באָריס סאַנדדער: ביאָגראַפֿיז
באָריס סאנדלער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1950 אין בעלץ (היינט מאָלדאָווע). צו יענער צײַט איז די פֿראַגע פֿון דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד "ענדגילטיק געלייזט געוואָרן". די היים און גאַס אין דער שטאָט בעלץ זײַנען געוואָרן דער שפּראַך־ און שטייגער־מקור פֿון אַ ייִדיש לעבן, וואָס סאַנדלער האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך אין די קינדער־יאָרן און שפּעטער באַשריבן עס אין זײַנע פּראָזע־ווערק.

Boris Sandler
צו פֿינעף יאָר הייבט ער אָן זיך לערנען מוזיק. נאָך זײַענדיק אַ סטודענט פֿונעם קונסט־אינסטיטוט אין קעשענעוו, הייבט ער אָן אַרבעטן, ווי אַ פֿידלער, אינעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער בײַ דער מאָלדאַווישער מלוכישער פֿילהאַרמאָניע. דער קאַריערע פֿון אַ פֿידלער האָט ער אָפּגעגעבן בסך־הכּל אַרום פֿערציק יאָר.
אַ גרויסע השפּעה אויף זײַן אומקער צו מאַמע־לשון און צום אָנהייבן שאַפֿן אויף ייִדיש האָט געהאַט דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. מיט שרײַבמאַנס אַרײַנפֿיר־וואָרט ווערן אָפּגעדרוקט אינעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנג‟ (1981) זײַנע ערשטע דרײַ דערציילונגען. שפּעטער ווערט ער דאָרט אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע. אינעם זעלבן יאָר קומט ער אָן אויף די ערשטע יידישע ליטעראַרישע קורסן בײַם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט אויף גאָרקיס נאָמען. זײַן ערשט בוך — "טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס", איז דערשינען אין יאָר 1986.
אין יאָר 1989 האָט באָריס סאַנדלער געגרינדעט בײַ דער מאָלדאַווישער מאַציאָנאַלער טעלעוויזיע די ערשטע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד ייִדישע טעלעוויזיע־פּראָגראַם, "אויף דער ייִדישער גאַס" און געפֿירט זי אויף ייִדיש. לויט זײַן איניציאַטיוו, איז געשאַפֿן געוואָרן אין קעשענעוו די ייִדישע ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען. באָריס סאַנדלער איז אַ מחבר פֿון סצענאַרן פֿאַר צוויי פֿילמען. פֿון 1990 ביז זײַן עולה זײַן קיין ישׂראל אין 1992, רעדאַגירט ער דעם ייִדישן טייל פֿון דער צוויישפּראַכיקער צײַטונג „אונדזער קול‟ (קעשענעוו).
אין ישׂראל ווערט סאַנדלער אָנגעשלאָסן אינעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן, וווּ ער איז אויסגעוויילט געוואָרן פֿאַרן וויצע־פֿאָרזיצער. ער אַרבעט אינעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט, שאַפֿט און לאָזט אַרויס דעם ,קינדער־זשורנאַל "קינד־און־קייט", נעמט איבער די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם "לייוויק־פֿאַרלאַג", וווּ נאָך אַן איבעררײַס הייבן אָן ווידער אַרויסצוגיין ביכער פֿון ייִדישע מחברים.
אין יאָר 1998 נעמט סאַנדלער אָן די פֿאַרבעטונג צו אַרבעטן אין דער עלטסטער ייִדישער צײַטונג „פֿאָרווערטס‟, ניו־יאָרק, וווּ אין גיכן ווערט ער דער הויפּט־רעדאַקטאָר. אונטער זײַן השגחה פֿלעגט דערשײַנען יעדער וואָך אויך די ראַדיאָ־פּראָגראַם "די פֿאָרווערטס־שעה", און די חודשדיקע פּובליקאַציע פֿאַר סטודענטן "ווײַטער".
זײַנע ווערק זײַנען איבערגעזעצט אויף רוסיש, ענגליש, פֿראַנצייזיש, עבֿרית, רומעניש, דײַטש און אַנדערע שפּראַכן.
באָריס סאַנדלער איז אַ מחבר פֿון סצענאַרן פֿאַר צוויי פֿילמען: "גיב זיך ניט אונטער, ייִדיש" (1991), און "וווּ איז מײַן היים?" (1992); 10 ווידעאָ־דאָקומענטאַרן "מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס". אַרויסגעגעבן 26 ביכער פֿון קינסטלערישער פּראָזע און פּאָעזיע.
סאַנדלער איז אַ לאַורעאַט פֿון פּרעסטיזשפֿולע פּרעמיעס פֿאַר ליטעראַטור אין ישׂראל, פֿשאַ און קאַנאַדע.