Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש־געאָגראַפֿיע

ייִדישלאַנד איז אַ רעלאַטיוו נײַער טערמין, וואָס באַצייכנט דאָס לאַנד פֿון ייִדיש. צום ערשטן מאָל האָט ער זיך באַוויזן אין די ווערק פֿונעם ליטעראַטור־קריטיק און סאָציאַלן פֿילאָסאָף ברוך ריווקין (1883-1945). געוויינטלעך, מיינט עס דעם ריזיקן געאָגראַפֿישן שטח אין עטלעכע צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ די ערשטע פֿאָרעמס פֿון אַ ספּעציפֿישן ייִדיש־גערמאַנישן דיאַלעקט זענען אויפֿגעקומען בערך מיט אַ טויזנט יאָר צוריק און צום אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט זיך פֿאַרוואַנדלט אין איינער פֿון די סאַמע אַנטוויקלטע אייראָפּעיִשע שפּראַכן מיט גאָר אַ רײַכער קולטורעלער און ליטעראַרישער טראַדיציע. אין 2022 האָט זיך אויף דער ווענעציאַנער ביענאַלע, איינער פֿון די גרעסטע אינטערנאַציאָנאַלע קונסט־אויסשטעלונגען, געעפֿנט דער פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד". זײַנע אָרגאַניזאַטאָרן באַטאָנען, אַז ריווקין האָט אויך פֿאָרגעלייגט אַן אַנדער דעפֿיניציע פֿונעם דאָזיקן טערמין: דאָס ווירטועלע לאַנד, וואָס נעמט אין זיך אַרײַן אַלץ, וואָס האָט צו טאָן מיט דער אַקטיווער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש.

אויפֿן סמך פֿון דער ערשטער, געאָראַפֿישער דעפֿיניציע, באַטראַכט דער הײַנטיקער זשורנאַליסט און שרײַבער יואל מאַטוועיעוו דאָס "נײַע ייִדישלאַנד" אין זײַנע אַרטיקלען אויף ייִדיש, דהײַנו די קאָמפּאַקטע חסידישע קוואַרטאַלן פֿון ניו־יאָרק, לאָנדאָן, ירושלים און אַ ריי אַנדערע שטעט, וווּ די תּושבֿים רעדן טאָג־טעגלעך אויף דער ייִדישער שפּראַך און דערציִען זייערע קינדער ווי ייִדיש־רעדער. זיי האָבן געשאַפֿן אַ שטאַרקע אינפֿראַסטרוקטור, וואָס שטיצט די שפּראַך אין אַזעלכע ספֿערעס, ווי מעדיאַ־קוואַלן, ביכער־פּובליקאַציע און פּאָפּולערער מוזיק.

פֿאַרשפּרייט איבער פֿאַרשיידענע לענדער און קאָנטינענטן, זענען אָט די אינדזלען פֿון ייִדיש פֿאַרבונדן דורך אַלערליי סאָציאַלע באַהעפֿטונגען. עס באַקומט זיך אַ גאַנץ "נעץ־לאַנד" מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון איבער אַ פֿערטל מיליאָן מענטשן, וואָס מע קאָן פֿאַרגלײַכן מיט אַזעלכע לענדער, ווי מאַלטע און איסלאַנד. הגם דער הײַנטיקער גילגול פֿונעם אָריגינעלן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישלאַנד שטרעבט ניט צו שאַפֿן אַ הויכע וועלטלעכע קולטור און בכלל דערמאָנט ניט אָפֿט דער ברייטער וועלט וועגן זײַן עצם־עקזיסטענץ, דינט ער ווי אַ גאַראַנטיע, אַז ייִדיש וועט ווײַטער לעבן ווי אַ טאָג־טעגלעך לעבעדיק שמועס־לשון.

ייִדישלאַנד ווי אַ ווירטועל לאַנד שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גלאָבאַלע נעץ פֿון בילדונג־אַנשטאַלטן און פּראָגראַמען, מוזיקאַלישע אַנסאַמבלען, גרופּעס אַקטיוויסטן, שרײַבער און פֿאָרשער. עס שליסט אויך אײַן די טעריטאָריעס, וווּ ייִדיש האָט געהאַט אָדער האָט נאָך אַלץ אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס, ניט געקוקט אויף דער קליינער צאָל אָרטיקע שפּראַך־טרעגער.

עס טרעפֿן זיך אויך מוסטערן, ווען דאָס געאָגראַפֿישע ייִדישלאַנד ווערט צונויפֿגעפֿלאָכטן מיטן ווירטועלן לאַנד. יעדן זומער ווערן אינעם שטאַט ניו־יאָרק דורכגעפֿירט גענוג גרויסע אונטערנעמונגען, וווּ די באַטייליקטע קאָנען זיך אויף אַ ווײַל פֿאַרטאָן אין דער אַטמאָספֿער פֿונעם שטענדיקן שמועסן אויף ייִדיש.

אונטן ווערן געבראַכט עטלעכע וויכטיקסטע פּונקטן און האָריזאָנטן פֿונעם הײַנטיקן ייִדישלאַנד אינעם ברייטן זין פֿון וואָרט:

1. ייִדיש איז די עיקרדיקע שמועס־שפּראַך אין צוויי ניו־יאָרקער חסידישע געגנטן, וויליאַמסבורג און באָראָ־פּאַרק, ווי אויך אין די שכנישע שטעטלעך מאָנסי, ניו־סקווער און קרית־יואל; אין אַ גרויסן טייל פֿונעם מאָנטרעאָלער ראַיאָן אוטרעמאָן; טיילווײַז אינעם ירושלימער קוואַרטאַל מאה־שערים; אין דער לאָנדאָנער געגנט סטאַמפֿאָרד־היל; אין די ייִדישע קוואַרטאַלן פֿון אַנטווערפּן. די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע פֿון ניו־יאָרק האָט צוגעגעבן ייִדיש צום אינטערפֿייס פֿון בילעט־מאַשינען אויף געוויסע מעטראָ־סטאַנציעס; די שטאָט דרוקט פֿאַרשיידענע אָפֿיציעלע דאָקומענטן אויף ייִדיש ספּעציעל פֿאַר די חסידים. אַ צאָל חסידישע צײַטונגען און זשורנאַלן גייען אַרויס אין ניו־יאָרק מיט טיראַזשן פֿון צענדליקער טויזנטער עקזעמפּלאַרן. ממשותדיקע פֿרומע ייִדישע קהילות, וווּ מע רעדט טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש, זענען אויך פֿאַראַן אין ציריך, מאַנטשעסטער, ווין, סטראַסבורג, יאָהאַנעסבורג און מעלבורן.

2. ביזן פֿאַראַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אין 1991 איז ייִדיש געווען די אָפֿיציעלע שפּראַך פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. די אָרטיקע רעגירונג שטעלט נאָך הײַנט דעם טראָפּ אויף דער וויכטיקער ראָלע פֿון דער שפּראַך. אין יעדן נומער פֿון דער וועכנטלעכער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" זענען דאָ זײַטן אויף ייִדיש. מע לערנט די שפּראַך אין איינער פֿון די שטאָטישע שולן, עס גייען כּסדר אַרויס נײַע ביכער און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אויף ייִדיש. עס ווערט אויך געשאַפֿן די טראַדיציע פֿון יערלעכע ביראָבידזשאַנער ייִדיש־פֿעסטיוואַלן.

3. ייִדיש ווערט אָנערקענט ווי איינע פֿון די אָפֿיציעלע שפּראַכן אין שוועדן, וווּ די מלוכה שטיצט קולטורעלע פּראָיעקן, פּובליקאַציע פֿון ביכער און געוויסע אָפֿיציעלע דאָקומענטן אויף דער שפּראַך. עס טרעפֿן זיך אויך בײַשפּילן פֿון שוועדישע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אויף ייִדיש.

4. אינטענסיווע אַקאַדעמישע פּראָגראַמען פֿון ייִדיש־שטודיעס אויף אַלע מדרגות זענען פֿאַראַן אין ניו־יאָרק, פּאַריז, וואַרשע, פּעטערבורג, תּל־אָבֿיבֿ, הײַדעלבערג און אַ ריי אַנדערע שטעט אַרום דער וועלט.

5. יעדעס יאָר ווערט אינעם שטעטל קאָפּייק, שטאַט ניו־יאָרק, דורכגעפֿירט די פּראָגראַם "ייִדיש־וואָך". במשך פֿון אַ גאַנצער וואָך שמועסן אירע אָנטיילנעמער אויסשליסלעך אויף ייִדיש. אַן אַנדער פּראָגראַם, די "ייִדיש־פֿאַרם", ווערט דורכגעפֿירט יעדן זומער אינעם שטעטל ניו־העמפּטאָן, אויך אינעם זעלבן שטאַט. דאָרט ווערט ייִדיש קאָמבינירט מיט אַגריקולטורעלער אַרבעט. אַחוץ פֿאַרשיידענע אַקטיוויסטן, לאַוו־דווקא פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, ציט דער דאָזיקער אוניקאַלער פּראָיעקט צו אַ געוויסע צאָל חסידים, וואָס קאָנען זיך דאָרט באַקענען מיטן ליטעראַרישן לשון פֿון די וועלטלעכע ייִדישיסטן.

6. אין אַמהערסט, שטאַט מאַסאַטשוסעטס, אַרבעט דער וועלט־גרעסטער צענטער פֿאַר דיגיטאַליזאַציע פֿון ייִדישע ביכער. אַ דאַנק דעם דאָזיקן אַנשטאַלט, זענען כּמעט 12,000 אויסגאַבעס פֿרײַ צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ. קלענערע דיגיטאַלע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ביכער האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל ביבליאָטעקן אין פֿאַרשיידענע לענדער. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז די קאָלעקציע פֿון אַלטע ביכער אויף ייִדיש, אָנהייבנדיק פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, וואָס מע קאָן אַראָפּלאָדן אויף דער וועבזײַט פֿונעם פֿראַנקפֿורטער אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון געטע. גוואַלדיק רײַכע אַרכיוון פֿון דיגיטאַליזירטע ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן זענען פּובליקירט געוואָרן דורך דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק.

