Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ריבאַק

ישׂשכר־בער ריבאַק

גאַלעריע

ישׂשכר־בער ריבאַק (1897 – 1935). ישׂשכר־בער ריבאַק איז געווען אַ ייִדישער און פֿראַנצויזישער מאָלער, גראַפֿיקער, אילוסטראַטאָר און סקולפּטאָר, אַ געבוירענער אין יעליסאַוועטגראַד (דעמאָלט רוסלאַנד, הײַנט קראָפּיווניצקי, אוקראַיִנע). אין זײַן יוגנט האָט ער זיך געלערנט אין דער קיִעווער קונסט־שול און האָט פֿריִ אַנטוויקלט אַן אוניקאַלן קינסטלערישן סטיל, אויסמישנדיק די עקספּרעסיווקייט פֿון קוביזם מיט זײַן אייגענער העלער פֿאַרבן־גאַמע. זײַנע מורי־דרך זענען געווען צוויי אָנגעזעענע קובאָ־פֿוטוריסטן: אַלעקסאַנדראַ עקסטער און אַלעקסאַנדר באָגאָמאַזאָוו.

ייִדישע טעמעס פֿאַרנעמען אַ צענטראַל אָרט אין ריבאַקס ווערק, אָפֿט אין אַ דירעקט שײַכות מיט דער ייִדישער שפּראַך. אינעם יאָר 1918 איז ער געוואָרן איינער פֿון די מיטגרינדער און הויפּט־אַקטיוויסטן פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע", וואָס האָט געשטעלט דעם ציל צו אַנטוויקלען די ייִדישע ליטעראַטור, טעאַטער און קולטור. ריבאַק האָט אילוסטרירט אַ ריי ייִדישע ביכער פֿאַר קינדער און דערוואַקסענע, אַרײַנגערעכנט לידער פֿון לייב קוויטקאָ און דאָס בוך "קינדער־וועלט" פֿונעם באַוווּסטן סאָוועטישן פּעדאַגאָג באָריס סמאָלין (אַרויס אין 1922 און איבערגעדרוקט אין 2007 מיט ריבאַקס אילוסטראַציעס און אַ פּאַראַלעלער רוסישער איבערזעצונג).

אַזוי ווי שאַגאַל, איז ריבאַק געווען אַן אויסגעצייכנטער קונסט־פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער און ייִדיש־קולטור. אין פֿאַרגלײַך מיט שאַגאַלס פֿאַנטאַסטישע מאָטיוון, שטעלן אָבער ריבאַקס ווערק דעם טראָפּ אויפֿן טאָג־טעגלעכן פּשוטן לעבן פֿונעם ייִדישן שטעטל. ניט לאַנג פֿאַר זײַן פּטירה, אין 1934, האָט ער זיך געווענדט צו דער קעראַמישער סקולפּטור־קונסט און געשאַפֿן אַ סעריע געפֿאַרבטע טעראַקאָטענע פֿיגורקעס, וואָס זענען באַרימט געוואָרן ווי מוסטערווערק פֿון ייִדישער קונסט ("אַ חסידישער טאַנץ", "שׂימחת־תּורה", "פֿאָלקס־טאַנץ"). ריבאַק איז אויך באַקאַנט ווי דער שאַפֿער פֿון אוניקאַלע גראַפֿיק־אַלבאָמען, וווּ ער האָט געשילדערט דאָס לעבן פֿון אוקראַיִנישע חסידים: "שטעטל" (ליטאָגראַפֿיעס, 1923); "ייִדישע טיפּן פֿון אוקראַיִנע" (1924); "שאָטנס פֿונעם עבֿר" (1932).

