטגעאַרבעט די גרעסטע ייִדישע ליטעראַטן פֿון יענער צײַט – מענדעלע מוכר־ספֿרים (1836 – 1917), יהודה־לייב גאָרדאָן (1830 – 1892), אבֿרהם גאָלדפֿאַדען (1840 – 1909), יצחק־יואל לינעצקי (1839 – 1915).

צום סוף 19טן יאָרהונדערט זײַנען צײַטונגען אויף ייִדיש געווען ברייט פֿאַרשפּרייט אינעם תּחום־המושבֿ אין רוסלאַנד און אין גאַליציע, וואָס איז דעמאָלט געווען אין באַשטאַנד פֿון עסטרײַך. מיטן אָנהייב פֿון מאַסן־עמיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן קיין אַמערקיקע האָט מען אָנגעהויבן אַרויסגעבן די פּרעסע אויף ייִדיש אויך מעבֿר־לים.

אינעם סוף 80ער יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט באַווײַזט זיך ליטעראַרישע פּעריאָדיק אויף ייִדיש. פֿאַר אירע גרונטלייגער האַלט מען מיט רעכט די דרײַ טוער:

1. אין 1888 – 1889 האָט שלום־עליכם (1859 – 1916) אַרויסגעגעבן דעם אַלמאַנאַך "ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק".

2. אין 1888 – 1896 האָט מרדכי ספּעקטאָר (1858 – 1925) אַרויסגעגעבן דעם אַלמאַנאַך "הויז־פֿרײַנד".

3. אין 1891 – 1893 האָט יצחק־לייבוש פּרץ (1852 – 1915) אַרויסגעגעבן דעם אַלמאַנאַך "ייִדישע ביבליאָטעק".

די ערשטע העלפֿט פֿונעם 20טן יאָרהונדערט איז געוואָרן די תּקופֿה פֿון אויפֿבלי פֿון דער פּרעסע אויף ייִדיש. דעמאָלט זײַנען אויף ייִדיש דערשינען הונדערטער פּעריאָדישע אויסגאַבעס – פֿון טעגלעכע צײַטונגען ביז יאָרביכער. מע האָט זיי אַרויסגעלאָזט אינעם ראַטנפֿאַרבאנד, אין פּוילן, פֿש"אַ, קאַנאַנדע, אויסטראַליע, דרום־אַפֿריקע, אַרגענטינע, פֿראַנקרײַך, בריטאַניע, אַרץ־ישׂראל און אין אַ גאַנצער ריי אַנדערע לענדער. לויט איר אינהאַלט איז די דאָזיקע פּרעסע געווען זייער פֿאַרשיידנאַרטיק: רעליגיעזע, קאָמוניסטישע, בונדיסטישע, ציוניסטישע, "געלע", ליטעראַרישע, וויסנשאַפֿטלעכע, פּעדאַגאָגישע, פּרעסע פֿאַר קינדער אא.

דערנאָך האָט זיך אָנגעהויבן דער אונטערגאַנג פֿון דער פּרעסע אויף ייִדיש, וואָס איז אַרויסגערופֿן געוואָרן מיט פֿאַרניכטונג פֿון מיליאָנען ייִדיש־רעדנער בשעת דעם חורבן און מיט שפּראַכלעכער אַסימילאַציע פֿון נײַע דורות ייִדן.

אינעם ראַטנפֿאַרבאַד איז די גאַנצע פּרעסע אויף ייִדיש ליקווידירט געוואָרן אין 1948 אינעם גאַנג פֿון דער מלוכישער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע. מיטאַרבעטער פֿון רעדאַקציעס, זשורנאַליסטן און שרײַבער זײַנען רעפּרעסירט געוואָרן, און ייִדיש דרוק־שריפֿטן האָט מען פֿאַרניכטעט. אין 1961 איז אין מאָסקווע געשאַפֿן געוואָרן דער ליטעראַטור־זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", וואָס האָט עקזיסטירט אונטער אהרן ווערגעליסעס (1918 – 1999) אומפֿאַרבײַטלעכער אָנפֿירונג ביז דער צעפֿאַלונג פֿונעם ראַטנפֿאַרבאַנד. אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט איז עטוואָס פֿריִער באַנײַט געוואָרן דאָס אַרויסגעבן די געגנטלעכע ייִדישע צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן". אָבער אין באַדינגונגען, ווען מע האָט ייִדיש אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד אין ערגעץ ניט אונטערריכטעט, האָט די צאָל לייענער פֿון די דאָזיקע אויסגאַבעס געהאַלטן אין איין פֿאַרקלענערן זיך מיטן אַוועקגיין פֿון עלטערע דורות.

אין מדינת־ישׂראל זײַנען אין אָנהייב 50ער יאָרן אויפֿגענומען געוואָרן יורידישע באַגרענעצונגען קעגן יידיש, ווײַל די גרינדער פֿון דער באַנײַטער ייִדישער מלוכה האָבן געזען אין ייִדיש אַ סכּנה פֿאַר העגעמאָניע פֿונעם אויפֿגעשטאַנענעם תּחית־המתים עבֿריתּ. בפֿרט איז אין ישׂראל פֿאַרבאָטן געווען אַרויסגעבן אַ טעגלעכע צײַטונג אויף ייִדיש (אַרויסגעבן אַזאַ צײַטונג דרײַ מאָל אַ וואָך האָט מען געמעגט). ניט געקוקט אויף דעם, זינט 1948 ביז 1995 איז אין תּל־אָבֿיבֿ בײַ דער שטיצע מצד הסתּדרות דערשינען דער ליטעראַרישער זשורנאַל "די גאָלדענע קייט". זײַן אומפֿאַרבײַטלעכער רעדאַקטאָר איז געווען אבֿרהם סוצקעווער (1913 – 2010).

