נײַעס פֿון ביראָבידזשאַן
דעם 13סטן אָקטאָבער, 2023, האָט דער רוסלענדישער מלוכישער טעלעוויזיע־קאַנאַל "ביראַ" אין ביראָבידזשאַן געוויזן די וואָכן־פּראָגראַם "ייִדישקייט", אין וועלכער דער פּעטערבורגער ייִדישער שרײַבער, פּאָעט און ליטעראַטור־איבערזעצער יואל מאַטוועיעוו געשמועסט וועגן דער פֿרויען־פּאָעזיע אויף ייִדיש, אָנהייבנדיק פֿונעם 16טן יאָרהונדערט ביזן הײַנטיקן טאָג. ניט לאַנג צוריק האָט ער אויך געשריבן וועגן דעם אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן". אין דער פּראָגראַם האָבן אַלעקסאַנדראַ גלעבאָווסקאַיאַ און אָלגאַ אַניקינאַ פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש און אין זייערע רוסישע איבערזעצונגען לידער פֿון אַנאַ מאַרגאָלין. ביידע איבערזעצערינס וווינען אין פּעטערבורג.
די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט איז געשאַפֿן געוואָרן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אינעם יאָר 1934. במשך פֿונעם קומענדיקן יאָר פּלאַנירט מען לכּבֿוד איר 90־יאָריקן יוביליי דורכצופֿירן אין ביראָבידזשאַן אַ ריין פֿײַערלעכע אונטערנעמונגען. דעם 18טן אָקטאָבער האָט "ביראָבידזשאַנער שטערן" פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערוויו מיט יואל מאַטוועיעוון וועגן בוזי מילערס פּיעסע "ער איז פֿון ביראָבידזשאַן", וועלכע מאַטוועיעוו האָט ניט לאַנג צוריק איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף רוסיש. די דאָזיקע אוניקאַלע איבערזעצונג איז געווידמעט דווקא דעם יוביליי פֿון דער געגנט. אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע, האָט מילער (1913 – 1988) געוווינט אין ביראָבידזשאַן און במשך פֿון אַ סך יאָר געאַרבעט אַלס הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג.