Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

וועלוול טשערנין: איבערזעצונגען

אונטן ברענגען מיר מוסטערן פֿון וועלט־פּאָעזיע, וואָס וועלוול טשערנין האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש פֿון  דײַטשיש, עספּעראַנטאָ, פֿראַנצויזיש, רוסיש, אוקראַיִניש און לעטיש. זיי זענען אַרײַן אין טשערנינס זאַמלונג "תּיקון", פֿאַרעפֿנטלעכט אין ביראָבידזשאַן אינעם יאָר 2021.

הײַנריך הײַנע

צו אדום

טויזנט יאָר אין אַלע פּרטים
לעבן מיר ווי גוטע ברידער:
דו טוסט לײַדן, אַז איך אָטעם,
איך – ווען דו טוסט העצן ווידער.

צײַטמאָל, נאָר אין טונקלע תּקופֿות
פֿלעגסט באַפּוצן רויט דײַן מוט,
דײַנע טענץ און ליבע־רופֿן
וווּנדער־פּרעכטיק מיט מײַן בלוט!

איצט ווערט אונדער פֿרײַנדשאַפֿט פֿעסטער,
יעדער טאָג גיט עפּעס צו;
כ'שטרעב צום אומזין צו דעם העכסטן
און איך ווער כמעט ווי דו.

 

די לאָרעליי

איך ווייס ניט, וואָס זאָל עס באַדײַטן,
אַז איך אַזוי טרויעריק בין;
אַ מעשׂה פֿון אוראַלטע צײַטן,
וואָס גייט מיר ניט אויס פֿונעם זין.

די לופֿט איז קיל און עס טונקלט,
און רויִק פֿליסט דער ריין;
דער באַרג־שפּיץ שיט מיט פֿונקען
אין אָוונט־שײַן וווּנדער־שיין.
די שענסטע יונגפֿרוי טוט זיצן
דאָרט אויבן וווּנדערלעך גאָר,
אין איר האַנט טוט אַ קעמעלע בליצן,
וואָס קעמט אירע גאָלדענע האָר.

זי קעמט מיטן גאָלדענעם קעמל
און זינגט דעברײַ אַ ליד,
אַ גוואַלדיק־וווּנדערלעך רעמל
פֿאַר איר שיינקייט, וואָס בליט.

אַ שיפֿער אין אַ קליין שיפֿל
דערהערט עס מיט ווילדן וויי;
ער זעט ניט קיין פֿעלדזיקע ריפֿן,
ער קוקט נאָר אַרויף, אין דער הייך.

איך גלייב, אַז די וועלן פֿאַרשלונגען
האָבן אים און אומגעבראַכט,
ווײַל די לאָרעליי האָט געזונגען
איר ליד מיט אַ צויבער־מאַכט.

לודוויג זאַמענהאָף

רעגן

עס רעגנט, עס רעגנט, עס רעגנט, עס רעגנט
אומענדלעך, אומברעגיק, אומראַנדיק,
פֿונעם הימל צו דר'ערד, פֿונעם הימל צו דר'ערד
פֿאַלט מיט טראָפּנס אַ ים נאָכאַנאַנדיק.

דורכן רעגן־גערויש דערטראָגט זיך צום אויער
אַ מין סודותפֿול, דורכזיכטיק פּלאַפּלען.
איך באַמי זיך פֿאַרשטיין די באַהאַלטענע בשׂורה,
וועלכע דרימלט אין מײַנע שוואַרצעפּלען.

ס'דאַכט, עס קלינגט אין דעם קול אַ מין בענקעניש שטילע,
עס באַהאַלט זיך אין דעם אַ דערמאָנונג…
און אַ לוסטיקייט טריבע דערוועקט זי אין האַרצן,
און אַ מאָדנע צעמישונג און מאָנונג.

צי די כמאַרעס, וואָס פֿליִען פֿאַרבײַ ווי געוויינלעך,
ברענגען חִיות פֿאַר מיר? – מאַכט אַ וואַרע!
צי איך טרוים פֿון דער זון, וואָס וועט באַלד זיך באַווײַזן?
זי באַהאַלט זיך נאָך הינטער אַ כמאַרע.

כ'וויל ניט פֿאָרשן דעם סוד פֿון די וווּנדער־געפֿילן.
כ'טו נאָר טרוימען און האָבן הנאָה.
איך דערפֿיל עפּעס פֿרישס. אָט די פֿרישקייט באַצויבערט,
כאָטש די הימלען פֿאַרבלײַבן נאָך גרויע.

