Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

יואל מאַטוועיעוו: איבערזעצונגען

וויליאַם באַטלער יעיטס

 

דאָס ליד פֿונעם גליקלעכן פּאַסטעך

אַרקאַדיער וועלדער זענען טויט,
פֿאַרבײַ איז זייער אַלטע פֿרייד.
די וועלט אַמאָל – געווען איר ברויט
חלומות; מיטן קאָפּ זי דרייט,
נאָר מיטן וואָר זי שפּילט געגרויט:
אָ, קראַנקע קינדער פֿון דער וועלט,
פֿון אַלץ, וואָס טרויעריק באַגלייט
האָט אונדזער טאַנץ, וואָס האָט געקנעלט
אונדז קראָנאָס מיט זײַן פֿאַלשער פֿלייט,
ווערטער נאָר זענ׳ זיכער גוט.
הײַנט אין שלאַכט וווּהין ער גייט,
יענער מלך, העלדיש בלוט?
הײַנט אין שלאַכט וווּהין ער גייט?
אַ וואָרט אַ נישטיקס איז זײַן גלאָריע,
שטאַמלענדיק, אַ שילער בויט
פֿונעם פּלאָנטער אַ היסטאָריע:
די מלכים אַלטע זענען טויט.
די ערד, וואָס וואַנדערט, קאָן אַליין
זײַן נאָר אַ וואָרט, אַ פֿלאַם אין רוים,
וואָס אויף אַ רגע גיט ער קוים
דעם חלום אייביקן אַ מיין.

דײַן שטויביק לעבן מאַך ניט גרויס,
ניט שטרעב – ס׳איז אויך אַ חיי־שעה,
נאָך אמת הונגערן; אַלזאָ,
דײַן גאַנצע מי נאָר ברענגט אַרויס
חלומות נײַע, ס׳איז ניטאָ
קיין אמת, סײַדן אין דײַן האַרץ.
און דעם, וואָס פֿאָלגט אין הימל שוואַרץ
די שטערן־טענץ אַדורך זײַן גלאָז,
ווי זיי פֿאַרגייען, און פֿאַרוואָס,
ניט גלייב – ס׳איז אויך אַ חיי־שעה –
אין זייער וואָרט. דער שטערן־חן
בײַ זיי דאָס האַרץ צעקילט אויף צוויי׳ן,
זיי׳ר מענטשן־אמת – טויט, ניטאָ.
בײַם ים־גערויש זיך ברענג אַרײַן
אַ מושל, עכיש אויסגעקרומט,
ווען אין איר מויל דײַן מעשׂה ברומט,
זיי וועלן דיך מנחם זײַן –
די ווערטער דײַנע, אויף אַ ווײַל,
מיט זייער ליד און זאָרג־געאײַל,
און פֿאַלן וועלן אויפֿן דנאָ,
און שטאַרבן פּערלדיק – ניטאָ,
דאָך ווערטער נאָר זענ׳ זיכער גוט:
איז זינג – ס׳איז אויך אַ חיי־שעה.

און איך מוז גיין – דאָרט, וווּ כ׳באַגריס
די ערד, די ליליע, דעם נאַרציס,
דעם פֿאַוון בידנעם זינגען קלאָר,
וואָס ליגט אין שלאָפֿנדיקן גרונט,
מיט מירטן־לידער ביז קאַיאָר
וועל איך. געווען מיט מירט באַצירט
זײַן טרויער־זײַן. איך שטעל זיך פֿאָר:
געשפּענסטיק טרעט ער אויפֿן טוי,
מיט מײַנע לידער דורכגעשטוינט,
די לידער פֿון יונג־ערד, נאָר אָ:
הײַנט טרוימט זי מער ניט – און דו, טרוים!
דער מאָן איז אויפֿן באַרג פֿאַרזוימט:
טרוים, טרוים – ס׳איז אויך אַ חיי־שעה.

 

לייזער זאַמענהאָף

אָ דו, האַרץ מײַן

אָ דו, האַרץ מײַן! ניט שלאָג זיך 'זוי געפֿערלעך,
פֿון ברוסט אַרויס נישט שפּרינג, נאָר האַלט זיך אײַן!
שוין קען איך זיך ניט האַלטן, ס׳איז מיר שווערלעך,
אָ דו, האַרץ מײַן!

אָ דו, האַרץ מײַן! נאָך לאַנגער מי און מאַנגל
צי כ׳וועל ניט זיגן, זען דעם מזלס שײַן?
גענוג שוין! זיך באַרויִק פֿון געראַנגל,
אָ דו, האַרץ מײַן!

