Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

באָריס סאַנדלער: איבערזעצונגען

יוליאַן טובֿימס לידער, איבערגעזעצט פֿון פּויליש אויף ייִדיש דורך באָריס סאַנדלער

 

צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט דאָ, אויף אונדזער וועבזײַט, דעם 29סטן אָקטאָבער 2022

ציגײַנערשע ביבל

פֿאַר ציגײַנער, וואָס מיינט זי, ציגײַנערשע ביבל?
אויף די דלאָניעס געשריבן, געשעפּטשעט
זאָלן ווײַבער זיך פֿרייען געבענטשטע,
זילבער שײַן פֿון לבֿנהדיק שוויבלען.

ריחות אַלע עס טראָגט ספֿר־גאָרטן:
ביימער רויש און טרעפֿערקעס מורמל,
קבֿר־שאָטן, און צוויי און פֿופֿציק קאָרטן,
שטייט דער טויט אין תּכריכים מאַרמל.

ווער אַנטדעקט האָט דעם ספֿר? חכמים!
זיך געגריבלט אין עבֿר דעם ווײַטן,
סודות בייזע אין וואַנדער אויסמײַדן,
און צום זינען פֿון לעבן אָנקומען.

און די מעשׂה די סטעזשקע דרייט זיך,
אין דער פֿינצטער פֿון קענטעניש פֿירט זי:
ניט מיט לעבן און טויט, נאָר אין צווישן —
אַ געמיש אַ פֿאַרמישטער געדיכטער.

פֿאַלן טרערן אויפֿן ספֿר וואַקסענע,
ווי אַ דונער אָן בליצן אום־ווינטער.
פֿון די טרערן טרוימען צעוואַקסן זיך,
און זיי שורשען אויף זײַטלעך — אַ וווּנדער.

פֿינקלען, שוויבלען און שווינדלען די ווערטער…
ניט צו כאַפּן, וואָס ליגט דאָרט אַזוינס…
אפֿשר פּײַן פֿון פֿאַרשוווּנדענע נעכטער…
…ניט באַשערט, דו הערסט, פּאָעט…

דער ספֿר נעלם איז — אויס.

אַ ייִדעלע

אָנגעטאָן אין שמאַטעס, אין דעם הויף געראַמען,
קליינער נעבעך ייִדעלע, זינגט זיך, ניט מיט אַלעם.

מענטשן אים געטריבן, גאָט געלאָזט אָן זינען,
יאָרן וואַנדער און רדיפֿות, קלאָרע רייד געשטערט געפֿינען.

דראַפּעט זיך און הוליעט, וויינט און קלאָגט זיך ביטער,
אוי, ניטאָ קיין מזל! — גיי אין הײַזער, בעטלער.

קוקט דער פּאַן פֿון גאַניק אויף דעם ייִד צערודערט:
זעסט, כ׳בין אויך פֿאַראומערט, בידנער מײַנער, ברודער.

וווּ האָט אונדז צעוואָרפֿן? זײַנען מיר פֿאַרבלאָנקעט
אין דער וועלט דער גרויסער, פֿעלט פֿאַר אונדז אַ לאָנקע.

רעדט דער פּאַן פֿון גאַניק — פֿעלט מיר אויך אַ קלעפּקע,
פֿליט דער קאָפּ אין הימלען, בלײַבט דאָס האַרץ אויף הפֿקר.

פֿונעם גאַניק הערט זיך — שווער צו זײַן אַ דיכטער,
טרינקען אויף אַ גראָשיק אַבי ניט ווערן ניכטער.

וואַרף אַרויס אין פֿענצטער האַרציקע געפֿילן,
זאָל מען זיי צעטרעטן, זאָל מען מער ניט פֿילן!

לאָזן זיך אין וואַנדער איבער פֿעלדער פֿרעמדע,
יעדער מאַכט זײַן שבת, יעדער פֿירט זײַן גרענדע.

ניט געפֿינען וועט איר אויף די דרכים ווײַטע
זיך אַ שטילן ווינקל, ייִדן טעמעוואַטע.

 

אַ שיידל

הײַ־יאָ! הײַ־יאָ! איִיאָ־הײַ־הײַ!

פֿריילעך איך מאַך זיך, ווילדער מזיק,
קאַדיק פֿון וועלדער און שטיפֿער גאַליק,
שד, וואָס די פֿירלעך גלײַך אין ריפּעס שטופּ, שטופּ!

רויטע קאַפּאָטע — מזיקס קלייד, רויטע קאַפּאָטע,
כּלות פֿון דערפֿער שלעפּט ער אַוועק,
רויטע קאַפּאָטע, קאַפּאָטע רויטע.

הײַ־יאָ! הײַ־יאָ! איִיאָ־הײַ־הײַ!

כ׳זיץ אויף דער ווערבע, זינג זיך לידלעך,
זיס שפּילט מײַן דודע, פֿײַ־פֿאַ־לע מײַנס!
ציטערט אויף בלעטלעך די וועסנע־שפּיל!

ציראָגראַף מיט דעם פֿינגער
שרײַבט ער אויף דעם וואַסער
קאָזשעלקעס מאַכט ער, קנייטשט גרימאַסעס.

הײַ־יאָ! הײַ־יאָ! איִיאָ־הײַ־הײַ!

 

פֿרילינג־רפֿואה

גאַנץ קאַיאָר אין וועלדער,
בערעזעס נאָך דרעמלען,
אויף דער קאָרע ווײַסער, מילדער,
טרערן גרינע שלענגלען.