 

פּאָל צעלאַן

טויטספֿוגע

שוואַרצע מילך פֿון קאַיאָר מיר טרינקען זי אין אָוונט
מיר טרינקען זי מיטאָג און אינדערפֿרי מיר טרינקען זי בײַנאַכט
מיר טרינקען און טרינקען
מיר גראָבן אַ קבֿר אין דער לופֿטן דאָרט וועט מען ליגן נישט ענג
אַ מענטש וווינט אין הויז ער שפּילט מיט די שלאַנגען ער שרײַבט
ער שרײַבט ווען עס טונקלט קיין דײַטשלאַנד
דײַנע גאָלדענע האָר מאַרגאַרעטע

ער שרײַבט עס און שטעלט זיך בײַם הויז און עס בליצן די שטערן
ער פֿײַפֿט זײַנע הינט זײַנע רידן
ער פֿײַפֿט זײַנע ייִדן זיי זאָלן גראָבן אַ קבֿר אין דר'ערד
ער באַפֿעלט אונדז שפּילט יעצט צום טאַנץ

שוואַרצע מילך פֿון קאַיאָר מיר טרינקען דיך בײַנאַכט
מיר טרינקען דיך אינדערפֿרי און מיטאָג מיר טרינקען דיך אין אָוונט
מיר טרינקען און טרינקען
אַ מענטש וווינט אינעם הויז ער שפּילט מיט די שלאַנגען ער שרײַבט
ער שרײַבט ווען עס טונקלט קיין דײַטשלאַנד
דײַנע גאָלדענע האָר מאַרגאַרעטע
דײַנע אַשענע האָר שולמית

מיר גראָבן אַ קבֿר אין דער לופֿטן דאָרט וועט מען ליגן נישט ענג

ער רופֿט שטעכט טיפֿער אין ערדרײַך צו איינע צו אַנדערע זינגט און שפּילט
ער כאַפּט דעם אײַזן אויפֿן גאַרטל ער דראָט זײַנע אויגן זענען בלוי
שטעכט טיפֿער מיט לאָפּעטעס צו איינע צו אַנדערע שפּילט ווײַטער צום טאַנץ

שוואַרצע מילך פֿון קאַיאָר מיר טרינקען דיך בײַנאַכט
מיר טרינקען דיך מיטאָג און אינדערפֿרי מיר טרינקען דיך אין אָוונט
מיר טרינקען און טרינקען
אַ מענטש וווינט אינעם הויז דײַנע גאָלדענע האָר מאַרגאַרעטע
דײַנע אַשענע האָר שולמית ער שפּילט מיט די שלאַנגען

ער רופֿט שפּילט זיסער דעם טויט דער טויט איז אַ מײַסטער פֿון דײַטשלאַנד
ער רופֿט שלאָגט טונקלער די סטרונעס דאַן וועט איר אויפֿגיין ווי רויך אין דער לופֿט
דאַן וועט איר קריגן אַ קבֿר אין וואָלקנס דאָרט וועט מען ליגן נישט ענג

שוואַרצע מילך פֿון קאַיאָר מיר טרינקען דיך בײַנאַכט
מיר טרינקען דיך מיטאָג דער טויט איז אַ מײַסטער פֿון דײַטשלאַנד
מיר טרינקען דיך אין אָוונט און אינדערפֿרי מיר טרינקען און טרינקען
דער טויט איז אַ מײַסטער פֿון דײַטשלאַנד זײַן אויג איז בלוי
ער טרעפֿט דיך מיט בלײַענעם קויל ער טרעפֿט דיך גענוי
אַ מענטש וווינט אינעם הויז דײַנע גאָלדענע האָר מאַרגאַרעטע
ער העצט זײַנע רידן אויף אונדז ער שענקט אונדז אַ קבֿר אין דער לופֿט
ער שפּילט מיט די שלאַנגען און טרוימט דער טויט איז אַ מײַסטער פֿון דײַשלאַנד

דײַנע גאָלדענע האָר מאַרגאַרעטע
דײַנע אַשענע האָר שולמית

 

אָסיפּ מאַנדעלשטאַם

אַ. קאַרטאַשעוון

אַ יונגער לוי מיט כהנים אויף דער וואַך,
פֿלעג בלײַבן ער ביז דעם קאַיאָר דעם שפּעטן.
די נאַכט די ייִדישע ווי דער צעשטערטער דאַך
פֿון בית־המיקדש האָט פֿאַרפֿינצטערט די געבעטן.