ריבאַקס אַלבאָם "שטעטל", ווי אויך אַ רעפּראָדוקציע פֿון זײַן ליטאָגראַפֿיע "דער שלײַפֿער" מיט אַ חתימה פֿונעם אויטאָר, ווערן געוויזן אויף אונדזער וועבזײַט אין דער סעקציע "גאַלעריע", מיט אַ פֿרײַנדלעכער דערלויבעניש פֿון זשוליאַ זילבערקוויט (Julia Zilberquit). די אָריגינעלע ליטאָגראַפֿיע געפֿינט זיך אינעם ריבאַק־מוזיי, אין דער ישׂראלדיקער שטאָט בת־ים.

די צווייטע העברעיִשע אויפֿלאַגע פֿון "דער שׂטן אין גאָרײַ"

די צווייטע העברעיִשע אויפֿלאַגע פֿון "דער שׂטן אין גאָרײַ"

די צווייטע העברעיִשע אויפֿלאַגע פֿון "דער שׂטן אין גאָרײַ"


אינעם ירושלימער פֿאַרלאַג "כּרמל" איז דערשינען די צווייטע אויפֿלאַגע פֿון דער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון יצחק באַשעוויס־זינגערס ראָמאַן "דער שׂטן אין גאָרײַ". פֿון ייִדיש האָט אים איבערגעזעצט בלהה רובינשטיין, וועלכע האָט איבערגעזעצט, חוץ דעם, אַ גאַנצע ריי אַנדערע זײַנע ביכער. די ערשטע העברעיִשע אויפֿלאַגע פֿונעם ראָמאַן "דער שׂטן אין גאָרײַ" האָט זיך באַוויזן אין 2000 אינעם זעלבן פֿאַרלאַג. דאָס איז דער ערשטער ראָמאַן פֿון יצחק באַשעוויס־זינגערן. ער האָט זיך באַוויזן אינעם וואַרשעווער זשורנאַל "גלאָבוס" אין 1933, און אין 1935 איז ער דערשינען אויף ייִדיש אין אַ בוך־פֿאָרם. אַ סך שפּעטער זײַנען דערשינען איבערזעצונגען פֿון "דער שׂטן אין גאָרײַ" אויף ענגליש (1963) און אויף אַנדערע שפּראַכן.

וו. אַראָנאָוו

נאָך אַ ראָמאַן פֿון באַשעוויסן

נאָך אַ ראָמאַן פֿון באַשעוויסן

נאָך אַ ראָמאַן פֿון באַשעוויסן
צום ערשטן מאָל אין אַ בוך־פֿאָרם

אינעם תּל־אָבֿיבֿער "לייוויק־פֿאַרלאַג" איז אין אָנהייב אויגוסט דערשינען יצחק באַשעוויס־זינגערס ראָמאַן "דער שאַרלאַטאַן". ביז איצט איז דער דאָזיקער ראָמאַן קיינמאָל ניט אַרויסגעגעגעבן געוואָרן אויף ייִדיש אין אַ בוך־פֿאָרם. ער איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין המשכים אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג "פֿאָרווערטס" אין די 40ער יאָרן. שפּעטער איז "דער שאַרלאַטאַן" דערשינען אין אַ בוך־פֿאָרם אין איבערזעצונגען אויף ענגליש, אויף פֿראַנצויזיש, אויף דײַטש, נאָר ניט אויף דער שפּראַך פֿונעם אָריגינאַל. איצט סוף־כּל־סוף קאָנען ייִדיש־ליבהאָבער הנאה האָבן פֿון אָט דעם ראָמאַן פֿונעם נאָבעל־לאַורעאַט, ניט זיצנדיק אין אַ ביבליאָטעק איבער שטויסן פֿון אַלטע צײַטונגען.
ממש ניט לאַנג צוריק איז צום ערשטן מאָל דערשינען אין אַ בוך־פֿאָרם אויף ייִדיש באַשעוויסעס ראָמאַן "שׂונאים. געשיכטע פֿון אַ ליבע", וועלכער איז אויך ביזן הײַנטיקן יאָרן צוטריטלעך געווען אויף ייִדיש בלויז אין המשכים אין "פֿאָרווערטס". דער ראָמאַן "שׂונאים. געשיכטע פֿון אַ ליבע" איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורכן שוועדיש־ייִדישן פֿאַרלאַג "אָלניאַנסקי טעקסט".