וואַסער טערפּקע־זיסע,
שנײַדט די ציין אין מויל עס,
פֿריש און דופֿטיק, ווי די וואָרצלען,
זײַער אײַן אין סלויעס.

זאָל די זון עס צערטלען,
מיט די שטראַלן ווייכע,
און בײַ נאַכט אין קילער, שטילער —
די לבֿנה בלייכע.

ווען דו זעסט, די וואַסער
גרינער ווערט נאָך גרעסער,
באַהאַלט בײַ נאָכט דעם סלוי, וואָס טיפֿער,
ביז באַגינען בעסער.

אין דער פֿרי שוין פֿאַרטיק
די רפֿואה זעלטן־נס,
ניט קיין שמירעכץ פֿאַרן פּנים,
ניט קיין וווּנדן היילט עס.

ניט קיין מורה־שחורה
ניט צום האַרץ אַ סגולה,
ברענגט ניט זילבער, ניט קיין סויבלען,
ניט פֿון תּענוג גדולה.

אומעט ניט צעווייען,
כּללות ניט פֿאַרטרײַבט עס,
שיכּורלעך נאָר מאַכט עס
פֿון די וועסנע פֿרישע ריחות.

טראָגט אַ פֿרישקייט פֿון די וועלדער,
גאָלד פֿון טאָג און נאַכטיק־זילבער,
גרוס פֿון גרינער יוגנט —
ניצלעכלאָזער פֿיבער.

 

מאָמענט

אין דעם פֿענצטער פֿון געוועלב געשטאַנען איז אַ טרונע,
און בײַם פֿענצטער אַ מיידעלע שטייט — אוי, רחמים, רחמנות.
דאַר און בלייך, דאָס קינד — רחמנות.

אין דעם פֿענצטער דעם גרויען, ווי אין שפּיגל זי זעט,
ליגט דאָרט אין טרונע דאָס מיידעלע טויטע,
און ניט וויסנדיק, ווייסט זי; און ניט זעענדיק, זעט זי;
אַז זיך טרענקען אין ים שטילן וועט זי,
און זי ראַטעווען מער שוין, ניט בעט זי!

 

צוויי ווינטן

ערשטער ווינט וווינט אין פֿעלד,
צווייטער שפּילט אין סאָד און קוועלט,
שורשעט מיט די בלעטלעך־עטלעך,
שורע־מורע, שיינע־צורה —
כלאָפּ!

ערשטער ווינט וויצלער איז!
טרײַבט אַרויס פֿון שטאַל די ציגן,
טראָגט זיך, יאָגט זיך, נאָך די פֿליגן,
אָט אַרויף, און אָט אַראָפּעט,
אָן אַ רודער אָן אַ ראָד,
טרעפֿט צום ברודער גלײַך אין סאָד.
יענער שורשעט בלעטלעך־עטלעך,
שורע־מורע, נחת־ברכות,
כלאָפּ!

בלאָזט אַראָפּ פֿון ביימער צוויט,
איבער סעדער אים צעשיט,
כאַפּט דעם ברודער און שוין ביידע,
איבער פֿעלדער פֿליִען ברייטע.

כמאַרעס טרײַבן גרויע, פֿייגלען,
בײַ די מילן פֿליגלען דריידלען
דראַפּען זיך אויף סלופּעס גלאַטע,
ברידער ביידע יאָלדעוואַטע,
קראַפֿט פֿאַרלירן זיי אומזיסט,
אומעטום זיי זײַנען פֿיל!

נאָר אין סאָד איז שאַ און שטיל…

 

בלינדע

אויף די געסלעך בלאָנקען בלינדע,
שײַנען צורות זיי׳רע גליקלעך,
שטראַל פֿון זון זיי פֿירט געהיטלעך,
אין די הימלען — אַפּלען מילדע.

ברילן די בלויע טונקעלע,
דורך זיי איז די וועלט אַ העלער פֿלעק,
אָן זיי, די ברילן טונקעלע,
די וועלט זעט אויס, ווי אויסגעמעקט.

אָנגענייגט דער קאָפּ צום אַקסל,
קלאַפּט דער שטעקן: קלאַפּ, קלאַפּ, קלאַפ,
דאָ אַ שטיין און דאָרט אַ וואַנט וואַקסט,
קלאַפּט דער שטעקן: קלאַפּ, קלאַפּ, קלאַפּ.

גייען זיי אין קרעטשמע בידנער
פֿאַר די פּוירים לידלעך פֿידלען,
שמייכלען פֿריילעך קלעזמערס בלינדע
און זיי שפּילן געטלעך ניגלען.

ברילן די בלויע טונקעלע,
דורך זיי איז די וועלט אַ העלער פֿלעק,
אָן זיי, די ברילן טונקעלע,
די וועלט זעט אויס, ווי אויסגעמעקט.

ביזן ראָג זיי גייען דאַרפֿן,
דאָרט פֿאַרקערעווען זיי מוזן,
נאָך דעם גלײַך אויף גלײַכן דרך
צייל אין קאָפּ אַכט שפּאַן, ניט מערער.
קוועטש די קליאַמקע
וועט אַ סקריפּ טאָן,
קוועטש זשע, ברודער, קוועשט זשע אָן.
שלאָגט אין פּנים ביר און קנאָבל —
שטופּ אַרײַן אין שענק דײַן שנאָבל.

ברילן די בלויע טונקעלע,
דורך זיי איז די וועלט אַ העלער פֿלעק,
אָן זיי, די ברילן טונקעלע,
די וועלט זעט אויס, ווי אויסגעמעקט.