נחמה ליפֿשיץ
זעט אונדזער זאַמלונג פֿון נחמה ליפֿשיצס רעקאָרדירונגען (46 קליפּן)
נחמה ליפֿשיץ: דער ייִדישער סאָלאָוויי
נחמה ליפֿשיץ (פֿאַרן עמיגרירן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד – ליפֿשיצײַטע) איז געווען אַ סאָוועטישע און ישׂראלדיקע קאָנצערט־זינגערין פֿון לידער אויף ייִדיש, ווי אויך אויף העברעיִש. געבוירן געוואָרן דעם 7טן אָקטאָבער, 1927, אין קאָוונע, ליטע. זי איז געווען איינע פֿון די גרעסטע ייִדישע זינגער אינעם 20סטן יאָרהונדערט.
דער זינגערינס טאַטע, יהודה־צבֿי ליפֿשיץ (1901-1980) איז געווען אַ ציוניסטישער אַקטיוויסט, וועלכער האָט פֿון 1921 ביז 1928 געאַרבעט אַלס לערער פֿון העברעיִש און במשך פֿון אַ געוויסער צײַט אַלס דירעקטאָר אין דער קאָוונער העברעיִש־שפּראַכיקער שול "תּרבות". ער איז אויך געווען אַ פֿילדער־אַמאַטאָר. דער זינגערינס מאַמע, בתיה דאַכאָווקער, איז געבוירן געוואָרן אין 1906 אין ווילנע. זי האָט פֿאַרלוירן אירע עלטערן בעת די פּאָגראָמען אין 1919-1920, ווען די פּוילישע סאָלדאַטן האָבן אָנגעפֿאַלן אויף ייִדן. ווען זי איז ניפֿטר געוואָרן – ווייסט מען נישט גענוי.
נאָך זײַענדיק אַ קינד, האָט נחמה געזונגען אויף ייִדיש און געפּרוּווט צו שפּילן ייִדישע מעלאָדיעס אויף אַ פֿידל. אין די פֿריִיִקע 1930ער יאָרן האָט זי געוווינט מיט אירע טאַטע־מאַמע אין דער ליטווישער שטאָט אַליטוס. פֿאַר דער נאַצי־אינוואַזיע אין יוני 1941 האָט די משפּחה זיך עוואַקויִרט קיין אוזבעקיסטאַן, אינעם קליינעם שטעטל יאַנגיקורגאַן, וווּ די קומענדיקע זינגערין האָט אויסגעלערנט אין שול די אוזבעקישע און רוסישע שפּראַכן. נאָכן פֿאַרענדיקן די מיטלשול, האָט זי געאַרבעט אינעם קאָמיוג־רײַקאָם, ווי אַ לערערין אין אַ קינדערהויז און אַלס ביבליאָטעקאַרין. אין דער היים האָט מען כּסדר אָרגאַניזירט קאָנצערטן: נחמה פֿלעגט זינגען, זייער פֿרײַנד דוד נאַכימסאָן, אַ ציין־דאָקטער פֿון פּוילן, האָט געשפּילט אויף אַ פֿידל, איר טאַטע – אויף אַ באַלאַלײַקע; איר מאַמע – אויף דעקלעך פֿון פֿאַנען, ווײַל קיין שלאָג־אינסטרומענטן האָבן זיי נישט געהאַט; נחמהס שוועסטער פֿייגעלע פֿלעגט שפּילן אויף אַ קאַם. אין 1943 איז נחמה צום ערשטן מאָל אויפֿגעטראָטן אויף אַ קאָנצערט אין דער אוזבעקישער שטאָט נאַמאַנגאַן.