צום סוף 20טן – אָנהייב 21טן יאָרהונדערט האָבן דאָס רובֿ איבערגעבליבענע ביז דעמאָלט פּעריאָדישע אויסגאַבעס אויף ייִדיש אויפֿגעהערן דערשײַנען. יענע פּעריאָדישע אויסגאַבעס, וואָס דרוקן זיך איצט פֿולקום אָדער טיילווײַז אויף ייִדיש קען מען בוכשטעבלעך איבערציילן אויף פֿינגער:

1. פֿולקום אויף ייִדיש מיט צוויי טיראַזשן (אין ישׂראל און אין שוועדן) ווערט אַרוסגעגעבן דער ליטעראַרישער קוואַרטאַלניק "ייִדישלאַנד"

2. פֿולקום אויף ייִדיש אין ניו־יאָרק ווערט צוויי מאָל אַ יאָר אַרויסגעגעבן דער אָרגאַן פֿון "ייִדיש־ליגע", "אויפֿן שוועל". 

3. פֿולקום אויף ייִדיש ווערט אין ניו־יאָרק אַרויסגעגעבן דורך סאַטמאַרער חסידים די וואָכנשריפֿט "דער ייִד".

4. אַ קאָקורירנדיקע גרופּע סאַטמאַרער חסידים גיט אין דער זעלבער שטאָט אַרויס די וואָכנשריפֿט "דער בלאַט".

5. אויף רוסיש און אויף ייִדיש ווערט אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אַרויסגעגעבן די וואָכנשריפֿט "ביראָבידזשאַנער שטערן". 

6. אויף פּויליש און אויף ייִדיש ווערט אין וואַרשע אַרויסגעגעבן די מאָנאַטשריפֿט פֿון דער קולטור־געזעלשאַפֿט פֿון ייִדן אן פּוילן "דאָס ייִדישע וואָרט".

7. אויף רוסיש און אויף ייִדיש אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט דערשײַנט דאָס ליטעראַרישע יאָרבוך "ביראָבידזשאַן". 

8. אויף האָלענדיש און אויף ייִדיש דערשײַנט דאָס אַמסטערדאַמער ליטעראַרישע יאָרבוך "די גרינע מדינה".

אייניקע פֿון די דאָזיקע אויסגאַבעס האָבן, חוץ דער פּאַפּירענער, אויף אַ דיגיטאַלע ווערסיע. דערצו בלויז אין דיגיטאַלער פֿאָרם דערשײַנט אויף ענגליש און אויף ייִדיש די ניו־יאָרקער וואָכנשריפֿט "פֿאָרווערטס" , און פֿולקום אויף ייִדיש – דער ניו־יאָרקער ליטעראַרשער וועב־אַלמאַנאַך "ייִדיש בראַנזשע". 

 

ייִדיש־קולטור

ייִדיש־קולטור

די קולטור פֿון אַשכּנזישע ייִדן איז באַגרינדעט אויף דער ייִדישער שפּראַך. ביז די לעצטע יאָרצענדליקער, ווען רובא־דרובא פֿון די אַשכּנזים האָבן אויפֿגעהערט רעדן אויף זייער היסטאָריש מאַמע־לשון, האָט ייִדיש אַמשטאַרקסטן געווירקט פֿאַרקיש אויף אַלע אַספּעקטן פֿון זייער קולטור.

ישׂשכר־בער ריבאַק. 1922

אויפֿן ערשטן בליק, קאָן עמעצער טענהן, אַז דער באַגריף "ייִדיש־קולטור" איז איבעריק. מיר וואָלטן געקאָנט רעדן פֿון דער אַשכּנזישער קולטור; ייִדיש איז דאָך איר שפּראַכלעכער אינטעגראַלער טייל. באַזונדערס ספֿקדיק קלינגט אַזאַ באַגריף אויף פֿאַרשיידענע אַנדערע לשונות – ווי אַ קאַלקע פֿונעם ענגלישן אויסדרוק Yiddish culture. למשל, אויף רוסיש, בפֿרט אין די סאָוועטישע צײַטן, האָט מען ייִדיש פּשוט באַצייכנט ווי די ייִדישע שפּראַך ("еврейский язык"), דהײַנו די שפּראַך פֿון ייִדן. דאָס שטימט, אַוודאי, מיטן באַדײַט פֿונעם עצם־וואָרט "ייִדיש".

פֿונדעסטוועגן, מיינען מיר, אַז דער באַגריף "ייִדיש־קולטור" איז פּאַסיק אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן און דווקא וויכטיק ווי אַ קאָנצעפּציע. ס׳איז אַ גוט ייִדיש וואָרט, ניט קיין קאַלקע. דער אויסדרוק "ייִדישע קולטור" אַסאָציירט זיך הײַנט דווקא מיט ייִדן, בפֿרט מיט די אַשכּנזים. פֿאַרשיידענע קולטור־אויסדרוקן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש ווי אַ שפּראַך, זענען אָבער גובֿר די גרענעצן פֿון דער ייִדישער צי אַשכּנזישער אינדענטיפֿיקאַציע. דער באַקאַנטער היסטאָריקער זלמן זילבערצווײַג (1894 – 1972) דערמאָנט פֿון צײַט צו צײַט "ייִדיש־קולטור" אין זײַן מאָנומענטאַלן 6־בענדיקן "לעקסיקאָן פֿון ייִדישן טעאַטער", כּדי אונטערצושטרײַכן דעם חילוק צווישן דעם ייִדישן פֿאָלק און זײַן היסטאָריש לשון. ווײַט ניט אַלע ייִדישע אַקטיאָרן און ייִדישיסטן זענען הײַנט ייִדן.