7. במשך פֿון זײַן כּמעט הונדערט־יאָריקער געשיכטע, האָט דער ייִוואָ־אינסטיטוט מיטן צענטער אין ניו־יאָרק – איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע אַנשטאַלטן, געגרינדעט אינעם יאָר 1925 אין ווילנע – געזאַמלט אַ פּרײַזלאָזן אַרכיוו פֿון דאָקומענטן אויף ייִדיש, ווי אויך כּלערליי עקספּאָנאַנטן און פֿאָרשונגען, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער שפּראַך. צווישן אַנדערן, האָט דער ייִוואָ פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינטערנעץ אַ גרויסע עפֿנטלעכע קאָלעקציע וויסנשאַפֿטלעכע מאַטעריאַלן, אַרײַנגערעכנט ביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע שרײַבער און דיכטער, אינפֿאָרמאַציע וועגן מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע שטעטלעך און וועגן דער געשיכטע פֿון אַשכּנזישע ייִדן.

8. צענדליקער הײַנטצײַטיקע ייִדישע שרײַבער לעבן הײַנט אַרום דער גאָרער וועלט. צוזאַמען מיט ייִדיש־שפּראַכיקע זשורנאַליסטן און רעדאַקטאָרן, שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערס וויכטיקן סעגמענט פֿונעם הײַנטיקן גלאָבאַלן ייִדישלאַנד. וועלטלעכע ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס גייען אַרויס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ארץ־ישׂראל, רוסלאַנד (ביראָבידזשאַן) און האָלאַנד.

9. די פּאָפּולערסטע וועלט־מאַניפֿעסטאַציע פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש־קולטור איז, מסתּמא, מוזיק, בפֿרט כּלי־זמרישע. ניט ווייניק אייגענע מוזיקאַלישע גרופּעס עקזיסטירן אויך אינעווייניק אין די ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קהילות. דער מוזיקאַלישער אַספּעקט פֿון ייִדישלאַנד איז גאָר אַ וויכטיקסטע קאָמפּאָנענט פֿונעם דאָזיקן וועלט־צעשפּרייטן ווירטועלן לאַנד.

10. ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אויף ייִדיש, אויף ראַדיאָ־כוואַליעס צי אויף דער אינטערנעץ, גייען אַרויס אין ביראָבידזשאַן, ניו־יאָרק, פּאַריז. צווישן די פֿולמעסיקע פֿילמען און דאָקומענטאַרן, וואָס זענען אין די לעצטע יאָרן אַרויס און וווּ דיאַלאָגן אויף ייִדיש שפּילן אַ פּראָמינענטע ראָלע, זענען עטלעכע געווידמעט דעם חסידישן לעבן אין צפֿון־אַמעריקע. דאָס ווײַזט נאָכאַמאָל דאָס וויכטיקע אָרט, וואָס די חסידים פֿאַרנעמען אינעם אָפּהיטן ייִדיש ווי אַ טאָג־טעגלעכע לעבעדיקע שמועס־שפּראַך.

11. די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש ווערט אויך סטימולירט דורך פֿאַרשיידענע אויסשטעלונגען, פֿעסטיוואַלן און טעאַטראַלישע ספּעקטאַקלען. צווישן די אָנגעזעענע בײַשפּילן זענען דער אויבן־דערמאָנטער פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד" אויף דער ווענעציאַלער ביענאַלע און די ייִדיש־פֿעסטיוואַלן אין ביראָבידזשאַן. פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע טעאַטערס זענען פֿאַראַן אין ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ און וואַרשע.

12. מע טאָר ניט פֿאַרגעסן, אַז אַ ממשותדיקער טייל ייִדיש־רעדער לעבן נאָך אַלץ אויפֿן שטח פֿונעם היסטאָרישן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישלאַנד. בשותּפֿות מיט אַנדערע פֿאָרשטער, האָט ד״ר דובֿ־בער קערלער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריזיקן ווידעאָ־אַרכיוו פֿון אינטערוויוען מיט ייִדיש־רעדער, געזאַמלט בעת פֿעלד־עקספּעדיציעס איבער מיזרח־אייראָפּע. אַן אַנדער מאָנומענטאַלער ווידעאָ־אַרכיוו, מיטן טראָפּ אויפֿן ליטוויש־רײַסישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש, האָט ניט לאַנג צוריק אַרויסגעשטעלט ד״ר דוד כּ״ץ. נאָך אַן אַנטערעסאַנטער פֿאַקט: אַ געוויסע צאָל חסידישע ייִדיש־רעדער זענען לעצטנס אַריבער פֿון מערבֿ־אייראָפּע און צפֿון־אַמעריקע אין דער אַלטער היים פֿון זייערע באָבע־זיידעס: אונגערן. לויט דער גרויסער צאָל יונגע ייִדישיסטן, האָט דאָס אַלטע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישלאַנד אַ שאַנס אויף אַ ווידערגעבורט – כאָטש אין אַ פּיצל־קליינעם מאַסשטאַב אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן רומפֿולן עבֿר פֿון 100 יאָר צוריק.