Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

נײַע אויסשטעלונג: Emes Truth

נײַע אויסשטעלונג: Emes Truth

נײַע אויסשטעלונג: Emes Truth

אינעם מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון בערנאַרד העלער בײַם ניו־יאָרקער "העברעיִשן פֿאַראיין־קאָלעדזש" ("היברו יוניאָן קאָלעדזש") עפֿנט זיך אַ נײַע אויסשטעלונג פֿון דער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש־קונסט" (Yiddish Arts Community), מיטן נאָמען Emes Truth. אין דער עפֿענונג־אונטערנעמונג, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 17טן דעצעמבער 2024, 5 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועלן אויפֿטרעטן די מוזיקער שׂרה מאירסאָן און איליאַ שנייווײַס. די קוראַטאָרן זענען די קינסטלער יעווגעני פֿיקס און דבֿורה אוגאָרעץ; די באַטייליקטע קונסט־שאַפֿער זענען דניאל אַלחסיד, יוליאַ לאַנינאַ, דעבי שאָר, מרים שטערן און סילוויאַ וואַגענסבערג.

די אויסשטעלונג איז אַ פּרעלודיע צום קומענדיקן ניו־יאָרקער ייִדיש־פֿעסטיוואַל. איר נאָמען דערמאָנט אין דעם, וואָס דאָס וואָרט "אמת" איז לויט דער סאָוועטישן אָרטאָגראַפֿיע "עמעס", און אין אַ טייל חסידישע ביכער דווקא מיט נקודות – "אֱמֶת". די קינסטלער וועלן פֿאָרלייגן זייערע אייגענע פֿאַרשיידנאַרטיקע "אָרטאָגראַפֿיעס" פֿון מענטשלעכע באַגריפֿן און לעבנס־דערפֿאַרונג. דער אַרײַנטריט אויף דער עפֿענונג־פּראָגראַם וועט זײַן פֿרײַ, נאָר מע מוז זיך קודם פֿאַרשרײַבן אָנלײַן.

יוסף אָסטראָווסקיס אויסשטעלונג אין מעלה־אַדומים

יוסף אָסטראָווסקיס אויסשטעלונג אין מעלה־אַדומים

יוסף אָסטראָווסקיס אויסשטעלונג אין מעלה־אַדומים

אין דער ישׂראלדיקער שטאָט מעלה־אַדומים האָט זיך אין אָנהייב־דעצעמבער געעפֿנט אַ גרויסע אויסשטעלונג פֿון יוסף אָסטראָווסקיס (1935 — 1993) ווערק, געווידמעט דעם 90־יאָריקן יוביליי פֿונעם קינסטלערס געבוירן־טאָג. די עקספּאָזיציע ווערט דורכגעפֿירט אינעם קונסט־מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון משה קאַסטעל און הייסט "דער ייִדישער קלאַנג און נשמה: פֿון אָדעס ביז מעלה־אַדומים".

יוסף אָסטראָווסקי איז געבוירן געוואָרן אינעם קליינעם אוקראַיִנישן שטעטל שעפּעטיווקע, אָבער פֿאַרבראַכט ס׳רובֿ פֿון זײַן לעבן אין אָדעס. די קריטיקער פֿאַרגלײַכן זײַנע יצירות מיט די פֿײַנסטע ווערק פֿון דער "פּאַריזער שול". אין 1984 האָט די רעדאַקציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" דורכגעפֿירט אין מאָסקווע אַן אויסשטעלונג פֿון זײַנע ווערק, באַגלייט מיט אַ פּובליקאַציע אינעם זשורנאַל גופֿא. אין 1989 איז דער קינסטלער אַוועקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל; דאָרט האָט ער פֿאַרבראַכט ס׳רובֿ צײַט אין מעלה־אַדומים.

ברוריה וויגאַנדס פּאָעטישער אָוונט

ברוריה וויגאַנדס פּאָעטישער אָוונט

ברוריה וויגאַנדס פּאָעטישער אָוונט

די לאָנדאָנער ייִדישע דיכטערין ברוריה וויגאַנד וועט דעם 1טן דעצעמבער 2024 אַרויסטרעטן מיט אירע לידער אויף אַ ספּעציעלן אינטערנעט־אָוונט, אָרגאַניזירט דורכן תּל־אָבֿיבֿער "לייוויק־הויז". די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען דורכויס אויף ייִדיש – 6 אַזייגער נאָכמיטאָג לויט דער ארץ־ישׂראלדיקער צײַט. דער אַמסטערדאַמער ייִדישער פּאָעט דוד־עומר כּהן וועט דינען אַלס מאָדעראַטאָר. מע פּלאַנירט אויך צו באַהאַנדלען די לידער מיט אַנדערע דיכטער און קריטיקער. צו באַטייליקן זיך אין דער אונטערנעמונג – רעגיסטרירט זיך אויף אָט דעם לינק.

ד״ר ברוריה וויגאַנד איז אַ לעקטאָרין פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. זי איז די מחברטע פֿון צוויי צוויי־שפּראַכיקע לידער־זאַמלונגען. וויגאַנט זעצט אויך איבער פּאָעזיע און פּראָזע פֿון ענגליש אויף ייִדיש, און פֿאַרקערט.

פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַעם ייִדישן זשורנאַל

פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַעם ייִדישן זשורנאַל

פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַעם ייִדישן זשורנאַל

אין אַמסטערדאַם איז דעם 24סטן נאָוועמבער 2024 פֿאָרגעקומען די אָפֿיציעלע פּרעזענטאַציע פֿונעם נײַעם ייִדישן זשורנאַל "די גאָלדענע פּאַווע"; דער ערשטער פּראָבע־נאָמער דערפֿון איז שוין אַרויס אין יוני. די אויסגאַבע איז אַ המשך פֿונעם פֿריִערדיקן אַמסטערדאַמער זשורנאַל "די גרינע מדינה", געדרוקט זינט 2000.

"די גאָלדענע פּאַווע" ווערט רעדאַגירט דורך דוד־עומר כּהן, גלאָריאַ פֿיין־מאַק׳קינק און דאַניעלאַ זײַדמאַן־מאַוער, און גייט אַרויס מיט דער הילף פֿון דער האָלענדישער ייִדיש־פֿונדאַציע.

מיכאל פֿעלזענבאַום באַקומט אַ פּרעמיע

מיכאל פֿעלזענבאַום באַקומט אַ פּרעמיע

מיכאל פֿעלזענבאַום באַקומט אַ פּרעמיע

דער ייִדישער ראָמאַניסט, דיכטער און דראַמאַטורג מיכאל פֿעלזענבאַום האָט באַקומען אַ פּרעמיע "פֿאַר לעבנס־דערגרייכונגען" אַלס ליטעראַט פֿון דער ישׂראלדיקער "נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש־קולטור". אַ דאַנק־סערטיפֿיקאַט האָט אויך באַקומען ד״ר שושנה דאָמינסקי, וועלכע האָט צונויפֿגעשטעלט אַ ייִדיש־העברעיִש אינטערנעץ־ווערטערבוך.

מיכאל פֿעלזענבאַום איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1951 אין דער סאָוועטישער אוקראַיִנע, האָט שטודירט רעזשיסור, טעאַטראַלישע קונסט און קונסט־געשיכטע אין לענינגראַד, געאַרבעט ווי אַ טעאַטראַלער רעזשיסאָר. אין די 1980ער יאָרן האָט ער אָנגעהויבן פֿאַרעפֿנטלעכן זײַנע שאַפֿונגען אויף ייִדיש אינעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אין 1991 איז דער שרײַבער אַוועקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל, וווּ עס זענען אַרויס אַ גאַנצע ריי זײַנע פּאָעטישע זאַמלונגען און אַ צאָל פּראָזע ביכער, אָנגעשריבן אין גאָר אַן אוניקאַלן סטיל – איינעם פֿון די אָריגינעלסטע אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור.

סאָציאַליסטישע ייִדישלענדער

סאָציאַליסטישע ייִדישלענדער

סאָציאַליסטישע ייִדישלענדער

דער גרויסער דײַטשישער פֿאַרלאַג De Gruyter, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין אַקאַדעמישער ליטעראַטור, האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך מיטן נאָמען "סאָציאַליסטישע ייִדישלענדער" אונטער דער רעדאַקציע פֿון מרים שאָרלי־שולץ און אַלכּסנדר וואַלטער, וווּ עס גייט די רייד וועגן דער ראָלע פֿון ייִדיש און נאָכמלחמהדיקע סאָציאַליסטישע לענדער, אַרײַנגערעכנט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פּוילן, מיזרח־דײַטשלאַנד און רומעניע. עס ווערן אויך אַנאַליזירט פֿאַרשיידענע בײַשפּילן פֿון אינטערנאַציאָנאַלע קולטורעלע אינציאַטיוון אין שײַכות מיט ייִדיש, וואָס זענען בשעת דער קאַלטער מלחמה דורכגעפֿירט געוואָרן צווישן די לענדער פֿונעם מיזרחדיקן בלאָק און דער מערבֿדיקער וועלט, אַרײַנגערעכנט פֿש״אַ, בריטאַניע און מדינת־ישׂראל.

פּעטערבורגער לייען־קרײַז 2024

פּעטערבורגער לייען־קרײַז 2024

פּעטערבורגער לייען־קרײַז 2024

דער פּעטערבורגער ייִדישער קהילה־צענטער האָט אין אָנהייב־נאָוועמבער געעפֿנט אַ נײַע סעריע אַוואַנסירטע לימודים פֿון לייענען ליטעראַרישע טעקסטן אויף ייִדיש, געפֿירט דורכן שרײַבער און דיכטער יואל מאַטוועיעוו.