וו. פּיריאַטינסקי

אַרכיוו

אַרכיוו

שלום־עליכם

סאָוועטיש היימלאַנד

גאַלעריע

גאַלעריע

מאַרק שאַגאַל

תּנחום קאַפּלאַן

ישׂשכר־בער ריבאַק

שמעון־בער קראַטקאָ

שלום־עליכם: נעכטן און הײַנט

שלום־עליכם: נעכטן און הײַנט

 שלום־עליכם

געזאַמלטע ווערק

דער דענקמאָל און פּרעמיע לכּבֿוד שלום־עליכמען

אַרכיוו

שלום־עליכם איז געוואָרן דער וויכטיקסטער סימבאָל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ געוויסע ראָלע האָט אין דעם בלי־ספֿק געשפּילט דער פֿאַקטוואָס אין אונטערשייד פֿון צוויי אַנדערע קלאַסיקער פֿון אונדזער פּראָזע – מענדעלע מוכר־ספֿרים און יצחק־לייבוש פּרץוועלכע האָבן געשריבן אין אַ פֿאַרגלײַכבאַרן פאַרנעם אויף ייִדיש און אויף העברעיִשאיז ייִדיש איינדײַטיק געווען די עיקרדיקע שפּראַך פֿון שלום־עליכמס שאַפֿונגמע טאָר ניט אָבער איגנאָרירן אויך יענעם פֿאַקטוואָס ער איז געווען אַמווייניקסט עליטיסטיש” און אַמערסטן “פֿאָלקסטימלעך” פֿון אונדזערע דרײַ קלאַסיקער.

די געשאַפֿענע דורך שלום־עליכמען בולטע און פֿאַרנעמלעכע געשטאַלטן פֿון טבֿיה דעם מילכיקןמנחם־מענדליאָסעלע־סאָלאָוויי, כּתרילעווקע, אַנאַטעווקע אאזײַנען פֿיל מאָל פֿאַרקערפּערט געוואָרן אויף דער בינע און אויפֿן עקראַן – דערבײַ ניט בלויז אויף ייִדישנאָר אויך אויף העברעיִשאויף ענגלישאויף רוסיש און אויף אַ סך אַנדערע שפּראַכןווייניק שרײַבער קאָנען קאָנקורירן מיט שלום־עליכמען אין צאָל לשונותאויף וועלכע עס זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן זייערע ווערק.

אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד האָט יעדע נאַציאָנעלע מינדערהייט געדאַרפֿט האָבן אַ קלאַסיקער (זעלטענער – צוויי קלאַסיקער), וועלכער האָט געדינט ווי אַן אולטימאַטיווער סימבאָל פֿון ליטעראַטור און אין גאַנצן גענומען קולטור פֿונעם אַנטשפּרעכיקן פֿאָלקזײַנע ווערק האָט מען איבערגעזעצט אין רוסיש און אין אַנדערע שפּראַכן פֿון סאָוועטישע פֿעלקערבײַ די גרוזינער איז געווען שאָטאַ רוסטאַוועליבײַ די אוקראַיִנער – טאַראַס שעווטשענקאָבײַ די ווײַסרוסן – יאַנקאַ קופּאַלאַ און יאַקוב קאָלאַס און בײַ ייִדןנאַטירלעך, – שלום־עליכםוועמענס זעקסבענדיקע זאַמלונג פֿון ווערק אין איבערזעצונג אויף רוסיש האָט באַפּוצט מיט עטלעכע יאָרצענדליקער צוריק שיער ניט יעדע ייִדישע שטוב אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד.

