יואל מאַטוועיעוו: פּאָעזיע
***
מײַנע װוּנדן גרינג פֿאַרהײל איך:
פֿירט דער שטעג צום שער־המלך !
קליאָנען־בלעטער.
בלעטערפֿאַל.
טראָגט דער װאַלד אַ שאַל
אַ געלע.
שפּילט דער פּאַסטעך, בעקען שאָף
אינעם נעפּל פֿון אין־סוף.
דער בובען פֿונעם בײזן שאַמאַן
אױף דער שאָכברעט פֿון די גאַסן,
װוּ דאָס לעבן שפּילט אַ שפּיל,
גײ זשע, װאַנדער אָן אַ ציל,
ביז שאַמאַנישן פֿרימאָרגן!
װער פֿאַרלאָשן װי אַ שװעבל –
שטיל און קאַלט.
װער פֿאַרדײַעט און דערװאָרגן
אין צעמענט-שטאָט, אין איר בױך.
גאַס.
אַספֿאַלט.
אַ צאַנק.
אַ רױך.
אורבאַניסטישער געדאַנק.
אױך אַ פֿרעג, ניט פֿרעג –
װער ביסטו?
אינעם פֿײַער פֿון Conquista,
אינעם שאָלעכץ פֿון מאַנהעטן,
אינעם שװאַרצן אױג פֿון צײַטן,
אין די שאָקלענדיקע װײַטן
פֿון אַלװעלטישע שאָכברעטן.
אַלע זײַטן פֿול מיט שרעק!
אין פּלאַנעטן!
אין געראַנגל!
ווער!
באַגער!
Fear!!
דאָס איז אַ װאָלף: ער טאַנצט אין דיר!
מיט רױטער אָכרע אין אַ הײל
אַ פּרא־אדם מאָלט אַ קרײַז.
צעברעך דעם רױם, צעצי, צערײַס,
צעשנײַד, צעגלידער און צעטײל!
באַלעב אַ טרױם, באַנײַ אַ װעלט,
געפֿין אַ קױם, פֿאַרליר דאָס זײַן;
פֿאַראַכט דאָס געלט, דײַן זאָרג און מי,
מחוץ דער שפּיל פֿון יש און אין
אין נאַסער פּוסטקײט פֿון גאַנצפֿרי!
***
סלאַלאָם:
אַ יונגערמאַן אין אַ קורטקע אַ רױטער,
איבערגעקליגט אַלע ניוטאָנס געזעצן, –
שױדער, אַ זעץ, און –
אַ טױטער געפֿאַלן.
רױט:
בײַ די אַלפּישע אָדלערס אין מײַלער.
רױט איז קאַיאָר, און נאָך רױטער – דער זשאַװער.
דאָרט, װוּ דאָס לעבן װערט זיסער און שטײַלער,
דאָרט, װוּ דער שרעק איז דער נאָענטסטער חבֿר,
שאָקלען זיך תּמיר די גלאָקן פֿון טױט.
קרײַזן:
דערגאַנצן אַ קרײַז װעסט נישט קענען.
אַבי געגעבן אַ שפּרונג פֿאַרן פֿאַלן.
לאָמיר זיך גליטשן, די טירן צעפּראַלן.
לאָמיר זיך װאָגלען און בריקן פֿאַרברענען.
װעגן:
זײ ציִען זיך, ציִען אַ ניגון,
װעגן טױט־ליגן און װעגן דעם פֿליִען;
תּמיד פֿאַרקלעמט צװישן נאַכט און שאַריִען,
װעגן – אַן אמת, הײמען – אַ ליגן!
די רויז פֿון פּאַראַצעלס
היפּט די זומערדיקע נאַכט
איבער לוזשעס, פֿרײַ און פֿלינק,
אַ באַצירטע מיטן רינג
פֿונעם גלימערנעם טראַמווײַ.
זײַן עקשנותדיקע מאַכט
שטעקט אין חזרן פֿונסנײַ
דעם פֿאַרזשאַווערטן מאַרשרוט.
חלום. שוואַרץ. מײַן האַלדז, ער רוט
אויפֿן קלינג פֿון קאַלטן רעלס.
אינעם סאָד פֿון פּאַראַצעלס
ליגט אין בלוט ּאַן אַלטע רויז.
טרוימען גאַסן, נאַס און גרויס.
דאָרט, אין שאָטנס — איז דײַן טיר.
זיך פֿאַרבלאָנדזשענדיק, איך ריר
די פֿאַרבײַיּקייט פֿון אַלץ —
עס דײַן זאַלץ.
און די רויז פֿון פּאַראַצעלס
ווערט געבוירן אינעם צין
פֿון אומזיניקן שפּאַציר
צו דײַן אומבאַקאַנטער טיר
אינעם שיכּורן פּאַראַד
פֿון אומזין –
לענינגראַד.
***
ווען הריזשעט דיך אומעט און זעגט מרה־שחורה,
דו מיינסט: אויסגעקושט שוין אַיעדן מין תּורה, –
געדענק: אינעם צוים מוז אַ לאָך זיך באַהאַלטן,
אַרײַן אינעם הויז – אין אַ בנין אַן אַלטן.
אָבאָיעס צעריסענע, קאַצן־השתּנה…
און דאַכט זיך דיר דאָרט: ביסט אַ טויטע וואָראָנע.
מיט גאַלקעס כּסדר געשפּילט זי "קאַר־קאַר" –
און אָט דרייט די רעדער איר ביטערער גזר.
דאַן נעם אַ באָלאָנטשיק און מאָל אויף דער וואַנט
פֿון פֿרעמדע חלומות אַ זילבערנעם קאַנט:
וווּ ס׳ווינטעווען וועלדער און וואַלדעווען ווינטן –
ניט זשאַלעווע פֿאַרבן, ניט קאַרג זיך אויף טינטן.
קיין זויערס ניט לעק און ניט לייען קיין וועדעס,
פּראָסט גלייב: ביסטו שוין אין דײַן ארץ־נחמדת.
מע וועט דיך דאָרט זוכן בחזקת־סכּנה –
און טרעפֿן נאָר טינט מיט אַ טויטער וואָרענע.
נקודות
נאָך די מאָטיוון פֿון אַרטור רעמבאָ
אַ שוואַרץ, אֶ ווײַס, אִ רויט, אֻ גרין, און אָ – אַ בלאָער;
די מוטער – אַלף, אירע תּולדות – אַ נקודה.
אַ – שוואַרצער ראָב, תּכריכים, פֿליגן אויף דער סעודה
פֿאַרזאַמלען זיך אין גלימער, אין אַכזריות־טרויער –
אַ שאָטן־ים; אֶ – נעפּל־אײַז, דער מערו־באַרג, גאַרודע,
ייִגדראַסיל, מלכּי־אדום, צפֿון־טויער.
אִ – בלוט־פּאָרפֿירע, שיינע ליפּן – לאַך, באַדויער
אין כּעס צי אין אַ תּשובֿה־שיכּרות ווי אַ בודע.
אֻ – ציקלען, ימען־טענץ מיט כוואַליעס געטלעך־גרינע,
דער טירן־קרײַז מיט חיות פֿול און רינצלעך דינע,
אַ שטערן־צייכן פֿון אַלכעמישן ניוואָ.
אָ – שטילער שופֿר הײַלט, מחכמה ומבינה,
למעלה – איבער עולמות, מלאָכים – שכינה,
און באַתּב״ש איר אולטראַ־תּכלת, תּיוו – איז דאָ!