לאָמיר זיך דערמאָנען, אַז לכל־הפּחות במשך פֿון דרײַ יאָרהונדערטער זענען די אַשכּנזים געווען די גרעסטע ייִדישע עדה, וואָס האָט געשפּילט די פֿירנדיקע ראָלע אינעם קולטורעלן, רעליגיעזן און פּאָליטישן לעבן פֿון ייִדן בכלל. יענע אַשכּנזים, וואָס האָבן זיך בכּיוון אָפּגעזאָגט פֿון ייִדיש לטובֿת העברעיִש – דערצו אַ נײַעם מין העברעיִש, וואָס קלינגט אַנדערש ווי דער טראַדיציאָנעלער אַשכּנזישער לשון־קודש – זענען געוואָרן דער יאָדער פֿון דער נײַער העברעיִש־רעדנדיקער ישׂראלדיקער נאַציע, וואָס פֿורעמט זיך נאָך אויס פֿאַר אונדזערע אויגן. איר קולטור שיידט זיך שטאַרק אונטער פֿון דעם, וואָס מע קאָן אין וועלכן־ניט־איז זין דעפֿינירן ווי ייִדיש־קולטור.

די ישׂראלדיקע נאַציע האַלט נאָך אין קאָנסאָלידירט ווערן. אַ באַזונדערער סובקולטורעלער שיכט אין איר באַטראַכט זיך ווי אַשכּנזים – אָבער, געוויינטלעך, אָן קיין שײַכות צו דער ייִדישער שפּראַך. דעריבער, כּדי אויסצומײַדן דעם פּלאָנטער, איז כּדאַי אײַנצופֿירן דעם באַגריף "ייִדיש־קולטור" אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, כּדי – נאָכאַמאָל – אונטערצושטרײַכן דווקא דאָס לשון.

כראָנאָלאָגיש און קאָנצעפּטועל, קאָן מען אײַנטיילן די ייִדיש־קולטור אין איר פֿריִיִקער און נײַער פֿאָרם. צו דער פֿריִיִקער ייִדיש־קולטור געהערט, קודם־כּל, דער פֿאָלקלאָר און די ווערק פֿון פֿאַרשיידענע מחברים, וואָס האָבן אָפֿט געשעפּט זייער באַגײַסטערונג פֿון פֿאָלקלאָרישע קוואַלן. אַזעלכע ווערק, אין פֿאַרשיידענע דיכטערישע און פּראָזאַיִשע זשאַנערס, זענען געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדיש אָנהייבנדיק פֿון 14טן, און נאָך געבליט אין אָנהייב דעם 19טן יאָרהונדערט. דער אויפֿקום פֿון דער נײַער ליטעראַטור אויף ייִדיש איז געווען אַ דירעקטע פּראַקטישע תּוצאה פֿון דער השׂכלה־טעטיקייט. די משׂכּילים האָט געשטרעבט צו מאָדערניזירן דאָס ייִדישע לעבן, כאָטש אידעאָלאָגיש האָבן זיי זיך באַצויגן צו ייִדיש זייער נעגאַטיוו. פֿונדעסטוועגן, האָבן אַ צאָל פּראָמינענטע משׂכּילישע מחברים געשריבן אויף ייִדיש און אײַנגעפֿירט אין אונדזער ליטעראַטור די מאָדערנע אייראָפּעיִשע זשאַנערס פֿון זייער תּקופֿה.

אין די 1870ער און 1880ער יאָרן הייבט זיך אָן אין דער ייִדיש־קולטור אַ שטורעמדיקער אַנטוויקלונג־פּראָצעס. די קלאַסיקער פֿון דער נײַער ייִדישער פּראָזע, וואָס האָבן זי אויפֿגעהויבן ביז דער מדריגה פֿון די פֿירנדיקע אייראָפּעיִשע ליטעראַרישע טראַדיציעס, זענען געוואָרן מענדעלע מוכר־ספֿרים (אמתער נאָמען – שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש, 1836–1917), יצחק־לייבוש פּרץ (1852–1915) און שלום־עליכם (שלום ראַבינאָוויטש, 1859–1916). 

פּרץ האָט אויך פֿאַרלייגט די יסודות פֿון דער נײַער ייִדישער פּאָעזיע, צוזאַמען מיט שמעון־שמואל פֿרוג (1860–1916). דער דראַמאַטורג, פּאָעט און רעזשיסאָר אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען (אמתער פֿאַמיליע־נאָמען גאָלדענפֿאָדען, 1840–1908) ווערט מיט יושר אָנגערופֿן דער פֿאָטער פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעלן טעאַטער אויף ייִדיש און פֿון ייִדישן טעאַטער בכלל. צוערשט, האָט אויף דעם פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער גאָר שטאַרק משפּיע געווען די אַלטע פֿאָלק־טעאַטראַלישע טראַדיציע פֿון פּורים־שפּילן און בדחנים, וואָס געהערט נאָך צו דער פֿריִיִקער ייִדיש־קולטור. די אַלטע טראַדיציעס פֿון כּלי־זמרים האָבן פֿאַרלייגט די יסודות פֿון דער פּראָפֿעסיאָנעלער ייִדישער מוזיק, און אויך ממשותדיק משפּיע געווען אויף דעם פּראָפֿעסיאָנעלן טעאַטער.

בײַם אָנהייב, האָט אַ גרויסער טייל פֿון דער ייִדישער אינטעלעקטועלער עליטע זיך באַצויגן צו דער נײַער ייִדיש־קולטור מיט אַ היפּשן פֿאַרראַכט. די סיבה דערפֿון איז געווען, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קהילה האָט זיך די הויכע קולטור אַסאָציִיִרט מיט לשון־קודש, און ייִדיש האָט מען באַטראַכט בלויז ווי אַ "נידעריקע" פֿאָלקס־שפּראַך. די משׂכּילים, אַפֿילו שרײַבנדיק אַליין אויף ייִדיש, האָבן אים בפֿירוש גרינגגעשעצט און ביטולדיק גערופֿן אַ "זשאַרגאָן".