שלום־עליכמס נאָמען טראָגן גאַסן פֿון אַ סך שטעט אין דער וועלט – פֿון ביראָבידזשאַן ביז ירושליםאון אפֿילו אַ קראַטער אויף דער פּלאַנעטע מערקוראין אַ ריי שטעט פֿון רוסלאַנדישׂראל און אוקראַיִנע האָט מען אים געשטעלט דענקמעלער. אָבער קיין פֿולע אַקאַדעמישע אויפֿלאַגע פֿון זײַנע ווערק איז ביז איצט ניט פֿאַראַןאינעם ראַטנפֿאַרבאַנד וואָלט אַזאַ אויפֿלאַגע ניט געקאָנט זיך באַווײַזןווײַל גאָר ניט אַלע שלום־עליכמס ווערק אַנטשפּרעכן סאָוועטישע אידעאָלאָגישע שטעלונגעןלמשלזײַן ראָמאַן דער בלוטיקער שפּאַס“, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן בלבול־הדםוועגן דעם, אַז שלום־עליכם האָט סימפּאַטיזירט דעם ציוניזםגענומען אַן אָנטייל אין צוויי ציוניסטישע קאָנגרעסן און אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי פּובליציסטישע און קינסטלערישע ווערק מיט אָפֿן ציוניסטישן אינהאַלטהאָבן סאָוועטישע בירגער אויך ניט געטאָרט וויסן. אָבער אַזאַ אויפֿלאַגע האָט זיך צוליב כּלערליי סיבות ניט באַוויזן אויך אויסער דעם ראַטנפֿאַרבאַנדהגם די חשיבֿות פֿון אָט דעם שרײַבער אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז אַזוי גרויס, אַז אין פֿאַרלויף פֿונעם יאָרהונדערטוואָס איז פֿאַרבײַ זינט זײַן פּטירהוואָלט מען געקאָנט פֿאַרווירקלעכן אַזאַ פּראָיעקט.

דאָס צוגרייטן אַ פֿולע אַקאַדעמישע אויפֿלאַגע פֿון שלום־עליכמס ווערקוואָס זאָל אײַנשליסן אין זיך אַלע זײַנע חיבורים – קינסטלערישע, פּובליציסטישע און עפּיסטאָלאַרע, אָנגעשריבענע ניט בלויז אויף ייִדישנאָר אויך אויף רוסיש און העברעיִשאיז אַ קאָמפּליצירטע אויפֿגאַבעזי פֿאָדערט אַ מאַסשטאַביקבאַטראַכט און געניט צונויפֿקלײַבן מאַטעראלן כּדי דערנאָך אַרויסגעבן זיי אין אַן אוניפֿיצירטן אויסלייג מיט נייטיקע לינגוויסטישעהיסטאָרישע און ביבליאָגראַפֿישע קאָמענטאַרן.

ניט ווייניקער וויכטיק איז פּאָפּולאַריזאַציע פֿון דער שעפֿערישער ירושה פֿונעם גרויסן שרײַבערוועלכע היט אָפּ איר באַדײַטונג און אַקטועלקייט אפֿילו איצטאינעם 21טן יאָרהונדערטווען די באַשריבענע דורך אים וועלט פֿון ייִדישע שטעטלעך איז געוואָרן אַ טייל פֿון אונדזער געשיכטעצו דער דאָזיקער אויפֿגאַבע דאַרף מען צוגיין ניט פֿאָרמעלנאָר שעפֿערישנעמענדיק אין באַטראַכט הײַנטצײַטיקע רעאַליעס.

אויפֿן סמך פֿון וואָס דאַרפֿן אין דער אַרבעט אויף צו פֿאַראייביקן אונדזער קלאַסיקער אַרויסרוקט ווערן אויפֿן ערשטן פּלאַנט דווקא אָט די צוויי אויפֿגאַבן? – אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכמס די צוואָה“, וווּ עס שטייט צווישן אַנדערס געשריבן: “דער בעסטער מאָנומענט װעט זײַן פֿאַר מיראַז מע װעט לײענען מײַנע װערק און אַז עס װעלן זיך געפֿינען אין די פֿאַרמעגלעכע קלאַסן פֿון אונדזער פֿאָלק מעצענאַטןװאָס װעלן זיך נעמען אַרױסגעבן און פֿאַרשפּרײטן מײַנע װערקהן אין ייִדישהן אין אַנדערע שפּראַכן“.

