טבֿיה אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט
דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט דעם 21סטן יולי 2024 אָפּגעמערקט דאָס שליסן די אַנומלטיקע סעריע שטודיעס פֿון שלום־עליכמס ירושה, געשטיצט דורך דער סטיפּענדיע־פּראָגראַם אויפֿן נאָמען פֿון ראָזאַ ליובינאַ, וואָס ד״ר מאַרק זילבערקוויט, דעם גרינדער פֿון אונדזער וועבזײַט, האָט געשאַפֿן אין 2023. אינעם קומענדיקן יאָר פּלאַנירט מען פֿאָרצוזעצן די דאָזיקע לערן־פּראָגראַם.
ניט לאַנג פֿאַר דער אונטערנעמונג, האָבן ד״ר יאיר ליפּשיץ און ד״ר רותי אַבעליאָוויטש, וועלכע האָבן אָנגעפֿירט מיט די פֿאָרשונגען און פּראַקטישע טעאַטראַלישע אויפֿפֿירונגען אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכמס באַרימטן דערציילונגען־ציקל "טבֿיה דער מילכיקער", אויסגעדריקט ד״ר זילבערקוויטן זייער האַרציקע הכּרת־הטובֿ:
טײַערער מאַרק,
מיר האָבן וווּנדערלעך פֿאַרבראַכט די צײַט, און די סטודענטן זענען געווען זייער באַגײַסטערט און איבערגעגעבן צו די מאַטעריאַלן. זייער ליבשאַפֿט צו דער ייִדיש־קולטור האָט זיך געשפּירט במשך פֿונעם גאַנצן פּראָצעס, און מיר זענען אײַך זייער דאַנקבאַר פֿאַר דער מעגלעכקייט זי ווײַטער צו אַנטוויקלען צוזאַמען מיט אײַך.
מחמת דער מלחמה און דער איצטיקער סיטואַציע אין ארץ־ישׂראל וועט אונדזער שלוס־אונטערנעמונג האָבן אַ באַשיידענעם כאַראַקטער. אונדזערע סטודענטן וועלן פֿאָרשטעלן זייערע ענטפֿערס אויף די מאַטעריאַלן ווי אַנאַליטישע פֿאָרש־ווערק און טעאַטראַלישע אויפֿטריטן; מיר וואַרטן נײַגער זיי צו זען.
מיר לייגן צו די אַפֿיש פֿון דער אונטערנעמונג און האָפֿן, אַז מיר וועלן אײַך זען אויף די שלוס־אונטערנעמונגען אין די קומענדיקע יאָרן!
נאָכאַמאָל אַ דאַנק פֿאַר אײַער ברייטהאַנטיקער שטיצע,
יאיר און רותי