דער מצבֿ האָט אָנגעהויבן זיך בײַטן אין די 1880ער יאָר, אַ דאַנק דער ייִדישיסטישער מאָדעל פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן ווידערגעבורט, וועלכע האָט זיך דעמאָלט אָנגעהויבן צו פֿאָרמירן. דער צוועק פֿון ייִדישיזם איז געווען צו שאַפֿן אַ מאָדערנע נאַציאָנאַלע ייִדישע קולטור אויפֿן סמך פֿון ייִדיש – די טראַדיציאָנעלע שמועס־שפּראַך פֿון די אַשכּנזישע ייִדן, וואָס האָבן באַטראָפֿן די מערהייט פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק. יצחק־לייבוש פּרץ האָט אַקטיוו פּראָפּאַגאַנדירט אַזאַ געדאַנק. צוויי נאַציאָנאַלע ייִדישע היסטאָריקער און ליטעראַטור־קריטיקער, שמעון דובנאָוו (1860–1941) און ישׂראל צינבערג (1873–1939), הגם אַליין האָבן זיי געשריבן בעיקר אויף רוסיש, האָבן מיט וויסנשאַפֿטלעכע און היסטאָרישע אַרגומענטן באַטאָנט, אַז ס׳איז וויכטיק און נייטיק צו אַנטוויקלען די ליטעראַטור אויף ייִדיש

נאָך בײַם סאַמע אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען ביסלעכווײַז אויפֿגעהערט צו באַהאַנדלען ייִדיש ווי אַ "נידעריקע" שפּראַך. פּאַראַדאָקסאַל, האָט אַ גרויסע ראָלע אין דעם געשפּילט חיים־נחמן ביאַליק (1873–1934). קיין ייִדישיסט איז ער ניט געווען און איז צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ קלאַסיקער פֿון דער נײַער העברעיִשער פּאָעזיע. פֿונדעסטוועגן, האָט ער אויך איבערגעלאָזט אַ רעלאַטיוו קליינעם, אָבער זייער השפּעהדיקן קאָרפּוס לידער אויף ייִדיש.

אַ וויכטיק מײַלשטיין־געשעעניש איז פֿאָרגעקומען אינעם יאָר 1908 אין טשעראָנאָוויץ: די ערשטע קאָנפֿערענץ פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט באַקאַנטע ייִדישע ליטעראַטן און כּלל־טוער, אָנהענגער פֿון אַ מער ראַדיקאַלער ווערסיע פֿון דער ייִדישיסטישער אידעאָלאָגיע. לויט דער רעזאָלוציע פֿון דער קאָנפֿערענץ, איז ייִדיש "אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק". הגם די מחברים פֿון דער רעזאָלוציע האָבן זיך אײַנגעהאַלטן פֿונעם אָנרופֿן ייִדיש מער תּוקפֿדיק "די" נאַציאָנאַלע שפּראַך, האָט די דעקלאַראַציע אַרויסגערופֿן אַ גאַנצן שטורעם פּראָטעסטן מצד דער היפּוכדיקער מחנה פֿון די העברעיִסטן, וועלכע האָבן געגלייבט, אַז די ייִדישע נאַציאָנאַלע שפּראַך מוז זײַן רק העברעיִש.

אַ דאַנק דעם פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורג שלום אַש (1880–1957), וועלכער ווערט צומאָל באַטראַכט ווי "דער פֿערטער קלאַסיקער" פֿון ייִדישער פּראָזע, האָבן אַ גרויסע צאָל באַגאַבטע יונגע מחברים באַשלאָסן צו שרײַבן דווקא אויף ייִדיש. אין אַ גרויסער מאָס, איז די גרויסע אויטאָריטעט פֿון אַשן פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס זײַנע ווערק האָבן שטאַרק אויסגענומען אין דער גרויסער וועלט, ניט נאָר בײַ ייִדן. למשל, ווען ער האָט אָנגעשריבן זײַן פּיעסע "גאָט פֿון נקמה" אין 1906, האָט זי זיך אינגיכן באַוויזן אויף רוסיש און דײַטשיש, און מע האָט זי געשפּילט אין טעאַטערס אויף די דאָזיקע שפּראַכן נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, און דערנאָך אויף אַ צענדליק אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. אין 1912 האָט מען לויט די מאָטיוון פֿון אָט־דער דראַמע אַפֿילו געשאַפֿן אין רוסלאַנד אַ שטומען פֿילם.

ווען די ייִדישע אינטעליגענץ האָט פֿאַרשטאַנען דאָס חשיבֿות פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־קולטור, האָט עס געבראַכט, צווישן אַנדערן, צו דער פֿאַרווירקלעכונג פֿון צוויי וויכטיקע פּראָיעקטן אין רוסלאַנד, וואָס האָבן שטאַרק באַאײַנפֿלוסט די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדיש־קולטור:

1. אין 1908 איז אין רוסלאַנד געגרינדעט געוואָרן די געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק. צווישן אַנדערע אויפֿגאַבעס, האָט זי געשטעלט דעם ציל צו רעקאָרדירן, פֿאַרעפֿנטלעכן און פּאָפּולאַריזירן ייִדישע פֿאָלקס־לידער. לויט אירע תּקנות, האָט זי אויך געשטרעבט צו שטודירן און אַנטוויקלען כּלערליי אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער מוזיקאַלישער פֿאָלק־ירושה, גערופֿן די קאָמפּאָזיטאָרן צו שאַפֿן אייגענע ווערק אין כּמו־פֿאָלקישע סטילן, אָרגאַניזירט קאָנצערטן, שמועסן און לעקציעס. די געזעלשאַפֿט האָט זיך אָנגעפֿירט אויף אַ קאָלעקטיוון שטייגער. דער ראָש פֿון איר פֿירערשאַפֿט איז געווען דער זינגער יוסף תּמרס (1867 – 1934). אין איר מוזיקאַלישן קאָמיטעט האָבן זיך באַטייליקט אַזעלכע קאָמפּאָזיטאָרן, ווי אליעזר סאַמינסקי (1882 – 1959), מיכאל גנעסין (1883 – 1957), אַלכּסנדר זשיטאָמירסקי (1881 – 1937), דוד טשערנאָמאָרדיקאָוו (1883 – 1947) א״אַ.

