שלום־עליכם
געזאַמלטע ווערק
דער דענקמאָל און פּרעמיע לכּבֿוד שלום־עליכמען
אַרכיוו
שלום־עליכם איז געוואָרן דער וויכטיקסטער סימבאָל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ געוויסע ראָלע האָט אין דעם בלי־ספֿק געשפּילט דער פֿאַקט, וואָס אין אונטערשייד פֿון צוויי אַנדערע קלאַסיקער פֿון אונדזער פּראָזע – מענדעלע מוכר־ספֿרים און יצחק־לייבוש פּרץ, וועלכע האָבן געשריבן אין אַ פֿאַרגלײַכבאַרן פאַרנעם אויף ייִדיש און אויף העברעיִש, איז ייִדיש איינדײַטיק געווען די עיקרדיקע שפּראַך פֿון שלום־עליכמס שאַפֿונג. מע טאָר ניט אָבער איגנאָרירן אויך יענעם פֿאַקט, וואָס ער איז געווען אַמווייניקסט “עליטיסטיש” און אַמערסטן “פֿאָלקסטימלעך” פֿון אונדזערע דרײַ קלאַסיקער.
די געשאַפֿענע דורך שלום־עליכמען בולטע און פֿאַרנעמלעכע געשטאַלטן פֿון טבֿיה דעם מילכיקן, מנחם־מענדל, יאָסעלע־סאָלאָוויי, כּתרילעווקע, אַנאַטעווקע אא. זײַנען פֿיל מאָל פֿאַרקערפּערט געוואָרן אויף דער בינע און אויפֿן עקראַן – דערבײַ ניט בלויז אויף ייִדיש, נאָר אויך אויף העברעיִש, אויף ענגליש, אויף רוסיש און אויף אַ סך אַנדערע שפּראַכן. ווייניק שרײַבער קאָנען קאָנקורירן מיט שלום־עליכמען אין צאָל לשונות, אויף וועלכע עס זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן זייערע ווערק.
אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד האָט יעדע נאַציאָנעלע מינדערהייט געדאַרפֿט האָבן אַ קלאַסיקער (זעלטענער – צוויי קלאַסיקער), וועלכער האָט געדינט ווי אַן אולטימאַטיווער סימבאָל פֿון ליטעראַטור און אין גאַנצן גענומען קולטור פֿונעם אַנטשפּרעכיקן פֿאָלק. זײַנע ווערק האָט מען איבערגעזעצט אין רוסיש און אין אַנדערע שפּראַכן פֿון סאָוועטישע פֿעלקער. בײַ די גרוזינער איז געווען שאָטאַ רוסטאַוועלי, בײַ די אוקראַיִנער – טאַראַס שעווטשענקאָ, בײַ די ווײַסרוסן – יאַנקאַ קופּאַלאַ און יאַקוב קאָלאַס און בײַ ייִדן, נאַטירלעך, – שלום־עליכם, וועמענס זעקסבענדיקע זאַמלונג פֿון ווערק אין איבערזעצונג אויף רוסיש האָט באַפּוצט מיט עטלעכע יאָרצענדליקער צוריק שיער ניט יעדע ייִדישע שטוב אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד.
שלום־עליכמס נאָמען טראָגן גאַסן פֿון אַ סך שטעט אין דער וועלט – פֿון ביראָבידזשאַן ביז ירושלים, און אפֿילו אַ קראַטער אויף דער פּלאַנעטע מערקור. אין אַ ריי שטעט פֿון רוסלאַנד, ישׂראל און אוקראַיִנע האָט מען אים געשטעלט דענקמעלער. אָבער קיין פֿולע אַקאַדעמישע אויפֿלאַגע פֿון זײַנע ווערק איז ביז איצט ניט פֿאַראַן. אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד וואָלט אַזאַ אויפֿלאַגע ניט געקאָנט זיך באַווײַזן, ווײַל גאָר ניט אַלע שלום־עליכמס ווערק אַנטשפּרעכן סאָוועטישע אידעאָלאָגישע שטעלונגען. למשל, זײַן ראָמאַן “דער בלוטיקער שפּאַס“, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן בלבול־הדם. וועגן דעם, אַז שלום־עליכם האָט סימפּאַטיזירט דעם ציוניזם, גענומען אַן אָנטייל אין צוויי ציוניסטישע קאָנגרעסן און אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי פּובליציסטישע און קינסטלערישע ווערק מיט אָפֿן ציוניסטישן אינהאַלט, האָבן סאָוועטישע בירגער אויך ניט געטאָרט וויסן. אָבער אַזאַ אויפֿלאַגע האָט זיך צוליב כּלערליי סיבות ניט באַוויזן אויך אויסער דעם ראַטנפֿאַרבאַנד, הגם די חשיבֿות פֿון אָט דעם שרײַבער אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז אַזוי גרויס, אַז אין פֿאַרלויף פֿונעם יאָרהונדערט, וואָס איז פֿאַרבײַ זינט זײַן פּטירה, וואָלט מען געקאָנט פֿאַרווירקלעכן אַזאַ פּראָיעקט.
דאָס צוגרייטן אַ פֿולע אַקאַדעמישע אויפֿלאַגע פֿון שלום־עליכמס ווערק, וואָס זאָל אײַנשליסן אין זיך אַלע זײַנע חיבורים – קינסטלערישע, פּובליציסטישע און עפּיסטאָלאַרע, אָנגעשריבענע ניט בלויז אויף ייִדיש, נאָר אויך אויף רוסיש און העברעיִש, איז אַ קאָמפּליצירטע אויפֿגאַבע. זי פֿאָדערט אַ מאַסשטאַביק, באַטראַכט און געניט צונויפֿקלײַבן מאַטעראלן כּדי דערנאָך אַרויסגעבן זיי אין אַן אוניפֿיצירטן אויסלייג מיט נייטיקע לינגוויסטישע, היסטאָרישע און ביבליאָגראַפֿישע קאָמענטאַרן.
ניט ווייניקער וויכטיק איז פּאָפּולאַריזאַציע פֿון דער שעפֿערישער ירושה פֿונעם גרויסן שרײַבער, וועלכע היט אָפּ איר באַדײַטונג און אַקטועלקייט אפֿילו איצט, אינעם 21טן יאָרהונדערט, ווען די באַשריבענע דורך אים וועלט פֿון ייִדישע שטעטלעך איז געוואָרן אַ טייל פֿון אונדזער געשיכטע. צו דער דאָזיקער אויפֿגאַבע דאַרף מען צוגיין ניט פֿאָרמעל, נאָר שעפֿעריש, נעמענדיק אין באַטראַכט הײַנטצײַטיקע רעאַליעס.
אויפֿן סמך פֿון וואָס דאַרפֿן אין דער אַרבעט אויף צו פֿאַראייביקן אונדזער קלאַסיקער אַרויסרוקט ווערן אויפֿן ערשטן פּלאַנט דווקא אָט די צוויי אויפֿגאַבן? – אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכמס “די צוואָה“, וווּ עס שטייט צווישן אַנדערס געשריבן: “דער בעסטער מאָנומענט װעט זײַן פֿאַר מיר, אַז מע װעט לײענען מײַנע װערק און אַז עס װעלן זיך געפֿינען אין די פֿאַרמעגלעכע קלאַסן פֿון אונדזער פֿאָלק מעצענאַטן, װאָס װעלן זיך נעמען אַרױסגעבן און פֿאַרשפּרײטן מײַנע װערק, הן אין ייִדיש, הן אין אַנדערע שפּראַכן“.