וועלוול טשערנין: ביאָגראַפֿיע
וועלוול טשערנין איז געבוירן געוואָרן אין 1958 אין מאָסקווע. זיך געלערנט אויפֿן היסטראָרישן פֿאַקולטעט פֿונעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט און אין דער גרופּע "ייִדיש" פֿון די העכערע ליטעראַרישע קורסן בײַם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט.
דעביוטירט מיט אַ ליד אויף די שפּאַלטן פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" אין 1983. עולה געווען אין 1990. פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָראַט־טעזע אויפֿן פֿאַקולטעט פֿאַר ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין בר־אילן. וווינט אינעם ייִשובֿ כּפֿר־אלדד אין מידבר־יהודה.
פֿאַרעפֿנטלעכט אויף ייִדיש 9 לידער־זאַמלונגען, אַ בוך עסייען, אַ בוך פֿאַנטאַסיטישע דערציילונגען, ווי אויך זײַן אויטאָרישע אַנטאָלאָגיע פֿון פּאָעטישע איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן. פֿאַרעפֿנטלעכט לידער אויך אויף העברעיִש. איבערגעזעצט אין רוסיש ווערק פֿון אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, שלום־עליכם, זלמן שניאור, ישׂראל־יהושע זינגער, חיים גראַדע אא. אַ צונויפֿשטעלער פֿון אַנטאָלאָגיעס פֿון דער ייִדישער דיכטונג אין איבערזעצונגען אויף אוקראַיִניש און העברעיִש. פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאַנצע ריי וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן איבער דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראִַטור. אַ גרינדער און אַ רעדאַקטאָר פֿון דער ביכער־סעריע "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור" און פֿונעם זשורנאַל "ייִדישלאַנד". געאַרבעט אַלס ליטעראַטור־קאָנסולטאַט, מחבר און איבערזעצער פֿון טעקסטן אין ייִדישע טעאַטער־ און עסטראַדע־קאָלעקטיוון פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע און ישׂראל.