2. אינעם זעלבן יאָר האָט מען געשאַפֿן די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט בראָש מיטן דעפּוטאַט פֿון דער מלוכישער דומע מאַקסיק ווינאַווער (1862–1926). צווישן אירע פֿאָרלויפֿער זענען געווען אַ צאָל פֿריִערע אָרגאַניזאַציעס, אָנהייבנדיק פֿון דער "געזעלשאַפֿט פֿאַר קולטור־פֿאַרשפּרייטונג צווישן ייִדן אין רוסלאַנד" (ОПЕ), פֿאָרמירט אין 1863. די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט האָט אַרויסגעגעבן אויף רוסיש דעם היסטאָריש־וויסנשאַפֿטלעכן זשורנאַל "דאָס ייִדישע אַלטנטום" ("Еврейская старина"), רעדאַגירט דורך שמעון דובנאָוו. ווי געזאָגט, איז ער געווען אַן אָנגעזעענער שטיצער פֿון ייִדיש־קולטור. מיט דער הילף פֿון דער דאָזיקער געזעלשאַפֿט האָט מען אין 1912–1914 דורכגעפֿירט די ייִדישע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס, אָנגעפֿירט דורכן רוסישן און ייִדישן פּראָזאַיִקער, פּאָעט און דראַמאַטורג ש. אַנ־סקי (אמתער נאָמען – שלמה־זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1865–1920). די עקספּעדיציעס זענען אַרומגעפֿאָרן איבער די ייִדישע שטעטלעך אינעם תּחום־המושבֿ און געזאַמלט אַ ריזיקע צאָל פּרײַזלאָזע עטנאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן.

ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן די ייִדישע ליטעראַטור און טעאַטער שוין באַהערשט אַלע דערגרייכונגען פֿונעם אייראָפּעיִשן און אַמעריקאַנער מאָדערניזם, און אין דער תּקופֿה צוויישן די צוויי וועלט־מלחמות האָבן זיי דערגרייכט די מדרגה פֿון די פֿירנדיקע אייראָפּעיִשע ליטעראַרישע און טעאַטראַלישע טראַדיציעס. אַז מע רעדט פֿונעם ייִדישן טעאַטער, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אינעם יאָר 1904 איז אין ניו־יאָרק אויפֿגעקומען דער ייִדישער "גראַנד־טעאַטער"; אין 1915 איז געשאַפֿן געוואָרן די "ווילנער טרופּע"; אין 1920 איז אין מאָסקווע געגרינדעט געוואָרן דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער (גאָסעט, אויך באַקאַנט ווי "מיכאָעלס־טעאַטער").

אַן אַנדער וויכטיקער אַספּעקט פֿון יענצײַטיקער ייִדישער קולטור איז געווען די קינאָ־אינדוסטריע, וואָס האָט זיך צעבליט אין עטלעכע לענדער, בפֿרט די פּוילן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די ערשטע פֿילמען אויף ייִדיש זענען געווען שטומע, דערנאָך – מיט אונטערקעפּלעך, און שפּעטער – פֿולמעסיקע קלאַנגיקע פֿילמען פֿון אַ הויכער קוואַליטעט. בסך־הכּל, האָט מען אינעם פּעריאָד פֿון 1910 ביז 1940 אַרויסגעלאָזט בערך 130 פֿולמעסיקע אין אַרום 30 קורצע פֿילמען אויף ייִדיש.

אין דער זעלבער תּקופֿה האָט זיך אַנטוויקלט די מאָדערניסטישע ייִדישע מאָלערײַ־קונסט, פֿעסט פֿאַרבונדן מיט דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור, טעאַטער און קינעמאַטאָגראַפֿיע. לאָמיר דערמאָנען אַזעלכע מײַסטערס, ווי מאַקס וועבער (1881–1961), מאַרק שאַגאַל (1887–1985), על ליסיצקי (1890–1941), הענריק בערלעווי (1894–1967), ישׂשכר־בער ריבאַק (1897–1935), באָריס אַראָנסאָן (1900–1980) א"אַ. ייִדיש איז געווען דאָס מאַמע־לשון פֿון ס׳רובֿ ייִדישע קינסטלער־מאָדערניסטן און ייִדיש־קולטור האָט משפּיע געווען אויף זייערע ווערק. אַחוץ ייִדישלעכע טעמעס און אָפּשפּיגלונגען פֿונעם ייִדישן שטעטל, האָבן זיי אילוסטרירט ייִדישע ביכער, אָפֿט מיט טעקסט־אויסצוגן אויף דער דאָזיקער שפּראַך, אַרײַנגעפֿלאָכטן ווי אַ דעקאָראַטיווער עלעמענט אין זייער גראַפֿישן דיזײַן, דעקאָרירט סצענעס פֿונעם ייִדישן טעאַטער, ווי אויך – זייער וויכטיק – פֿאַרעפֿנטלעכט זייערע אייגענע עסייען, דערציילונגען און לידער אויף ייִדיש.

צום בײַשפּיל, האָט שאַגאַל אָנגעשריבן אַ סך אַרטיקלען וועגן קונסט און ליטעראַטור אויף ייִדיש, ווי אויך דיכטערישע ווערק. ליסיצקי, אַ באַרימטער קינסטלער און אַרכיטעקטאָר, האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע פֿון ייִדישע ביכער־אילוסטראַציעס פֿאַר קינדער. ייִדיש איז געווען די שפּראַך, אויף וועלכער די ייִדישע קינסטלער האָבן געפֿירט אַקטיווע דיסקוסיעס אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן וועגן די נײַסטע נטיות אין דער אַוואַנגאַרד־קונסט, און אויף וועלכער עס זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן גאָר אינטערעסאַנטע קונסט־קאָנצעפּציעס און מאַניפֿעסטן.