ליטעראַטור

די ייִדישע ליטעראַטור

יצחק־לייבוש פּרץ

מענדעלע מוכר־ספֿרים

חיים־נחמן ביאַליק

הײַנטיקע ליטעראַטור

 שלום־עליכם

די ייִדישע ליטעראַטור שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אוניקאַלן קולטורעלן פֿענאָמען, זענענדיק איינצײַטיק אַ באַשטאַנדטייל פֿון דער פֿילשפּראַכיקער ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און איינע פֿון די אייראָפּעיִשע ליטעראַטור. אויף אַזאַ אופֿן ציִען זיך די מיטל־מיזרחדיקע וואָרצלען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער טיף פֿון יאָרטויזנטער, נאָר די ייִדישע ליטעראַטור גופֿא איז געבוירן געוואָרן אין מיטלאַלטערלעכער אייראָפּע.

אין דער אַמעריקאַנער מעטראָ פֿון די 1930ער 

די אָרגאַנישע פֿאַרבינדונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור מיט לשון־קודשדיקע ליטעראַטור־דענקמעלער האָט נאַטירלעך געשטאַמט פֿון דער כאַראַקטעריסטישער פֿאַר דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער געזעלשאַפֿט דיגלאָסיע, אין וועלכער דעם לשון־קודש האָט אָנגעהערט די פֿונקציע פֿון אַ "הויכער שפּראַך", וואָס האָט דאָמינירט אין געביט פֿון רעליגיע און פֿון דירעקט באַרבונדענע מיט דער רעליגיע ליטעראַטור־זשאַנערן (למשל, פּיוט). די דאָזיקע פֿאַרבינדונג האָט געבאָרן ספּעציפֿישע פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור גענג, אַזעלכע ווי ציטירן אין ייִדישע טעקסטן לשון־קודשדיקע מקורים מיט אַ נאָכגייענדיקער איבערזעצוג אין ייִדיש כּדי שאַפֿן אַן עפֿעקט פֿון אַ האַסטיקן איבערגאַנג פֿונעם "הויכן" סטיל צום "נידעריקן". דערבײַ האָט אַן אומפּינקלעכע איבערזעצוג אָפֿטמאָל געדינט ווי אַ מיטל צו דערגרייכן אַ הומאָריסטישן עפֿעקט. אַ בולטער מוסטער פֿונעם אויסנוצן דעם דאָזיקן גאַנג איז דער אָנהייב פֿון שלום־עליכמס דערציילונג "דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער": 

"איש היה בזלאָדיובֿקי – אַ מענטש איז געווען אין זלאָדייעווקע, אַ שטעטל, וואָס ליגט אין דער סבֿיבֿה פֿון מאַזעפּעווקע, נישט ווײַט פֿון כאַפּלאַפּאָוויטש און קאָזאָדאָיעווקע, צווישן יאַמפּאָלי און צווישן סטרישטש, פּונקט אויף דעם וועג, וואָס מע פֿאָרט פון פּישי־יאַבעדע דורך פּעטשי־כוואָסט קיין טעטרעוועץ און פֿון דאָרטן קיין יעהופּעץ; ושמו שמעון אליהו – און זײַן נאָמען איז שימעון־אלי, און גערופֿן האָט מען אים "שמעון־אלי שמע־קולנו", מחמת בײַם דעוונען אין שול האָט ער געהאַט אַ טבֿע שרײַען, ארבעטן, זינגען, ציקלען זיך אויף קולי־קולות. והיה האיש חייט – און געווען איז דער מענטש אַ שנײַדער, נישט, חלילה, פֿון די געהויבענע שנײַדערס, וואָס נייען נאָכן "טאַבעלטיר", וואָס מע רופֿט דאָס "זשורנאַל", נאָר אַ שנײַדער אַ לאַטוטניק".