נאָך דער מלחמה, אין 1946, האָט די משפּחה זיך אומגעקערט קיין קאָוונע. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אַלע זייערע קרובֿים, פֿרײַד און לערער זענען אומגעקומען… אינעם זעלבן יאָר האָט נחמה זיך אָנגעשלאָסן אינעם וואָקאַלן אָפּטייל פֿון דער ווילנער קאָנסערוואַטאָריע. נאָכן פֿאַרענדיקן די שטודיעס איז זי אַ געוויסע צײַט געווען אַ סאָליסטקע אין דער קאָוונער אָפּערע. אין 1951 האָט זי געגעבן איר ערשטן סאָלאָ־קאָנצערט. בעת דער דאָזיקער אונטערנעמונג האָט זי, אַחוץ דער קלאַסישער מוזיק, אויסגעזונגען קאָמפּאָזיציעס פֿון לייב פּולווער, לייב (לעוו) קאָגאַן און שמואל סענדעריי.
ווען נחמה ליפֿשיצײַטע האָט זיך נאָך געלערנט אין דער קאָנסערוואַטאָריע, האָט זי געזונגען לידער אויף אוקראַיִניש, ווײַסרוסיש, ליטוויש, טאָטעריש און אוזבעקיש, ווי אויף פּאָפּולערע אָפּערע־אַריעס. אָנהייבנדיק פֿון 1956 זענען אָבער אירע פּראָגראַמען פֿון סאָלאָ־קאָנצערטן באַשטאַנען נאָר פֿון ייִדישע לידער. אין די 1960ער האָט זי אויך אָנגעהויבן זינגען אייניקע לידער אויף העברעיִש. איר שטענדיקע קאָנצערט־מײַסטערין, פֿון 1955 ביזן אַוועקפֿאָרן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין 1969, איז געווען די פּיאַניסטקע יעלענאַ גאָלובעוואַ.
אין פֿעברואַר 1958 האָט די זינגערין זיך באַטייליקט אינעם דריטן אַלפֿאַרבאַנדישן קאָנקורס פֿון עסטראַדע־אַרטיסטן אין מאָסקווע, וווּ זי האָט געוווּנען אַ דיפּלאָם פֿון דער ערשטער מדרגה פֿאַרן אויסזינגען עטלעכע מוזיקאַלישע ווערק, אַרײַנגערעכנט דאָס ייִדישע ליד "דער קראַנקער שנײַדער", פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר חנן גלייזער אויף די ווערטער פֿון ש. אַנ־סקי. באַלד, אין מײַ 1958, זענען דורכגעפֿירט געוואָרן אירע ערשטע סאָלאָ־קאָנצערטן אין מאָסקווע.
שפּעטער האָט די זינגערין זיך דערמאָנט: "איך בין געווען ענג אַרומגערינגלט מיט די אַלמנות און קינדער פֿון דערמאָרדעטע שרײַבער און אַקטיאָרן. אַלאַ זוסקינאַ, טאַלאַ מיכאָעלס, די פֿאַרשטאָרבענע פֿייגע האָפֿשטיין האָבן מיך מאָראַליש אונטערגעשטיצט – און איך ביך דאָך, אמת געזאָגט, ניט געווען גרייט צו אַזאַ קאָפּשווינדלדיקן דערפֿאָלג". זיי האָבן באַגלייט די זינגערין מיט די ווערטער: "נחמה, זינג אינעם נאָמען פֿון אונדזערע אומגעקומענע טאַטעס און מענער".