במשך פֿונעם איצטיקן לערן־יאָר האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן באַשלאָסן זיך אָפּצושטעלן אויף יצחק־יואל לינעצקיס האַלב־אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "דאָס פּוילישע ייִנגל". הגם דאָס בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שאַרפֿע סאַטירע קעגן די חסידים, קאָן עס העלפֿן די וועלטלעכע לייענער בעסער צו פֿאַרשטיין די ספּעציפֿישע לשון־קודשדיקע און אַראַמישע אויסדרוקן, וואָס אַ סך פֿון זיי בלײַבן ביז הײַנט פֿאַרשפּרייט אינעם חסידישן ייִדיש. לינעצקי (1839-1915) האָט צום ערשטן מאָל אַרויסגעגעבן זײַן ווערק אין 1867.

אַ נײַ ליד פֿון ריקי רויז

אַ נײַ ליד פֿון ריקי רויז

אַ נײַ ליד פֿון ריקי רויז

ריקי רויז, אַ יונגע באַגאַבטע ניו־יאָרקער זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרין, האָט אַרויסגעשטעלט אין יוטוב אַ רעקאָרדירונג פֿון איר נײַ ליד "אָטעם אַרײַן, אָטעם אַרויס", וואָס זי זינגט אויף איר היימישן אונגערישן חסידישן ייִדיש. דער פּראָדוסער און אַראַנזשירער פֿונעם ליד הייסט שלמה בערנשטיין; צונויפֿגעשטעלט דעם קלאַנג האָט יאַנקי כּהן.

רויז איז דערצויגן געוואָרן אין אַ משפּחה פֿון סאַטמאַרער חסידים. אַחוץ איר מוזיקאַלישער טעטיקייט, שרײַבט זי אויף ייִדיש אַרטיקלען אויף פֿאַרשיידענע טעמעס. אירע קאָלעגן, וועלכע האָבן אָנטיילגענומען אינעם שאַפֿן דאָס נײַע ליד, זענען אויך אויפֿגעוואַקסן אין ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קהילות.

4טער ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין ביראָבידזשאַן

4טער ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין ביראָבידזשאַן

4טער ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין ביראָבידזשאַן

אין ביראָבידזשאַן איז פֿאָרגעקומען דער 4טער יערלעכער ייִדיש־פֿעסטיוואַל. צענדליקער אונטערנעמונגען, אַרײַנגערעכנט קאָנצערטן, אויסשטעלונגען, וואַרשטאַטן האָבן אַרומגענומען די גאַנצע ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט פֿונעם 22סטן ביזן 24סטן אָקטאָבער 2024.

אין דער וועכנטלעכער פּראָגראַם "ייִדישקייט" פֿונעם טעלע־קאַנאַל "ביראַ", געווידמעט דעם ייִדיש־פֿעסטיוואַל, האָט מען אויך געוויזן אַן אַנדער וויכטיקן אויפֿטו: אַ קינדער־אַנימאַציע אויף ייִדיש, געשאַפֿן ניט לאַנג צוריק אין ביראָבידזשאַן אויפֿן סמך פֿון חיים ביידערס אַ ליד. אינעם אַנימאַציע־פֿילם הערט זיך די אָריגינעלע שטים פֿונעם דיכטער, אַנטדעקט אין היסטאָרישע ראַדיאָ־אַרכיוון פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה.

חיים ביידער (1920-2003) איז געווען אַ סאָוועטישער ייִדישער פּאָעט, זשורנאַליסט און אַ פֿאָרשער פֿון ליטעראַטור־געשיכטע. אָנהייבנדיק פֿון 1996 האָט ער געוווינט אין ניו־יאָרק און אָפּגעשפּילט דאָרט אויך אַ וויכטיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור אויף ייִדיש.

ייִדיש אויף אַ גאַלאַ אין ניזשני נאָווגאָראָד

ייִדיש אויף אַ גאַלאַ אין ניזשני נאָווגאָראָד

ייִדיש אויף אַ גאַלאַ אין ניזשני נאָווגאָראָד

דעם 24סטן אָקטאָבער 2024 איז אינעם אָפּערע־טעאַטער פֿון דער שטאָט ניזשני נאָווגאָראָד פֿאָרגעקומען אַ גאַלאַ־קאָנצערט מיט אַ באַלוינונג־צערעמאָניע פֿון דער רוסלענדישער אָפּערע־פּרעמיע "Casta Diva". אין דער קאָנצערט־פּראָגראַם איז אַרײַן דאָס ליד "יאָסל און שׂרה־דוואָשע", אַראַנזשירט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר לעאָניד דעסיאַטניקאָוו.

פֿריִער, דעם 9טן יוני, האָט קאַלינינאַ אויסגעזונגען אינעם זעלבן טעאַטער דעם גאַנצן לידער־ציקל "ייִדיש", וווּ "יאָסל און שׂרה־דוואָשע" פֿאַרנעמט דאָס פֿערטע אָרט. דער ציקל איז באַגרינדעט אויפֿן קאַבאַרע־רעפּערטואַר פֿונעם פֿריִיִקן 20סטן יאָרהונדערט, וואָס דעסיאַטניקאָוו האָט פֿאַרוואַנדלט אין אָפּערע־ווערק.