צו דער ייִדיש־קולטור געהערט, אין אַ געוויסער מאָס, אויך די וויסנשאַפֿטלעכע טעטיקייט אויף ייִדיש אָדער אין שײַכות מיט ייִדיש (וואָס שייך לינגוויסטיק, פֿאָלקלאָר, ליטעראַטור־פֿאָרשונג, וכּדומה). אַזאַ טעטיקייט האָט זיך אָנגעהויבן אין די 1910ער יאָרן און בליט נאָך אַלץ. אין אַ גאַנצער ריי אוניווערסיטעטן אַרום דער וועלט פֿונקציאָנירן הײַנט וויסנשאַפֿטלעכע צענטערס, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין ייִדיש און ייִדיש־קולטור. קודם־כּל, איז וויכטיק צו דערמאָנען דעם באַרימטן ניו־יאָרקער ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט (ייִוואָ), געגרינדעט אין 1925. פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער פֿירט אָן מיט דער פּראָגראַם פֿון ייִדיש־פֿאָרשונגען אינעם אָפּטייל פֿון גערמאַנישע שטודיעס בײַם אינדיאַנע־אוניווערסיטעט אין בלומינגטאָן. פּראָפֿ' מאַריאָן אַפּטראָאָט פֿירט אָן מיט שטודיעס פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אינעם אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון הײַנריך הײַנע אין דיסלדאָרף. דאָס זענען בלויז אייניקע פֿון אַ סך אַנדערע בײַשפּילן.

מיט די אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן זענען אויך פֿאַרבונדן גאָר פּרעסטיזשפֿולע ייִדיש־קורסן. דער עצם־פֿאַקט, אַז זיי עקזיסטירן און ציִען צו סײַ ייִדן, סײַ ניט־ייִדן, זאָגט עדות, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדיש־קולטור בלײַבט און אַפֿילו האַלט אין וואַקסן. ווי אַ רעזולטאַט, טרעפֿן זיך נײַע ייִדיש־רעדער, וואָס האָבן אויסגעלערנט ייִדיש ווי אַ צווייטע שפּראַך. מע זעט אויך, אַז בײַ די אַזוי־גערופֿונע האַלב־רעדער – די, וואָס קענען אַ ביסל ייִדיש פֿון דער היים, נאָר זענען ווײַט ניט קיין שפּראַך־מומחים – שטײַגן דער ניוואָ פֿון שפּראַך־קאָמפּעטענץ. עס באַקומט זיך, אַז הגם די צאָל ייִדיש־רעדער פֿון די אַלטע דורות איז האַסטיק געפֿאַלן במשך פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער, ווערט זי טיילווײַז קאָמפּענסירט.

נאָך אַ זאַך צו נעמען אין באַטראַכט: דער דורכשניטלעכער בילדונג־ניוואָ פֿון די נײַע ייִדיש־רעדער איז געוויינלעך זייער הויך, און דערצו זענען זיי זייער מאָטיווירט צו באַהערשן די אוצרות פֿון דער ייִדיש־קולטור. אַזעלכע געבילדעטע און ענערגישע לייענער סטימולירן ניט בלויז די ווײַטערדיקע פֿאַרהיטונג, נאָר די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ס׳איז וויכטיק מדגיש צו זײַן, אַז הײַנט שרײַבן אויף ייִדיש – און צומאָל נאָר אויף ייִדיש – צענדליקער מחברים, וואָס זענען שוין געבוירן געוואָרן נאָכן חורבן. זינט 2017 גייט אַרויס פּאַראַלעל אין ישׂראל און שוועדן דער אומאָפּהענגיקער ליטעראַרישער קוואַרטאַל־זשורנאַל "ייִדישלאַנד". אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פֿון רוסלאַנד גייט זינט 2012 אַרויס דער צוויי־שפּראַכיקער ייִדיש־רוסישער אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן". אין ניו־יאָרק באַזירט זיך דער ליטעראַרישער אינטערנעץ־פּאָרטאַל "ייִדיש בראַנזשע".

חשובֿע ליטעראַרישע מאַטעריאַלן באַווײַזן זיך פֿון צײַט צו צײַט אויף די זײַטלעך פֿון דער וועכנטלעכער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" אין ביראָבידזשאַן, ווי אויך אין דער ניו־יאָרקער אינטערנעץ־צײַטונג "פֿאָרווערטס". צוויי מאָל אַ יאָר פֿאַרעפֿנטלעכט די ניו־יאָרקער "ייִדיש־ליגע" איר זשורנאַל "אויפֿן שוועל". עס זענען פֿאַראַן אויך ראַדיאָ־פּראָגראַמען אויף ייִדיש און אינטערנעץ־רעסורסן, וואָס שטעלן דעם טראָפּ אויף ליטעראַטור־ענינים. פֿון צײַט צו צײַט דערשײַנען ליטעראַרישע פּראָגראַמען אויף ייִדיש אויפֿן ביראָבידזשאַנער טעלעוויזיע־קאַנאַל "ביראַ".

אין באַהעפֿט מיט דעם גייט אָן די גרויס־מאַסשטאַביקע איבערזעצערישע אַרבעט. סײַ די קלאַסישע, סײַ די פֿרישע ווערק אויף ייִדיש ווערן איבערגעזעצט אויף ענגליש, רוסיש, העברעיִש, פֿראַנצויזיש, דײַטשיש, פּויליש, אוקראַיִניש און אַנדערע שפּראַכן. דאָס אַליין, אַז אַזעלכע איבערזעצונגען דערשײַנען און ווערן פֿאַרקויפֿט, איז אַ לעבעדיקע גבֿית־עדות, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדיש־קולטור איז גרויס ניט נאָר בײַ די, וואָס קענען אָדער לערנען ייִדיש, און אַז די ייִדיש־קולטור האָט בכלל גובֿר געווען אירע אָריגינעלע ענגע ראַמען פֿונעם ספּעציפֿיש ייִדישן פֿענאָמען. אַדרבה, זי איז געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם דער אַלמענטשלעכער קולטור

אין ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ און וואַרשע שפּילן הײַנט פּראָפֿעסיאָנעלע טעאַטערס אויף ייִדיש. אַ דאַנק דער סינכראָנישער איבערזעצונג (אין קאָפּהערערס), קאָנען די העברעיִש־ און פּויליש־רעדער אויך אָפּשאַצן דעם ספּעקטאַקל. אַן אַנדער פֿענאָמען איז די כּלי־זמרישע מוזיק, וואָס איז שוין לאַנג געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער מוזיקאַלישער זשאַנער, און פֿאָרט פֿאָדערט זי, נאַטירלעך, לידער־טעקסטן אויף ייִדיש.