לכּבֿוד דעם 100סטן יוביליי פֿון שלום־עליכמס געבוירן־טאָג זענען אַ ריי פײַערלעכע אונטערנעמונגען פֿאָרגעקומען אין פֿראַנקרײַך, אין מאַרץ 1959, בראָש מיטן אַלוועלטלעכן שלום־ראַט. נחמה ליפֿשיצײַטע האָט דאָרט אָנטיילגענומען ווי אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער סאָוועטישער דעלעגאַציע. אינעם פּאַריזער קאָנצערט־זאַל "אָלימפּיע" האָט זי אויסגעזונגען רבֿקה באָיאַרסקאַיאַס ליד "באַבי יאַר" אויף די ווערטער פֿון שיקע דריז. אינעם זעלבן יאָר, לויטן באַשלוס פֿונעם סאָוועטישן קולטור־מיניסטעריום, האָט זי גאַסטראָלירט איבערן גאַנצן לאַנד; אין יעדער סאָוועטישער רעפּובליק איז זי אַרויסגעטראָטן אויף אונטערנעמונגען לכּבֿוד שלום־עליכמס 100־יאָריקן יוביליי, וואָס מע האָט דעמאָלט ברייט געפֿײַערט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אין פֿעברואַר 1960 האָט ליפֿשיצײַטע ווײַטער גאַסטראָלירט איבער אייראָפּע צוזאַמען מיט מיכאל אַלעקסאַנדראָוויטש, אַן אַנדער באַקאַנטן סאָוועטישן ייִדישן זינגער. זי איז אויפֿגעטראָטן אין פּאַריז, וווּ מע האָט רעקאָרדירט אַ צאָל אירע לידער, ווי אויך אין שטראַסבורג און בריסל.
אין 1966 האָבן די סאָוועטישע אינסטאַנצן באַשלאָסן, אַז ליפֿשיצײַטעס קאָנצערטן קלינגען נאַציאָנאַליסטיש, און אָנגעהויבן זיי פֿאַרווערן. איר לעצטער מאָסקווער קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אין אַפּריל 1967. דעמאָלט האָט זי אויסגעזונגען לידער אויף די ווערטער פֿון ייִדישע פּאָעטן, וואָס זענען אין סטאַלינס תּקופֿה דערשאָסן געוואָרן.
אין 1969 האָט די זינגערין באַקומען אַ דערלויבעניש אַוועקצופֿאָרן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך באַזעצט אין ישׂראל. דאָרט האָט זי געביטן איר פֿאַמיליע־נאָמען פֿונעם ליטווישן נוסח אויפֿן טראַדיציאָנעלן ייִדישן: ליפֿשיץ. וווינענדיק אין ארץ־ישׂראל, האָט זי ממשיך געווען איר קאָנצערט־טעטיקייט, גאַסטראָלירט אין די פֿאַראייניקטע שטאָטן, קאַנאַדע, מעקסיקע, בריטאַניע, אויסטראַליע, בראַזיל, ווענעסועלע, בעלגיע און פֿראַנקרײַך. זי האָט אָפֿט באַגלייט ישׂראלדיקע פּאָליטיקער אויף זייערע אויסלענדישע נסיעות. יעדן 12טן אויגוסט – דעם טאָג, ווען 13 מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט זענען דערשאָסן געוואָרן אינעם יאָר 1952 – האָט זי דורכגעפֿירט יערלעכע קאָנצערטן אין ירושלים.
אין 1970-1976 האָט נחמה ליפֿשיץ שטודירט ביבליאָטעק־וויסנשאַפֿט אינעם בר־אילן־אוניווערסיטעט. דערנאָך, ביז 1993, האָט זי אָנגעפֿירט מיט היסטאָרישן אַרכיוו פֿון דער מוזיקאַלישער ביבליאָטעק בײַם תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט. שפּעטער איז זי געוואָרן די דירעקטאָרין פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַלער מוזיקאַלישער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון פֿעליציע בלומענטאַל.
נחמה ליפֿשיץ איז ניפֿטר געוואָרן דעם 20סטן אַפּריל, 2017, אינעם עלטער פֿון 89 יאָר. בײַם לעבן פֿלעגט דעם עולם זי רופֿן "דער ייִדישער סאָלאָוויי". זי פֿלעגט זאָגן: "פֿאַר גאָרנישט באַדויער איך נישט, כ׳האָב געהאַט זייער אַן אינטערעסאַנט לעבן". איר פּרײַזלאָזן פּערזענלעכן אַרכיוו האָט מען מנדבֿ געווען דער נאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער ביבליאָטעק.