כראָנאָלאָגיש קאָן די ייִדישע ליטעראַטור צעטיילט ווערן אויף דער "אַלטער" (ביזן אָנהייב 19טן יאָרהונדערט) און "נײַער" ליטעראַטור. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ גאַנצער ריי אַנדערע אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן פֿונעם אַנטשפּרעכיקן פּעריאָד איז די אַלט־ייִדישע ליטעראַטור גאַנץ רײַך. זי שליסט אין זיך אײַן פֿילצאָליקע ווערק פֿון פֿאַרשיידענע זשאַנערן: פּראָזאַיִשע און פּאָעטישע איבערטײַטשונגען פֿון תּנ"ך־טעקסטן, מעשׂיות, ייִדישע אַדאַפּטאַציעס פֿון ריטער־ראָמאַנען, מעמואַרן, פּורים־שפּילן, רײַזע־באַשרײַבונגען, געשיכטעס וועגן צדיקים. אַדאַנק דער מאַסן־גראַמאָטנעקייט פֿון ייִדן – סײַ מאַנצבלען, סײַ פֿרויען – האָבן די דאָזיקע ווערק געפֿונען אַ ברייטן לייענער־עולם. לכתּחילה האָבן די דאָזיקע ווערק זיך פֿאַרשפּרייט האַנטגעשריבנע, און זינט דעם 16טן יאָרהונדערט האָט מען זיי אָנגעהויבן דרוקן אין דרוקערײַען (אַזוי, למשל, איז אליהו דעם בחורס "באָווע־בוך" אָנגעשריבן געוואָרן אין 1507 – 1508, און אין 1541 איז דאָס בוך צום ערשטן מאָל אָפּגעדרוקט געוואָרן). די אַנטוויקלונג פֿונעם ביכערדרוק אויף ייִדיש האָט מיטגעהאָלפֿן דעם אָפּמעקן לאָקאַלע דיאַלעקן־אונטערשיידן און פֿאָרמירן אַ פֿאַרהעלטישמעסיק איינהאַלטלעכן ייִדישן שבּכּתבֿ־סטיל

די אַנטשטייונג פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור איז פֿאַרבונדן מיט מאָדערניזאַציע פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין אייראָפּע און מיט דער טעטיקײַט פֿון השׂכּלה־באַוועגונג. בײַם אָנהייב פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור זײַנען געשטאַנען די משׂכּילים יצחק־בער לעווינזאָן (1788 – 1860), שלמה עטינגער (1893 – 1856) און אבֿרהם־בער גאָטלאָבער (1811 – 1899). אַ ברייטע פּאָפּולערקייט האָט די נײַע ייִדישע ליטעראַטור דערוואָרבן אַדאַנק דער שאַפֿונג פֿון די פֿרוכטבאַרע פּראָזאַיִקערס ישׂראל אַקסנפֿעלד (1787 – 1866) און אײַזיק־מאיר דיק (1814 – 1893).

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס עס האָט זיך באַוויזן אַ מאַסן־לייענערשאַפֿט בײַ דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור, ביזן דריטן פֿערטל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט איז זי אָפּגעשטאַנען אין איר אַנטוויקלונג אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿירנדיקע אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן. אויף אַ קוואַליטאַטיוו נײַעם ניוואָ האָט די ייִדישע פּראָזע אַרויפֿגעפֿירט די שאַפֿונג פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים (1836 – 1917), וועלכן שלום־עליכם האָט אָנגערופֿן "דער זיידע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור". זײַן גרעסערע דערציילונג "די קליאַטשע" האָט צוגעצויגן די אויפֿמערקזאַמקייט ניט בלויז פֿון ייִדישע, נאָר אויך פֿון קריסטלעכע לייענער (אין איבערזעצונגען). נאָך מענדעלען זײַנען אין דער ייִדישער פּראָזע געקומען יצחק־לייבוש פּרץ (1852 – 1915) און שלום־עליכם (1859 – 1916). דווקאַ אָט די דרײַ האַלט מען מיט רעכט פֿאַר קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער פּראָזע.