די ייִדיש־קולטור לעבט און בליט, כאָטש קיין ממשותדיקע מלוכישע שטיצע קריגן זי וווּ־ניט־איז ניט. ס׳איז געקומען די צײַט פֿאַרסך־הכּלען די פֿאָרלויפֿיקע רעזולטאַטן פֿון די דערמאָנטע אָנגייענדיקע פּראָצעסן, אָפּשאַצן ווי געהעריק די אַלמענטשלעכע ווערט פֿון דער דאָזיקער קולטור, באַטראַכטן די אָפּטימאַלע פֿאָרעמס פֿון טעטיקייט, כּדי זי סיסמעמאַטיש צו באַשרײַבן, פּאָפּולאַריזירן – און צו העלפֿן איר ווײַטער בליִען און זיך אַנטוויקלען.

Yiddish Culture Today

ייִדיש און וועלט־קולטור

ייִדיש און וועלט־קולטור

ווען די רייד וואָלט געגאַנגען וועגן דער וועלט־השפּעה פֿון דער ייִדישער קולטור בכלל, אָן קיין שײַכות צו וועלכער־ניט־איז שפּראַך, וואָלט מען געמוזט אָנהייבן די מעשׂה פֿונעם תּנ״ך – פֿון דער ייִדישער ביבל, וואָס איז געוואָרן איינער פֿון די סאַמע יסודותדיקע טעקסטן פֿון דער הײַנטצײַטיקער וועלט־קולטור אין אירע סאַמע פֿאַרשיידנאַרטיקע אַספּעקטן. די ליטעראַטור, קונסט, טעאַטער, קינאָ, פֿילאָסאָפֿיע פֿון אַלע מערבֿדיקע פֿעלקער אָן אַן אויסנאַם – און ניט־מערבֿדיקע אויך – איז ממש דורכגעזאַפּט מיט תּנ״כישע סוזשעטן, אידעען און מאָטיוון.

מאַרק שאַגאַל. איבער דער שטאָט. 1918.

ווי באַקאַנט, רופֿט מען אָן ייִדן "עם־הספֿר", און יענער ספֿר איז, דער עיקר, דער תּנ״ך. די תּנ״כישע שפּראַך איז אָבער לשון־קודש, דער אוראַלטער העברעיִש, און אַוודאי ניט ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיטן תּנ״ך איז די קולטור פֿון ייִדיש אַ רעלאַטיוו יונגע. דערפֿאַר איז גאָר ניט גרינג צו ענטפֿערן, ווי אַזוי און אויף וויפֿל זי האָט משפּיע געווען אויף דער וועלט־קולטור. מע מוז די דאָזיקע קשיא קודם גוט באַטראַכטן.

קיין פּרטימדיקן ענטפֿער וועלן מיר דאָ ניט געבן; דאָ וועלן מיר בלויז אויסדריקן עטלעכע אַלגעמיינע געדאַנקען וועגן דעם אָרט, וואָס די ייִדיש־קולטור פֿאַרנעמט אינעם קאָנטעקסט פֿון דער וועלט־קולטור.

1. די ייִדישע קולטור איז אַלגעמיין שטאַמט פֿונעם אוראַלטן מיטל־מיזרח און איז פֿאַרבונדן מיט סעמיטישע שפּראַכן, וואָס פֿאַר אייראָפּע זענען גאַנץ פֿרעמד: לשון־קודש און אַראַמיש. להיפּוך, איז די ייִדיש־קולטור אי אַ נאַציאָנאַל־ייִדישע, אי אַן אייראָפּעיִשע. אַזוי ווי די ייִדישע שפּראַך גופֿא, איז זי אויפֿגעקומען און זיך אַנטוויקלט במשך פֿון צענדיקער דורות אין אייראָפּע. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אויף ייִדיש שרײַבט מען מיטן ייִדישן – לכתּחילה לשון־קודשדיק – אַלף־בית, אומפֿאַרשטענדלעך פֿאַר ס׳רובֿ אייראָפּעער, פּאַסט זיך די ייִדיש־קולטור אַרײַן אָרגאַניש אינעם אייראָפּעיִשן קולטורעלן קאָנטעקסט.

אַ סך אירע אויסדרוקן שטעלן מיט זיך פֿאָר ייִדישלעכע רעפֿלעקסיעס אויף דער אַלגעמיינער אייראָפּעיִשער קולטור – אַ מין "ייִדישע תּשובֿה אויף דער קריסטלעכער שאלה". דאָס איז נאַטירלעך, ווײַל ביז די לעצטע פּאָר הונדערט יאָר זענען ייִדן געווען די איינציקע ניט־קריסטלעכע רעליגיעזע מינאָריטעט אין דער קריסטלעכער אייראָפּע. באונס צי ברצון האָבן זיי געפֿירט אַ שטענדיקן קולטורעלן דיאַלאָג מיט דער אַרומיקער סבֿיבֿה.

2. די מאָדערנע ייִדיש־קולטור, וואָס האָט זיך פֿאָרמירט אינעם 19טן יאָרהונדערט, איז רעלאַטיוו יונג. אַזוי ווי אַנדערע גענוג יונגע אייראָפּעיִשע קולטורן, האָט זי געמוזט זיך פֿאַרפֿעסטיקן, פֿאַרדינען עפּעס אַן אָנערקענונג אינעם קאָנטעקסט פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער קולטור, מחוץ די ראַמען פֿונעם ייִדישן ציבור. אין אַ געוויסער מאָס איז דאָס איר אײַנגעגעבן צו דערגרייכן נאָך אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

3. דער ערשטער תּנאַי פֿון אַזאַ אָנערקענונג זענען געווען איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף אַנדערע שפּראַכן. זיי האָבן אָנגעהויבן זיך באַווײַזן נאָך אינעם סאַמע סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט: ראשית־כּל, איבערזעצונגען אויף רוסיש, פּויליש און דײַטשיש. דערנאָך האָט זייער צאָל געהאַלטן אין איין וואַקסן, צוזאַמען מיט דער צאָל שפּראַכן, אויף וועלכע מע האָט איבערגעזעצט פֿאַרשיידענע ייִדישע ווערק.