טאָמאַס ווענצלאָוואַ

די ערד

ווען צײַטיקט זיך דער סאָד מיט שטיינער
און בראָנדזעוועט דער פֿײַערשטאָף,
איך וועל דיר טרויען בײַם דערליי׳נען
דײַן ווערטער־אוצר ביזן סוף.

צו דײַנע רײַכע, טונק׳לע טענער
(וווּ ווידער ברויט און וואַקס כ׳דערהער)
איך גיס צו געל און רויט, זאָל ברענען,
און דאָס, וואָס הײַנט איז נאָך צו שווער.

דערמאָנט מיך לאַנג, כּל־זמן פֿאַרגייען
די קולות פֿון אַ פֿאָרשטאָט־באַן,
איך בײַט די קלאַנגיקע מטבע,
וואָס ס'האָט דערפֿונדן פּאָל סעזאַן.

 

יעווגעני פֿיאָדאָראָוו

אין מײַן בלוט איז אַ שאַמאַן

אין מײַן בלוט איז אַ שאַמאַן,
איבער וועלטן דרײַ ער שפּאַנט,
כ׳זע אים קומען אין טומאַן
מיט פֿיר אוצרות אין דער האַנט.
אינעם פֿײַער כּוח שעפּט,
פֿונעם וואַסער שטאַרק ער ווערט,
מיט דער מאַמע־ערד ער לעבט,
און צום נוגה־שטערן שוועבט.
ברומט זײַן קול מיט דונער־רעש,
וועט מײַן טיר אים אָפֿן זײַן,
זײַנע אויגן – רשפֿי־אש,
קומט מײַן זיידעניו אַרײַן.

און זײַן כּוח – גרויס ביז גאָר,
וועגן זײַנע – ביז העט־וווּ,
הער זשע נאָר, זאָגט ער צו מיר:
– אויף מײַן וועג וועסט גיין אויך דו.
וווּ זאָל לויפֿן איך, וווּהין?
פֿליט זײַן רוח, גליט און ציט,
און מיט רוחות אין האַלב־זין
זינג איך, זינג איך מיט זײַן ליד.
מיט די רוחות כ׳זינג בײַנאַנד,
דעם שאַמאַנען־כאָר איך רוף,
מיטן צפֿון האַנט אין האַנט
אויפֿן שטערן־וועג כ׳גיי אויף.

אָט שאַמאַנעווען ער גייט,
זינגען רוחות אין דער קעלט,
ברומט זײַן בובען, ווערט צעשפּרייט
דאָס געברום אַרום דער וועלט.
טאַנצט ער ווי אַ שטורעם־ווינט,
ווי אַ פֿײַל זײַן זינגען פֿליט,
רײַסט מײַן זיידעניו־שאַמאַן
די רקיעים מיט זײַן ליד.
ווי אַ וויכער פֿליט זײַן שיר,
יעדער שלאָס אין הימל פֿאַלט,
ווען מײַן זיידעניו־שאַמאַן
גייט אַרום דער וועלט און וואַלד.

מיט שמימדיקער שטערק
בשמים פֿליט ער הויך,
איבער זיב׳ציק הימל־בערג
רופֿט ער מיך אַהינצו אויך.
מײַן נשמה איז – ווי ער,
ווי מײַן זיידעניו איך ווער.
אויסגעלאָקערט אין טומאַן
ר׳האָט מײַן האַרץ מיט אַן אַרקאַן.
מײַן נשמה זינגט דעם שיר,
פֿאָלג איך דעם שאַמאַנען־וועג.
מײַן אורזיידן איך דערהער,
די עווענקן איך דערוועק!

 

זאָיע באַרזאַך

 

A Vision
(לזכּרון וו. ב. יעיטס)

 

עזרא ליבער, ניט דײַן הנאָה
אין סענאַט פֿון דײַן לאַנד צו גיין.
וווּ אַטאַל האָט צעזײַלט זײַן סטאָיע
איז אַ שערבעלע שולדיק, ניין?

צי מיט שערבעלעך, צי מיט שאַרבנס
איז ברוקירט אונדזער גלות־וועג –
פֿאָלג ניט פֿרעמדע לעבנס און שטאַרבנס
פּאַנטעאָן דײַנער – לאַנג אַוועק.

ניט געבוירן אַ העלד צו פֿירן
ניט געפֿאַלענע אין אַ קריג,
שורות אונדזערע ניט מאַרשירן,
אונדזער וועג איז אַ שפּאַן צוריק.

לאָמיר ווײַכן פֿון אָט דעם וועגל,
אָט דעם וועגל, וווּ דו פֿאַרגעסט,
אַז צום ליכט, אונדזער ליכט דאָס שטעגל
נאָר אין טאַפּן בחושך זעסט.