אין די 70ער יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט דער דראַמאַטורג אבֿרהם גאָלדפֿאַדען (1840 – 1908) געשאַפֿן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער. אין המשך האָבן אַ באַדײַטנדיקן בײַטראָג אין דער ייִדישער דראַמאַטורגיע געמאַכט אויך שלום־עליכם און יצחק־לייבוש פּרץ.

די ייִדישע דיכטונג איז עטוואָס אָפּגעשטאַנען אין איר אַנטוויקלונג פֿון דער פּראָזע און דראמאַטורגיע. ביז דער צווייטער העלפֿט פֿון די 80ער יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט זײַנען אירע ווערק געבליבן האַלב־פֿאָלקלאָריש לויט זייער סטיל. אַזוי האָבן געשריבן די פּאָפּולערע אַמאָל פּאָעטן מיכל גאָרדאָן (1823 – 1890) און אליקום צונזער (1836 – 1913). אויפֿן ניוואָ פֿון אַנטוויקלטע אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן איז די ייִדישע דיכטונג אַרויס אַדאַנק דער שאַפֿונג פֿון שמעון־שמואל פֿרוג (1869 – 1916), וועלכער האָט געשריבן פּאַראַלעל אויך אויף רוסיש. אַ באַדײַטנדיקע געשעעניש אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער דיכטונג איז געוואָרן יצחק־לייבוש פּרצעס פּאָעמע "מאָניש".

ניט געקוקט אויפֿן אומצווייפֿלדיקן דערפֿאָלג פֿון פֿרוגס דיכטונג, האָט ייִדיש נאָך אַלץ געליטן פֿון קליימע פֿון אַ "נידעריקער שפּראַך", וועלכע פּאַסט ניט פֿאַר "הויכער פּאָעזיע". פֿרוג אַליין האָט מיט אַ ווייטיקפֿולער שאַרפֿקייט איבערגעגעבן אינעם ליד "מײַן עפּיטאַפֿיע" דאָס געפֿיל פֿון אַ סתּירה צווישן די הויכע שטרעבונגען פֿון דיכטער און דער נידעריקער שפּראַך, וואָס איז זײַן אינסטרומענט. אָט דער סטערעאָטיפּ בנוגע צו ייִדיש איז ענדלעך רויִנירט געוואָרן דורך חיים־נחמן ביאַליק, וועלכן מע האַלט מיט רעכט פֿאַר אַ קלאַסיקער פֿון דער נײַער העברעיִשער דיכטונג. דער קאָרפּוס פֿון זײַנע ייִדישע ווערק איז ניט גרויס, נאָר ביז גאָר באַדײַטנדיק. נאָך דעם, ווי אין 1906 איז דערשינען ביאַליקס בוך "פֿון צער און צאָרן", אין וועלכן עס זײַנען אַרײַן די פּאָעמע "אין שחיטה־שטאָט" און דאָס ליד "דאָס לעצטע וואָרט", וואָס האָט ניט קיין העברעיִשן וואַריאַנט, האָבן זיך אײַנגעשטילט אַלע דיבורים וועגן דעם, אַז ייִדיש פּאַסט ניט כּלומרשט פֿאַר הויכער פּאָעזיע.

