יואל מאַטוועיעוו: פּראָזע
די דאָזיקע פֿאַנטאַסטישע מעשׂה פֿון יואל מאַטוועיעוו איז תּחילת פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין "ביראָבידזשאַנער שטערן" אינעם יאָר 2021, באַגלייט מיטן מחברס אייגענער רוסישער איבערזעצונג.
אַתּנורה
«איך האָב זיך געווענדט צו מײַן לעצטער קניה – דעם קאָמפּלעקט פֿון אַלכעמישער אַפּאַראַטור. ווי דער קרעמער אויף דער גאַס פּעטעליע האָט מיך מבטיח געווען, האָט זי אַמאָל געהערט צו רײַמונדוס לוליוס. ווען איך האָב צוגעבונדן דעם אַלאמביק צום אַתּנור, און צוגעשטעלט בײַנאַנד דעם lavacrum maris, האָב איך משׂיג געווען די אַלכעמישע דאָקטרין…»
(וו. ב. יעיטס)
דער זוניקער זומער־טאָג האָט זיך אַרויסגעוויזן פֿאַרן פֿאָרשטאָט־פּראָמענאַד ווי אַ מפּלה. נאָכמיטאָג זענען פּלוצעם אָנגעפֿלויגן כמאַרעס. דער קילער ווינט האָט צעשאָקלט דעם טשערעט. אויפֿן גרויען מאָנאָליט פֿונעם טײַך איז אַרויפֿגעשוווּמען דאָס טשיקאַווע קעמעלע פֿונעם וואַסער־עוף פּאָגאַנקע. ערגעץ האָבן געמעקעט ציגן, הייזעריק געשריגן אַ האָן. דער ייִדישער פּאָעט אין אַ מאָדישן ווינער סורדוט און אַן ענגלישן פּלוש־צילינדער האָט אַרומשפּאַצירט פּאַזע דעם זומפּיקן ברעג בײַ דער האַנט מיט זײַן פֿרײַנדין, אַ דײַטשישע פּאָעטעסע.
– מײַן ליבער פֿרײַנד, צי געדענקט איר מײַנע באַשיידענע לידער וועגן דעם ייִחוד צווישן ווענערע און יענע וווּנדערלעכע ווײַטע פּלאַנעטן, וואָס די וויסנשאַפֿטלער האָבן זיי אַזוי גורלדיק און פֿילדײַטיק געגעבן די נעמען פֿון אוראַלטע געטער?
– אַוודאי און אַוודאי, טײַערע מאַדאַם בראַנדט. איך קען תּיכף־ומיד פֿאָרלייענען אײַערע גאָר שיינע לידער אויף אויסווייניק. מיר דאַכט זיך אָבער – איר זאָלט מיך ניט האַלטן פֿאַר אַ מחוצף – אַז די שורות וועגן דעם פֿאַרבן־געמיש קלינגען כּמעט וואָרט נאָך וואָרט ווי געטע. און פֿונוואַנען שטאַמט אײַער רייד וועגן די ווײַבלעכע פֿלויִדן פֿון ווענערע?
– מעסיע גאָרדאָן, זיכער ווי גאָלד, אַז אַנשטאָט דער גרויסער סודות־ירושה פֿון אײַער פֿאָלק גיט איר אָפּ די בכורה דער נאַרישער פּלאַפּלערײַ פֿון אַפּיקורסים, וואָס האָבן זיך הײַנטצוטאָג פֿאַרמערט «אַלס אויב היישעריקן אויס דעם ברונעם פֿונעם אָפּגרונט1». דאָקטער זאַקוטוס לוזיטאַנוס, דאָס אייניקל פֿונעם גרויסן ייִדישן אַסטראָלאָג און מקובל אַבֿרהם זכּות, האָט שוין געשריבן וועגן דעם האַלב ברמז. ער איז דאָך געווען אַ בקי אין סודות און טעמים פֿון לשון־קודש.
– טײַערע סאָפֿיאַ אילינישנאַַ, מעג איך אײַך אַ ביסל דערווידערן? די אוראַלטע שפּראַך פֿון שבֿטי־ישׂראל איז פּונקט אַזאַ פּרי פֿונעם מענטשלעכן שׂכל, ווי גריכיש אָדער לאַטײַן. דער רבונו־של־עולם האָט אונדז אַנטפּלעקט געוויסע ווערטער אין די כּתבֿי־קודש, נאָר ער שטערט אונדז ניט אויסצוטראַכטן וויפֿל מע וויל אונדזערע אייגענע. הערט נאָר אויס: «האור, החום, הקיטור, החשמלה…»
אַ ראָזלעכע בליץ־שײַן האָט אַ פֿלאַקער געגעבן אויפֿן צפֿון. דער פּאָעט האָט זיך פֿאַרטראַכט אַרײַנגעקוקט אינעם פֿאַרכמורעטן הימל. אַ פּלוצעמדיקער ווינט־שטויס האָט צעשויבערט דאָס קלייד פֿון זײַן שפּאַציר־חבֿרטע און שיעור ניט אַוועקגעטראָגן איר באָרדאָווע שליאַפּקע אינעם טײַך. פֿון דער ווײַטן האָט זיך דערהערט אַ דונער־געקנאַל. קאַטשקעס האָבן זיך פֿיבערהאַפֿטיק צעשריגן אינעם טשערעט.
– מעסיע גאָרדאָן, – האָט סאָפֿיאַ אילינישנאַַ זיך אָפּגערופֿן מיט אַן אומגעוויינטלעך שאַרפֿן טאָן, מאַכנדיק צוריכט איר ווײַס קלייד מיט אַ קאָרסעט; גאָרדאָנען האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז עפּעס האָט זי איבערגעשראָקן. – מעסיע גאָרדאָן, וואָס האָט איר געזאָגט?!
– מאַדאַם בראַנדט, דאָס מיינט «דאָס ליכט, די היץ, דער דאַמף…»
זי האָט גראָב איבערגעריסן דעם פּאָעט.
– כ׳האָב פֿאַרשטאַנען, ניט געקוקט אויף אײַער אומגלייבלעכן ווילנער אַקצענט. נאָר פֿונוואַנען האָט איר גענומען דאָס פֿערטע וואָרט?
– אַזוי האָב איך אָנגערופֿן די עלעקטרישע קראַפֿט אין איינער פֿון מײַנע פּאָעמעס. אין די כּתבֿי־קודש איז דאָך ניטאָ קיין וואָרט וועגן דעם דאָזיקן וווּנדערלעכן כּוח, צוליב וועלכן מיר וועלן באַלד ניט דאַרפֿן קיין פּאָטשטאַליאָנען, און אונדזערע בריוו וועלן מאָמענטאַל אָנקומען קיין כאַבאַראָווסק און אַפֿילו קיין אַמעריקע. זיכער ווייסט איר, אַז דער גרויסער וויסנשאַפֿטלער באָריס סעמיאָנאָוויטש יאַקאָבי ז״ל…
מאַדאַם בראַנדט האָט ווידער איבערגעריסן דעם פּאָעט מיט אַ פֿירוואָרפֿנדיקן טאָן פֿון אַ גוּווערנאַנטקע.
– אַך, וואָס פֿאַר אַ שטותערײַ, מעסיע גאָרדאָן! אַן עכטער בריוו, אָנגעשריבן מיט דער צאַרטער האַנט פֿון אַ פֿרוי, וועלן קיינמאָל ניט באַזײַטיקן קיין טרעשטשענדיקע מאַשינען מיט קופּערנע דראָטן! ווי איך האָב אײַך דערציילט אינעם פּאָסטסקריפּטום, שאַפֿט מײַן קרובֿ וויליאַם אַ נײַעם הערמעטישן אָרדן אין לאָנדאָן. דאָס זענען ניט קיין פֿראַנקמאַסאָנען, פֿון פֿרויען האַלטן זיי ניט קיין סודות. איך פֿאַרשטיי שוין ניט־שלעכט די שפּראַך פֿון מקרא־קודש און קבלה. ניט לאַנג צוריק האָב איך איבערגעלייענט אײַער פּאָעמע וועגן דודס ליבע צו מיכל. צי דען ווייסט איר ניט, אַז חשמלים זענען מלאָכים פֿון דער זיבעטער מערכה?
גאָרדאָן האָט דערפֿילט, אַז מאַדאַם בראַנדטס קול האָט זיך אָנגעפֿילט מיט עפּעס אַן אומגעהויערן טרויער.
– ווען איר האָט צוגעגעבן אײַער זשאַרגאָנישן «אָ», דעם חותם פֿונעם עולם־השפֿל, האָט איר אַנשטאָט מלאָכים משביע געווען די דינסט פֿון די אַרכאָנטן – די שׂרים פֿון רקיעי־השמים. איר האָט צוגערופֿן די, וואָס באַהאַלט זיך הינטער אוראַן און נעפּטון: די געהיימע טאָכטער פֿון זעוס!
מאַדאַם בראַנדטס טיראַדע האָט געפּלעפֿט גאָרדאָנען ווי אַ דונער אינמיטן העלן טאָג.
«גאָטעניו זיסער! אָט נאַט אײַך אַ מעשׂה מיט ציגעלעך ווײַסע! ניט שוין זשע גלייבט זי טאַקע ערנסט אין אירע ווענערישע פֿלויִדן?»
סאָפֿיאַ אילינישנאַ האָט אַ קוק געטאָן אויף די האַסטיק אָנקומענדיקע שוואַרצע כמאַרעס, זיך באַרויִקט און מיט אַ באַפֿרידנדיקן טאָן דערציילט ווײַטער:
– איר ווייסט זשע, אַז מײַן זיידע הײַנריך בראַנדט ז״ל האָט געדינט, ווי מע פֿלעגט דעמאָלט זאָגן, אַלס געאָגנאָסט. נאָך מיט עטלעכע יאָר פֿאַר אַלעקסאַנדר הומבאָלטן האָט ער דורכגעמאַכט אַ געוואַגטע רײַזע איבער אומבאַוווּסטע סיבירישע קאַנטן. אָט דאָרט, אין די נאָמענלאָזע ייִשובֿים בײַם רעכטן בײַטײַך פֿונעם יעניסיי, האָט ער זיך באַקענט מיט דער פֿאַמיליע פֿון פּראָקאָפֿיאַ פֿיאָדאָראָוונאַ גאַנטימוראָוואַ. מײַן עלטערזיידע איז געווען אַ טונגוס.
די פּאָעטעסע האָט אַ מאַך געטאָן מיט איר זילבערדיקער פּאַראַסאָל, באַצירט מיט אַ פּערלמוטער־הענטל, אָנטײַטנדיק איר פֿאַרעקשנטן פֿרײַנד אויף דער שטאָקפֿינצטערער כמאַרע. פּלוצעם האָט זיך אָנגעהויבן אַ דריבנע רעגנדל. אינעם קראָפּעווע־געדיכטעניש איז דורכגעלאָפֿן אַ שאָרעך פֿון פֿאַלנדיקע טראָפּנס.
– ניט אומזיסט זשע רופֿט מען אָט־דאָס מעלאַנכאָלישע טײַכעלע Ischora! דעם נאָמען פֿונעם טײַך האָט מאַדאַם בראַנדט פּלוצלינג הויך אויסגעשריגן מיטן דײַטשישן אַקצענט. דער פּערלמוטער האָט ווידער אַ פֿינקל געטאָן אין איר לינקער האַנט. ערגעץ ממש נאָענט, גלײַך ווי אַ מאַגנעזיע־אויפֿבליץ פֿון אַ פֿאָטאָגראַפֿישן אַפּאַראַט, האָט אַ בלוילעך־ווײַסער פֿײַער־זײַל זיך אײַנגעביסן אין דער ערד; אַ פֿאַרטויבנדיקער האַרמאַטן־שאָס האָט כּמעט אין איין אויגנבליק אויפֿגעריסן די שטילע פֿאָרשטאָטישע אידיליע. דערשראָקענע קאַטשקעס זענען זיך אין אַלע זײַטן צעפֿלויגן פֿונעם טשערעט.
אין דער שײַן פֿונעם בליץ האָט גאָרדאָן באַמערקט ערגעץ ווײַט אַ גאָלדיקן אָפּבלאַנק פֿון אַ צערקווע־קופּאָל. ער האָט זיך דערמאָנט, אַז אינעם דאָרף יאַם־איזשאָרע האָט מען ניט אַזוי לאַנג צוריק אויפֿגעבויט אַ נײַעם ציגעלנעם קלויסטער אַנשטאָט דער פֿאַרברענטער קאַפּליצע. שׂרפֿות צוליב געוויטערס טרעפֿן זיך דאָ, מסתּמא, ניט זעלטן. אין די צײַטונגען האָט מען געשריבן, אַז די קאַפּליצע איז געווען אויפֿגעשטעלט לכּבֿוד עפּעס אַן איקאָנע; אַדאַנק איר איז איינער אַן אַרבעטער, וואָס האָט געהאַלטן בײַם שטאַרבן, אויסגעהיילט געוואָרן פֿון צינגע2.
– לעוו יאָסיפֿאָוויטש, לאָמיר זשע לויפֿן אינעם געבעטס־הויז אַרײַן, איידער מיר זענען דורכגענעצט געוואָרן! ס׳איז ממש דאָ, איין מינוט!
מאַדאַם בראַנדט האָט אָנגעכאַפּט איר מיטגייער בײַ זײַן מיטלהאַנט און אַוועקגעשלעפּט גאָרדאָנען אויפֿן קויטיקן געסל פֿון דער דײַטשישער קאָלאָניע. ער האָט זיך פֿאַרטראַכט וועגן דער טרויעריקער געשיכטע פֿונעם יונגן דאָקטער, אַ געשמדטן ייִד פֿון דער משפּחה נעוואַכאָוויטש, וואָס האָט אַמאָל געוווינט אין פּעטערבורג. דאָקטער מעטשניקאָוו האָט מיט קלאָרע ראַיות דערוויזן, אַז אַנשטאָט איקאָנעס צי «פֿלויִדן», קאָן מען די צינגע גאַנץ גרינג אויסהיילן מיטן געוויינטלעכן געזײַערטן קרויט. זײַן ווײַב האָט זיך אים אָבער, נעבעך, ניט אײַנגעגעבן צו ראַטעווען פֿון לונגפֿעלער. ס׳וועט נאָך קומען אַ צײַט, ווען די וויסנשאַפֿט וועט יענע מחלה אויך אויסראָטן…
אינעם זויבער־אויפֿגעראַמטן הילצערנעם קירכעלע איז געווען פּוסט, טונקל און שטיל. גאָרדאָן האָט דערהערט, ווי מאַדאַם בראַנדט שעפּטשעט אויס «Vater unser im Himmel». זי האָט זיך אַנידערגעזעצט אויפֿן סאַמע ראַנד בענקל. אַ ביסל פֿאַרשעמט, איז דער פּאָעט אַראָפּ אויף דער מענערישער זײַט, אין צוויי אַרשינען3 פֿון זײַן ליבער חבֿרטע.
– אינעם דאָזיקן שטילן געבעטס־הויז גייט פֿון צײַט צו צײַט מײַן שטובדינסט. איר עלטערער ברודער וווינט דאָ, אין די דײַטשישע קאָלאָניעס. מײַן ליבער פֿרײַנד, האָט איר נאָך אַלץ ניט פֿאַרשטאַנען? ווען איך האָב דערמאָנט, אַז מײַן עלטערזיידע איז געווען אַ טונגוס, האָט תּיכף אָנגעהויבן רעגנען. Tun Guß, פֿאַרשטייט איר?
– און אָט־דער טײַך, איזשאָרע, – האָט סאָפֿיאַר אילינישנאַ מיט פֿאָרוווּרף אַ שאָקל געטאָן איר זומער־שליאַפּקע, באַפּוצט מיט ווײַסע צאַפּליע־פֿעדערן. – «אש־אורה» – אָט איז אײַער «האור והחום». אָדער «אייש איירע», אויב איר האָט אַזוי האָלט אײַער אומגלייבלעכן ווילנער פּראָנאָנס. אַגבֿ, אַ שאָד, אַז איר שרײַבט אַזוי ווייניק אויף אײַער רירנדיקן פּראָווינציעלן זשאַרגאָן. ער דערמאָנט מיר אינעם היימישן ריידעניש פֿון אונדזער פּראָפֿעסאָר־ווירטואָז אַדאָלף לוואָוויטש גענזעלט. איך האַלט פֿאַר אַ כּבֿוד צו זײַן פּערזענלעך באַקאַנט מיט זײַן משפּחה…
דער פֿאַרלאַנגווײַליקטער פּאָעט האָט געעפֿנט דאָס ביכל, וואָס עמעצער האָט פֿאַרגעסן אויפֿן דעמבענעם שטענדער: אַן אַלטע אויסגאַבע פֿון «קריסטיאַן ראָזענקרייצס כעמישער הויכצײַט». שהחיינו וקיימנו! אַפֿילו אין אַ דײַטשישער קירכע – מאַגיע און שדים־טאַנץ! אויף דער הינטערשטער זײַט פֿון דער הילע איז געווען מיט אַ גריפֿל־קאַראַנדאַש אָנגעצייכט עפּעס ווי אַ מין קאָמעטע, אַרומגערינגט מיט די אותיות פֿונעם ייִדישן אַלף־בית און די רוימישע ציפֿערן XXI. מסתּמא, וועט זײַן ראָמאַנטישע חבֿרטע, ווי תּמיד, פֿאָרלייגן דאָ אַן אייגענעם מיסטישן הסבר.
– סאָפֿיאַ אילינישנאַ, טוט אַ קוק!
מאַדאַם בראַנדט האָט געגעבן אַ גיכן בליק און שטיל געענטפֿערט מיט עפּעס אַ יענוועלטיש קול:
– נו פֿאַרשטייט זיך, די אותיות פֿונעם הייליקן אַלף־בית… לעוו אָסיפּאָוויטש, איר האָט דאָך ניט צופֿעליק אויסגעשפּראָכן די השבעה; גאָרנישט איז צופֿעליק. כ׳האָף, אַז איר טראַכט ניט, חלילה, אַז דעם פּאָעט גיבן זיך זײַנע לידער אומזיסט? די עקספּעדיציע פֿון מײַן עלטערזיידן ז"ל האָט אַנטדעקט ניט בלויז גאָלד, נאָר גריפֿל אויך.
אָ, וואַרט אַ רגע, דאָ פֿעלט איין אותעלע. אין מײַן חזיון זע איך, אַז גענוי אין 21 יאָר אַרום, אינמיטן דעם זומער פֿונעם יאָר 1908, וועט די דינסט פֿון די אַרכאָנטן מחבל זײַן יענעם אומגליקלעכן ווײַטן קאַנט מיט מיליאָנען בליצן.
– Mon amour, – האָט זיך איראָניש אָפּגערופֿן גאָרדאָן, – דאָס איז סתּם אַ קונציקע שפּיל פֿון אײַער פּאָעטישער פֿאַנטאַזיע!
***
און, באַלויכטן פֿון דער נײַער זון,
האָב איך פֿאַרגעסן און אָנגעוואָרן דאָס,
וואָס איז געווען בײַ מיר געזאַמלט.
(ניקאָלײַ רעריך)
דער 17טער יוני, יאָר 1908. די פּלאַנעט ערד, די געגנט בײַם טײַך אונטערשטייניקע טונגוסקע.
דאָס באַשעפֿעניש האָט אַפֿילו ניט באַוויזן צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַ פּלוצעמדיקער זעץ האָט אים אַרײַנגעוואָרפֿן אינעם חושך פֿון ניט־וועזן. כאָטש די גראָבע מאַטעריע איז ניט געווען בכּוח אויף אים צו געוועלטיקן, האָט זײַן שׂכל ניט געקאָנט אויסהאַלטן אַזאַ שוידערלעכן אויפֿרײַס און דאָס אַרײַנגעשנײַדן זיך אין די טיפֿענישן פֿונעם באַזאַלט־פֿעלדז.
אַ סך יאָרן זענען פֿאַרבײַ; סוף־כּל־סוף, האָבן שוואַכע ראַדיאָ־וויבראַציעס ביסלעכווײַז אומגעקערט ברעקלעך פֿון אַלטע זכרונות.
«פּלוצעם איז דער הימל אויפֿן צפֿון צעריסן געוואָרן אויף צווייען, און עס האָט זיך אין אים באַוויזן אַ פֿײַער, ברייט און הויך איבערן וואַלד, וואָס האָט איבערגענומען דעם גאַנצן צפֿונדיקן טייל פֿונעם הימל».
דאַכט זיך, האָבן די ראַדיאָ־קולות דערציילט וועגן יענעם קאָשמאַריש פֿאַלן. זיי האָבן גערעדט און געזונגען אויף פֿאַרשיידענע לשונות. מיט דער צײַט האָט דאָס באַשעפֿעניש אָנגעהויבן זיי צו פֿאַרשטיין.
«שטייט די שטאָט שוין צוויי טויזנט יאָר, אָפּגעלעבט בײַם ליכט פֿון דער זון – דעם ליכטיקן שטערן».
דאָס באַשעפֿעניש האָט געפּרוּווט זיך צו דערמאָנען דאָס אייביקע קרײַזן זיך אין דער אײַזענער טורמע אַרום דער זון. דעמאָלט האָט זיך אים געחלומט, אַז אָט־די פּלאַנעט, וואָס אירע תּושבֿים רופֿן זי אָן «די ערד», איז נאָך געווען אַ לעבנלאָזער צעגליטער קײַלעך. קיין קולות האָבן זיך דאָרטן דעמאָלט נאָך ניט געהערט.
«און געדענקט ער ניט קיין נעמען, קיין ראַנג…»
דאָס קול איז געווען זייער הילכיק.
«וואָס מיינט עס, נעמען און ראַנגען? דאַכט זיך מיר, האָב איך אַמאָל געהייסן אַטאַנאָר – אַתּנור».
«אין די הימלהייכן ביסט אַ ריינער מלאך», – האָט אַ ברום געטאָן אַן אַנדער קול.
«אפֿשר, בין איך אַ מלאך?» – האָט זיך פֿאַרטראַכט דאָס באַשעפֿעניש, אײַנזאַפּנדיק מיט דורשט יעדעס טראָפּעלע פֿון ראַדיאָ־סיגנאַלן, האָפֿנדיק זיך אויפֿצוּוועקן. פּלוצלינג זענען פֿון ערגעץ אָנגעקומען ווערטער פֿון בראשית־אַלטע ימים־קדמוניות:
«דונער. שׂכל שלם.
כ׳בין צוגעשיקט געוואָרן דורכן כּוח.
און איך בין געקומען צו די, וואָס טראַכטן פֿון מיר.
און איך בין געפֿונען געוואָרן צווישן די, וואָס זוכן מיך אויס».
דאַן האָט דאָס באַשעפֿעניש זיך עפּעס קוים דערמאָנט, ווי דורך אַ נעפּל: אַז זײַן גורל איז צו פֿלעכטן קשרים אין אייביקייט.
***
די פּלאַנעט ערד. יאָרהונדערט XXI.
אין זײַן חלום האָט פּאַשע זיך געקושט מיט ראָזען אינעם אַמור. זיי זענען אַרײַן אינעם קילבלעכן וואַסער ביזן סאַמע האַלדז; טשיקאַווע קליינע פֿישעלעך האָבן געקיצלט זײַנע פֿוספֿינגער. ראָזע איז געווען אין אַ שמאָל שוואַרץ ביקיני, צוגעפּאַסט צו אירע פֿאַרטראַכטע טונקל־קאַרע אויגן; דאָס שווים־קליידל האָט באַצירט איר ברוסט מיט רויטע פּאַסעלעך און מיסטישע סימבאָלן.
נאָך פֿאַרשלאָפֿן און מיינענדיק, אַז דאָס קלינגט זײַן שותּף, האָט פּאַשע אַרויפֿגעוואָרפֿן אַ פֿוטבאָלקע מיט פֿראָדאָ, זיך אַראָפּגעזעצט בײַם קאָמפּיוטער און אײַנגעשלאָסן דעם קלאַנג.
– פּאַשע, ווידעאָ!
פּאַשע האָט אַ קוועטש געגעבן מיט דער מויז, אָפּגעווישט זײַנע אויגן און זיך פֿאַרגלאָצט אינעם עקראַן. ראָזע איז געזעסן אויף אַן אַלטער סאָוועטישער טאַבורעטקע, אָנדערהאַלבן מעטער פֿון איר קאָמפּיוטער. פֿון אַלע מלבושים זענען אויף איר געווען נאָר דורכזיכטיקע ראָזעווע שקאַרפּעטקעלעך, אַ האָר־קלעמערל און אַ קורץ רויט קליידל, שפּילעוודיק אָנגעטאָן אויפֿן נאַקעטן גוף.
– נעכטן אויסגענייט אַ נײַ ציצן קלייד!
פּאַשע האָט זיך דערפֿילט ווי אַן אינדישער יאָג. עטלעכע סעקונדעס האָט ער ניט געקאָנט וואָס־ניט־איז אויספּלאַפּלען. זײַן אויפֿמערק האָט צוגעצויגן אַ מיסטעריעז טאַטו־בילד אויף דער היפֿט פֿון דער געליבטער. צו ווײַזן בעסער, האָט ראָזע קאָקעטיש אַ דריי געטאָן איר פֿיסל.
– אַ ברען! וואָלט איך גלײַך געפֿלויגן צו דיר קיין ביראָבידזשאַן און צעקושט דײַן «טאַטוכע». ווען האָסטו באַוויזן דאָס אָנצושטעכן?
– איז וואָס זשע פֿליסטו ניט? שוין מיט אַ וואָך צוריק געמאַכט. איידער אויסגעהיילט געוואָרן, ניט געוואָלט דיר ווײַזן.
– און וואָס איז דאָס, פֿעדערן צי אַ קאָמעטע? און וואָס פֿאַר צייכנס אַזעלכע?
– בײַ אונדז איז דאָך, ווי מע זאָגט, אַ ייִדישע געגנט – אויף די גאַסן זענען פֿאַראַן אַ סך אַזעלכע צייכנס.
– נו, אַ רויז – פֿאַרשטייט זיך, אָבער צוליב וואָס אַ פּענטאַגראַמע? בעסער האָסטו געדאַרפֿט זיך אָנשטעכן אַ מגן־דוד, אַז דו האָסט שוין אַזעלכע אותיות.
ראָזע איז אויפֿגעשטאַנען און זיך אַ קער געטאָן.
– אָט דיר אַ מגן־דוד!
– כ׳וועל מיט דיר משוגע ווערן. און פֿאַרוואָס אַ קאָמעטע?
– נו פּאַשע, וויפֿל מאָל דאַרף איך דיר דערציילן? די באָבע מײַנע האָט געהייסן אַרינע, געקריסטיקט אין צערקווע ווי אַריאַדנע. און איך בין געבוירן געוואָרן דעם 17טן יוני, אינעם טאָג פֿון אַלע קדושים… אַלע רוסישע קדושים, מיין איך. פּונקט אין יענעם טאָג, ווען דער טונגוסקער מעטעאָריט האָט געקראַכט. און ווען די באָבע האָט מיך געקריסטיקט, האָט זי מיך אויך אָנגערופֿן אַריאַדנע, כאָטש לויטן פּאַספּאָרט בין איך ראָזאַ אילינישנאַ בראַנדט.
– דו האָסט מיר אינגאַנצן פֿאַרדרייט דעם קאָפּ. לויטן פּאַספּאָרט בין איך פּאַלאַדי גאַלאַקטיאָנאָוויטש סיטשאָוו. דו מיינסט, אַז איך בין אַנטציקט פֿון אַזאַ נאָמען? הײַנט, דרײַ אַזייגער בײַנאַכט, דאַרף מיר נאָך אָנקלינגען מײַן שותּף. ער אַרבעט אָנלײַן אין וולאַדיוואָסטאָק. אונדזער נייראָן־נעץ האָט ווידער מבֿטל געווען די טעסטן און אויפֿגעהאַנגען דעם סערווער – און בײַם סוף חודש מוזן מיר זי אָפּגעבן דעם נאַטשאַלניק! וווּהין וועל איך איצט פֿאָרן? כ׳האָב דיר שוין הונדערט מאָל געהאַט געזאָגט: נעם מיט דײַן וועבשטול און קום צו אונדז קיין פּעטערבורג.
– איז וואָס זשע וועל איך טאָן בײַ אײַך? אַלע געוועבן, וואָל און פֿעדעם באַשטעל איך פֿון פּעטערבורג, נאָר דאָרט וועט מײַן ביזנעס בטל ווערן צוליב קאָנקורענץ. וואָס זאָל איך דאָרטן טאָן, העפֿטן שוואַנעלעך מיט האַקן־זונעלעך פֿאַר אײַערע עבֿודה־זרהניקעס? און דאָ ברענגט מיר נאָנע אַלצדינג צוויי מאָל ביליקער און גיכער פֿון אַלע קוריער־סערוויסן. קיין אַנונג האָב איך ניט, ווי אַזוי זי טוט עס. דו ווייסט זשע, אַז צוליב איר פֿאַרקויף איך מײַנע באַשטעלונגען פֿון פּעטערבורג ווי עכטע ווײַט־מיזרחדיקע היים־געוועבטע קליידער. פֿאַר אײַך איז עס אַן עקזאָטישער חידוש!
ראָזע האָט זיך דערמאָנט די אייערנעכטיקע מאָדנע מעשׂה.
– אַגבֿ, פּאַלאַדי ראַדיעוויטש, זונענשײַן מײַן טײַערע, הער אויס אַ מעשׂה. אייערנעכטן קלינגט מיר סעריאָגע, מײַן געוועזענער אוצר, פֿאָדערט ער פֿאַר זײַנער אַ נײַער פּאַסיע דאָס נײַסטע קלייד פֿון אַ געוויסן פּעטערבורגער בוטיק, שיקט מיר אַן «עסעמעסקע» מיטן לינק און זאָגט צו, אַז ער איז גרייט אויסצוטרענצלען כאָטש אַ הונדערט באַקס, אַבי איך זאָל אים דערליידיקן די סחורה וואָס גיכער. אמת, קומט ער צו מיר אַהיים מיט אַ נישקשהדיקער סומע געלט פֿאַרן קלייד און פֿאַרן ליפֿערן. פֿאָר איך אויף נאָנעס סקלאַד… אַגבֿ, זי איז זייער ענלעך אויף דײַן קלאַס־חבֿרטע, מיט וועלכער דו הענגסט אַרומגעכאַפּט איבער דײַן קאָמפּיוטער.
פּאַשע האָט זיך אַ ביסל פֿאַרשעמט. ער האָט שוין עטלעכע מאָל דורכגעפֿירט מיט ראָזען אַ ווידעאָ־טור איבער זײַן באַשיידענער סטודיע פֿון 11 קוואַדראַט־מעטער. אַחוץ יענעם פֿאָטאָ איז אין זײַן פּוסטן צימער געווען פֿאַקטיש נישטאָ וואָס צו ווײַזן.
– נאָנע נעמט דאָס געלט אָן קיין קשיאות און קלינגט מיר איבערמאָרגן. איך פֿאָר קיין ניקאָלאַיעווקע, גיט זי מיר אויס דאָס קלייד און דערקלערט, אַז ס׳האָט זיך בײַ איר שוין געוואַלגערט אויפֿן סקלאַד.
– איז וואָס זשע?
– דו דאַרפֿסט זען יענעם סקלאַד. אַ פֿאַרוואָרפֿענע כאַלופּע, אַ הינטישע קאָנורע. און אויפֿן לינק שטייט געשריבן, אַז דער פֿאַסאָן איז אַ שפּאָגל־נײַער, האָט זיך באַוויזן אין דער קראָם בלויז מיט פֿינף טעג צוריק. אפֿשר, ס׳איז אַ ליגן אויף צו העכערן דעם פּרײַז, אַז בלויז פֿינף טעג. אָבער ווי אַזוי זשע האָט זי פֿון פֿריִער אײַנגעקויפֿט אַ קלייד פֿון פּונקט אַזאַ מאָס און קאָליר? דערצו, פֿון אַן אינגאַנצן אומבאַקאַנטער פֿירמע, וואָס איך הער צום ערשטן מאָל דערפֿון? ס'לייגט זיך בשום־אופֿן ניט אויפֿן שׂכל.
– אונדזער נאַטשאַלניק האָסטו געדאַרפֿט זען. ס׳לייגט זיך בשום־אופֿן ניט אויפֿן שׂכל, אַז נאָכן פּראַווען תּיקון־חצות יעדע נאַכט בין איך נאָך געבליבן לעבן און זיך דערווײַל ניט אויסגעלערנט צו קנייטשן גאָפּלען מיטן בליק אָדער צו קושן דײַנע «טאַטוכעס» פֿון דער ווײַטן!.. אַגבֿ, ראָזע, ווען מערקסטו אָפּ דעם «אַלטן נײַעם יאָר»?
– דעם דרײַצנטן!
– אָט־אָט! דער קאַלענדאַר, זעסטו, איז דעמאָלט געווען אַן אַנדערער. דער מעטעאָריט איז געפֿאַלן דעם 17טן יוני לויטן אַלטן סטיל – דהײַנו, הײַנט גענוי איז ער געפֿאַלן. און בכלל, איז דאָס ניט געווען קיין מעטעאָריט.
– וואָס דען?
***
די פּלאַנעט ערד.
פּאַשע האָט אָן איבעריקן חשק געגעבן נינען אַ קוש אינעם חן־פּינטל אויף איר צאַרטער פֿולער ברוסט און זיך אַרײַנגעקוקט אין דער סטעליע. נינע האָט זיך צעכיכיקעט. די שפּאַלטן אויף דער סטעליע האָבן דערמאָנט פּאַשען עפּעס אַן אוראַלע מאַפּע. ער האָט אַמאָל געזען עפּעס אַזוינס אינעם ערמיטאַזש.
– נו שוין זשע דרייען דעם לאָמפּ! כ׳ווייס דאָך, אַז דו האָסט זי ליב! קענסט פֿאָרן צו איר קיין ביראָבידזשאַן. דאָרטן איז די אמתע טײַגע, נפֿלאות־הבורא! לאָז אָפּ דײַנע נייראָן־נעצן, געזינטער וועסטו ווערן. אָדער זי – קיין פּיטער. געדענקסט, ווי מיר האָבן נאָך אינעם אַכטן קלאַס פֿאַרקניפּט דעם ראָמאַן, און איך בין ניט געווען ברוגז, ווען דו האָסט שפּעטער זיך אַ דריי געטאָן צו מײַן חבֿרטע. אויב דו ווילסט, וועל איך איר אָפּזוכן בחצי־חינם שפּולקעס אינעם אינטערנעט, צי וואָס דאַרף זי נאָך? דו ווייסט זשע, אַז איך בין ניט קיין אייפֿערזיכטיקע. נאָר איך האָב ניט קיין השגה, פֿאַרוואָס זאָל אַ מענטש אינעם דריטן יאָרטויזנט דאַרפֿן אַן אוראַלטן הילצערנעם וועבשטול? האָט אַ ביראָבידזשאַנער טרונען־מאַכער צונויפֿגעקלאַפּט אַזוינס און פֿאַרקויפֿט איר ווי אַן אַנטיק, צי וואָס?
– און פֿאַרוואָס קאַלכסטו ניט אָפּ דײַן סטעליע?
– מײַן סטעליע איז אַ מוזיי־עקספּאָנאַט. לאָמיר גיין אויפֿן באַלקאָן, געבן נאָכאַמאָל אַ בלאָז. נאָר דו זאָלסט אויף זיך עפּעס אַרויפֿוואַרפֿן. עפּעס אַ מאַמעלע אינעם הויז קעגנאיבער קען ניט ריכטיק פֿאַרשטיין דײַן אָדם־נאַקעט געשטאַלט און וועט גיין אָנקלאָגן, אַז דו מיינסט זיך צו טשעפּען, חלילה, צו אירע קינדער.
פּאַשע האָט טיף אַרײַנגעהויכט דעם רויך. אונטן, אויפֿן פּראָספּעקט, איז מיט אַ גלעקער־געקלאַנג פּאַוואָלינקע פֿאַרבײַגעשוווּמען אַ טראַמווײַ. אים האָט זיך פֿאַרוואָלט אַרויסצוציִען די הענט אין דרויסן און אָנכאַפּן יענעם צאַצקעלע־טראַמווײַטשיק ווי אַ היישעריקל.
– נינע, וווּ האָסטו גענומען אַזאַ חומר? מײַן קאָפּ וועט פֿון אים עפּעס פּריטשמעליעט.
– ווי געוויינטלעך, בײַ באַרסוק…
אויפֿן באַלקאָן־טישל זענען געלעגן פֿאָטאָ־קאָפּיעס פֿון עפּעס אַ ביכל מיט סכעמעס. פּאַשע האָט אַ פּרוּוו געטאָן זיך צו קאָנצענטרירן. אַ קאָמעטע, אַ פּענטאַגראַמע, אַ שוואַרצע רויז, סודותדיקע סימבאָלן… ער האָט זיך אַרומגעקוקט.
דער קעגנדיקער ווינקל פֿון דער לאָדזשיע איז געווען אָנגעפּראָפּט מיט פּעקלעך. ער האָט אויף זיי באַמערט אַדרעס־צעטלעך.
– איז נינע טאַקע אַ גרוזינישער נאָמען? אָדער, אפֿשר, גיכער נאָנע?
נינע האָט אַרײַנגעקוקט אינעם סאַמע טיפֿעניש פֿון פּאַשעס אויגן און פֿאַרשטאַנען זײַן געדאַנק אויפֿן וווּנק. דאָס זשומען אין איר קאָפּ איז נעלם געוואָרן, ווי דער לײַכטער רויך, וואָס איז נאָרוואָס פֿאַרשוווּנדן געוואָרן הינטערן פֿענצטער פֿון דער לאָדזשיע.
– דאָרט בין איך נאָנע, און דאָ בין איך נינע… פּאַשע, אויב איך וועל דיר אַלץ דערציילן, וועסטו קיינמאָל ניט געפֿינען די טיר אינעם צוים. איך ווייסט ניט, באמת ווייס איך ניט, וואָס מיינען פֿאַר דיר מײַן עלטערבאָבעס סכעמעס, נאָר מיר האָבן זיי געירשנט פֿון איר פֿאַרשוווּנדענער מומען. דו געדענקסט, אַמאָל האָב איך דיר דערציילט, אַז איר אמתער טאַטע איז געווען עפּעס אַ ייִדישער מאַג אָדער אַ פּאָעט? מסתּמא, האָט זי פֿאַרגעסן זיי מיטצונעמען און אָן אירע סכעמעס ניט געקענט געפֿינען דעם וועג צוריק. מיר ווייסן ניט אַפֿילו, ווי אַזוי איז איז בכלל דורכגעגאַנגען אַהין: די דינסט פֿון די אַרכאָנטן איז דעמאָלט נאָך ניט געווען דאָ בײַ אונדז אויף דער ערד.
דו דאַרפֿסט געפֿינען דײַן אייגענעם וועג… נו, ווי אַזוי זשע זאָל איך דיר דערקלערן? די טראַנספּאָרטאַציע איז אוממעגלעך, אויב עמעצער זאָגט אויס גראָד דעם גאַנצן סוד, אָדער ווען אַ זײַטיקער מענטש קאָן דיך דערזען. אויב מע וועט אָנשטעלן ווידעאָ־קאַמערן בײַ דעם צוים, צעשמעטער זיי צו בעניעס מאַמען מיט אַ ציגל! צוריק גערעדט, וועל איך זיי צעשמעטערן אַליין די ערשטע, כ׳האָב דאָך אַ ביזנעס אין ביראָבידזשאַן… יאָ, און היט זיך אָפּ!
– נינע… נאָנע, וואָס פֿאַר אַ צוים, וואָס רעדסטו?
– ניט ווײַט פֿונדאַנען, אין «טעלמאַנאַ». דאָס איז לעבן קאָלפּינאָ. פֿאָר מיט אַן עלעקטריטשקע פֿונעם מאָסקאָווסקי וואָקזאַל, אָדער מיט אַן אויטאָבוס פֿון קופּטשינאָ. אין יענעם ייִשובֿ, וואָס רופֿט זיך איצט אויפֿן נאָמען פֿון עפּעס אַ דײַטש, טעלמאַן, האָט ליב געהאַט צו שפּאַצירן מײַן עלטערבאָבעס משפּחה. אַמאָל איז דאָרט געווען אַ דײַטשישע געגנט. מילא, לאָמיר גיין!
נינע האָט אָנגעצונדן דאָס ליכט אינעם שלאָפֿצימער און אַרויסגענומען פֿונעם קאָמאָד אַ דורכזיכטיקע פּאַפּקע מיט אַן אוראַלטן בוך.
– אָט גיב אַ קוק, וואָס דאָ שטייט געשריבן: יאָר 1459… מילא, פּאַשע, דו האַלסט שוין בײַם חלשן. באַסטאַ, אין בעט אַרײַן! אינדערפֿרי וועסטו בעסער פֿאַרשטיין.
***
זינגען וואָלסטו געדאַרפֿט, באָיאַן דער חוזה, זון פֿון וועלעס.
(זאַגע פֿון איגאָרס פּאָלק)
צו די «ראָדנאָווערן»4 האָט פּאַלאַדי שוין דרײַ יאָר ניט געהאַט קיין שײַכות. זײַן נאָמען פֿיגורירט כאָטש אינעם צערקווע־לוח, און זיי האָבן זיך אַליין אויסגעטראַכט אויסטערלישע נעמען, און דערצו אָפֿיציעל געביטן זיי אין די פּאַספּאָרטן. אין דער היים בײַ סוויעטלאָיאַרן האָבן זיך אין אַלע ווינקלען באַוויזן אַ סך נײַע קריסטאַלן, הילצערנע פֿיגורקעס און לערנביכער פֿאַר דער «סלאַווישער יאָגע». איבערן אָפּגאָס־בעקן איז געהאַנגען אַ פֿאַרצײַטישער מושקעט מיט אַ טערקישן יאַטאַגאַן.
– וואָס פֿאַר אַ צוים? אַלע פּאָרטאַלן זענען אונטערן וואַסער, ווײַט פֿונדאַנען.
– אונטערן וואַסער – וווּ?
– אין זשיגולי, אין דער «פּערמסקע זאָנע», בײַ די היפּערבאָרעיִשע פּעטראָגליפֿן… דאָס איז אין דער מורמאַנסקער געגנט.
– ניין, ס׳מוז זײַן ערגעץ דאָ.
– אַ קאָמעטע, זאָגסטו? זיכער האָט עס צו טאָן מיט אַסטראָלאָגיע. איך וואַרף גאַנץ גוט גורלות אויף די סלאַווישע רונעס, אויף די סקאַנדינאַווישע אויך… אין פּרינציפּ, בין איך באַקאַנט מיט די טאַראָ־קאָרטן, כאָטש איך האָב ממש פֿײַנד יענע מאַסאָנישע המצאה. אין אַסטראָלאָגיע בין איך אָבער ווי אַ פּיקהאָלץ – אַ גאַנצער עם־האָרץ.
– זאָג מיר דעם אמת, סוויעטלאָיאַר, דײַן מושקעט… איז ער טאַקע אַן עכטער?..
אויפֿן וועגן אַהיים פֿונעם ייִשובֿ «טעלמאַנאַ» האָט זיך פּאַשע, פֿאַרמאַטערט פֿון זײַנע זוכענישן, צוגעשפּאַרט צו דער ריפּן־אַרטיקער גרויער אײַזערנער באַצוימונג בײַ דער בריק. וואַרטנדיק אויפֿן אויטאָבוס, האָט ער צוגעטשעפּעט די «אויערלעך» צום טעלעפֿאָן און אַרײַן אינעם «יוטוב». גלײַך האָט ער דאָרט געטראָפֿן דאָס פֿאַרצײַטישע פֿראַנצויזישע פּאָפּ־לידל «Parole, parole, parole». דאַכט זיך, עפּעס פֿון ברעזשנעווס יאָרן; זײַן מאַמע האָט עס ליב.
«טאַקע פּאַראָלן», האָט פּאַשע אַ טראַכט געטאָן וועגן זײַן שותּף – דעם טיפּש, וואָס האָט ביזן סוף נישט געקאָנט אײַנשטעלן דעם סערווער ווי געהעריק. דאַנקען גאָט, ווען זיי האָבן פֿאָרגעשטעלט זייער פּראָיעקט דעם נאַטשאַלניק, זענען קיין צרות ניט געשען. עפּעס אַ וואָרט אינעם ליד האָט געקלונגען באַקאַנט…
די סייסמאָגראַפֿן אין קראַסנאָיאַרסק און אירקוטסק האָבן פֿיקסירט קוים באַמערקלעכע ערד־וויבראַציעס.
«אַמור – איז אַ טײַך.
דאָרט איז אויך פֿאַראַן אַ טונגוסקע.
אַמור – איז ליבע.
ליבע בײַם טײַך.
איך בין אַ קדשה און אַ קדושה.
איך בין אַן אַשה און אַ בתולה.
איך בין אויסגעלאַסן און באַשיידן.
איך בין מלמחה און שלום.
קוקט ניט אַראָפּ אויף מיר, ווען איך בין אַראָפּגעוואָרפֿן אויף דר׳ערד!
און איר וועט מיך געפֿינען צווישן די, וואָס גייען…»
«קומט אויס, דאַרף איך אים אָפּשיקן צום אַמור!" – איז אַ צעמישטע מחשבֿה פֿאַרבײַגעפֿלויגן אינעם שׂכל בײַם באַשעפֿעניש, וואָס איז געשלאָפֿן אין די סיבירישע ערד־תּהומען.
בײַ פּאַשען האָט גענומען זשומען אין די אויערן. עטלעכע סעקונדעס האָט ער ניט געקאָנט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַלצדינג אַרום האָט זיך אַזוי געביטן. אויפֿן הינטערגרונג פֿון אַ ברייטן טײַך, גלײַך פֿאַר זײַן נאָז, האָט זיך געיאַוועט נינע־נאָנע אין אַ מאַיעסטעטיש דזשינסעווע מיני־קליידל; זי האָט געשלעפּט צוויי פֿולע עמערס רויטן רויג.
– מאָלאָדיעץ! – האָט זײַן חבֿרטע געשטעלט איר משׂא אויף דער ערד און געגעבן פּאַשען אַ דערמונטערנדיקן קלאַפּ אויף דער פּלייצע. – איצט האָסטו פֿאַרשטאַנען? דאָ, אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, איז אויך פֿאַראַן אַ דאָרף, וואָס הייסט «טעלמאַנאַ». און איך מוז שוין גיין, דער רויג איז זייער פֿריש, גלײַך וועל איך עס פֿאַרקויפֿן אויפֿן מאַרק. קומט צו מיר אַמאָל צוזאַמען. אָבער זאָג איר ניט אויס… אפֿשר איז דײַן ראָזע אַן אייפֿערזיכטיקע?
נינע איז דורכגעגאַנגען גלײַך דורכן צוים; פּאַלאַדי האָט פּלוצעם פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז ניט קיין חלום.
ראָזע איז געוואָרן ממש אויסער זיך פֿאַר פֿרייד, ווען איר ווירטועלער געליבטער האָט פּלוצלינג אָנגעקלונגען אין דער טיר. זי האָט אַזוי שטאַרק אַרומגעכאַפּט פּאַשען, אַז ער האָט קוים איבערגעכאַפּט דעם אָטעם, געשטעלט דעם טיי, געעפֿנט אַ נײַעם פֿלאַש קאָניאַק און אָנגעגאָסן צוויי קעלישקעס. ווען ראָזע האָט אָפּגעשיקט קיין פּעטערבורג אַ נײַע סעריע קאָסאָוואָראָטקעס5 מיט אויסגענייטע ראָזעלעך און קאָמעטעס, האָט נאָנע איר געמאַכט אַ גרויסע הנחה, פֿאָרגעלייגט דעם עכטן גרוזינישן קאָניאַק בלויז פֿאַר הונדערט רובל און גיי ווייס פֿאַרוואָס געפּלאַצט פֿון געלעכטער.
– ווייסטו וואָס? לאָמיר פֿאָרן מאָרגן צום אַמור! וויפֿל האָבן מיר געפּלאַפּלט וועגן דעם, און איך בין דאָרט נאָך קיינמאָל ניט געווען. לאָמיר פֿאָטאָגראַפֿירן כאַבאַראָווסק פֿון דער־אָ זײַט פֿונעם טײַך!
אַ האַלבע שעה האָט דאָס טאַקסי זיך געקערעוועט אַהין און אַהער אויף די עקלדיקע וועגן אַרום דער ברעג. צום סוף האָט די מאַשין זיך אָפּגעשטעלט בײַ דעם צוים.
– פּאַשע, ס׳איז דאָך ממש אַ מיסטגרוב!!!
– נו, לאָמיר מאַכן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿאַרשיידענע ראַקורסן, און דערנאָך וועלן מיר פֿאָרן ערגעץ אַנדערש.
פּאַשע איז צוגעקומען מיט ראָזען צו דעם צוים, אַרויסגענומען דעם פֿאָטאָ־אַפּאַראַט פֿונעם רוקזאַק, צוגעדרייט אַן אַלטן אָביעקטיוו פֿונעם «זעניט»6, זיך מכּוון געווען… גאָרניט געשען.
– מאַדמואַזעל אַריאַדנע, צי האָט איר אַן אַנונג, ווי אַזוי ס׳אַרבעט אַ קאָמפּיוטער־נעץ? דאָרטן איז אַלץ צונויפֿגעפֿלאָכטן, ווי אין דײַן וועב־מאַשין. האָסטו אַמאָל געלייענט וועגן דער טעאָריע פֿון קנופּן?
– פּאַלאַדי פּלוטאָניעוויטש, שטעלט זיך פֿאָר, יאָ – געלייענט אין דער וויקיפּעדיע! פֿאַרוואָס האָסטו מיך אָבער אַרײַנגעשלעפּט אין אַזאַ מיסטגרוב און וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס צו די קנופּן?
– אָט שטעל זיך פֿאָר, אַז איינער אַ קליענט האָט בײַ דיר באַשטעלט צונויפֿצוקניפּן אַן ענדלאָזיק קאָמפּליצירן, ממש אַן אין־סופֿיקן קנופּ.
– פּאַשע, איך האָב דיך זייער, זייער ליב… ביסטו אַראָפּ פֿון זינען, צי וואָס? האָסט מיר דאָך געזאָגט, אַז שוין איבער אַ יאָר האָסטו ניט גערייכערט יענעם זאַלץ פֿון אַמסטערדאַם?
פּאַשע האָט ווידער פֿאָקוסירט זײַן שׂכל אויף די נייראָן־נעצן.
«איך בין ווײַט פֿון אײַך.
און אין יענעם טאָג, ווען איך בין ווײַט, בין איך צו אײַך נאָענט.
איך בין דער מלבוש פֿון הערצער.
איך בין דער בונד און די צעבינדונג.
איך בין שטום און איך קען ניט רעדן, אָבער גרויס איז מײַן אוצר פֿון ווערטער»
«זע איך, אַז איך מוז פֿאַרברייטערן דעם פּאָרטאַל!» – האָט זיך געזאָגט דאָס קאָסמישע באַשעפֿעניש און איבערגעפֿירט עטלעכע קילאָגראַם באַזאַלט מיטאַמאָל אין ריינער ענערגיע. די סייסמאָגראַפֿן האָבן נאָכאַמאָל פֿיקסירט אַן אומפֿאַרשטענדלעכע סעריע ערד־וויבראַציעס, בערך אין אַ טויזנט קילאָמעטער צום צפֿון פֿון אירקוטסק.
פֿונעם האַסטיקן לופֿטדרוק־שפּרונג האָבן זיך בײַ פּאַשען גלײַך צעווייטיקט די אויגן. די מיסטגרוב איז געוואָרן דרײַ מאָל גרעסער, און דער אַמור האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין די באַקאַנטע הויכע בנינים פֿון דער פּעטערבורגער פֿאָרשטאָט. בײַ דער געפּלעפֿטער און שיעור ניט געחלשטער ראָזע איז אַראָפּגעפֿאַלן דער קינבאַק; זי איז קוים געקומען צו זיך, געבעטן מחילה און איז אַוועקגעלאָפֿן הינטערן צוים אין די קוסטעס.
***
פֿונעם חושך כ׳פֿאַרשטיי די נאַכט:
משחבֿות־געפֿלוס, שטערן־ליכט.
(עניאַ, פֿונעם פֿילם «דער האַר פֿון די רינגען»)
מולטיווערסום. אויסערצײַטלעכקייט.
עמעצער האָט געהאַלטן אין איין קוועטשן דאָס קנעפּל אונטן – בײַם אַרײַנגאַנג פֿונעם בנין. פּאַשע האָט זיך געכאַפּט, אַז ראָזע האָט, מעגלעך, פֿאַרגעסן מיטצונעמען אירע שליסלען. ער איז אַרויסגעלאָפֿן פֿונעם דוש, זיך אויף גיכן אָפּגעווישט, זיך איבערגעטאָן און געגאַנגען עפֿענען די טיר. ראָזע האָט מיטגעבראַכט צוגאַסט עפּעס אַ יונג מיידל, אַרום אַכצן יאָר, אין שוואַרצע ברילן און עפּעס אַ אומגעלומפּערט רויט היטל מיט אַ פּאָמפּאָן.
– פּאַשע, באַקען זיך! דאָס איז גאַליע גאָרדאָן! גאַליע, טו אויס דײַן היטל, לאָז עס איבער אויפֿן הענגער אינעם קאָרידאָר, און קום טרינקען טיי מיט אונדז.
אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן סטודיע, האָט די צוויי־צימערדיקע דירה, וואָס פּאַשע מיט ראָזע האָבן געדונגען צוזאַמען, אויסגעזען ווי אַן עכטער מלכותדיקער פּאַלאַץ. ראָזע האָט אַ שעפּטשע געטאָן פּאַשען אינעם אויער אַרײַן: «גלאָץ ניט אויף איר צופֿיל, זי איז שוין איבער זעכציק יאָר אַלט און דערצו ניט אינגאַנצן אַ מענטש». פּאַשע האָט אַ מאַך געגעבן מיט דער האַנט: ווידער ראָזעס נאַרישע דיבורים!
גאַליע איז אַרײַן אין דער קיך און זיך פֿאָרזיכטיק אַרומגעקוקט.
«אוּוואַ!» – האָט פּאַשע אָנגעקוקט אויף דער גאַסטין. ווייניק וואָס האָט אים שוין געקאָנט באַוווּנדערן, אָבער… דאָס מיידל, האָט ער אַ טראַכט געטאָן, האָט טאַקע זייער חנעוודיקע אויערלעך, נאָר אַזעלכע ווײַזט מען בלויז אין קינאָ. פֿאַרשטייט זיך, מוז זי זיי אַפֿילו אין יולי צודעקן מיט אַ נאַריש היטל. און אירע העל־גרינע קעצישע אויגן קאָן מען מיט קיין לינדזן ניט נאָכמאַכן און ניט אויסבאַהאַלטן»…
– פּאַשע, זי האָט בײַ מיר געבעטן איינעם פֿון מײַנע אותיות, און צוגעזאָגט אונדז צו העלפֿן אויסצובויען אַ דאַטשע! שטעל זיך פֿאָר, אַז בײַ זיי איז אויך פֿאַראַן «טעלמאַנאַ», אַזוי ווי בײַ אונדז לעבן ביראָבידזשאַן און בײַ דיר אין דער לענינגראַדער געגנט. «טעל מאַנאַ» איז דער טײַטש «אַ געבענטשטער דאַך» אָדער עפּעס אַזוינס. און עס שטייט דאָרט אויך אַ צוים, נאָר גאָר אַ קרישטאָלענער, ווי אין יענעם מולטפֿילם! קיין מיסטגרוב איז אָבער נישטאָ.
– וואָס פֿאַר אַ באַרג, וואָס פֿאַר אותיות, וועלכע מולטפֿילמען?!
ראָזע האָט אַרויפֿגעצויגן איר נײַ קלייד פֿונעם אייגענעם דיזײַן, און גאַליע האָט אויפֿגעהויבן די שניי־ווײַסע רעכטע האַנט. אויף דער דלאָניע האָט בײַ איר געשײַנט אַ גאָלדענער סימבאָל.
– באַרויִק זיך, וועל איך זיך ווידער אָנשטעכן אַזאַ אות. אָדער עפּעס אַנדערש. דו געדענקסט, אַז לעצטנס האָב איך איבערגעלייענט טאָלקינען. נעכטן האָב איך געזען אַ חלום מיט די עלפֿן און מיט יענעם באַרג. נו, האָב איך געטראַכט, אַז אפֿשר קען איך זיך אַ דריי טאָן אַהין. געפּועלט! גיי איך מיר, הייסט עס, פּאַזע יענעם קרישטאָלענעם צוים, און זע איך גאַליע קלײַבן בלימעלעך.
– אַגבֿ, – האָט ראָזע ממשיך געווען איר מעשׂה, – זי פֿאַרשטייט אַ ביסל אויף רוסיש און אויף דײַטשיש. איז האָבן מיר אָפּגעמאַכט; גאַליע האָט אַ פֿיר געטאָן מיט דער האַנט און צוגענומען דעם אות. זיי האָבן אונדז צוגעזאָגט צו העלפֿן אויסצונבויען אַ קרישטאָלענע דאַטשע! עס וואַלגערט זיך דאָרט וויפֿל מע וויל קוואַרץ, און פֿאַרן שטח דאַרף מען גאָרניט באַצאָלן.
– איך… מײַן נאַמען איסט גלדריאל, – האָט זיך אָפּגערופֿן די גאַסטין. – איך גיין פֿאָן אַרדאַ געבען אײַער אוריאל אירען פֿערלאָרענען טענגוואַ.
– איר באָבע איז געווען פֿון פּעטערבורג! – האָט ראָזע פֿאַרטײַטשט גאַליעס ווערטער מיט אַ טריומפֿאַלן טאָן. – און ייִדיש, שטעל זיך פֿאָר, איז געווען די שפּראַך פֿון אירע אָבֿות, דערפֿאַר איז זי פֿונעם קלאַן גאָרדאָן! דערנאָך וועלן מיר מיט דיר צוזאַמען כאַפּן אַ נסיעה צו די עלפֿן. נאָר דאָרט מוז מען זיך היטן: צומאָל לויפֿט בײַ זיי די צײַט הונדערט מאָל פּאַמעלעכער, ווי בײַ אונדז, און צומאָל פֿאַרקערט. הײַנט אינדערפֿרי האָב איך דאָרט פֿאַרבראַכט גאַנצע צוויי וואָכן! נאָר גאַלעטשקע וועט אונדז ווײַזן אַלע שטעגעלעך, ניט אַזוי?
– אַלס ערשטעס געבען אוריאלען, – האָט גאַליע אַ זאָג געטאָן מיט עפּעס אַ פֿאַרשעמטן טאָן. – זי… פֿערלאָרען אײַנע טענגוואַ.
– איצט זעסטו? – האָט מסביר געווען ראָזע. – אונדזער אוריאל, די, וואָס איז צו אונדז געקומען צו פֿליִען אינעם טונגוסקער מעטעאָריט, האָט מיט אַ סך, אַ סך יאָר צוריק פֿאַרלוירן איין אות פֿון איר נאָמען. זינט דעמאָלט קאָן זי זיך ניט אויפֿוועקן.
– אירע אוריאל איסט זי, פֿערשטעען זי, הער סיטשאָוו?
אין דער לופֿטן האָט זיך דערהערט אַ גערוך פֿון אָזאָן און בײַ פּאַשען זענען אויפֿגעשויבערט געוואָרן די האָר. גלדריאל האָט דערנעענטערט איר האַנט צום ראַדיאַטאָר. ס׳האָט אַ קנאַק געגעבן אַ דינער גאָלדיקער פֿונק, און דער ייִדישער אות «הא» איז געפֿלויגן דורך דיקע גראַניט־שיכטן, דורך דער צעשמאָלצענער מאַגמע, צוריק צו איר אַלטער בעל־הביתטע קיין סיביר.
– פֿאַרשטאַנען? – האָט ראָזע זיך פֿריילעך צעשמייכלט. – אונדזער אוריאל, אַריאַדנעס פֿאָדעם און די פֿאַרבינדערקע פֿון גורלות, איז ניט ער – נאָר זי. און זי איז ניט קיין דינסט פֿון די אַרכאָנטן – דאָס איז בלויז געווען איר קאָשמאַרישער חלום. זי האָט דאָך גאַנצע מיליאַרדן יאָר אָפּגעזעסן אין דער אײַזענער קאָמעטע! און הייסן הייסט זי ניט אַתּנור, נאָר אַתּנורה – אַטאַנאָרע!
– גאַליע! – האָט זיך ראָזע געווענדט צו איר נײַער חבֿרטע. – לאָמיך אַוועקשטעלן דײַנע בלומען אין דער וואַזע! הײַנט, זע איך, בליִען בײַ אײַך פֿעדערגראָז־ביימער?
ראָזע האָט פֿאָרזיכטיק אַרויסגענומען פֿון דער קיך־שאַפֿע די אַנטיק־מתּנה, וואָס נאָנע האָט מיט אַ חודש צוריק געגעבן פּאַשען אויף זײַן געבוירן־טאָג: אַ פֿאַרצײַטישע שוואַרצע קעראַמישע וואַזע. זי האָט אָנגעגאָסן וואַסער פֿונעם קראַן און צוגעשניטן די בלומען מיט אַ שער. די וואַזע איז געווען באַצירט מיט קבלה־צייכן, קאָמעטעס און דעם נאָמען Gordon, אָנגעשריבן מיט דער אַלטער גאָטישער שריפֿט. אויף דער פֿאַרקערטער זײַט פֿונעם אַנטיק איז עפּעס געווען אָנגעשריבן אויף ייִדיש: אַפּנים, דער זעלבער פֿאַמיליע־נאָמען.