4. דער ערשטער ייִדישער שרײַבער, וועלכער איז געוואָרן באַקאַנט און פּאָפּולער אין דער גרויסער ניט־ייִדישער וועלט איז געווען שלום אַש (1880–1957). ווען ער האָט נאָך געלעבט, זענען זײַנע ווערק דערשינען אויף אַ גאַנצער ריי שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ענגליש

5. אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט דער ייִדישער טעאַטער – וואָס האָט געשפּילט, אַוודאי, אויף ייִדיש – ברייט אָנערקענט געוואָרן אויף דער וועלט. אָט אײַך אַ בולטער בײַשפּיל פֿון דער דאָזיקער אָנערקענונג. דער אָנגעזעענער בריטישער רעזשיסאָר עדוואַרד הערני גאָרדאָן קרעג (1872–1966) האָט אין 1935 באַזוכט דעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער (גאָסעט) און זיך אָפּגערופֿן אַזוי: "איצט איז מיר קלאָר, פֿאַרוואָס איז ענגלאַנד איז ניטאָ אינעם טעאַטער קיין עכטן שעקספּיר. ווײַל דאָרטן איז ניטאָ אַזאַ אַקטיאָר, ווי מיכאָעלס".

אין דער קלאַסישער פּיעסע פֿון וויליאַם שעקספּיר "קעניג ליר", וואָס איר אויפֿפֿירונג אינעם מאָסקווער גאָסעט־טעאַטער האָט אַזוי אַנטציקט דעם בריטישן רעזשיסאָר, האָט שלמה מיכאָעלס (1890–1948) אויסגעפֿירט די הויפּט־ראָלע. אויף ייִדיש האָט די פּיעסע גלענצנדיק איבערגעזעצט דער פּאָעט שמואל האַלקין (1897–1960).

6. נאָכן חורבן, ווען דאָס אַמאָליקע היסטאָרישע ייִדישלאַנד איז אויף אַן אַכזריותדיקן אופֿן אויסגעראָטן געוואָרן, איז דער אינטערעס צו דער ייִדיש־קולטור און בפֿרט צו איר ליטעראַטור דווקא געשטיגן סײַ אין די מערבֿדיקע לענדער, סײַ אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ דאָס דאָזיקע עקסטעריטאָריאַלע לאַנד, צעשפּרייט איבער פֿאַרשיידענע לענדער, האָט געבליט במשך פֿון הונדערטער יאָרן: קודם־כּל – אין פּוילן, ליטע, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד.

דער דאָזיקער אינטערעס שליסט זיך ניט אויף דער פֿענאָמענאַלער פּאָפּולאַריטעט פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער (1902–1978), וועלכער האָט געוווּנען אַ נאָבעל־פּרעמיע אין ליטעראַטור. אַדרבה, עס זענען דערשינען פֿילצאָליקע איבערזעצונגען פֿון אַזעלכע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, ווי ישׂראל־יהושע זינגער (1893–1944), משה קולבאַק (1896–1937), דבֿורה פֿאָגעל (1902–1942), אַבֿרהם סוצקעווער (1913–2010), און אַ סך אַנדערע.

7. דער באַרימטער ייִדישער שרײַבער־קלאַסיקער שלום־עליכם (1859–1916) איז גאָר פּאָפּולער אין דער וועלט. זײַנע ווערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן ניט נאָר אויף אייראָפּעיִשע, נאָר אויך אויף מיזרח־אַזיאַטישע שפּראַכן. דער אַמעריקאַנער מיוזיקל "דער פֿילדער אויפֿן דאַך", באַגרינדעט אויף שלום־עליכמס דערציילונגען וועגן טבֿיה דעם מילכיקער, איז געוואָרן אַ קלאַסישער מוסטער פֿון אַזאַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלישן זשאַנער.

8. בלי־שום־ספֿק האָט די ייִדיש־קולטור שטאַרק משפּיע געווען אויף דער וועלט־קולטור אינעם געביט פֿון דער מאָדערניסטישער מאָלערײַ־קונסט. אַזעלכע נעמען, ווי מאַקס וועבער (1881–1981), ראָבערט פֿאַלק (1886–1958), מאַרק שאַגאַל (1887–1985), ישׂשכר־בער ריבאַק (1897–1935), באָריס אַראָנסאָן (1900–1980) און אַנדערע, זענען גוט באַקאַנט קונסט־מומחים און שעצער אַרום דער גאָרער וועלט.

9. אַ באַזונדערע פֿאַקטיש אומגעפֿאָרשטע, אָבער גאָר אינטערעסאַנטע טעמע איז די אומדירעקטע השפּעה פֿון דער ייִדיש־קולטור אויף אַנדערע קולטורן דורך די מחברים, וואָס זענען געווען ייִדן, געקענט ייִדיש, זענען געווען באַקאַנט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור, נאָר געשריבן אויף אַנדערע שפּראַכן. דאָ קען מען ברענגען אַ בולטן בײַשפּיל פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. אינעם פּאָפּולערן ראָמאַן "צוועלף בענקלעך" פֿון איליאַ אילף און יעווגעני פּיעטראָוו שרײַבט דער פּראַוואָסלאַוונער גלח פֿאָטער פֿיאָדאָר בריוולעך צו זײַן ווײַב. ס׳איז אַבסאָלוט קלאָר, אַז די מחברים האָבן איבערגעאַרבעט מחנם־מענדלס בריוו צו זײַן פֿרוי פֿון שלום־עליכמס מעשׂה "מחנם־מענדל".