אין אָנהייב 20טן יאָרהונדערט אַדאָפּטירט די ייִדישע ליטעראַטור האַסטיק און שעפֿעריש אַנטוויקלט דערגרייכונגען פֿונעם אייראָפּעיִשן מאָדערניזם. איינע נאָך אַן אַנדערער אַנטשטייען מאָדערניסטישע ליטעראַטור־גרופּן. די ערשטע צווישן זיי איז געווען די געשאַפֿענע דורך ייִדישע עמיגראַנטן אין פֿש"אַ ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה גרופּע "די יונגע", מיטגלידער פֿון וועלכער עס זײַנען געווען מאַני לייב (1883 – 1953), זישע לאַנדאַו (1889 – 1937), דוד איגנאַטאָוו (1885 – 1954), משה־לייב האַלפּערן (1886 – 1932) אא. מע דאַרף דערמאָנען אויך "די קיִעווער גרופּע", וועלכע האָט עקזיסטירט אין סאַמע ברען פֿונעם בירגער־קריג אויף אוקראַיִנע. אין איר זײַנען אַרײַן דוד בערגעלסאָן (1884 – 1952), דוד האָפֿשטיין (1889 – 1952), לייב קוויטקאָ (1890 – 1952) אא. אין אָנהייב 20ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט איז אין וואַרשע אַנשטאַנען די גרופּע "כאַליאַסטרע" אין באַשטאַנד פֿון אורי־צבֿי גרינבערג (1896 – 1981), פּרץ מאַרקיש (1895 – 1952) און מלך ראַוויטש (1893 – 1976). בערך אין דער זעלבער צײַט איז אַנשטאַנען די ניו־יאָרקער גרופּע "אין זיך", אין באַשטאַנד פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין (1896 – 1971), אהרן גלאַנץ־לעיעלעס (1889 – 1966) און נחום־ברוך מינקאָוו (1898 – 1958).

די ערשטע העלפֿט – און די מיט פֿונעם 20טן יאָרהונדערט דאָס איז די תּקופֿה פֿונעם מאַקסימאַלן אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַלע אירע זשאַנערן. בולטע נעמען זײַנען אין איר געווען אַזוי פֿיל, אַז ס'איז אוממעגלעך איבערצוציילן זיי אַלע אין ראַמען פֿון אַ קורצן איבערזיכט. בלויז אייניקע פֿון זיי זײַנען אַדאַנק איבערזעצונגען מער אָדער ווייניקער באַקאַנט יענע, וואָס לייענען ניט ייִדיש: שלום אַש (1880 – 1957), ישׂראל־יהושע זינגער (1893 – 1944), קאַדיע מאָלאָדאָווסקי (1894 – 1975), איציק מאַנגער (1901 – 1969), יצחק באַשעוויס־זינגער (1902 – 1991), חיים גראַדע (1910 – 1982), אבֿרהם סוצקעווער (1913 – 2010). נאָך מער – די געשיכטע פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור איז נאָך ניט אָנגעשריבן.

צום סוף פֿונעם 20טן יאָרהונדערט פּאַראַלעל מיט אַ גיכער פֿאַרקלענערונג פֿון דער צאָל ייִדיש־רעדנער פֿאַרקלענערט זיך האַסטיק אויך די צאָל מחברים, וועלכע שאַפֿן זייערע ווערק אויף דער דאָזיקער שפּראַך. פֿונדעסטוועגן עקזיסטירט די ייִדישע ליטעראַטור אויך איצט. צווישן אירע הײַנטצײַטיקע מחברים זײַנען פֿאַראַן סײַ נאַטירלעכע טרעגער פֿון דער שפּראַך, סײַ יענע, וואָס האָבן אויסגעלערנט ייִדיש אַלס צווייטע שפּראַך: אויף קורסן, אין אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן אָדער זעלבסטשטענדיק. הײַנט־צו־טאָג דערשײַנט אויף ייִדיש (אין צוויי טיראַזשן – אין ישׂראל און שוועדן) דער ליטעראַרישער קוואַרטאַלניק "ייִדישלאַנד". אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט ווערט אויף רוסיש און ייִדיש אַרויסגעגעבן דאָס ליטעראַרישע יאָרבוך "ביראָבידזשאַן", און אין ניו־יאָרק פֿונקציאָנירט אַ ליטעראַרישער אינטערנעץ־פּאָרטאַל "ייִדיש בראַנזשע".