ער האָט געטענהט: היט זיך! ס'איז דער הימל געל!
ס'איז שוואַרץ בײַם פּרת! דעריבער – טוט אַנטלויפֿן!
– ניט אונדזער שולד איז דאָס. דער טאָג איז העל.
און יהודה וועט ניט קניִען בשום־אופֿן.

ער איז מיט אונדז געווען, ווען אויף אַ ריטשקע־ברעג
מיר האָבן אײַנגעוויקלט שטיל אין לײַן דעם שבת,
מיט דער מנורה־שײַן באַלויכט דעם אומוועג־וועג
פֿון שוואַרצע ציון־נעכט צום סקריפּ פֿון אַלטע שקראַבעס.
סאַווע האָלאָוואַניווסקי

 

סאַווע האָלאָוואַניווסקי

ווידוי

צי ווייסט איר, ווי ביטער איז,
ווען טוסט אַ קוק אויף דײַן וועג פֿון דער ווײַטן
און ס'ווערט קלאָר, אַז קענסט ניט געפֿינען קיין מאָס,
כדי מעסטן און וועגן מעשׂים,

ווען דאָס דערוואָרבענע און דאָס פֿאַרלאָרענע
לאַנגזאַם באַדעקט אַ טונקל הײַטל פֿון פֿאַרגעסנקייט,
און זיי קלינגען שוין העט אויף האָריזאָנט
און לאָזן ניט דערקענען מיט אַ טאָלק?

און דו פֿרעגסט זיך אַליין: איז עס אַ מעשׂה־שהיה
באמת טאַקע, יענץ, וואָס איז געשען?
אָדער דאָס שפּילט דײַן דימיון מיט העזה,
אָדער דײַן זכרון האָט עפּעס ניט דערטראָגן?

און ווער ביסטו? און וואָס ביסטו? און פֿונוואַנען
האָסטו זיך גענומען און צו וואָס ביסטו געקומען?
און ווער זײַנען זיי, יענע אָנפּניותדיקע עדות,
וועלכע וועלן דיך פֿאַרטיידיקן ניט אָן אַ יסוד?

זאָל זײַן, ביסט ניט געווען באַרימט און מעכטיק –
ניט קיין ריז, נאָר אַ שאָטן אָדער אַ הינטערפֿאָן –
כדי אין אַ דירעקטער אָפּהענגיקייט פֿונעם עתיד
זאָלן זײַן דײַן עבר און דײַן הווה.

 

צעציליע דינערע

אַספּקלריא

אינעם שטיבל פֿון מײַן קינדהייט
איז קיין שפּיגל ניט געווען,
נאָר אַ שפּליטער ווי אַ פֿינגער ברייט
אויפֿן אָפּגעבליאַקעוועטן פֿענצטערברעט.
איך פֿלעג גיין צו אַ ריטשקע –
איך האָב געוואָלט דערזען אין איר
מײַן געשטאַלט,
נאָר זי האָט ניט געהאַט קיין צײַט מיך אָפּצושפּיגלען –
זי האָט זיך שטורמיש און האַסטיק
געאײַלט צו דער דווינע.
און דעמאָלט האָט מיך אַ צי געטאָן
צום נעענסטן ברונעם.
האָב איך אַרײַנגעקוקט אין אים
און דערזען יענץ, וואָס איך האָב געזוכט,
און כ'האָב אַזוי זיך פֿאַרטיפֿט אין דעם,
אַז איך בין אַראָפּגעפֿאַלן
אין מײַן אייגענעם חלום –
איך האָב געהאַלטן אין איין פֿאַלן,
ביז איך האָב זיך געפֿונען
אין דער מאַמעס הויפֿנס:
האָב איך אויפֿגעעפֿנט די אויגן,
געפּינטלט האַלב־וויינענדיק,
נאָר באַשלאָסן ניט וויינען –
כ'האָב אַ שמייכל געטאָן אין ענטפֿער אויף איר שמייכל –
דווקא אַזוי איז אין מײַן נשמה
פֿאָרגעקומען די צעטיילונג
בין האור ובֿין החושך!